Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דינאזאווערס און וואקסינאציעס

דינאזאווערס און וואקסינאציעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13615
זונטאג מערץ 08, 2020 2:54 pm#443703
דינאזאווערס און וואקסינאציעס
ס'איז באקאנט אז איינער פון די שטערקסטע ראיות אז די היינטיגע מאדערנע סייענטיסטן ווייסן נישט וואס זיי רעדן, איז דאס אז זיי גלייבן אין דעם פרי-היסטארישן עקזיסטענץ פון דינאזאווערס, און אונז ווייס מיר דאך אז די באשעפעניש האט קיינמאל נישט עקזיסטירט ווייל ס'שטייט דאך נישט אין די תורה.

וואס ס'איז נישט אזוי באקאנט איז אז די זעלבע ארגומענט ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים אויך בנוגע וואקסינאציעס.

לאמיר כאפן א דוגמה, יענע מעשה, וואס זיי רופן קענסער, אדער די פלו, וויירוסעס, און אזויפיל אנדערע אזוי גערופענע מחלות, וואס די אלע פרייע דאקטוירים גלייבן נעבעך באמונה שלימה אז ס'איז עכט דא אזעלכע זאכן, פרעג א חדר אינגל פון צען יאר אלט וועט ער דיר גלייך זאגן אז ס'שטייט נישט אין די תורה אזא זאך, אונזערע חכמים האבן דאך געקענט די אלע חכמות הרפואות און זיי האבן נישט געוואוסט פון די מאדנע נעמען, שלמה המלך דער חכם מכל אדם איז נאך געווען אזוי פארגעשריטן ווי די סי.די.סי. און זייערס גלייכן, וואס די איינציגסטע זאך וואס פאראייניגט זיי איז א לויטערע שנאה צום תורה טרייען איד וואס גייט בדרך אבותינו ורבותינו. מי לנו גדול פונעם גרויסן אדלער דעם הייליגן רמב"ם (נאך וועם די אפיקורסים האבן א נאמען געגעבן דעם טרויעריג-בארימטער מיימאנידעס שפיטאל אין הארץ פון חרדישן בארא פארק, רח"ל) וואס האט אונז געלערנט וואו אזוי א איד דארף זיך פירן כדי זיך צו האלטן געזונט. צו קענען זיי זיך פארמעסטן מיט'ן הייליגן חזון איש, וואס האט מעיד געווען אויף זיך אז ער קען גאנץ חכמת הרפואה פון די תורה? און ווי יעדער ווייסט האט ער געהאלפן די דאקטוירים מיט גאר האקעלע אפעראציעס, און די דאקטוירים זענען ארויס פון התפעלות איבער זיין ידיעה אין די ענינים! אט די אויפגעקלערטע מאדערנע פארגעשריטענע דאקטוירים וועלן אונז זאגן וויאזוי זיך צו פירן? זיי זענען די וואס קענען אונז איינטיילן וועלכע וואקסין מיר דארפן נעמען פאר אלע זייערע מחלות אשר לא שערום אבותינו?

ניין, א דאנק! אונז ברויך מיר נישט צוקומען צו ענק! און אויב ווילן ענק קומען אביסל לערנען פון אונזער הייליגער מסורה, דאן לאמיר אנהייבן מיט איין מיטבאסטע"ר: קענסער עקזיסטירט נישט.
זונטאג מערץ 08, 2020 3:37 pm#443705
Re: דינאזאווערס און וואקסינאציעס
זונטאג מערץ 08, 2020 7:06 pm#443707
Re: דינאזאווערס און וואקסינאציעס
מי אני האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=13063
ס'שיינט ווי הרב אריה האט דאס געשריבן איז אין אן ערב פורים'דיגע שטימונג.

