Under maintenance
הויפט זייט » פארוואס מאכן מיר חתונות אינמיטן די קאראנא מגיפה

פארוואס מאכן מיר חתונות אינמיטן די קאראנא מגיפה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13655
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 12:18 am#444314
פארוואס מאכן מיר חתונות אינמיטן די קאראנא מגיפה
די צווישן אונז מיט א נטיה פאר חכמת הנפש וואונדערן זיך איבער דער פסיכאלאגיע וואס טרייבט מחותנים צו חתונה מאכן זייער קינד תוך אריינברענגען אלע זייערע געסט אין א סכנת חיים. דער טאג פון חתונה מאכן א קינד איז דאך א צייט ווען מ'וויל די מערסטע זכותים וואס איז שייך. צי איז דען רואיג אויפ'ן געוויסן אז מ'שטעלט אוועק די קינדער אנצופאנגען זייער נייעם לעבן אויף דעם מזבח פון לייגן צענדליגער מענטשן אין א סכנה? (כ'רעד פון די אלע קאראנא-חתונות וועלכע ווערן געזען אויף קליפס, וואס אין יעדע איינע פון זיי שטייען מענטשן נאנט איינער צום צווייטן, מתוך סכנת חיים.)

זענען די אלע האקוס-פאקוס מיסטישע איינרעדענישן כאילו מ'טאר נישט אפשטופן א חתונה שטערקער פון דעם פשוט'ן מציאות אז דאס בלוט פון דיינע חתונה-געסט איז רויטער און מער אמת ווי די אלע שטותים והבלים?

נאר כ'קלער אזוי. ס'איז קושיא מעיקרא ליתא. די גאנצע קושיא איז געבויט אויף דער הנחה אז דא רעדט מען פון ראציאנאלע עלטערן וואס האבן געטראפן א פאסיגן שידוך פאר זייערע קינדער, און זיי גייען יעצט טון זייער פליכט אלס עלטערן צוצושטעלן א חתונה אז די קינדער זאלן קענען אנפאנגען זייער לעבן. ווען דאס וואלט געווען די כוונה פון דער חתונה וואלט מיין קושיא געווען א שטארקע, לאמר, ווי קענסטו חתונה מאכן דיינע קינדער אויף דאס בלוט פון אידן?

אבער ס'איז דאך נישט אזוי. דאס חתונה מאכן איז דאס שפיץ דערגרייכונג אין אונזער געזעלשאפט, וואו א בחור'ל און א מיידל שפילן גראדע א זייטיגע ראלע. די מחותנים ארבעטן אויף דעם מאמענט נישט פון ווען מ'האט געשלאסן דעם שידוך, נאר דאס גאנצע דראנג פאר שידוכים און חתונה טרייבט שוין זייער לעבן פאר די לעצטע צוואנציג יאר. וואס זיי טוען זיך אן, וואו זיי שיקן די קינדער אין שולע, וואספארא קאר, אין וועלכן ביהמ"ד ער דאוונט, וויאזוי ער פירט זיך אויף אין זיין דזשאב, וועלכער קאנטרי, וואספארא לימודים ער לערנט, וועלכע שיעורים זי הערט, אלעס איז אוועקגעשטעלט צוצוקומען לתכלית הנרצה צו "טון א שידוך" און "מאכן א חתונה".

דאס ביסל פיקוח נפש פון די 50 אידן ביי דער קאראנא-חתונה איז א וויץ קעגן די ימ'ען בלוט וואס זענען פארגאסן געווארן פון זיך, די קינדער, און אלע ארומיגע, אז מ'זאל צוקומען צו דער הייליגער חתונה. די מחותנים ווערן געטריבן צו פארגעסן די יעצטיגע סכנה דורך זייער צענדליגער יארן אינוועסטירונג פון בלוט און שווייס אז זיי זענען קענען שיינען אין אט געזעלשאפטליכער שפיץ פון "חתונה מאכן".

גיי רעד שכל צו אזא מחותן. בלוט זאל זיך גיסן און א חתונה וועט זיין.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:08 am#444315
היבש איבערגעטריבן.
די חתונה זעלבסט שטעלט קיינעם נישט אין סכנה. די וואס קומען צו חתונות טרעפן זיך אגאנצן טאג סייווי מיט מענטשן, און די וואס זענען קווארענטינט גייען טאקע נישט צו די חתונות,אפילו גאר נאנטע משפחה.
דער וואס גייט יא און שטייט נאנט צו אנדערע, איז מתחייב בנפשו, אבער וואס איז דער מחותן שולדיג?
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:23 am#444316
ביי די ''מאדערנע'' קרייזן האט מען דען יא אפגעשטיפט חתונות? שטימט נישט דיין פשט
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:49 am#444317
Re: פארוואס מאכן מיר חתונות אינמיטן די קאראנא מגיפה
איך ווייס נישט פארוואס מען האט אין די לעצטע דורות (צוויי דריי הונדרעט יאר?) אדער אפילו טויזענט יאר אזוי מקפיד געווען אבער ווי העניך זאגט, וואס קען זיין וויכטיגער ווי פיקוח נפש? אפשר האלט מען אז ס'איז א זכות פאר די כלל.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 7:43 am#444325
דער שרייבער פרעגט "פארוואס מאכן מיר חתונה אינמיטן די קאראנע וויירוס", די קשיא איז "פארוואס מאכן מיר חתונה" בכלל? פארוואס טוען מיר וואס אימער? און דער תירוץ איז אז מיר טוען ווייל אזוי טוט מען. פארוואס גייט מען מיט א רעקל? אממ?? כ'ווייס נישט, אזוי גייט מען. פארוואס הייבט מען אויף די חתן ביי "עוד ישמע"? פארוואס זינגט מען בכלל עוד ישמע בניגון הידוע? ווייל אזוי. ביי אונז טוט מען אלעס מיט א מאנאטאנישן סיסטעם אן טראכטן, אזוי "קומט", כ'מיין וויאזוי אנדערש? מענטשן גייען נישט אין מקוה ווייל זיי האבן דורכגעטראכט און באשלאסן אז עס איז זייער וויכטיג יעצט, מסתם ווייסט ער אפילו נישט די מקורות בנוגע יא אדער נישט גיין אין מקוה. ער גייט ווייל וויאזוי קען מעו דאווענען אן דעם? כ'מיין, פערציג יאר טוט ער שוין דעם רוטין יעדן טאג ער ווייסט אפילו נישט וויאזוי צוטאן אנדערש. זיינע הענט לויפן אויטאמאטיש אויף די קנעפלעך זיך אויסצוטאן פאר'ן תפילין לייגן. אין אונזער סאסייעטי זענען זאכן געווארן אזוי פארשטיינערט אז דאס גאנצע לעבן פירט זיך אויטאמאטיש און ראבאטיש, א מענטש מאכט חתונה ווייל וואס הייסט? אפשטופן די חתונה? כ' מיין, קיינער האט עס נאכנישט געטון, עס איז מאדנע, מען קען בכלל? מען מאכט חתונה ווייל אזוי קומט, אפגעזען צו דער חתן איז שוין גרייט, צו ער האט ליב די כלה, צו דער טאטע האט געלט אדער עניטינג, ביי אכצן יאר טוט מען א שידוך ווייל דאס טוט מען. האפנטליך וועט דער מצב אביסל טוישן דעם מענטאליטעט און געבן אביסל אפשענס פאר'ן ציבור.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 10:04 am#444327
די סיבה פארוואס מען שטיפט נישט אפ קיין חתנות איז נישט ווייל "קיינער האט עס נאך נישט געטראכט" נישט ווייל די עיקור פון לעבן איז אנצוקומען צו די חתנה אזויווי העניך זאגט. זייטזשע מיר מוחל איז זענט פשוט אומוויסנד.

לויט ווי עס ווערט געברענגט אין קבלה איז זייער א הארבע זאך אפצושטיפן א חתנה, עס ברענגט א שלעכט מזל פארן פארפאלק.

טאטע מאמע גיבן זיך אוועק יארן אויפצוברענגען א קינד, אין אים/איר קענען פירן אינטער די חופה בשעה טובה, אין זיי זאלן אויסלעבן זייערע יארן מיט אסאך מזל, אפשטיפן די חתנה לייגט דאס אריין AT RISK

קען זיין אז איר גלייבט נישט אין די פאקט אז עס ברענגט שלעכט מזל, אבער אזוי האלטן אלע חסודישע אידן, וממילא איז קשיא מעיקורא ליתא
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 10:47 am#444329
פארוואס מאכן מיר חתונות אינמיטן די קאראנא מגיפה
נו, אט דאס איז וואס ATUB @העניך ATUB וויל ארויסברענגען. דהיינו, איז די דבר קבלה דוחה שאלת (ספק) פיקוח נפש? אין אנדערע ווערטער, ס׳איז משמע מדבריך אז דו ביסט מודה אז ווען נישט די מזל זאך מדברי קבלה וואלט מען להלכה געדארפט מדחה זיין די חתונה מכח דינא דגמרא בכל מקום שיש אפילו ספק סכנת נפשות. יעצט זאל קומען דברי קבלה און דוחה זיין די הלכה? (ואגב, עיין במחצית השקל באו״ח סימן רעא ס״ק ד. והיינו אפילו בשיטתו/דרכו של המ״א שמחשיב פסקי הזוהר להלכה. ועיין ביו״ד סימן קצב סעיף ג וואו ס׳איז משמע אז מ׳דינא דגמרא וראשונים האט מען נישט אנגעקוקט אזוי אזוי הארב דאס אפשטיפן א חתונה ע״ש. וממילא כ״ש במקום סכנה.)

דאס קען בכלל ווייטער אריינגיין אין די אור-אלטע טענשאן צווישן די ראציאנאלע מהלך אין אידישקייט און די מיסטישע מהלך דערין.

ובענין האשכול בכלל, דאס טאקע ווייזט אויף די פראבלעם ווען די מושג פון ״האבן״ חתונה ווערט פארוואנדלט אין צו ״מאכן״ חתונה ודוק. :(
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:12 am#444330
ליפא האט געשריבן:ביי די ''מאדערנע'' קרייזן האט מען דען יא אפגעשטיפט חתונות? שטימט נישט דיין פשט

כ'ווייס נישט וואס טוט זיך ביי די "מאדערנע". אז דו ווייסט קענסטו שרייבן אן אנאליז.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:14 am#444331
1111 האט געשריבן:די סיבה פארוואס מען שטיפט נישט אפ קיין חתנות איז נישט ווייל "קיינער האט עס נאך נישט געטראכט" נישט ווייל די עיקור פון לעבן איז אנצוקומען צו די חתנה אזויווי העניך זאגט. זייטזשע מיר מוחל איז זענט פשוט אומוויסנד.

לויט ווי עס ווערט געברענגט אין קבלה איז זייער א הארבע זאך אפצושטיפן א חתנה, עס ברענגט א שלעכט מזל פארן פארפאלק.

טאטע מאמע גיבן זיך אוועק יארן אויפצוברענגען א קינד, אין אים/איר קענען פירן אינטער די חופה בשעה טובה, אין זיי זאלן אויסלעבן זייערע יארן מיט אסאך מזל, אפשטיפן די חתנה לייגט דאס אריין AT RISK

קען זיין אז איר גלייבט נישט אין די פאקט אז עס ברענגט שלעכט מזל, אבער אזוי האלטן אלע חסודישע אידן, וממילא איז קשיא מעיקורא ליתא

עפעס א האקוס פאקוס וואס שטייט אפשר ערגעץ "ברענגט שלעכטע מזל," אבער אנשטעקן אידן מיט קאראנא ביי דיין חתונה ברענגט נישט קיין שלעכטער מזל. דער לאגיק איז מרפסין איגרא.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:31 am#444333
Re: פארוואס מאכן מיר חתונות אינמיטן די קאראנא מגיפה
די ריזיגע "סכנה" און "שפיכת דם" איז אביסל איבערגעטריבן.

קיינער איז נישט מחוייב צי קומען
די וואס קומען האבן עס אדער שוין געהאט אדער פלאנען ממילא צי באקומען
האבן נישט מורא פון דעם

עלטערע מענטשן דארפן זיין איזאלירט. עס קומט נישט אריין דא
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:44 am#444335
Re: פארוואס מאכן מיר חתונות אינמיטן די קאראנא מגיפה
מ׳קען נאך זאגן א רמז אין דעם נישט צו מאכן חתונות בעת כזאת, אז אונז ווייסן מיר אז ס׳דא א קשר בין נישואין וקריעת ים סוף (סוטה ב.). און ביי קריעת י״ס זאגט די מכילתא אז ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי. ביי די נביאות פון יחזקאל טרעפן מיר (חגיגה יג:), אין די קאנטעקסט פון מעשה מרכבה/כבוד ה׳, אז ישעיה הנביא האט דאס פונקט אזוי געזעהן (און אין נאך א גרעסערע מדריגה).

יעצט, ישעיה האט נביאות געזאגט וועגן די מרכבה ווען עוזיהו המלך איז געווארן א מצורע (ישעיה פרק ו). און ביי צרעת טרעפן מיר אן ענין פון קוואראנטין, ועכ״כ אז דאס קען זיין א פרעצעדענט פאר ווי אזוי מ׳דארף זיך פירן ביי אן אינפעקשאָס מחלה ל״ע. וממילא ביי נישואין, וואס איז מקושר לקריעת י״ס וואס דעמאלטס האט מען געזעהן מער ווי יחזקאל וכמראתו של ישעיה, בעת אן אינפעקשאָס מחלה דארף מען זיך פירן ווי א מצורע גענצליך בדד ולפרוש מאשה (כריתות ח:) ונישואין, וואס נביאותו של ישעיה בזה התחיל בעת צרעתו של עזיהו.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 12:16 pm#444336
קענענדיג אפאר פון די מחותנים, שטעלט זיך ארויס דאס בילד פארקערט.

יעדער מחותן, מחותנת'טע, זיידע, באבע, חתן און כלה וואלט געוואלט אפשטופן די חתונה צו מאכן א נארמאלע שיינע שמחה. די סיבה פארוואס זיי נאכן יעצט חתונה איז נישט ווי העניך שרייבט, (וואס איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין) נאר צוליב די הארבקייט פון אפשטופן א חתונה.

לענ"ד, אויב זאל דאס ברענגען א רעוואלוציע פון ביליגע קליינע חתונות, וועט ארויסקומען א ריזיגע טובה פון דעם גאנצן וויירוס.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 12:32 pm#444337
Re: פארוואס מאכן מיר חתונות אינמיטן די קאראנא מגיפה
מי אני האט געשריבן:נו, אט דאס איז וואס @העניך וויל ארויסברענגען. דהיינו, איז די דבר קבלה דוחה שאלת (ספק) פיקוח נפש? אין אנדערע ווערטער, ס׳איז משמע מדבריך אז דו ביסט מודה אז ווען נישט די מזל זאך מדברי קבלה וואלט מען להלכה געדארפט מדחה זיין די חתונה מכח דינא דגמרא בכל מקום שיש אפילו ספק סכנת נפשות. יעצט זאל קומען דברי קבלה און דוחה זיין די הלכה? (ואגב, עיין במחצית השקל באו״ח סימן רעא ס״ק ד. והיינו אפילו בשיטתו/דרכו של המ״א שמחשיב פסקי הזוהר להלכה. ועיין ביו״ד סימן קצב סעיף ג וואו ס׳איז משמע אז מ׳דינא דגמרא וראשונים האט מען נישט אנגעקוקט אזוי אזוי הארב דאס אפשטיפן א חתונה ע״ש. וממילא כ״ש במקום סכנה.)

דאס קען בכלל ווייטער אריינגיין אין די אור-אלטע טענשאן צווישן די ראציאנאלע מהלך אין אידישקייט און די מיסטישע מהלך דערין.

