Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • די בריונים פון אמאל און היינט זאגן "תורה מגיני ומצלי"

קאווע שטיבל • די בריונים פון אמאל און היינט זאגן "תורה מגיני ומצלי"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13622
זונטאג מערץ 15, 2020 12:11 pm#443842
די בריונים פון אמאל און היינט זאגן "תורה מגיני ומצלי"
09df.jpeg


מיט שאק האט מען אויפגענומען די ידיעה אז די חברי העדה החרדית פון ירושלים האבן ארויסגעגעבן א קול קורא וואס פארלאנגט אז תינוקות של בית רבן זאלן צוריקגיין אין חדר, קעגן די אנווייזונגען פונעם משרד הבריאות צו היטן די באפעלקערונג פונעם קאראנע וויירוס.

דער אויסרייד פון יושבי חושך רבנים איז "תורה מגינה ומצלת".

צוערשט איז וויכטיג אנצומערקן אז דאס האלטן די קינדער אינדערהיים דארף נישט זיין אזא געפערליכער ביטול תורה. די אלטערנאטיוו פאר'ן שיקן קינדער אין חדר איז נישט צו זיצן אינדערהיים און נישט לערנען. די אלטערנאטיוו איז מאכן אנליין קלאסן אז לימוד התורה זאל ווייטער אנגיין אין די היימען פון אלע אידישע קינדער. דאס מיינט אז די יושבי חושך שיקן די קינדער במקום סכנה נישט פאר די תורה'ס וועגן, נאר אז זיי זאלן חלילה נישט לערנען תורה ביי א קאמפיוטער.

הפנים, די תורה איז מגינה ומצלת אויף דעם טויטליכן קאראנע וויירוס, אבער פונעם אינטערנעט קען עס נישט מציל זיין.

דא איז נוגע וואס איך האב געהערט פון מו"ר הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצוק"ל, וועגן די בריונים ביים חורבן בית המקדש. ווי באקאנט דערציילט די גמ' אין מס' גיטין ווי אזוי רבי יוחנן בן זכאי האט פארהאנדעלט מיט טיטוס, און ווי די בריונים האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט פארהאנדלען, נאר מ'דארף ווייטער פירן דעם אויפשטאנד אויף רוים.

האט רבי אביגדור געזאגט אז די בריונים האבן געהאלטען אז מ'דארף מלחמה האלטען מיט די רומיים ווייל זיי האבן געוויסט אז ס'איז דא אסאך תורה ביי כלל ישראל, און "תורה מגיני ומצלי", דערפאר האבן זיי געהאלטען אז זיי גייען געראטעוועט ווערן פון די רומיים. רבי יוחנן בן זכאי איז אבער געוועהן א עהרליכע אמת'ע מנהיג, און ער האט געוויסט אז "תורה מגיני ומצלי" איז נאר א ברכה און א האפענונג, און נישט אייביג איז מען זוכה דערצו, און אוודאי קען מען זיך נישט פארלאזן אויף דעם. נאר מ'דארף טוהן וואס איז ריכטיג, זיך אונטערצוגעבן פאר די רומיים.

ליידער האט די בלינדקייט פון די בריונים זיך צו פארלאזן אויף תורה מגיני ומצלי געקאסט אומצאליגע אידישע נפשות און די חורבן פונעם בית ה' רח"ל.

אזוי ווי די בריונים דעמאלטס אזוי זענען די יושבי חושך היינט. זיי שיקן אונזערע תינוקות של בית רבן אין א מקום סכנה, צוליב זייערע בלינדע אמונות, און נארישע אומ'אחריות'דיגע וועג פון טראכטען.

ה' ישמרנו מהם ומהמונם.
זונטאג מערץ 15, 2020 11:03 pm#443853
עס האט גארנישט מיט מגני ומצלי, פונקט ווי די גאר נייטיגע וויכטיגע אנשטאלטן, כדוגמת דער מיליטער, בלייבען אפען מיט תנאים, אזוי אויך די גאר וויכטיגע אנשטאלטן פון תלמוד תורה בלייבן אזוי אפן. מ׳דארף היטען ווי ווייט מ׳קען, אבער נישט ביז פארמאכן די קול קול יעקב. די רעגירונג פארשטייט טאקע נישט די נייטיגקייט פון לערנען, מיר וואלטען געהאפט אז חרדים וואלטן יא.

און פארצייל נישט קיין שטותים פון סכנת נפשות, ביז ווי לאנג סכנת נפשות איז נישט כולל די אלע אנדערע ׳גאר וויכטיגע׳ עניינים.

