Under maintenance
הויפט זייט » וועקער 17 - זייער טייער!

וועקער 17 - זייער טייער!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13668
מוצ"ש מערץ 28, 2020 9:46 pm#444502
וועקער 17 - זייער טייער!
אל'ס געשוואוירענע וועקער ליינער מעודי ועד היום הזה, וועלכער האנדעלט זיך איין יעדער נומער פונ'ם וועקער ווי נאר עס קומט ארויס פון דרוק כמין ימא לטיגני, און שלינגט מיט דארשט יעדעס ווארט כביכורה בטרם קיץ בעודו בכפו יבלענה, און האט שוין באשטייערט פון זיינע פעאיגקייטן פאר דעם וואוילזיין פונ'ם וועקער - האב איך שטארק מורא אז דאס מאהל וועל איך זיין געצווינגען מוותר צו זיין אויף דעם תענוג!

9.95 שטערלינג פונט איז צופוהל פאר מיין טאש אפי' אין פרידענס-צייטן, כל שכן יעצט ווען די וועלט טרייסעלט זיך אין ליכט פון קאוויד19 ואין איתנו יודע עד מה.

היה שלום וועקער'ל מיינ'ס - צר לי עליך אחי נעמת לי מאוד. אז די אויבערשטער וועט געבן, געזונט און לעבן, און געלט וועט צו מיר זיך אנקלעבן, וועלן מיר זיך ווייטער זעהן!
זונטאג מערץ 29, 2020 6:35 pm#444621
Re: וועקער 17 - זייער טייער!
עס גלייבט זיך שווער אז די קענסט טאקע נישט צאלן דעם פרייז איין מאל אין אפאר חדשים


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מערץ 29, 2020 6:41 pm#444623
מאמענט איז 5 שטערלינג פונט. וועקער איז נישט ווערד צוויי מאמענטס?
מאנטאג מערץ 30, 2020 3:06 pm#444672
המלוכה והממשלה האט געשריבן:מאמענט איז 5 שטערלינג פונט. וועקער איז נישט ווערד צוויי מאמענטס?
חוקר ודורש האט געשריבן:עס גלייבט זיך שווער אז די קענסט טאקע נישט צאלן דעם פרייז איין מאל אין אפאר חדשים


Sent from my iPhone using Tapatalk

וועקער איז ווערט פוהל מער און כ'קען עס ב"ה באצאלן, ובכל זאת איז עס זייער אסאך געבעטן פאר א גליון.
מאנטאג מערץ 30, 2020 6:34 pm#444683
חכימא האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:מאמענט איז 5 שטערלינג פונט. וועקער איז נישט ווערד צוויי מאמענטס?
חוקר ודורש האט געשריבן:עס גלייבט זיך שווער אז די קענסט טאקע נישט צאלן דעם פרייז איין מאל אין אפאר חדשים


Sent from my iPhone using Tapatalk

וועקער איז ווערט פוהל מער און כ'קען עס ב"ה באצאלן, ובכל זאת איז עס זייער אסאך געבעטן פאר א גליון.


כ'האף אז די פארשטייסט אליינס אז דאס איז נישט א גליון נאר א דזשורנאל.

וואק אריין אין עני בארנס ענד נאבל, צו די מעגעזין סעקשאן, וועסטו זיין אז 10$ איז א דורכשניטליכע פרייז פאר רוב פיריאדיקלס און דזשורנעלס.

קען זיין אז פאר מאנכע איז $10 א טייערע פרייז זיך צו אינטערטעינען, דאך איז די 10$ בכלל נישט טייער פאר וואס מ'באקומט.
דינסטאג מערץ 31, 2020 8:05 pm#444758
חכימא האט געשריבן:כ'האף אז די פארשטייסט אליינס אז דאס איז נישט א גליון נאר א דזשורנאל.

וואק אריין אין עני בארנס ענד נאבל, צו די מעגעזין סעקשאן, וועסטו זיין אז 10$ איז א דורכשניטליכע פרייז פאר רוב פיריאדיקלס און דזשורנעלס.

קען זיין אז פאר מאנכע איז $10 א טייערע פרייז זיך צו אינטערטעינען, דאך איז די 10$ בכלל נישט טייער פאר וואס מ'באקומט.

£9.95 איז (אפי' לויט די יעצטיגע נידריגע ראטע) גאנצע 12.35 USD !!!
מאנטאג אפריל 13, 2020 1:03 pm#445757
עמעזאן גיט יעצט א הנחה פון 10% פאר'ן וועקער, וואס קומט אויס 8.96 סיי אין אמעריקע און סיי אין ענגלאנד.

עמעזאן אמעריקע

עמעזאן ענגלאנד
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:16 pm#445799
אויב איז אייך שווער צו באצאלן פארן וועקער, איך האב עס שוין געענדיגט און כ'קען עס שוין באשטיין אוועקצוגעבן לשם מצוה.
כ'וואוין אין מאנסי און כ'קען עס איבערלאזן פאר אייך ערגעצוואו אנאנים.