ובענין האשכול בכלל, דאס טאקע ווייזט אויף די פראבלעם ווען די מושג פון ״האבן״ חתונה ווערט פארוואנדלט אין צו ״מאכן״ חתונה ודוק. :(
ביז די וואך זונטאג איז אלע חתונות געווען לויט די געזעץ די געזעץ האט געלאזט האבן 50 מענטשן א בנין
איך וויל אייך נישט זאגן ווי וועם עטס זענטס גלייך


Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:14 pm#444342
אן אריינגיין אין דעם תוכן פונעם ארטיקל וויל איך דיר קאמפלימענטירן פאר'ן שיינעם שרייבן סטיל. דו נוצט ריכטיג י'ס און ו'ס. דו ווייסט צו אונטערשיידן צווישן צי און צו; די דאס דער, און נאך.

לגבי חתונות - איך האלט אז ס'איז א גוטע צייט צו אנהייבן מאכן בעקיארד חתונות. כח היחיד מיט קאראנא קענען אויפטון וואס די תקנות האבן נישט געקענט.

און גערעכט זענען טאקע די וואס פרעגן - פאר וועלכן שווארץ יאר דארף מען בכלל חתונה מאכן? חתונה האבן דארף זיין אן אינדיווידואלער באשלוס. איך האב שוין פון לאנג געזאגט מיינע קינדער אז איך גיי זיי נישט חתונה מאכן אין א סדר. ווער ס'וויל חתונה האבן ערשט זאל גיין קודם און ווער ס'וויל נישט איז נישט. איך וועל זיי ליב האבן סינגל צי געהייראט די זעלבע.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm#444343
Billy האט געשריבן:אן אריינגיין אין דעם תוכן פונעם ארטיקל וויל איך דיר קאמפלימענטירן פאר'ן שיינעם שרייבן סטיל. דו נוצט ריכטיג י'ס און ו'ס. דו ווייסט צו אונטערשיידן צווישן צי און צו; די דאס דער, און נאך.

לגבי חתונות - איך האלט אז ס'איז א גוטע צייט צו אנהייבן מאכן בעקיארד חתונות. כח היחיד מיט קאראנא קענען אויפטון וואס די תקנות האבן נישט געקענט.

און גערעכט זענען טאקע די וואס פרעגן - פאר וועלכן שווארץ יאר דארף מען בכלל חתונה מאכן? חתונה האבן דארף זיין אן אינדיווידואלער באשלוס. איך האב שוין פון לאנג געזאגט מיינע קינדער אז איך גיי זיי נישט חתונה מאכן אין א סדר. ווער ס'וויל חתונה האבן ערשט זאל גיין קודם און ווער ס'וויל נישט איז נישט. איך וועל זיי ליב האבן סינגל צי געהייראט די זעלבע.


די גייסט זיי חתונה מאכען בכלל? אויב יא פארוואס? זיי קענען נישט אליין?
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 3:25 pm#444347
Re: פארוואס מאכן מיר חתונות אינמיטן די קאראנא מגיפה
Billy האט געשריבן:אן אריינגיין אין דעם תוכן פונעם ארטיקל וויל איך דיר קאמפלימענטירן פאר'ן שיינעם שרייבן סטיל. דו נוצט ריכטיג י'ס און ו'ס. דו ווייסט צו אונטערשיידן צווישן צי און צו; די דאס דער, און נאך.

דו האסט זיך נאך קיין סאך נישט געדרייט דא, איא?

איך קום נישט רעדן פאר @העניך, קען זיין ער גלייכט דיין קאמפלימענט. אבער איך בין משער אז דו וואלסט נישט קאמפלימענטירט אן ערוואקסענעם אז ער קען אנפילן א גלאז אן אויסגיסן.

איך וויל נישט חס וחלילה אראפרייסן, אדרבה קום אריין מאכט אייך באקוועם און ווער היימיש דא מיטן ציבור. מיט די צייט וועסטו שוין אויפכאפן ווער פון אונזערע שרייבער'ס זענען פון העכסטן קאליבער.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 4:43 pm#444350
החוקר האט געשריבן:
Billy האט געשריבן:אן אריינגיין אין דעם תוכן פונעם ארטיקל וויל איך דיר קאמפלימענטירן פאר'ן שיינעם שרייבן סטיל. דו נוצט ריכטיג י'ס און ו'ס. דו ווייסט צו אונטערשיידן צווישן צי און צו; די דאס דער, און נאך.

