Under maintenance
הויפט זייט » נייעס אין באבוב אין אויך אין 45

נייעס אין באבוב אין אויך אין 45

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13614
זונטאג מערץ 08, 2020 2:24 pm#443700
נייעס אין באבוב אין אויך אין 45
חסידי באבוב פראווענען היינט די 15 יארצייט פון הרה"ק רבי נפתלי צבי האלבערשטאם זצ"ל בן כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב זצ"ל

רבי נפתלי צבי איז געווען די ממשיך פון זיין הייליגע טאטן פאר עטליכע יאר און נאך זיין פטירה האט די אנדערע זון הרה"צ רבי בנציון שליט"א וואס איז ביז דאן געווען רב הצעיר איבערגענימען די כתר הנהגה צו וועם רוב באבוב איז אריבער זעענדיג אין אים די ריכטיגע המשכה לבית באבוב ווי ער פירט עס ווייטער מיט א גרויסע הצלחה צו וועם טויזענטע חסידים זענען מקושר צו אים און ער האט אויף געבויט באבוב צו די פלאץ ווי זיי שטייען היינט ווערענדיג א אימפעריע פון רבבות ישראל איבער די גאנצע וועלט


רבי נפתלי צבי האט איבערגעלאזט צוויי טעכטער
הרבנית רובין און הרבנית אונגאר וואס זייערע מענער הגאונים הצדיקים רבי יושע און רבי מרדכי דוד האבן געעפענט א אייגענע קהילה נאכן פטירה פון זייער שווער רבי נפתלי צבי זצ"ל ווי עס קלאמערן זיך ארום זיי הינדריטע חסידים

זכותו יגן עלינו
מאנטאג מערץ 09, 2020 2:23 am#443721
בעל דרשן האט געשריבן:חסידי באבוב פראווענען היינט די 15 יארצייט פון הרה"ק רבי נפתלי צבי האלבערשטאם זצ"ל בן כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב זצ"ל

רבי נפתלי צבי איז געווען די ממשיך פון זיין הייליגע טאטן פאר עטליכע יאר און נאך זיין פטירה האט זיינע איידימער הגאונים הצדיקים רבי יושע און רבי מרדכי דוד איבערגענימען די כתר הנהגה צו וועם רוב באבוב איז אריבער זעענדיג אין אים די ריכטיגע המשכה לבית באבוב ווי ער פירט עס ווייטער מיט א גרויסע הצלחה צו וועם טויזענטע חסידים זענען מקושר צו אים און ער האט אויף געבויט באבוב צו די פלאץ ווי זיי שטייען היינט ווערענדיג א אימפעריע פון רבבות ישראל איבער די גאנצע וועלט


רבי נפתלי צבי האט איבערגעלאזט א ברודער
הרה"צ רבי בנציון שליט"א וואס איז ביז דאן געווען רב הצעיר געעפענט א אייגענע קהילה נאכן פטירה פון רבי נפתלי צבי זצ"ל ווי עס קלאמערן זיך ארום הינדריטע חסידים

זכותו יגן עלינו
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 3:18 pm#443780
:lol: :lol: :lol: