Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » היימישע ארטיסטן וואס פארדינען אנערקענונג

היימישע ארטיסטן וואס פארדינען אנערקענונג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13679
דינסטאג מערץ 31, 2020 6:20 pm#444754
היימישע ארטיסטן וואס פארדינען אנערקענונג
מיר לעבן און א פלאסטישער סאסייעטי, ווי אלעס לויפט פראגמאטיש, נשמהלאז, רוחניות ווי גשמיות, אלעס איז פארגעשריבענע פראטאקאלן וואס מיר פאלגן נאך, איינע פון די זאכן וואס איז אפעקטירט פון דעם איז, ארט, און ספעציפיש אונזער מוזיק,
מוזיק - א מושג וואס אנטהאלט אזויפיהל זשאנערס ,סטילן, און כאראקטארן, איז ביי אונז פארוואנדלט געווארן אלס בלויזער מיטל צום ציל דהיינו, סופלייען דעם דור מיט היטס פאר חתונות און קומזיצן, אלבום'ס קומען און גייען, אפטמאל גראדע נישקשה'דיגע אראנדזשירונגען און תנועהל'עך, אבער כאראקטערלאז.
א אינגערמאן וואס איז מחליט אז זיין צייט צו שיינען אלס שטערן איז אנגעקומען, פארבינדט זיך מיטן פראדאסער, אין בעסטן פאל גייט מען אראפ צו איינער פון די מעינסטריעם מלחינים, מען עפנט א תהילים טרעפט אויף א פסוק צו וואס מען 'קאננעקט', און מען פארפאסט א ניגונ'דל וואס דער וואוקאליסט שפירט ער קען ארויסברענגען, אדער און ערגסטן פאל, נעמט מען אראפ א גרייטער זמר פון שאפע, און עס ווערט פאורואנדעלט אין דעם זינגערס אייגענטום, דערנאך שרייבט מען אראנדזשירונגען, אבידני -סינגולדה -גוטפריד קלאפן אפ דעם ריטעם ביי זיך אין בעיסמענט, מען קלעבט ארויף דעם זינגערס שטימע, נעקסטער שטאפל איז געשיקט צו לשינסקי צום מיקסן און מעסטערן, א דורך בראך און עולם הנגינה!!...
דער באדייט פון אן ארטיסט וואס גיבט ארויס זיין פערזענליכע נשמה און אינספיראציע, אן ארטיסט וואס סערווירט נישט קיין קליענטעל, נאר בויעט אויף אן אייגענעם קליענטעל, איז ווי פארגעסן געווארן ביי אונז, שטעלסטו צו דאס וואס דער ציבור וויל הערן? דאן האסטו פלאץ, אז נישט, ביזטו נישט ווערט בכלל צו רעדן וועגן דיר,
דאס האט געשאפן א מציאות אז בשעת וואס און די אלגעמיינע וועלט איז אן אלבום, עפעס וואס שטעלט פאר דעם ארטיסט מיט אלס וואס ער פאמאגט, זיין סטיל און סאונד, מיט זיינע אייגענע מוזיקאנטן וואס ברענגן ריכטיג ארויס זיין כאראקטער, איז עס ביי אונז נישט מער ווי א ביזנעס, כגוף בלי נשמה, אויב וועט שוין יא איינער גיין אביסל אוט אףף די באקס, איז עס אויך נאך וואס די מעינסטריעם פראדוצירער האבן געהאלטן, אז די קליענטעל איז גרייט דערפאר, א דוגמה איז מיילעך קאהן וואס האט געברענגט פרישע לופט אבער דאך גענוג מעינסטריעם מען זאל עס אראפשלינגען,