דו האסט זיך נאך קיין סאך נישט געדרייט דא, איא?

איך קום נישט רעדן פאר @העניך, קען זיין ער גלייכט דיין קאמפלימענט. אבער איך בין משער אז דו וואלסט נישט קאמפלימענטירט אן ערוואקסענעם אז ער קען אנפילן א גלאז אן אויסגיסן.

איך האב גראדע געגליכן זיין הקדמה. הגם ער דינגט זיך מיט'ן מאמר, האט ער געטראפן אויף וואס צו קאמפלימענטירן. מיר איז דאס נישט איינגעפאלן צו טאן...
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 5:36 pm#444358
איך וואלט לכתחילה חתונה געמאכט אינמיטן די קאראונע "מגיפה", איך שטעל א חופה פארנט פון מיין הויז, איך לאדן איין ווייניגער פון פופציג מענטשן, וואס איז שלעכט דערמיט? ווער ס'האט מורא זאל נישט קומען. אזוי קען איך חתונה מאכן נארמאל (נארמאל אין מיינע אויגן און אין די אויגן פון די גוי'אישע גאס), און נאכאלץ הייסן א נארמאלע מענטש (נארמאל אין די אויגן פון די חסידישע געטאו), טוב אשר תאחז בזה וגם מזה אל תנח את ידך. איי אפאר "אויפגעקלערטע" טונא בייגלס וועלן מיך אנרופן רוצח? א געשעפט האב איך מיט זיי.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 6:45 pm#444367
אישתישבי האט געשריבן:די גייסט זיי חתונה מאכען בכלל? אויב יא פארוואס? זיי קענען נישט אליין?


גערעכט. אבער א גוטער טאטע בין איך און איך פלאן זיי צו צוהעלפן וויפיל איך קען.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 6:48 pm#444368
החוקר האט געשריבן:דו האסט זיך נאך קיין סאך נישט געדרייט דא, איא?

איך קום נישט רעדן פאר @העניך, קען זיין ער גלייכט דיין קאמפלימענט. אבער איך בין משער אז דו וואלסט נישט קאמפלימענטירט אן ערוואקסענעם אז ער קען אנפילן א גלאז אן אויסגיסן.

איך וויל נישט חס וחלילה אראפרייסן, אדרבה קום אריין מאכט אייך באקוועם און ווער היימיש דא מיטן ציבור. מיט די צייט וועסטו שוין אויפכאפן ווער פון אונזערע שרייבער'ס זענען פון העכסטן קאליבער.


איך וועל דיר אויך גיבן א קאמפלימענט. אבער ווי איך און דו ווייסן איז דער שרייבן קאליבער אין אונזער מחנה בשאול תחתית. דעריבער ווען איך ליין עפעס וואס איז געשריבן שיין האב איך הנאה.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 7:13 pm#444373
טמיר האט געשריבן:די ריזיגע "סכנה" און "שפיכת דם" איז אביסל איבערגעטריבן.

קיינער איז נישט מחוייב צי קומען
די וואס קומען האבן עס אדער שוין געהאט אדער פלאנען ממילא צי באקומען
האבן נישט מורא פון דעם

עלטערע מענטשן דארפן זיין איזאלירט. עס קומט נישט אריין דא

האסט געליינט די נומבערס פון אלע וואס ליגן אין שפיטאָל אויף רעספארעיטארס פון וועלכע יארגאנג זיי זענען??
כ'מיין אז אינגע מענטשן ברויכן זיך פונקט אזוי איזאלירן ווי עלטערע מענטשן.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:03 pm#444395
און איך מיין אז נישט.
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 11:05 pm#444396
חתונה מאכען יעצט
חתונה מאכען יעצט

