Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • שיקט א "וועקער" פאר אייער טאטן אדער זיידן - אומזיסט!

קאווע שטיבל • שיקט א "וועקער" פאר אייער טאטן אדער זיידן - אומזיסט!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13646
דינסטאג מערץ 24, 2020 4:31 pm#444229
שיקט א "וועקער" פאר אייער טאטן אדער זיידן - אומזיסט!
אין ליכט פון דעם יעצטיגן מצב וואס מ'איז כלוא בבית זיך צו שיצן פון קאראנא, וואס בפרט איז דאס שווער פאר די עלטערע פון העכער 60 וועלכע קענען ניטאמאל האבן באזוכער, האט א חשוב'ער נדבן באוויליגט צו שיקן א וועקער פאר אידן וואס זענען העכער 60 און וועלן הנאה האבן פון לייענען די הערליכע אקטועלע ארטיקלען.

אז איר האלט אז ער וועט הנאה האבן פונעם "וועקער", שיקט אונז אריין דא אין אישי דעם נאמען און פולן אדרעס פון אייער טאטן / זיידן / באבן / מומע / חבר / וואס איז העכער די 60 (אדער אפילו אייך אליין אויב זענט איר אין דעם יארגאנג), און מיר וועלן אפשיקן א וועקער גענצליך אומזיסט!

דער נאמען און אדרעס זאל זיין גענוי ווי עס ערשיינט אין דעם "ביזנעס דירעקטארי" טעלעפאן בוך.

איר קענט אויך אריינשיקן די אינפארמאציע אויף אונזער אימעיל אדרעס e vekerjournal@gmail.com e .



לע"נ פייגא רחל בת ר' פינחס ע"ה
*limited supply
דינסטאג מערץ 24, 2020 5:09 pm#444233
נישט מקנא די נשמה פון פיגא רחל...
דינסטאג מערץ 24, 2020 7:37 pm#444242
Re: שיקט א "וועקער" פאר אייער טאטן אדער זיידן - אומזיסט!
ליפא האט געשריבן:נישט מקנא די נשמה פון פיגא רחל...
פארקערט. ס׳איז דאך ידוע אז שיטתם של הרמב״ם והרלב״ג ועוד ראשונים (האריסטוטליים) בהישארת הנפש לאחר המות איז אז דאס איז תלוי אין די חכמה ומושכלות וואס די שכל האט קונה געווען בחיותה, וואס דאדורך קען עס זיך מתדבק זיין אינ׳ם שכל הפועל. יעצט, אזא אויסגאבע ווי דער וועקער איז בפרט נוגע לענין קנין חכמה ומושכלות אמתיות, ובפרט בשילוב תורה ומדע. נו, האט עס דאך זיכער א שייכות צו עליית נשמה.

פארשטייט זיך אז אין די נושא פון טוהן עפעס ״לעילוי נשמת״ איז מן הראוי לציין צו סליפקין׳ס שיעור אין די נושא.
דינסטאג מערץ 24, 2020 8:51 pm#444245
מיר האבן שוין ארויסגעשיקט 30 וועקערס צו אידן בני שישים. כאפט אריין ווי לאנג עס איז נאך דא!

געדענקט דריי תנאים:
1. זעכציג און העכער;
2. א איד וואס וועט הנאה האבן דערפון;
3. שיק אריין דעם נאמען און אדרעס גענוי ווי עס ערשיינט אינעם "ביזנעס דירעקטארי".
מיטוואך מערץ 25, 2020 8:34 am#444269
55 וועקערס פאר בני שישים ולמעלה ארויסגעשיקט. מיר וועלן גיין ביז 100.
מיטוואך מערץ 25, 2020 5:24 pm#444284
88 וועקערס געשיקט פאר בני שישים.
נאך 12 געבליבן. כאפט אריין!
מיטוואך מערץ 25, 2020 5:33 pm#444285
Re: שיקט א "וועקער" פאר אייער טאטן אדער זיידן - אומזיסט!
ענגלאנד אויך?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
מיטוואך מערץ 25, 2020 5:42 pm#444286
נאר די פאראייניגטע שטאטן.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 10:40 am#444328
ווי קען מען עס קויפט לאקאל ?
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:37 am#444334
מיר האבן ארויסגעשיקט 100 קאפיעס ועוד אחד פאר אידן בני שישים ולמעלה. א גרויסן דאנק פאר'ן טייערן נדבן וואס האט דאס ערמעגליכט.