Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאראנעוויירעס ברענגט זארג פאר געזונט פון די רבי'ס

קאראנעוויירעס ברענגט זארג פאר געזונט פון די רבי'ס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13616
מאנטאג מערץ 09, 2020 9:32 am#443722
קאראנעוויירעס ברענגט זארג פאר געזונט פון די רבי'ס
אסאך קהילות האבן ארויסגעלייגט מודעות אז מ'זאל נישט געבן די הענט פאר די רבי'ס אז די רבי זאל חלילה נישט ווערן אנגעשטעקט מיט קאראנעוויירעס .

אין די זעלבע צייט ווארט מען נאך אז די זעלבע קהילות זאלען ארויס קומען מיט צעטלעך וועגן די געזונט פון די המון עם , מ'זאל נישט ניצען האנטיכער , מ'זאל זייפען , מ'זאל נישט גיין צום רעבינ'ס טיש וכו' וכו'

די עיקר אז די רבי איז קעיר גענומען אז אויב מענטשען שטארבען זאל ער קענען זאגן א הספד ביי די לויה
מאנטאג מערץ 09, 2020 12:28 pm#443725
Re: קאראנעוויירעס ברענגט זארג פאר געזונט פון די רבי'ס
דאס איז מסתם ווייל זיי ״דרש׳נען״ (משלי יא כא) יד ליד לא ינקה רע וזרע ״צדיקים״ נמלט...

ווי אויך הייסט דאס קאראנעוויירוס על שם ווייל אונטער א מייקראסקאופּ זעהן אויס די פאמיליע פון וויירוסעס ווי כאילו זיי האבן א ״קרוין״ [״קאראנע״ בלאטייניש (די שפראך פון מעדעצין און סייענס בכלל) = קרוין] וואס נעמט זיי ארום, מכח די פּראטינס וואס שטעקן זיך ארויס. נו, מאן מלכי [מיט קרוינען/כתר תורה וכו׳] רבנן (גיטין סב.). איז האבן זיי מער מורא אז ס׳עט קומען אויף זיי...

לכבוד פורים. :D
מאנטאג מערץ 09, 2020 5:00 pm#443734
.
דינסטאג מערץ 10, 2020 12:46 am#443737
מיילא אנשים זקנים, אבער פארוואס זאלען די חשובים נישט קומען אין בית המדרש?
דינסטאג מערץ 10, 2020 11:56 am#443738
כ'ווייס נישט פארוואס מ'מיינט אז קראנאוויירוס קען נאך שאטן פאר די געזונט פון רבי'ס...
דינסטאג מערץ 10, 2020 6:18 pm#443739
וואלווי האט געשריבן:כ'ווייס נישט פארוואס מ'מיינט אז קראנאוויירוס קען נאך שאטן פאר די געזונט פון רבי'ס...

די דאקטער האט געזאגט אז עס שאדט בעיקר פאר די וואס זענען אין א שוואכן געזונט צושטאנד, זיי האבן נישט געזאגט פיזיש אדער גייסטיש.
דינסטאג מערץ 10, 2020 6:35 pm#443740
נו די רביס קוקן אויס צו זיין זייער שוואך,
מדארף זיי באדינען זיי קענען נישט גיין אהנע שטעקן און זיי גייען כסדר אויף ׳פרישה לופט׳
דינסטאג מערץ 10, 2020 9:13 pm#443747
קענמען אפשר איינטייטשן דעם מאמר חז"ל וואס די גמ' זאגט אז אום פורים כל הפושט יד נותנים לו...ס'שטייט אבער נישט וואס. אמאל קען עס מיינען אז מ'געט איהם א פייג. אדער אמאל אפילו א פאטש
דינסטאג מערץ 10, 2020 9:46 pm#443749
ס'מיינט אז כל הפושט, דער וואס שטרעקט אויס די האנט צו בעטן, יד נותנין לו, ווייזט מען עם א ליידיגע האנט אז אפס כסף...
מיטוואך מערץ 11, 2020 2:17 pm#443756
כל הפושט יד נותנים? לא!
(קרעדיט, כולל נייעס)
מיטוואך מערץ 11, 2020 6:52 pm#443758
ביי אונז פלעיגט מען זאגן אז אויב מען שטרעקט אויס די האנט פאר א רומעינער זאל מען דערנאך בודק זיין אויב דאס זייגער איז נאך אויפ'ן האנט !
מיטוואך מערץ 11, 2020 9:07 pm#443759
Re: מאחורי
שמעתי אז הנגיד המפורסם הישיש ר' אליש ענגלאנדער נ'''י פון לאנדאן האט נישט אויפגענומען קיין געלט גייער די יאר אנגעבענדיג די אורזאך צוליב פחד פארן ווירוס.
דא איז יא פארשטענדליך פארוואס ער געט זיך אכטונג מער ווי א צווייטען .. מרעדט דאך דא פון א הפסד מרובה..
מיטוואך מערץ 11, 2020 9:40 pm#443761
אנשטענדיגע יוד: און דאס אז ער געטציך אכטונג אויף זיין געזונט. פשוטו כמשמעו. איז דיר נישט בייגעפאללן...?!
מיטוואך מערץ 11, 2020 9:46 pm#443762
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ביי אונז פלעיגט מען זאגן אז אויב מען שטרעקט אויס די האנט פאר א רומעינער זאל מען דערנאך בודק זיין אויב דאס זייגער איז נאך אויפ'ן האנט !