דאס איז אלעס אן קיין טענות אויף קיינעם, ווייל וואס ווילסטו?? זאל א אינגערמאן ארויסקומען מיט א רעגעי, אדער דזשאז אלבום, ווייל דאס איז ווי זיין נשמה?? ער וועט דאך נישט לייזן קיין גרייצער, און זיך נאר מאכן צו שאנד און צו שפאט, איינשטעלנדיג דערביי זיינע קינדערס עתיד און די מוסדות... מיר לעבן נישט און די גרויסע וועלט ווי אויב איז אן ארטיסט גוט אין זיין זשאנער, דאן קען קען ער אנקומען זייער הויעך, ווילסטו לייגן ברויט אויפן טיש? דאן ברויכסטו אריינפיטן אינעם קעסטל, אמת, ביזט טייער גערעכט, אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם פאקט אז דער אידיאלער ארטיסט איז ווי אפגעווישט פון אונזער מאפע ,
דעם מציאות קען שאפן דעם איינדרוק ווי, אויב ווילסטו יא הערן עפעס אריגינעל, עפעס אייגענארטיג, דאן מוזן מיר ארויסגיין פון די גרעניצן, א פאקט וואס איז נישט גענצליך אמת, עס איז יא פארהאן ביי אינז אמת'ע ארטיסטן וואס פארמאגן אריגינעלע ווערק צו פארקויפן, נאר מען הערט נישט פון זיי טאקע ווייל זיי סערווירן נישט דאס וואס די מעינסטריעם וויל, און דאס איז פארוואס איך עפען דעם אשכול, מיטן ציהל ארויפציברענגען אויפן אויבערפלאך, אונזערע היימישע טאלאנט, וואס ווערט פארוואסערט צווישן א ים פון חתונה און קומזיץ היטס,
די אשכול איז געווידמעט פאר סיי וואספארא טאלאנט וואס פארדינט אנערקענונג, לאו דוקא מוזיק, איך הייב נאר אן מיט עטליכע וואס ליגט מיר אין מח.

חיים גאלד.
חיים.jpg
חיים.jpg (8.9 KiB) געזען געווארן 1232 מאל
חיים2.jpg
חיים2.jpg (7.48 KiB) געזען געווארן 1232 מאל

חיים גאלד איז אינגערמאן פון ארץ ישראל, וואס אונטער זיין צוגעלאזענע שמייכל און (היינט) לאנגע בארד, איז באהאלטן א זעלטענעם ארטיסטישע נשמה, חיים איז אן אריגינעלער פאעט, מלחין, און זינגער, ער פארפאסט און זינגט זיינע אריגינאלע ליריקס און פאעמעס, און לשון הקודש און אין אידיש, א פענאמען מיט וואס ער איז לכאורה א יחיד זייענדיג דער איינציגסטער היימיש אידישער פאעט אויף די מארקעט, אין זיינע לידער ליגט א געוואלד מיט עמקות'דיגע נשמה און אינספיראציע, אפט געבויעט אויף געדאנקען פון ר נחמן מברסלב (וואס דען?..) ער לאזט זיך הערן פון צייט צו צייט מיט א באשיידענעם סינגל, מיט א צייט צוריק איז ארויסגעקומען אן אלבום צוזאמגענומען זיינע סינגלס פון די לעצטיגע צייט, מיטן נאמען 'בין יום ובין לילה', אן אויסנאם שיינע אלבום, וואס מען קען הערן און הערן, און נעמט אריין און א וועלט פון נשמה געגועים, זיינע טענער זענען אויך משונה'דיג מוזיקאליש און אייגענארטיג, אבער דאך לייכט פאר די אויער, ער זינגט אראפ זיינע לידער מיט א מורא'דיגע בעטעמטקייט מיט זיין אייגענארטיגע שטימע אויף נידריגע טענער, די אררעינזשמענטס אויף זיינע לידער זענען זייער קלאסיש און סימפל אן קיין איבריגע רעש און טומל, חיים'ס זשאנער איז, חידוש!
המשך יבא אי''ה
דינסטאג מערץ 31, 2020 9:38 pm#444761
כ'בין שוין א הייסע חסיד פון חיים גאלד פאר יארן. יעדעס ניגון זיינע איז פון פריש כמים קרים על נפש עייפה.
איך רעקאמענדיר דאס שטארק.


ס'דא נאך א היבשע ליסטע פון אזעלכע ארטיסטן אין פעלד פון מוזיק:

יצחק פוקס איז אויך א געניעס מיט נייע חידושים אין מוזיק, אבער ער איז שוין היבש באקאנט אדאנק ליפא'ס "הללו קל בקדשו" וואס האט אים אריינגעברענגט במחנינו. אזוי אויך זענען זיינע ניגונים בעיקר באזירט אויף פריערדיגע טעקסט, אנדערש ווי חיים גאלד וואס באשאפט אויך אייגענע טעקסט.

מאטי אילאוויטש איז די איינציגסטע היימישע ארטיסט וואס איך קען, וואס באשאפט גענצליך אייגענע יצירות ענליך צו גרויסע וועלטליכע מחדשים, אבער ער וואטשט שטארק נישט ארויסצוטרעטן פון היימישקייט - און ער איז גענוג קלוג אז זיינע יצירות זאלן אים נישט צוגרונדלייגן במחנינו.

