דאנערשטאג מערץ 12, 2020 11:04 pm#443794
געוואלד! מיר האבן פארלוירן אונזער פרעזידענט!
3.5 יאר צוריק האט דאס יהדות החרדית דורכגעלעבט א געוואלדיגן זיג, ווען מיר האבן צום ערשטן מאל אין היסטאריע באוויזן אריינצואוועלן א פרעזידענט אין די פאראייניגטע שטאטן וועלכער טיילט מיט אונזערע ווירדן, און איז א שטאלץ פאר ערליכע אידן די בכל אתר ואתר.
מיר האבן ברוב פאר והדר אריינגעוועלט א פרעזידענט וועלכער:
♥ גלייבט נישט אין סייענס
♥ גלייבט נישט אין דאקטוירים
♥ פארשטייט אז די מידיא איז אונזער גרעסטער שונא
♥ פארשטייט אז די דעמאקראטן זענען קעגן אונזערע ווירדן
♥ שטעלט אריין זיינע קינדער אין די העכסטע פאזיציעס
♥ האלט אז מיט פערזענליכע אטאקעס ווערט יענער אפגעפרעגט
♥ טראכט נאר פון וואס עס לוינט זיך אים, אן קיין בליק אויף אנדערע
♥ טראכט נאר פון וואס עס לוינט זיך יעצט, אן קיין בליק אויף דער צוקונפט
♥ קעירט נישט פאר עדיוקעישאן
♥ קען נישט שרייבן קיין גראמאטישן זאץ
♥ באשאפט אלטערנאטיווע פאקטן
♥ רופט יעדן פאקט וואס ער גלייכט נישט 'פעיק ניוז'
♥ וויל נאר לייענען אינפארמאציע פון א צענזורירטן פראפאגאנדע נייעס-קוואל
♥ האט נישט ליב קיין הינט
♥ גלייבט אז וואקסינען זענען פראבלעמאטיש
♥ גלייבט נישט אין עקסערסייז און אין עסן געזונט
איר זעט וואו איך גיי דא? ס'איז דאך פשוט אז דאס איז א פרעזידענט פון אונזערע חלומות. ס'קען גארנישט בעסער זיין! זאל ער נאר אראפציען צוויי אראנדזשע פיאות'לעך פון זיין טשופרינע, העט ער זיין א כשר'ער איד וועלכער קען זיך אויסבלאזן די נאז אין ראדני'ס האנטיכער.
יעצט ווען די דעמאקראטן אין קאלאבאראציע מיט דער מידיא פון אמעריקע און פון דער גאנצער וועלט, און אלע רעגירונגען פון דער גאנצער וועלט, זענען אויפגעקומען מיט'ן פרישן האוקס אשר בשם "קאראנע" יכונה, האט אונזער פרעזידענט ירום הודו זיך געהאלטן פעלזן שטארק צו אונזערע פרינציפן, און האט זיך נישט גערירט קיין זיז כלשהו. וואס דאקטוירים, ווען עקספערטן? ס'אלעס שטותים און נארישקייטן פון קרייאינג טשאק און קרעיזי בערני און נערוואס נענסי.
זיבן וואכן האט דער הייליגער פרעזידענט זיך געהאלטן שטארק צו אונזערע אני-מאמינ'ס, און מיר האבן געקוואלן. ווי עלטערן וועלכע קוועלן פון זייער קינד'ס ערשטן "מאמי".
אבער ליידער איז דער פרעזידענט נעכטן געגאנגען OTD, און האט אנגענומען וואס די וויסנשאפטלער און דאקטוירים זאגן אז קאראנע שמאראנע איז אמת. ס'איז ממש א ווייטאג אז א פרעזידענט וועלכער האט אונז אזוי שיין געדינט, איז אויך געפאלן א קרבן צו #פעיק_ניוז און ליבעראלע סייענטיסטן.
מיר דארפן אנפאנגען קלערן פון א נייעם פרעזידענט קאנדידאט.
יאסי געשעטעטנער?