Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וויפיל קאסט א פסח באמת?

וויפיל קאסט א פסח באמת?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13602
דינסטאג פעברואר 25, 2020 6:16 pm#443383
וויפיל קאסט א פסח באמת?
יעדער רעדט פון די אומדערטרעגליכע אויסגאבן פון פסח, וויפיל מ'דארף אויסגעבן פאר דעם און יענס, און די קמחא דפסחא אינדוסטריע מאכט אסאך געלט דערפון.

לייג איך דא א טעשלענדזש.

זאל יעדער האלטן די אלע רעסיפטס פון אלס וואס ער קויפט אויף יו"ט און לאמיר זען צו עס איז טאקע אזוי פיל. איך קלער אז פאר מיר וועט עס זיין נישט מער ווי פופצן הונדרעט דאללאר, כולל קליידער פאר קינדער און נאר האנט מצות פאר יעדעם. מ'רעדט פון די פרייז פון וויין, אנטשולדיגט, אבער קדם וויין איז פערצן דאללאר א באטל, און דאס איז די מיאוס'ע טעם מיט וואס אונז זעמיר צוגעוואוינט. צוויי מיט א האלב באטלעך איז שוין א גאנצע צוויי סדרים ביי מיר. וואס נאך? יא, פלייש קען זיין הונדערט פופציג אדער פופצן הונדערט, הברירה בידך.

לאמיר זען די אמת.
דינסטאג פעברואר 25, 2020 6:19 pm#443384
כ'פארשטיי נישט! פאר יעדעם קאסט דאס דאך אנדערש, ווענדט זיך וויפיל קינדער מען האט, וואו מען וואוינט און פארשידנס.
אין אנדערע ווערטער, דו ווילסט אז יעדער זאל זיך דא אויספאקן.... איך פאר ווייטער....
דינסטאג פעברואר 25, 2020 6:24 pm#443387
איך דארף נישט אז יעדער אזל זיך אויספאקן. איך וויל נאר וויסען וואס עס פעלט מיר ווען איך פארשטיי נישט מה כל הרעש. איך האב ב״ה א שטוב מיט קינדער, און איך פארשטיי נאכאלס נישט.
דינסטאג פעברואר 25, 2020 6:31 pm#443388
וויפול קאסט שבת שיך פאר 5 קינדער?
וויפול קאסטן צוויי שבת שטוב-קליידער פאר א ערוואקסן מיידל?
דינסטאג פעברואר 25, 2020 7:08 pm#443390
שיך דארף מען צו ס׳איז פסח צו נישט. נייע קליידער דארף (?) מען לכבוד יו״ט. יחי ההבדל הקטן!
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 6:15 pm#443456
וויפיל ס'קאסט א פסח
1) א שעפעלע פאר קרבן פסח בערך $70
צוטיילט פאר א חבורה אדער משפחה קומט אויס יעדעם בערך $25
2) אביסל מרור $5
3)מצות מאכט מען אליין אין די בעק יארד
4)אביסל בגדי צבעונין פאר די פרוי $100
5)וויין $100

סה"כ בערך $250
דעטס איט
פלייש האט מען א גאנץ יו"ט פון קרבן שלמים'ס
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 6:17 pm#443457
קרבן שלמים קאסט נישט קיין געלט? און וואס איז מיט'ן צאלן פאר'ן בוטשער צו כשר'ן און צגרייטן די פלייש? :?
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 6:35 pm#443458
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קרבן שלמים קאסט נישט קיין געלט? און וואס איז מיט'ן צאלן פאר'ן בוטשער צו כשר'ן און צגרייטן די פלייש? :?

free service פון מתתי' קאהן בוטשער
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 6:37 pm#443459
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:1) א שעפעלע פאר קרבן פסח בערך $70
צוטיילט פאר א חבורה אדער משפחה קומט אויס יעדעם בערך $25
2) אביסל מרור $5
3)מצות מאכט מען אליין אין די בעק יארד
4)אביסל בגדי צבעונין פאר די פרוי $100
5)וויין $100

סה"כ בערך $250
דעטס איט
פלייש האט מען א גאנץ יו"ט פון קרבן שלמים'ס


און דער וויין קענט איר נישט מאכן אין בעקיארד?
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 6:43 pm#443462
אישתישבי האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:1) א שעפעלע פאר קרבן פסח בערך $70
צוטיילט פאר א חבורה אדער משפחה קומט אויס יעדעם בערך $25
2) אביסל מרור $5
3)מצות מאכט מען אליין אין די בעק יארד
4)אביסל בגדי צבעונין פאר די פרוי $100
5)וויין $100

סה"כ בערך $250
דעטס איט
פלייש האט מען א גאנץ יו"ט פון קרבן שלמים'ס


און דער וויין קענט איר נישט מאכן אין בעקיארד?