און כדרכן של מוסר׳ניקס האט ר׳ אביגדור אראפ געשלעפט חז״ל צו זיין באגריפן, כאילו די בריונים זענען געווען צדיקים נאר פונקט זיין גירסא פון חוה״ל האבען זיי נישט געלערנט. אויף כיוצא בזה האט דער חזון איש שטארק פארדאמט זיין רבי ר׳ אייזק שער.
מאנטאג מערץ 16, 2020 1:10 am#443855
פארוואס גיבסטי אויס דיין ווייטאג אויף רבני עדה חרדית מער ווי אויף ר' חיים קינעווסקי? די גאנצע איזראעלי פרעסע איז ביזי אז ר' חיים האט געהייסן אפען לאזן די ישיבות
מאנטאג מערץ 16, 2020 1:20 am#443856
מרן הגר"ח
מאנטאג מערץ 16, 2020 7:58 am#443858
רבי חיים זאגט דאך קלאר אז יעדער וואס האט א ספק ספיקא אויס ס'איז דא ביי אים אין משפחה די ווייריס מעג נישט קומען אין חדר/ישיבה.

ווער האט נישט א ספק ספיקא?
מאנטאג מערץ 16, 2020 9:32 am#443859
Re: די בריונים פון אמאל און היינט זאגן "תורה מגיני ומצלי"
יאסל ראקאווער האט געשריבן:רבי חיים זאגט דאך קלאר אז יעדער וואס האט א ספק ספיקא אויס ס'איז דא ביי אים אין משפחה די ווייריס מעג נישט קומען אין חדר/ישיבה.

ווער האט נישט א ספק ספיקא?
איך.

וואסערע מין שטות איז דאס צו פארשפארן לערן אנשטאלטן?
ניין איך רעד נישט פון חדרים, איך רעד פון אלגעמיינע שולע.

עס איז ביי מיר קיין ספק נישט אז ווען נישט די איבערגעטריבענע סאציאלע/אלגעמיינע מידיא מצב, וואלט קיינעם נישט בייגעפאלן דאס צוטון.
מאנטאג מערץ 16, 2020 10:33 am#443862
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס האט גארנישט מיט מגני ומצלי, פונקט ווי די גאר נייטיגע וויכטיגע אנשטאלטן, כדוגמת דער מיליטער, בלייבען אפען מיט תנאים, אזוי אויך די גאר וויכטיגע אנשטאלטן פון תלמוד תורה בלייבן אזוי אפן. מ׳דארף היטען ווי ווייט מ׳קען, אבער נישט ביז פארמאכן די קול קול יעקב. די רעגירונג פארשטייט טאקע נישט די נייטיגקייט פון לערנען, מיר וואלטען געהאפט אז חרדים וואלטן יא.

עדה שרייבט יא מגיני ומצלי.
מ'קען לערנען אינדערהיים.
מאנטאג מערץ 16, 2020 10:34 am#443863
שמעון וואלף האט געשריבן:פארוואס גיבסטי אויס דיין ווייטאג אויף רבני עדה חרדית מער ווי אויף ר' חיים קינעווסקי? די גאנצע איזראעלי פרעסע איז ביזי אז ר' חיים האט געהייסן אפען לאזן די ישיבות

ר' חיים איז א יחיד, וואס יעדער ווייסט אז ער איז אינגאנצען אויסגעטוהן פון די וועלט. משא"כ עדה החרדית איז א גרופע מענטשן וואס האבן צוזאמען געמאכט די טראגישע באשליס ביי א אפיציעלע מיטינג.
מאנטאג מערץ 16, 2020 10:40 am#443864
די באשלוס פון די עדה איז געמאכט געווארן דורך גדולי תורה, חברי הבד"ץ.

די באשלוס פון בית קנייבסקי איז געמאכט געווארן דורך יענקי קנייבסקי, (דער באקאנטער גדול הדור פון רחוב רשב"ם, קבלת קהל איז אין זיין זיידע'ס הויז הגר"ח), ער האט געוואלט לערנען א לעקציע פאר ליצמאן דער שר הבריאות פון אגודה. פאר די זעלבע סיבה האט בעלא אויך נישט פארמאכט.
מאנטאג מערץ 16, 2020 4:10 pm#443875
שיטה מקובצת האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס האט גארנישט מיט מגני ומצלי, פונקט ווי די גאר נייטיגע וויכטיגע אנשטאלטן, כדוגמת דער מיליטער, בלייבען אפען מיט תנאים, אזוי אויך די גאר וויכטיגע אנשטאלטן פון תלמוד תורה בלייבן אזוי אפן. מ׳דארף היטען ווי ווייט מ׳קען, אבער נישט ביז פארמאכן די קול קול יעקב. די רעגירונג פארשטייט טאקע נישט די נייטיגקייט פון לערנען, מיר וואלטען געהאפט אז חרדים וואלטן יא.