אין די געטאס האבען אויך אידען חתונה געהאט, איינער ווייסט דא ווען דער קאראנא גייט זיך ענדיגען? עס קען גיין פאר נאך א יאר לויט ווי מבינים זאגען, און שטיפען פאר א יאר מאכט דאך נישט קיין סענס.
מוצ"ש מערץ 28, 2020 10:46 pm#444519
פארוואס מאכן מיר חתונות אינמיטן די קאראנא מגיפה
מ׳קען אפשר זאגן אויף דעם (שמואל ב ב יד) יקימו נא הנערים ״וישחקו לפנינו״, תרתי משמע. :(

‏(איך פארשטיי אז דארט האט אבנר (לכאורה) געוואוסט זיכער אז ס׳וועט צוקומען צו רציחה/מיתה משא״כ דא. ווי אויך טוהן די מחותנים נישט קיין מעשה אז ס׳זאל ווערן גערעכענט ווי (אפילו ספק) גרמא דרציחה ממש, ועיין ברמב״ם הלכות רוצח ושמירת הנפש פ״ג ה״י. אבל אולי עדיין יש בזה משום סרך (עכ״פ ספק) אביזרייהו דרציחה. די זעלבע קען אפשר ארויפגיין אויף די וואס מאכן מנינים אין די צייט.)
זונטאג מערץ 29, 2020 12:04 am#444523
דאס איז פין די אינטרעסאנטע פסוקים אין נ"ך.

גענומען מענטשן און געשפילט מיט זייער לעבן.

ווען אין מיין ישיבה האט מען געלערנט נ"ך און מען האט דאס געלערנט האט דער רבי געהאט א עכטע הארד טיים. מיט אלע תירוצים פין העכערע זאכן.
זונטאג מערץ 29, 2020 12:48 am#444531
אישתישבי: מהאי טעמא לערנט מען טאקע נישט תנ"ך אין די חדרים און ישיבות. ווייל ווען די תלמידים וועללן אנטדעקן נאר א טייל פון אונזער היסטאריע אלס פאלק. וועללן זיי פרעגן זייער א סאך קשיות. אין קאנטראסט צו אונזער היינטיגן לעבנס שטייגער. און די רעבעס און מגידי שיעור זענען נישט עקוויפט צו פארענטפערן די אלע קושיות. האט מען זיך קאנצענטרירט אויף צו לערנען גמרא. דארט איז אויך דא גענוג קאנטראווערסיאלע עניינים. נאר דארט איז גרינגער צו סקיפן די שטיקלעך גמרא ווי איידער א ספר מלכים אדער דברי הימים...!
זונטאג אפריל 12, 2020 11:13 pm#445721
בנוגע די חתונות וואס מען האט געמאכט אין דער תקופה פאר פסח, שטעלט זיך ארויס אז די קאפעלס האבן באמת א שווערע צייט אנצוהייבן זייערע לעבען אונטער אזעלכע אומשטענדן.

די קאפעלס זענען געוואוינט צו חתונה האבן מיט א קנאק, און דערנאך קען מען רעדן וועגן דער חתונה, און אלע שבע ברכות, און מען גייט דער צו כולל, דער צו דער ארבעט, און שלום על הקאפעל, מען קומט ביינאכט, מען רעדן אביסל, מען גייט ארויס לערנען, זו רופט דער מאמע און אפאר פרענדס יאכנען, און דער מאן קומט אהיים און מען שמועסט הייס מען הייבט אהן געניצען, און מען גייט שלאפן, און מארגן נאכאמאל.

יעצט האבן זיי חתונה געהאט מיט קוים א חתונה, נאך דער חתונה איז געוועהן פרי, און דער נאכט האט זיך קוים אנגעהויבן, און כמעט קיין שבע ברכות נישט געוועהן, און מען איז געוועהן אינדערהיים איינער אויף דער צווייטערס קאפ.

איך האב געהערט פין אזעלכע וואס די וואכען זענען געוועהן זייער טעסטונג.

דער ענין פין נישט אנשטופען ווערט זיכער נדחה ווען עס איז דא א חשש אז דער גאנצע מעשה זאל גיין לטמיון.

אבער ווי אייביג, איזהו חכם הרואה את הנולד, וחילופיהן בגולם, און יעצט קען מען נישט זאגען פארוואס פריער, ווען לכאורה האט מען נישט געכאפט.