נישט אזוי גייט עס... אויב געט מען די האנט פאר א ראמענער, זאל מען דערנאך ציילן די פינגער אויב ער האט טאקע צוריקגעגעבן אלע 5...
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 1:49 am#443769
מודעא רבה לאורייתא!

מטעם הגבאים בבית מרן אדמו"ר שליט"א ווערט געמאלדן פאר'ן ציבור אז לעת עתה וועט רבינו מער נישט מקבל זיין קיין געלטער, פדיונות, וכל מיני מתנות עד שיעבור זעם, אלס חשש פון קרונוויירוס וואס כאפט זיך אריין אויף דברים הניתנים מיד ליד.

יום ג' לסדר ולא לידי מתנת בשר ודם.

הק' ב. ש. - משב"ק
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 1:57 am#443770
נאר ביטקוין אקצפטירט!
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 5:51 pm#443784
אין באבוב איז געוועהן א טיש געהעריג , ווי חסידים האבן זיך געשטיפט , אנגעכאפט די הענט , און אריינגעאטעמט איינער לעבן די אנדערע. ווען איינער האט געוואלט געבן די הענט פאר די רבי האט ער אים אנגעזידעלט.....

אין סקווער האט די רבי נישט געגעבן די הענט פאר די חסידים , און מ'האט אים אוועקגעריקט פון יעדעם ד' אמות , אבער די חסידים האט מען געלאזט שטיין ווי קיען אויף די ברענטשעס זינגען און שרייען איינער לעבן די אנדערע

די חברה וועלן קיינאמל נישט ארויסגיין פון גהנום
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:39 pm#443791
עס מאכט לכאורה א געוויסע מאס סענס אז דער רבי זאל מער נזהר זיין ווי א צווייטעם, נישט ווייל זיין לעבן איז חשוב'ער נאר ווייל ער קען זיין די גרעסטע גורם אז דער ווירוס זאל זיך צושפרייטן. אפילו מיט א גאנצער טיש כאפט יעדער אן למשל צען מענטשען. איז דאס תלוי אין די שאנסן אז איינער פון די צען איז אנגעשטעקט. טאמער דער רבי וואלט געגעבן די הענט פאר יעדער איז גענוג אז איינער אין די שול איז אנגעשטעקט און דער רבי וועט דאס פירען ווייטער צו דער גאנצער עולם.
זונטאג מערץ 15, 2020 2:55 am#443831
המלוכה והממשלה האט געשריבן:
די חברה וועלן קיינאמל נישט ארויסגיין פון גהנום

אן קיין פאראל?
זונטאג מערץ 15, 2020 3:36 am#443832
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אין באבוב איז געוועהן א טיש געהעריג , ווי חסידים האבן זיך געשטיפט , אנגעכאפט די הענט , און אריינגעאטעמט איינער לעבן די אנדערע. ווען איינער האט געוואלט געבן די הענט פאר די רבי האט ער אים אנגעזידעלט.....

אין סקווער האט די רבי נישט געגעבן די הענט פאר די חסידים , און מ'האט אים אוועקגעריקט פון יעדעם ד' אמות , אבער די חסידים האט מען געלאזט שטיין ווי קיען אויף די ברענטשעס זינגען און שרייען איינער לעבן די אנדערע

די חברה וועלן קיינאמל נישט ארויסגיין פון גהנום

דארפסט אבער פארשטיין אז די חסידים האבן די ברירה (איך האף אזוי) נישט צו קומען צום טיש און די וואס קומען איז עס אדעתא דהכא אז מ'וועט שטיין איינער לעבן צווייטן און טאנצן.
זונטאג מערץ 15, 2020 8:08 am#443836
איך האב געהערט אז אין א געוויסע חסידות, האט מען געפירט געהערט די שבת, קען די געעזץ. ולמרבית הפלא האט דער רבי אליינס זיך נישט דארט באוויזען. דער פארציילער האט נישט געוואוסט צו עס איז געווען עפ״י פסק האדמו״ר, ממילא דערמאן איך נישט די נאמען
זונטאג מערץ 15, 2020 5:08 pm#443847
Re: קאראנעוויירעס ברענגט זארג פאר געזונט פון די רבי'ס
אין בעלזא דעם שבת האט מען זיך געשטופט ווי געהעריג ביים טיש, נאר ווען ס'איז געקומען צו טאנצן מיט חתנים האט דער רב זיי אנגעכאפט דורך א גארטל.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
זונטאג מערץ 15, 2020 5:32 pm#443849
טאמער דער רב כאפט דער ווירוס קענסטו געבן מזל טוב פאר אהרן מרדכי.