עדה שרייבט יא מגיני ומצלי.
מ'קען לערנען אינדערהיים.

יא, מ׳קען לערנען אינדערהיים. די פקחות איז מדברי רבך? אדער דאס האסטו געלערנט פון ראביי יאווא?

דאס איז די שפראך פון מענטשן וואס ווייסן נישט וואס לערנען מיינט. זיי זוכען די תורה אין גאס, אויף די אינטרנט, צו צייטונגן. יעדער וואס ווייסט וואס לערנען באדייט, חלומ׳ט נישט פון אזעלכע נארישקייטן

דער עדה החרדית איז גארנישט קלוגער ווי דו, זיי שרייבען וואס זיי האלטן איז די פרומסטע שיטה. ר׳ חיים האט נאכגעפרעגט וואס טוט זיך, ער האט געפרעגט ביי די פאליציאנטן וואס זענען געקומען רעדן מיט אים צו די מיליטער איז טאקע פארמאכט. ווען מ׳האט מודה געווען אז עס איז אפען, האט ער געפסקנ׳ט אז מ׳זאל לערנען. אבער מיט באגרעניצונגן אז עס זאל נישט זיין מער ווי צען מענטשן אין אן ארט וכדו׳.
מאנטאג מערץ 16, 2020 6:25 pm#443878
אין די עדה איז דא א קאנפליקט, און יעדער וויל ווייזן אז זיי זענען די ריכטיגע פרומע.

דעריבער קומען זיי יעצט ארויס מיט אזא נוסח וויבאלד דאס געזונט גייט זיי נישט אזוי אן.
מאנטאג מערץ 16, 2020 7:15 pm#443880
קיינער פאלגט נישט די עדה. יעדער מוסד וואס זיי פארטרעטן, ליידט דאך סייווי פון די זעלבע מחלה. ממילא איז די צעטל פונקט ווי אלע זייער צעטליך.
ר׳ חיים, לויט וואס מיין א״י׳דיגע משפחה זאגען מיר, האט עס טאקע דורכגעטראכט לויט זיין מיינונג און אזוי געפסקנ׳ט
דינסטאג מערץ 17, 2020 12:49 am#443892
Re: די בריונים פון אמאל און היינט זאגן "תורה מגיני ומצלי"
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
שיטה מקובצת האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס האט גארנישט מיט מגני ומצלי, פונקט ווי די גאר נייטיגע וויכטיגע אנשטאלטן, כדוגמת דער מיליטער, בלייבען אפען מיט תנאים, אזוי אויך די גאר וויכטיגע אנשטאלטן פון תלמוד תורה בלייבן אזוי אפן. מ׳דארף היטען ווי ווייט מ׳קען, אבער נישט ביז פארמאכן די קול קול יעקב. די רעגירונג פארשטייט טאקע נישט די נייטיגקייט פון לערנען, מיר וואלטען געהאפט אז חרדים וואלטן יא.

עדה שרייבט יא מגיני ומצלי.
מ'קען לערנען אינדערהיים.

יא, מ׳קען לערנען אינדערהיים. די פקחות איז מדברי רבך? אדער דאס האסטו געלערנט פון ראביי יאווא?

דאס איז די שפראך פון מענטשן וואס ווייסן נישט וואס לערנען מיינט. זיי זוכען די תורה אין גאס, אויף די אינטרנט, צו צייטונגן. יעדער וואס ווייסט וואס לערנען באדייט, חלומ׳ט נישט פון אזעלכע נארישקייטן