הרב יאיר כלב איז א מערקווירדיגע פענאמען אין וועלט פון זינגעריי. ער איז א געמיש פון חב"ד'סקע משפיע און מנגן, וואס ער זינגט ליובאוויטשע ניגונים מיט אייגענע ברומערייען וואס קומען ארויס פון זיין פרשנות אויפן ניגון. ס'איז עפעס וואס מ'קען נישט מסביר זיין, נאר מ'דארף הערן און ארייננעמען (זוכטס אים אויף אויף יוטיוב וכדו').

זושא בענד איז אויך א חידוש עצום, הגם היבש מאלענכאליש און א שארפע שניט וואס קען נישט זיין קיין נחלת הכלל. קומענדיג פון ב"ת (בעל תשובה) צי מ"א (מאדערן-ארטאדאקס) בעקראונד, מאכנדיג א שארפע דריי צו א געמיש פון ברסלב חב"ד און סתם טשיקאוועס, שאפן זיי גאר מחודש'דיגע יצירות.


אויב איך קען נאר האבן איין אלבום אויף מיין פלעי-ליסט, וואלט עס געווען חיים גאלד'ס "בין יום ובין לילה".


כמובן, זענען אויך דא חידושים עצומים אין פרומע וועלט פון מוזיק, הגם נישט חסידישע סטיל.
ישי ריבו, וואס איז לעצטנס באקאנט געווארן אין דזשולענד צוליב זיין "הלב שלי", איז שוין פאר יארן אויף מיין פלעי-ליסט.
וכהנה אביתר בנאי (בכלל איז די בנאי משפחה גאר מוזיקאליש און מחודש). הערטס נאר זיין ניגון "אבא" און טראכטס פון גאט, זאגטס מיר ענקער ערפארונג.
הרב שולי רנד, א ברלסבער ב"ת, אקטיאר, משפיע, קאמפאזיטאר און מנגן, איז אן עילוי מופלג מיט זיין טעקסט און עומק וואס אפילו די בארימטסטע פרייע זינגערס אין ישראל באטראכטן אים מיט יראת הכבוד אלס איינע פון די גרעסטע לייבן אין וועלט פון מוזיק.
און נאך.
דינסטאג מערץ 31, 2020 10:19 pm#444763
כ'וואונדער זיך, פארוואס זאל פינקי וועבער נישט הייסן א היימישער ארטיסט און חידוש?
דינסטאג מערץ 31, 2020 10:51 pm#444767
ארי נוהם האט מיר שוין אויסגעכאפט מיינע ארטיסטן וואס כ'האב געוואלט צולייגן צום ליסטע.

איך וויל שרייבן בערך וואס איך הער אין קאר ביי מיר און די מוזיק וואס אינספירירט מיר.

קודם כל איז הרב יום טוב ערליך ז"ל, אים קען איך ביי הארץ, איך גלייב נישט אז עס איז געווען און אז וועט זיין אזא היימישע ארטיסט ווי אים, דערנאך האב איך דודו פישער, זיינע ניגונים בארירן מיר טראץ וואס כ'וואלט נישט געזאגט אז ער איז אזא ארטיסט, אבער זינגען איז ער פון די העכסטע אויפן ליסטע.

דערנאך האב איך פלעיליסט'ס וואס איך הער פון צייט צו צייט, ווענדט זיך אין די גיסטע, איך בין אבער שטארק מקפיד אז עס זאל זיין פון ארטיסטן דירעקט און נישט פון וואקאליסטן דעריבער לייג איך עס דא ארויף.

מיין פרומע איזראעלי פלעיליסט איז ווי פאלגענד:

שולי רנד
אביתר בנאי
ישי ריבו
חנן בן ארי
אריאל זילבער
נתן גושן

אלע זענען אויסגערופענע ארטיסטן, אייגענע יצירות און זעלבסט פראדוצירטע מוזיק, זייערע ניגונים זענען מערסטנס באזירט אויף פריוואטע איבערלעבענישן און געפילן.

