Under maintenance
הויפט זייט » הג"ר שאול ליברמן: רבי חיים קנייבסקי איז גרעסער פונעם סטייפלר

הג"ר שאול ליברמן: רבי חיים קנייבסקי איז גרעסער פונעם סטייפלר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13619
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 9:18 am#443773
הג"ר שאול ליברמן: רבי חיים קנייבסקי איז גרעסער פונעם סטייפלר
אין א פרישן ארטיקל וואס פראפעסאר מארק שפירא האט פובליצירט אויף "ספרים בלאג" האט ער ארויסגעשטעלט אן אינטערעסאנטע אנטדעקונג. ער האט געפונען א דאקומענט וואס הג"ר שאול ליבערמאן האט געשריבן אין תשל"א פאר א מר. ראו אין דער שווייץ, וועלכער האט רעפרעזענטירט דעם "ראטשילד פאנד" וואס האט געגעבן דריי געלט-מתנות פאר גרויסע תלמידי חכמים, און ער האט אנגעפרעגט ליבערמאן זיין מיינונג וועמען צו באלוינען.

הרב ליבערמאן האט דעמאלט רעקאמענדירט הג"ר חיים קאניעווסקי, נאך דאן א יונגערמאן פון 42 יאר אלט, וועמען ער האט געשריבן אז ער האלט אים פאר "חשוב'ער פון זיין טאטן 'דער הארנאסטייפלער'," און אז זיינע חיבורים אויף די מסכתות קטנות "האבן נישט קיין שום פארגלייך."
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:43 am#443777
אויף וויפיהל איך האב שוין געזעהן ר' שאול'ס ווערק איז עס מיר נישט אזא חידוש. ער מאכט נישט אזא רושם ווי איינער וואס שעצט ישיבה'שע רייד, ער האט טאקע לכאורה מער ארויפגעקוקט איינער וואס קען גרונטליך אנאליזירן א זייטיגע טעקסט - דוגמת הגר"ח קנייבסקי במסכתות קטנות - ווי דער סטייפלער וואס לערנט מער קלאסיש, ווי אויך א חיבור וואס גיסט מראי מקומות נוסח פוטנאוטס. דאס איז אזא אקעדעמישע בליק.

מיר איז א גרעסערע חידוש אז ער האט אזוי שטארק געשעצט ר' בערל סאלאווייציק.
דאנערשטאג מערץ 12, 2020 1:16 pm#443778
דאס האב איך שוין לאנג געהערט, אז ווען דער גר״ש האט געזען דער נחל איתן, איז ער גאר שטארק נתפעל געווארען.

איך האף מ׳דארף נישט דערמאנען דער עולם די משפחה קורבה צווישען די צוויי. דער מאמע פון דער חזון איש איז געווען א שוועסטער פון די מאמע פון פרופ׳ ליברמן (און זיין ברודער מאיר, פון תורה ויראה). און פרופ׳ ליברמן איז דאך אן איידעם געווען ביי הרב מאיר באר-אילן, א זון פון דער נצי״ב. הרי״ד מירושלים איז געווען א חמישי בשלישי מיט אים
פרייטאג מערץ 13, 2020 1:05 am#443798
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:. הרי״ד מירושלים איז געווען א חמישי בשלישי מיט אים

צ"ל רביעי בשני.
פרייטאג מערץ 13, 2020 8:26 am#443804
ריכטיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:. הרי״ד מירושלים איז געווען א חמישי בשלישי מיט אים

צ"ל רביעי בשני.

גערעכט, איך האב זיך פרארעכנט. ר׳ מאיר איז געווען מער א פלעמעניק פאר זיין שוועסטער ווי א ברודער, ער איז דאך א גאנצע דור אפגערוקט געווען
דינסטאג מערץ 24, 2020 11:29 am#444208
איך וואלט געוואלט וויסען צו איינער האט טאקע צוגעשטעלט דער קרית מלך צו דער ספר פון דער ליובאוויטשער רבי אויף די זעלבע טעמע, זיי זענען ענדליך?