דער עדה החרדית איז גארנישט קלוגער ווי דו, זיי שרייבען וואס זיי האלטן איז די פרומסטע שיטה. ר׳ חיים האט נאכגעפרעגט וואס טוט זיך, ער האט געפרעגט ביי די פאליציאנטן וואס זענען געקומען רעדן מיט אים צו די מיליטער איז טאקע פארמאכט. ווען מ׳האט מודה געווען אז עס איז אפען, האט ער געפסקנ׳ט אז מ׳זאל לערנען. אבער מיט באגרעניצונגן אז עס זאל נישט זיין מער ווי צען מענטשן אין אן ארט וכדו׳.
עס איז דא א קליפ ווי מען פרעגט ר' חיים וואס מען זאל טון און ער פסק'נט אין עטליכע סעקונדעס, זאגסטו אז די קליפ איז בלויז געווען א שפּיל און באמת האט ער עס יא טיף דורכגעטראכט?
דינסטאג מערץ 17, 2020 3:54 am#443897
די בריונים פון אמאל און היינט זאגן "תורה מגיני ומצלי"
מיסטער שיטה מקובצת זייער אנטשולדיגט אבער סאיז גאר קליינקעפיק דיין אנאליז , לאמיר אביסל אוועקוקען פונעם תורה ענין סאיז בכלל נישט קיין יושר זיך נישט צו רעכענען מיט אונזערע היימישע פאמיליעס וואס זענען געבענטש׳ט מיט צאללאזע קינדער כ׳גיי נישט אריין אינעם געבארט קאנטראל ענין סאיז א דיון בפני עצמו אבער סאיז ווי נישט ווי אנדערש ביי אונז ווי ביי די פרייע און די אומשולדיגע מאמעס (און טאטעס) האבן רעכט צו אטעמען ווי אויך די אונליין קלאסען איז בכלל נישט רעלאווענט מן הסתם זענט איר א בחור אדער שנה ראשונה און איר באגרייפט נישט די באדייט איבערצולאזן אן אומשולדיג פרוי מיט א שטוב פיל מיט פיצלעך און בוגרת׳עס
דינסטאג מערץ 17, 2020 8:11 am#443900
עה, ווען עס איז דא בוגרת'ן איז גוט, קענען זיי העלפען.

היות די שולעס זענען פארמאכט, דארף מען איינפירן אז די מיידלעך זאלען גיין העלפן אנדערע משפחות.

ב.ד.וו. אפשר ווייזט מען פין הימעל אז עס איז נישט קיין מהלך צו האבן אזויפיל קינדער, וואס כידוע איז נישט געבויט אויף קיינע אמת'ע עבודות.
דינסטאג מערץ 17, 2020 11:44 am#443906
די בריונים פון אמאל און היינט זאגן "תורה מגיני ומצלי"
אישתישבי האט געשריבן:עה, ווען עס איז דא בוגרת'ן איז גוט, קענען זיי העלפען.

היות די שולעס זענען פארמאכט, דארף מען איינפירן אז די מיידלעך זאלען גיין העלפן אנדערע משפחות.

ב.ד.וו. אפשר ווייזט מען פין הימעל אז עס איז נישט קיין מהלך צו האבן אזויפיל קינדער, וואס כידוע איז נישט געבויט אויף קיינע אמת'ע עבודות.


@אישתישבי וועגן דעים האב איך מקדים געווען אז איך גיי נישט אריין אין די ענין פון געבארט קאנטראל אין ס׳קען גאר מעגליך זיין דו האסט א שטארקען פוינט, וואס איך באמערק בסך הכל אז למעשה איז די מציאות נישט אזוי אין די פרויען (און מענער) זענען זיכער אין דעים נישט שולדיג,
דינסטאג מערץ 17, 2020 4:26 pm#443915
Re: די בריונים פון אמאל און היינט זאגן "תורה מגיני ומצלי"
דינסטאג מערץ 17, 2020 6:00 pm#443920
@זעקל, ווער וואגט זיך אפילו צו טראכטן פון די אייגענע באקוועמליכקייט ווען מרעדט פון סכנת נפשות??
מענטשען גייען פגרן און די זאגרסט זיך וויזוי זיך צו ספראווען מיט דיינע צוועלף קינדער?
דינסטאג מערץ 17, 2020 6:21 pm#443921
Re: די בריונים פון אמאל און היינט זאגן "תורה מגיני ומצלי"
real fake news האט געשריבן:@זעקל, ווער וואגט זיך אפילו צו טראכטן פון די אייגענע באקוועמליכקייט ווען מרעדט פון סכנת נפשות??
מענטשען גייען פגרן און די זאגרסט זיך וויזוי זיך צו ספראווען מיט דיינע צוועלף קינדער?


@real fake news קיינער פייגערט נישט האק נישט קיין טשייניק סאיז real fake news פליז הער אויף אנצוזייען א פאניק און לאז לעבן
מיטוואך מערץ 18, 2020 6:21 am#443954
ביידע סאטמארע רבי'ס האבן פארמאכט אלעס.
מיטוואך מערץ 18, 2020 6:46 am#443955
Re: די בריונים פון אמאל און היינט זאגן "תורה מגיני ומצלי"
אישתישבי האט געשריבן:ביידע סאטמארע רבי'ס האבן פארמאכט אלעס.

l viewtopic.php?p=443874&sid=4e172b1d5652a1a316bd6298667ee08c#p443874 l