מיין פרומע חסידישע פלעיליסט (הער איך נישט צו אפט אבער עס איז) איז ווי פאלגענד:

מאטי אילאוויטש
ליפא שמעלצער
ישראל אדלער

ליידער קען איך זאגן אז עס פעלט אסאך אין די חסידישע אינדאסטרי פון מוזיק, די פראדוצירער פארפעלן די נקודה פון ארט, און פאקוסירן נאר אויף ביזנעס ווי דער פותח האשכול האט שוין ערווענט.

מיין סעקולערע איזראעלי ליסטע איז ווי פאלגענד:

אביב גפן
מוקי
עברי לידר
הראל סקאט
שלמה ארצי
יהורם גאון
עידן רייכל
ברי סחרוף
סובלימינל
עידן רפאל חביב
נינט טייב (אישה)
שירה עטרי (אישה)
קרן פלס (אישה)
רוני דלומי (אישה)
גלית גיאת (אישה)

יעדער פון די ליסטע איז א באזונדערע ארטיסט פאר זיך, חוץ יהורם גאון און שלמה ארצי וועלכע זענען גאר גוטע וואקאליסטן, איך בין ממליץ פאר יעדן אויסצוטשעקן די פאלגענדע ליסטע, איר וועט זיכער נישט חרטה האבן.

מיין אלגעמיינע וועלטליכע מוזיק פלעיליסט וועל איך צולייגן א צווייטע מאל, דא רעדט מען פון היימישע אידישע ארטיסטן.
דינסטאג מערץ 31, 2020 11:43 pm#444768
הערליך!

כ'זע אז דו ביסט שטארק פאר מוזיקה ישראלית, אבער האסט גארנישט פון מזרח-תיכונית (ספרדישע סטיל).
האסט אויך אויסגעלאזט איינע פון די הייליגסטע נשמות וואס ישראל האט נאר אמאל געזען - נעמי שפר ע"ה

---
פינקי איז א שטיקל ארטיסט, אבער ער איז בעיקר גרויס נאר מיט זיינע קאמפאזיציעס, און זיי זענען אינעם היימישן סעיף זאנע פון וואס ער רירט זיך נישט ארויס, און די טעקסט איז אויך נישט מחודש'דיג (א שטייגער ווי מאטי אילאוויטש), און דערפאר איז די מצב ביטער אויב ער איז שוין אונזערס אן ארטיסט - אן אוועקנעמען פון זיינע כשרונות.
דינסטאג מערץ 31, 2020 11:50 pm#444769
האסט מסתמא געמיינט 'נעמי שמר'

האט איר אמאל פארזוכט א שטייגער
בן סנוף
עפרה חזה

און אויף די צוויי זענען עפעס דא קרום קוקערס כ'ווייס נישט פארוואס
שרית חדד
שלמה קרליבך
מיטוואך אפריל 01, 2020 12:13 am#444770
ארי נוהם האט געשריבן:הערליך!

כ'זע אז דו ביסט שטארק פאר מוזיקה ישראלית, אבער האסט גארנישט פון מזרח-תיכונית (ספרדישע סטיל).
האסט אויך אויסגעלאזט איינע פון די הייליגסטע נשמות וואס ישראל האט נאר אמאל געזען - נעמי שפר ע"ה

---
פינקי איז א שטיקל ארטיסט, אבער ער איז בעיקר גרויס נאר מיט זיינע קאמפאזיציעס, און זיי זענען אינעם היימישן סעיף זאנע פון וואס ער רירט זיך נישט ארויס, און די טעקסט איז אויך נישט מחודש'דיג (א שטייגער ווי מאטי אילאוויטש), און דערפאר איז די מצב ביטער אויב ער איז שוין אונזערס אן ארטיסט - אן אוועקנעמען פון זיינע כשרונות.

קארעקט, כ'האב עפעס נישט ליב די ספרדישע מוזיק, חוץ געציילטע ווי זוהר ארגוב ע"ה, עופר לוי, ישי לוי און נסרין קדרי (אראבישע גיורת) קען איך נישט הערן קיין ספרדישע לידער.