איז אפשר וואלט געוועהן כדאי, דא צו שרייבן עצות פאר יונגע קאפעלס, וואס זיי קענען טוהן מחזק צו זיין זייער שלום בית, זייער שייכות, און ארויסגיין פין זייערע פראבלעמען.
מאנטאג אפריל 13, 2020 6:32 am#445735
צום אלעם ערשט זאלן זיי נעמען בוירט קאנטראל, און איידער מ'ברענגט אראפ נשמה'לעך אפן עלמא הדין, זאל מען זיך קודם גוט באקענען און אנקניפן א ליבשאפט קשר איינער מיטן אנדערן. דאס איז עכ''פ מיין ארימע מיינינג.
מאנטאג אפריל 13, 2020 7:09 am#445736
אישתישבי האט געשריבן:דאס איז פין די אינטרעסאנטע פסוקים אין נ"ך.

גענומען מענטשן און געשפילט מיט זייער לעבן.

ווען אין מיין ישיבה האט מען געלערנט נ"ך און מען האט דאס געלערנט האט דער רבי געהאט א עכטע הארד טיים. מיט אלע תירוצים פין העכערע זאכן.

פונקט אויף דער פסוק האט מיין (דעמאלסדיגע) עלף יעריגע אינגל געזאגט "איך האב נישט ליב ווען דער מלמד לערנט מיט אונז נ"ך (דער מלמד דערציילט די מעשיות פון נ"ך, נישט ממש טעגליך, אבער אין געוויסע צייטן). איך פארשטיי נישט ווי מ'הרג'עט מענטשן אויף גארנישט".
מאנטאג אפריל 13, 2020 10:15 am#445739
ממש די ווערטער האט מיך אמאל געזאגט אן אפגעפארענע קריסט: ".I don't like religion, there's too much death going on"
דינסטאג אפריל 14, 2020 3:22 pm#445902
א אינגערמאן וואס האט חתונה געהאט פאר פורים פארציילט מיר, אז זיין חתן מדריך רופט אים יעדן טאג פרעגן אויב ער איז שוין ארויס היינט פאר לכה"פ דריי שעה. יעדן טאג מוז מען זיין אינדרויסן, נישט קיין חילוק וואו מ'גייט.

ממנו ילמדו.
דינסטאג אפריל 28, 2020 10:08 pm#447030
העריך אז איינע פין די ערשטע קאראנא חתונות אין שוהל אין ישראל האט ל"ע זיך אנגעצוועלפט.

קען זיין א סטאטיסטיק, א שלעכטע מזל אדער א שלעכטע מדריך וואס האט נישט געהייסן טוהן וואס איסר האט צוגעצייכנט.
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:56 pm#447043
חוץ דאס אלעס זענען שוין ליידער פאראן א שיינע צאל מתים פון אידן וואס זענען נעבעך געטאנצן ביי די קאראנא חתונות, אריינגערעכנט דער היינטיגער נפטר הרב מערץ, וועלכער האט זיך באטייליגט ביי זיין אייניקל'ס חתונה צוויי וואכן נאך פורים, ביי דער שפיץ פון דער מגיפה.
מיטוואך אפריל 29, 2020 10:41 am#447103
און להיפוך ווייס איך פין היבש חתונות וואס זיידעס האבן זיך בכלל נישט באטייליגט.

ווען האט הרב מערץ געכאפט קאראנא?
מיטוואך אפריל 29, 2020 10:43 am#447104
אישתישבי האט געשריבן:און להיפוך ווייס איך פין היבש חתונות וואס זיידעס האבן זיך בכלל נישט באטייליגט.

ווען האט הרב מערץ געכאפט קאראנא?

מען דארף קלאר שטעלן אז ר' חיים איז געווען א איד אַ תמים זייענדיג אויסגעטון מער ווייניגער פון די וועלט איך גלייב ער האט קוים געוויסט די באדייט פון די ווארט וויירוס בכלל,
פעטש קומט זיך פאר זיינע קינדער און שטוב מענטשען.