אה טאקע גערעכט...
שוין איז דער גאנצער פסח איז נישט מער פון $150
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 7:01 pm#443463
יעדע איד וואס איז עולה רגל איז פארפליכטעט צו ברענגען א עולת ראייה, שלמי חגיגה,און שלמי שמחה. עמיצער ווייסט וויפול א קוה קאסט היינט אויפן מארק? איך רעד פון א גראנדיעזע פעטע שטיר מיט ריכטיגע בהמה'אישע אויגן...
דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 7:05 pm#443464
לייענענדיג דאס, זאג איך פארן בעל-הבית'טע, אפשר קויפן מיר מאשין מצות היי יאר? וואט דער העק? איך גלייב נישט אין דער שגעון פון האנט מצות, יעדער יאר שעלט איך די פרייזן און אז די דבר אחר'ס באקן עס חנוכה און פאקן עס איין אין פאפיר כימי צאתנו ממצרים ווייל זיי מעלקן אונז נישט גענוג אויס פאר עיר טייט פלאסטיק. איז פארוואס? רבש"ע, פארוואס? אינאף איז אינאף.

ענטפערט זי מיר, ס'וועט זיך נישט שפירן ווי פסח.

יו בי דער דזאדזש
פרייטאג פעברואר 28, 2020 1:38 am#443477
כ'האב נייעס פאר דיר, אבער דערצייל נישט דיין ווייב, קענסט קויפן היינצוטאגס רונדיגע מאשין מצות, וואס ברויך אויסקוקן ווי האנט מצות, אבער די פרייז איז ווי מאשין מצות.
ביידע וועט עטס שפירן גוט, זי אינעם פסח און דו אין דיין טאש.
פרייטאג פעברואר 28, 2020 2:37 am#443478
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:1) א שעפעלע פאר קרבן פסח בערך $70
צוטיילט פאר א חבורה אדער משפחה קומט אויס יעדעם בערך $25
2) אביסל מרור $5
3)מצות מאכט מען אליין אין די בעק יארד
4)אביסל בגדי צבעונין פאר די פרוי $100
5)וויין $100

סה"כ בערך $250
דעטס איט
פלייש האט מען א גאנץ יו"ט פון קרבן שלמים'ס


האסט פארגעסען האטעל רום פאר פסח אלס עולה רגל פאר די גאנצע משפחה אנשים נשים וטף אויב אינקלודס די סדר נאכט
פרייטאג פעברואר 28, 2020 4:02 am#443482
וואלווי האט געשריבן:
האסט פארגעסען האטעל רום פאר פסח אלס עולה רגל פאר די גאנצע משפחה אנשים נשים וטף אויב אינקלודס די סדר נאכט


די רעגיולעישאנס אין ירושלים זענען געווען גאר שטרענג אז מען טאר נישט טזשארזשען קיין געלט פאר קיין סטעי ביים עולה רגל זיין.

(זיי פלעגן אוועק כאפן די הויט פון די בהמות וואס די געסט פלעגן האבן, מפואר האט נאך די שיריים דערפון.)
פרייטאג פעברואר 28, 2020 5:57 am#443483
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:1) א שעפעלע פאר קרבן פסח בערך $70
צוטיילט פאר א חבורה אדער משפחה קומט אויס יעדעם בערך $25
2) אביסל מרור $5
3)מצות מאכט מען אליין אין די בעק יארד
4)אביסל בגדי צבעונין פאר די פרוי $100
5)וויין $100

סה"כ בערך $250
דעטס איט
פלייש האט מען א גאנץ יו"ט פון קרבן שלמים'ס

היינט זענען שעפעלעך ביליג. ווען משיח וועט קומען, וועט דאך שטייגן די פארלאנג פון שעפלעך, ובפרט בימי פסח
פרייטאג פעברואר 28, 2020 6:00 am#443484
צפור בודד האט געשריבן:לייענענדיג דאס, זאג איך פארן בעל-הבית'טע, אפשר קויפן מיר מאשין מצות היי יאר? וואט דע העק? איך גלייב נישט אין די שגעון פון האנט מצות, יעדער יאר שעלט איך די פרייזן און אז די דבר אחר'ס באקן עס חנוכה און פאקן עס איין אין פאפיר כימי צאתנו ממצרים ווייל זיי מעלקן אונז נישט גענוג אויס פאר עיר טייט פלאסטיק. איז פארוואס? רבש"ע, פארוואס? אינאף איז אינאף.

ענטפערט זי מיר, ס'וועט זיך נישט שפירן ווי פסח.

יו בי דע דזאדזש

זייער גוט. זי וויל 'שפירן ווי פסח'. אסאך מענטשן ווילן אסאך זאכן. וויפיל דארף מען זיין גרייט אויסצוגעבן פאר די אלע ווילונגען? דאס דארף אייביג זיין די תירוץ, ודו"ק.
מאנטאג מערץ 23, 2020 6:04 am#444151
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך דארף נישט אז יעדער אזל זיך אויספאקן. איך וויל נאר וויסען וואס עס פעלט מיר ווען איך פארשטיי נישט מה כל הרעש. איך האב ב״ה א שטוב מיט קינדער, און איך פארשטיי נאכאלס נישט.


טשאק היל קלאון 6 2015 וויניארד האסטו נישט גירעכענט