איין נאמען האב איך אויסגעלאזט, מוש בן ארי, ער איז א חידוש בפני עצמו.
מיטוואך אפריל 01, 2020 1:12 am#444776
מיין כוונה מיט דעם אשכול איז געווען צו פאקוסירן 'דוקא' אויף בלויז היימישע טאלאנט משלנו, און די ישראל'ישע וועלט איז דא אסאך קונסט, מיין ציהל איז ארויפצוברענגען אינזערע חידושים וואס ברענגען עפעס אנדערש צום טיש
מיטוואך אפריל 01, 2020 4:56 am#444786
Benny Friedman - real art - Greatest Hits
Ivri Anochi
Yesh Tikvah
Todah Lecha Hashem
Charasho
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 6:45 pm#445005
נפתלי קמפה
נפתלי.jpg
נפתלי.jpg (11.32 KiB) געזען געווארן 826 מאל
[atta
זינט ר שלמהלע ע''ה האט אראפגעברענגט דעם אור פון קומזיץ אויף דעם עולם, זענען כסדר אפיר געקומען פארשידענע ממשיכי דרכו, וואס האבן יעדער אויף זיין שטייגער, פרובירט נאכצומאכן זיין סטיל, לכאורה איז עס א גרינגע פעלד, א שטימע ברויך מען דאך נישט האבן, דריי קאורדס אויפן גיטרה איז מער ווי גענוג ... אבער קיינעם איז נישט געלונגען אראפצוברענגען נאך א ר שלמהל'ע קאמפאזיציע, א לידל וואס זאל פארמאגן אזויפיהל פשטות און עמקות בינעזאם, א ניגון וואס כאפט אויף גרינג און מען קען עס איבערזינגען צענדליגער מאל אן אויפהער, און האט דעם כח אויפציוועקן די טיעפסטע הרגשים פון געגועים און שמחה.
נפתלי קמפה איז א ליטווישער אינגערמאן פון ירושלים, וואס האט לעצטנס ארויסגעגעבן זיין צווייטער אלבום 'אנה אילך', זיין ערשטער אלבום 'ליחדא שמה 'איז געווען א חידוש שאין כדוגמתו, לדעתי איז ער דער איינציגסטער וואס איז אן אמת'ער מחדש אין די סטייל פון ר שלמה קרליבך, זיינע ניגונים האבן אזא סימפליסעטי און לייכטקייט פון איין זייט, אבער געוואלדיגע חידוש און מוזיקאלישקייט פון די אנדערע זייט, טענער וואס די אויער האט נאכנישט באגעגנט, אבער דאך אזוי קענטליך און קארליבאך'דיג, זיינע ניגונים זענען מערסטנס אויף פסוקים און מדרשים, אבער וועט אלס האבן א אינספיראציע און פערזענליכע באדייט, איינמאל מען קאננעקט צו זיינע זאכן, איז שווער אוועקצוגיין דערפון, זיינע אלבוםס קען מען איבערהערן אן אויפהער, ער איז דעפינעטטלי א חידוש און די היימישע נגינה וועלט.
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 9:02 pm#445022
בעל רגש האט געשריבן:נפתלי קמפה
נפתלי.jpg
[atta
זינט ר שלמהלע ע''ה האט אראפגעברענגט דעם אור פון קומזיץ אויף דעם עולם, זענען כסדר אפיר געקומען פארשידענע ממשיכי דרכו, וואס האבן יעדער אויף זיין שטייגער, פרובירט נאכצומאכן זיין סטיל, לכאורה איז עס א גרינגע פעלד, א שטימע ברויך מען דאך נישט האבן, דריי קאורדס אויפן גיטרה איז מער ווי גענוג ... אבער קיינעם איז נישט געלונגען אראפצוברענגען נאך א ר שלמהל'ע קאמפאזיציע, א לידל וואס זאל פארמאגן אזויפיהל פשטות און עמקות בינעזאם, א ניגון וואס כאפט אויף גרינג און מען קען עס איבערזינגען צענדליגער מאל אן אויפהער, און האט דעם כח אויפציוועקן די טיעפסטע הרגשים פון געגועים און שמחה.
נפתלי קמפה איז א ליטווישער אינגערמאן פון ירושלים, וואס האט לעצטנס ארויסגעגעבן זיין צווייטער אלבום 'אנה אילך', זיין ערשטער אלבום 'ליחדא שמה 'איז געווען א חידוש שאין כדוגמתו, לדעתי איז ער דער איינציגסטער וואס איז אן אמת'ער מחדש אין די סטייל פון ר שלמה קרליבך, זיינע ניגונים האבן אזא סימפליסעטי און לייכטקייט פון איין זייט, אבער געוואלדיגע חידוש און מוזיקאלישקייט פון די אנדערע זייט, טענער וואס די אויער האט נאכנישט באגעגנט, אבער דאך אזוי קענטליך און קארליבאך'דיג, זיינע ניגונים זענען מערסטנס אויף פסוקים און מדרשים, אבער וועט אלס האבן א אינספיראציע און פערזענליכע באדייט, איינמאל מען קאננעקט צו זיינע זאכן, איז שווער אוועקצוגיין דערפון, זיינע אלבוםס קען מען איבערהערן אן אויפהער, ער איז דעפינעטטלי א חידוש און די היימישע נגינה וועלט.

