Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!

קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13624
מאנטאג מערץ 16, 2020 10:04 pm#443886
קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
עס איז דא אן ערענסטע מעגליכקייט אז מיר גייען אנקומען צום מאקסימום וויפיל אונזערע נערוון קענען דערהייבן. ווי נישט ווי, אז די קינדער גייען נישט אין חדר/שולע וועלן זיי טאנצן די מאמען אויף די געהירן, איז לא ימלט אז סוכ"ס וועט דאס ווייב טרעטן אויף דיינע.

שטעל איך דא אוועק א ווינקל פאר ליצנותא דע"ז, צו טרייבן שפאס פון אלס וואס האט שייכות מיט קראנע.
מאנטאג מערץ 16, 2020 10:14 pm#443887
לאמיר אנהייבן ווער עס האט איז געבעטן צו צולייגן.
מאנטאג מערץ 16, 2020 10:28 pm#443888
You know what should be flying off the shelves right now?

Matzah, in bulk packages.

The stuff takes years to expire, keeps you full, and most importantly of all, lends itself to the kind of constipation that requires very little toilet paper

__________________________________________

יעדעס מאל פאר משיח קומט געשעהן די סארט זאכן... ;)
מאנטאג מערץ 16, 2020 11:00 pm#443889
וואס #כח_היחיד האט נישט געקענט באווייזן האט קאראנא באוויזן.

#קאנספיראציע
אפשר גאר איז די גאנצע זאך נאך א קאמפיין פון כח_היחיד?
דינסטאג מערץ 17, 2020 12:14 am#443891
נישט געזארגט...
דינסטאג מערץ 17, 2020 8:34 pm#443926
אויף קול מבשר זאגט איינער פאר דרעזנער אז מען זאל חלילא נישט געבן קיין Ibuprofen פאר איינער וואס האט די קראונע. פרעגט אים דרעזנער און וואס טיט זיך מיט Mutrin? ענטפערט אים: איך האב נישט געהערט אויף מאטרין אבער Ibuprofen נישט.
מיטוואך מערץ 18, 2020 3:06 pm#443978
בילד
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 4:54 pm#444016
.
זונטאג מערץ 22, 2020 3:19 pm#444118
זענט איר באזארגט אז איר וועט אויסלויפן פון וויש-פאפיר קודם הקץ?
דאגה'ט נישט, there's an app for that.
m https://howmuchtoiletpaper.com m
מאנטאג מערץ 23, 2020 5:51 pm#444178
c/p

ווייס איך שוין נישט וועלכע יום טוב איז יעצט:

מען דרייט זיך מיט סליפערס אזוי ווי תשעה באב

מען גייט מיט מאסקס אזוי ווי פורים

מען ציטערט אזוי ווי ראש השנה

מען הונגערט אזוי ווי יום כיפור

מען עסט נאר אינדערויסן אזוי ווי סוכות

מען זיצט ביים פענסטער אזוי ווי חנוכה

מען עסט פירות אזוי ווי חמשה עשר

יעדער דרייט זיך מיט טישוס אין די האנט אזוי ווי פאר פסח

מען מאכט סעודות די גאנצע משפחה און מען שלאפט נאכמיטאג אזוי ווי שבת
מאנטאג מערץ 23, 2020 8:36 pm#444184
קפ

כהאב געזאגט פאר מיינע קינדער מגייט נישט ארויס אויפן פארטש,
מגיימער עס איבערלאזן פאר חול המועד.
מאנטאג מערץ 23, 2020 11:22 pm#444194
דער גאנצער וועלט איז איצטער אזוי ווי א עראפלאן !
די גויים זיצן און קוקען TV
און די אידעלעך דרייען זיך ארום און מאכן מנינים...
מאנטאג מערץ 23, 2020 11:23 pm#444195
זאגט מיר מיין חבר אז ער האט אוועקגעשיקט זיין קינד פון היים-חדר
וויבאלד זיין טאטע האט אין באזיץ א "סמארטפאון"
מיטוואך מערץ 25, 2020 7:03 pm#444293
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
‏איך האב געוואוסט אז בעפאר משיח קומט גייט זיין מלחמת גוג ומגוג.

כ׳האב אבער נישט געוואוסט אז ס׳גייט זיין אין מיין הויז....
מיטוואך מערץ 25, 2020 7:20 pm#444294
די היי יאריגע שפיל וועט הייסן ׳אונטערן פיס׳...
פרייטאג אפריל 03, 2020 1:49 am#445071
מישהו יודע כמה זה שני מטר בשיעור חזון איש?
דינסטאג מאי 05, 2020 7:32 pm#447812
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
2019: שטיי ווייט פון נעגאטיווע מענטשן. 2020: שטיי ווייט פון פאזיטיווע מענטשן.

עולם הפוך ראיתי. קינדער זאגן פאר די עלטערן אז זיי קענען נישט ארויסגיין פון דערהיים אן רשות.

אויב מיינסטו מיר לעבן יעצט דורך א שווערע צייט ווארט נאר ווארט. אין צוואנציג יאר וועלן מיר האבן א פרעזידענט, קאנגרעס און סענאט מחונך דורך פוילע, אומעפעקטיווע מחנכים.

קאראונע האט באוויזן וואס קיין שום ווייב האט נישט געקענט. ספארטס איז קענסעלד, באר'ס זענען פארמאכט און מענער בלייבן אינדערהיים.
דינסטאג מאי 05, 2020 10:27 pm#447829
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
גיי לערן מיט א פרוי ברטנורא...
20200504_232719.jpg
מיטוואך מאי 06, 2020 7:37 am#447857
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
גוטע צייטן געווען אמאל...
b2f6a86d72166450565a66eb2c74b737.jpg
מיטוואך מאי 06, 2020 12:30 pm#447897
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
יענקל האט גענומען זיין ווייב צום דאקטאר צו נעמען דעם קאראנא טעסט.

צוויי טעג שפעטער באקומט ער א רוף פונעם דאקטאר: עס טוט מיר וויי דיר צו מעלדן אז עס האבן זיך פארטוישט די טעסט רעזולטאטן פון דיין ווייב מיט א צווייטנס, יעצט ווייסן אונז נישט צי זי האט קאראנא אדער אלצהיימערס...

יענקל ווערט צעמישט און פרעגט: איז וואס טוה איך יעצט?

דאקטאר: נעם איר אויף א לאנגע שפאציר און לאז איר איבער ערגעץ ווייט פונדערהיים, אויב געדענקט זי דעם וועג אהיים, דאן עפען איר נישט די טיר.....
דינסטאג מאי 19, 2020 12:22 am#448933
Re: קאראנא: א שטרוי אין ברויזענדן שטורעם. געב א שמייכל!
דאס האט מיר דערמאנט די ווערטל פון בוש מיטן סעקרעטאר.
WHO01.jpg
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 6:03 pm#458871
א נייע געדאנק פאר מפואר צי אנהייבן מאכן לעדערנע דערפון פאר די שילן ווי מען טיילט אויס די עליות קארטלעך
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 3:34 pm#459409
2020-09-24.png
-
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 12:28 am#459435
החוקר האט געשריבן:דאס האט מיר דערמאנט די ווערטל פון בוש מיטן סעקרעטאר.
WHO01.jpg

און דיין ווערטל דעמאנט מיר פון דעם

m https://youtu.be/UJH66PmtNk8 m