מאך זיכער האט געשריבן:איך ליג אין בעט ווייל איך בין געשטאנען נעבן איינער וואס ווייזט סימפטאמען, אבער כ'האב נישט קיין פיבער.
עס איז מיר זייער אינטערסאנט ווייל פאר פורים האב איך באקומען שרעקליכע פיבער און רוקן וויי מיט קאנסטיפעישן, דריי סימפטאמען פון די וויירוס, אבער דער דאקטאר האט מיר געזאגט אז עס איז די פלו, איך בין נישט געגאנגען ארבעטן פאר א וואך און עס איז מיר בעסער געווארן.
יעצט קלער איך אז אפשר האב איך שוין געהאט די וויירוס אבער איך ווייס נישט וואו זיך צו טעסטן.
אויב שוין געהאט, וואס עפעס זיך נאך אלץ טעסטן, ממה נפשך, קען מען עס נישט נאך אמאל באקומען איז דאך גאר גוט, וואס פעהלט אויס די טעסט, קען מען עס יא באקומען וואס העלפט די טעסט.
אויב וועסטו ענטפערן, אז איך ווייס אז איך האב שוין באקומען דארף איך שוין נישט אכטונג גיבן, שתי תשובות לדבר (שאלות)
מאן יאמר אז מען קען עס נישט באקומען צוויי מאל, ערגעץ ווי איז באשטעטיגט געווארן אזא פאקט ?
צווייטענס אם תמצא לאמר, אז עס איז יא באשטעטיגט געווארן אז צוויי מאל קאראנא איז נישט שייך צו האבן, דארף מען זיך נאך אלץ אכטונג גיבן און זיין אויסגעהאלטן מיט אלע כללים פון היידזשין, טאמער נישט ח״ו קלעבן זיך אן מחלות אויפן מענטש אשר לא כתוב בספר הזה ל״ע. ע״כ איז זייער ראטזאם זיך כסדר אכטונג צו גיבן.
בעסער אדער שוואכער אכטונג גיבן איז בכלל נישט שייך לפי מיין ״מיינונג״
ביי אונז ביי דער ארבעט זיצט אן עלטערער שסר (א גוי) וואס איז ממש משוגע לאותו דבר (היידזשין) ער וואשט די הענטלעך פונעם טיר פאר ער עפענט עס מיט זיין בלויזער האנט. ער דרייט זיך שוין מיטן מאסק אויף זיין גזוכט זינט די שוויין פלו, ממש או.סי.די. אין די ענינים במלאו מובן המלה.
איי העוו ניוס פאר יא ער ליגט א פגר פון קאראנא.
ווי געוואלד האט ער דאס אויפגעפיקט ווייסט נאר איין איינציגער גאט וואס איז משגיח פרטי אויף יעדער פרט וואס געפינט זיך דא אויף דעם עולם השפל.
ווער יא וויירוס, ווער נישט וויירוס איז אלעס ער, הוא בלבדו עשה ועושה ויעשה כל המעשים.
ע״כ מען דארף טוהן די נארמאלסטע השתדלות וואס עס איז שייך ביזן גיין משוגע, ולא עד בכלל, פון דארט און ווייטער לאז דעם עקספעריענס בורא כביכול פירן זיין וועלט. אויב מיט דיין שכל האלסטו אז ער מאכט א טעות ח״ו, ער איז גרייט מיט דיר זיך מתווכח צו זיין אבער.
יא גאט ער גאו טא הים פאר די דיבעיט.
אויב ווילסטו עס טאקע דיבעיטן מיטן כל יכול דאן גיב זיך טאקע נישט אכטונג בכלל.
א גוטער נאכט
מיינונג
Sent from my iPhone using Tapatalk