אויב כ'מעג זיך קריגן מיט דיר, נישט אז ער איז נישט פיינע נייעס, נאר בעיקר, ווער דארף איינער וואס איז כמו איינעם? מ'רעדט פון חידושים, ווי א פיאנער פון א מהלך, צום ביישפיל שלמה'לע איז דאך אזוי אייגנארטיג, און דאס איז ער, און קיינער וועט נישט זיין עהם, ווייל יעדער מענטש האט זיינע מיליאנע פרטים וואס אלעס צוזאמען מאכט עהם וואס ער איז, און יעדער פאר זיך קען געהערן אין א קאטעגאריע, אבער צוזיין א חידוש בכלל איז נישט בנמצא אזוי שנעל, בפרט יא, אז ער איז ענליך, אבער בכללות דארף זיין עפעס א נייע בריאה.
מאנטאג מאי 11, 2020 10:49 pm#448422
איינער קען דעם שטייטער ניגון פון שלומי וואלד, הרוגי מלכות?
...ווארט נאך ווארט פונעם ספר תורה פליעט און שוועבט...

עהם קומט אנערקענונג[חחח], פאר'ן גנב'נען אזא שיינע ניגון, וואס כ'האב דערשניפט אצינדער פון וואו עס קומט.

m https://www.youtube.com/watch?v=RZAX0EgXNqY m
מאנטאג מאי 11, 2020 11:13 pm#448425
.
דינסטאג מאי 12, 2020 1:56 am#448440
שקד האט געשריבן:איינער קען דעם שטייטער ניגון פון שלומי וואלד, הרוגי מלכות?
...ווארט נאך ווארט פונעם ספר תורה פליעט און שוועבט...

עהם קומט אנערקענונג[חחח], פאר'ן גנב'נען אזא שיינע ניגון, וואס כ'האב דערשניפט אצינדער פון וואו עס קומט.

https://www.youtube.com/watch?v=RZAX0EgXNqY

עס קומט אין אן אנדערע אשכול.
דינסטאג מאי 12, 2020 9:06 am#448445
וואונדערט זיך נאך ביי איינעם, פארוואס די אשכול איז אזוי נעבעכדיג קורצ-געוויקסיג? נייגערט זיך אז אנשטאט ''היימישע ארטיסטן'' ברענגט מען כל-ערליי קונסטלער אבער כמעט קיין ''היימישע''? די ענטפער איז א קורצע, א פשוט'ע, אבער ביטערליך ריכטיג.

א פרימעטיווע געזעלשאפט: לעשט אויס אינזערע נשמות, עס מאכט אינז: פראסט, מאטעריעליסטיש, גייסטיש-נאקעט און שלעכט!

אין אזא אטמעספער איז כמעט אימעגליך אז אינערליכע-טאלאנטען זאל בליען, אז עס זאל פלאקערן די ''מענטשליכע-געטליכקייט'' וואס א ארטיסט מיז האבן אז אנדערע זאלן אינספערירט ווערן.
דינסטאג מאי 12, 2020 2:20 pm#448462
במדבר האט געשריבן:וואונדערט זיך נאך ביי איינעם, פארוואס די אשכול איז אזוי נעבעכדיג קורצ-געוויקסיג? נייגערט זיך אז אנשטאט ''היימישע ארטיסטן'' ברענגט מען כל-ערליי קונסטלער אבער כמעט קיין ''היימישע''? די ענטפער איז א קורצע, א פשוט'ע, אבער ביטערליך ריכטיג.

א פרימעטיווע געזעלשאפט: לעשט אויס אינזערע נשמות, עס מאכט אינז: פראסט, מאטעריעליסטיש, גייסטיש-נאקעט און שלעכט!

אין אזא אטמעספער איז כמעט אימעגליך אז אינערליכע-טאלאנטען זאל בליען, אז עס זאל פלאקערן די ''מענטשליכע-געטליכקייט'' וואס א ארטיסט מיז האבן אז אנדערע זאלן אינספערירט ווערן.