Sent from my SM-G955U1 using Tapatalk
זונטאג מערץ 08, 2020 10:35 pm#443713
Re: דינאזאווערס און וואקסינאציעס
מיין אבזערוואציע איז געבויט ספעציפיש אויף די טענה אז דינאזאווערס האבן קיינמאל עקזיסטירט צוליב דעם וואס עס שטייט נישט אין די תורה, לויט דעם עקזיסטירן נישט רוב היינטיגע קרענק ווייל עס שטייט נישט אין די תורה. ממילא איז פשוט אז די וואקסינאציעס זענען ספעציעלע באצילן און מיקראביען וכדו' וואס ברענגען צו דעם מענטש הרהורי כפירה.
לויט א פרישע טעאריע וואס איז מיר יעצט איינגעפאלן, קומט אויס אז אט דאס איז טאקע די סיבה פארוואס אזויפיל פון אונזערע יוגנט פאלט ליידער אוועק פון אידישקייט, צוליב די הרהורי כפירה און אפיקורסות וואס ווערן אריינגעשטאכן פון קינדווייז אן דורך די אלע וואקסינאציעס.
דאס שטימט מיט אונזער מסורה אז נישט קיין חילוק ווי שטארק אונז הרגענען אפ זיך אליינס און אונזערע דורות זענען מיר קיינמאל נישט שולדיג, און מיר טארן זיך ווייטער נישט רירן פונעם זוז כל שהוא.
זונטאג מערץ 08, 2020 10:37 pm#443714
איין מינוט, וואקסינאציעס שטייט דען יא אין די תורה?! :lol:
זונטאג מערץ 08, 2020 11:03 pm#443715
Re: דינאזאווערס און וואקסינאציעס
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין מינוט, וואקסינאציעס שטייט דען יא אין די תורה?!
אט טאקע אזוינע קשיות קומען פון די כפירה'דיגע וואקסינאציעס.
אפילו הכי וועל איך דיר ענטפערן, שטייט דאך פונעם הייליגן סקרעטשאווער גאון אז (MMR) ממ"ר איז בגימטריה מעמלק.
זונטאג מערץ 08, 2020 11:07 pm#443716
וואס איז וואקסינאציעס? וואו שטייט עס אין די תורה?
מאנטאג מערץ 09, 2020 1:24 am#443720
אז די מוסדות צווינגען ארויף די וואקסינאציעס איז ברור אז ס'שטייט אין די תורה. איינער וואס וויל נאר פרובירן צו פרעגן אויף דאס וואס די מוסדות זענען מחייב איז שוין א כופר בעיקר......
מאנטאג מערץ 09, 2020 1:55 pm#443729
אלע מחלות שטייט אין די תורה, גם כל חלי וכל מכה אשר לא כתובה בתורה הזה. שטייט אלעס וואס שטייט און וואס שטייט נישט.
וואקסינאציעס שטייט אין די תורה ורפא ירפא, שטייט אין רש"י אז מען מיינט א דאקטער. אין די גמרא ווערט אויך דערמאנט אז מען גיבט צו עסען פאר איינער וואס א כלב שוטה האט געביסען פין דער מח פין דער כלב, וואס דאס ארבעט ווי א וואקסינאציע.
מאנטאג מערץ 09, 2020 10:41 pm#443735
Re: דינאזאווערס און וואקסינאציעס
קאראנעוויירוס ווערט דערמאנט די וואך אין די פרשה ביים לעצטן פסוק, פארשטייט זיך אז משה האט זיך אנגעטון א מאסקע.
וְרָא֤וּ בְנֵֽי־יִשְׂרָאֵל֙ אֶת־פְּנֵ֣י מֹשֶׁ֔ה כִּ֣י קָרַ֔ן ע֖וֹר (קורונה) פְּנֵ֣י מֹשֶׁ֑ה וְהֵשִׁ֨יב מֹשֶׁ֤ה אֶת־הַמַּסְוֶה֙ עַל־פָּנָ֔יו עַד־בֹּא֖וֹ לְדַבֵּ֥ר אִתּֽוֹ׃
דינסטאג מערץ 10, 2020 12:45 am#443736
זאגט רב נפתלי שפיגעל אז רש"י זאגט אויף קרן עור, כמו ערבי, לרמז אז קאראנא איז א דאנק דער עירוב.