אין א וועג קען זיין פארקערט. ווען עס טוט וויי שרייעט מען. ס'דא גענוג צובראכענע נפשות ביי אונז, און פונקט אזוי ביי די היימישע ארטיסטן. איך בין נישט קיין מוזיק בקי, אבער ס'מוז זיין ביי אונז אויך הארציגע אינספיירעישינאל זינגערס און קאמפאזערס.
דינסטאג מאי 12, 2020 2:30 pm#448463
אונז היימישע יודן זענען די טיעפסטע דענקער און שענסטע קאמפאזירער, נעמליך מיר קומען יעדע מינוט אויף מיט נאך א סיבה צו אנגיין מיט'ן לעבן און ברענגן לעבענעס
דינסטאג מאי 12, 2020 3:46 pm#448467
Re: היימישע ארטיסטן וואס פארדינען אנערקענונג
@ארי נוהם @מאך זיכער אז עטס רעדס שויו יא פון איזרעלי זינגערס, וואס זאגט עטס צו עוזי חיטמאן? באקאנט פאר זיין נולדתי לשלום, אוןון אדון עולם.
דינסטאג מאי 12, 2020 3:52 pm#448469
מהרסייך ומחריביך ממך יצאו
ס'דא וואס ווילן דא נוצן זייערע טאלאנטן און שרייבן פאזעטיוו, און דאס גלייכן, און מ'רייסט זיי אראפ, און דאס קנאה צעקייעט זיי ביז'ן סוף.
אויב נישט דאס, כאטש א לייק וועט מען נישט געבן קיינמאל.
נו ווער איז דען שולדיג? דו אליינס... ס'דא ביי אונז גענוג, און ס'ווערט מער און מער, נאר דו זאלסט נישט שטערן, כאטש געב א לייק און שטופ...
איי לאוו יא אלל ברודערלעך...
דינסטאג מאי 12, 2020 5:25 pm#448478
שקד האט געשריבן:מהרסייך ומחריביך ממך יצאו
ס'דא וואס ווילן דא נוצן זייערע טאלאנטן און שרייבן פאזעטיוו, און דאס גלייכן, און מ'רייסט זיי אראפ, און דאס קנאה צעקייעט זיי ביז'ן סוף.
אויב נישט דאס, כאטש א לייק וועט מען נישט געבן קיינמאל.
נו ווער איז דען שולדיג? דו אליינס... ס'דא ביי אונז גענוג, און ס'ווערט מער און מער, נאר דו זאלסט נישט שטערן, כאטש געב א לייק און שטופ...
איי לאוו יא אלל ברודערלעך...

למשל איינער וויל שפילן אין א מאווי, און מען רייסט אים אראפ... זיין שוואגער האט מען געהאט טענות אויף זיין זינגען...

איי לאוו יא בראדער. (גייסט סייווי נישט וויסן ווער איך בין...)
דינסטאג מאי 12, 2020 5:42 pm#448482
Re: היימישע ארטיסטן וואס פארדינען אנערקענונג
ישי ריבו, א גאונישער פייטן. א מין ריינקייט אין שפראך, טיעפקייט אין כונה. לענ"ד איז נישט פארהאן זיינס גלייכן אינעם היימישן באפעלקערונג, און בנוסף זענען זיינע הלחנות הערליכע יצירות,לדוגמה דעם אלעמען באקאנטן 'הלב שלי' אדער 'סדר העבודה', 'כתר מלוכה' וכהנה רבות.

m https://youtu.be/ECy3CMxShIQ m
דינסטאג מאי 12, 2020 8:36 pm#448492
הדסים האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:מהרסייך ומחריביך ממך יצאו
ס'דא וואס ווילן דא נוצן זייערע טאלאנטן און שרייבן פאזעטיוו, און דאס גלייכן, און מ'רייסט זיי אראפ, און דאס קנאה צעקייעט זיי ביז'ן סוף.
אויב נישט דאס, כאטש א לייק וועט מען נישט געבן קיינמאל.
נו ווער איז דען שולדיג? דו אליינס... ס'דא ביי אונז גענוג, און ס'ווערט מער און מער, נאר דו זאלסט נישט שטערן, כאטש געב א לייק און שטופ...
איי לאוו יא אלל ברודערלעך...

למשל איינער וויל שפילן אין א מאווי, און מען רייסט אים אראפ... זיין שוואגער האט מען געהאט טענות אויף זיין זינגען...

איי לאוו יא בראדער. (גייסט סייווי נישט וויסן ווער איך בין...)

מען האט עים נישט אראפגעריסן און עים געגעבן אסאך חיזוק אויף זיין בוך עקטשעלי
דינסטאג מאי 12, 2020 8:52 pm#448494
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@ארי נוהם @מאך זיכער אז עטס רעדס שויו יא פון איזרעלי זינגערס, וואס זאגט עטס צו עוזי חיטמאן? באקאנט פאר זיין נולדתי לשלום, אוןון אדון עולם.

ער איז מערדערליך גוט, אבער כ'מיין אז ער איז שוין אוועק און ער גייט שוין נישט אן, ער איז בעיקר בארימט פאר זיינע קאמפאזיציעס, מער ווי זיינע אלבומס און אייגענע זאכן.

אביהו מדינה האט קאמפאזירט רוב לידער פון זוהר ארגוב אבער די חידוש איז געווען אז זוהר איז געווען א זעלטענער ארטיסט און געוואוסט וויאזוי ארויסצוברענגען די לידער מיט די ריכטיגע קנייטשן...
דינסטאג מאי 12, 2020 9:08 pm#448498
Re: היימישע ארטיסטן וואס פארדינען אנערקענונג
מאך זיכער האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@ארי נוהם @מאך זיכער אז עטס רעדס שויו יא פון איזרעלי זינגערס, וואס זאגט עטס צו עוזי חיטמאן? באקאנט פאר זיין נולדתי לשלום, אוןון אדון עולם.

ער איז מערדערליך גוט, אבער כ'מיין אז ער איז שוין אוועק און ער גייט שוין נישט אן, ער איז בעיקר בארימט פאר זיינע קאמפאזיציעס, מער ווי זיינע אלבומס און אייגענע זאכן.

אביהו מדינה האט קאמפאזירט רוב לידער פון זוהר ארגוב אבער די חידוש איז געווען אז זוהר איז געווען א זעלטענער ארטיסט און געוואוסט וויאזוי ארויסצוברענגען די לידער מיט די ריכטיגע קנייטשן...
יא יא ער איז אוועק גאנץ יונג, אבער ער האט קאמפאזירט הערליכע ניגונים
מיטוואך מאי 13, 2020 3:00 pm#448538
און אז מען רעדט שוין פון היימישע ארטיסטן, עס איז דא איינער וואס גייט זיכער אריין אין די כלל הגם זיין מוזיק איז זייער נאריש, ישעי' גראס וואס מאכט די אלע ניגונים פאר יואלי קליין, די לידער האבן א שניט, א מיינונג, עס ברענגט אריין אין א געוויסע מצב.

ער הייבט אייביג אן די ניגונים מיט א שטאטע תנועה און. דערנאך זינגט יואלי קליין דאס איבריגע שנעלע חלק, ער איז בפשטות פון די איינציגסטע וואס כ'קען זאגן אויף אים א היימישער ארטיסט.

אויך איז דא נחמן צוקר וואס זינגט נישט ברבים נאר ער שפילט מיט כל מיני כלי נשיפה און ער איז אויך א גרויסער ארטיסט און פארדינט אנערקענונג.
דאנערשטאג מאי 14, 2020 3:34 am#448583
היימישע ארטיסטן וואס פארדינען אנערקענונג
״היימישע״ ARTIST’S
ליפא שמעלצער
מאטי אילאוויטש
שלום לעמער
פרייטאג מאי 15, 2020 4:43 pm#448713
Wow
איך בין שטארק איפרעסד, סיי די שרייבן און סיי פון די רעיון. כל הכבוד
וועל איך נאר עלעבערירן און צולייגן מיינע הגאות און כ'זאג דיר שוין אז כ'גיי היבש פארקריכן... :lol:

אוי האסטו געעפנט א שאכטל... ס'גייט פיל פיל טיפער ווי דעם.. ווי כ'האב שוין דערמאנט אויפן שפיץ גאפל אין די טעלעוויזיע סעריעס אשכול, ס'איז נישטא קיין מוט ביי אונזער מוזיקאלישע סאסייעטי, נישטא אויף וואס ארויסצוקוקן, וואס איז די געווינס? אז כ'קען קויפן א הויז פאר מיינע קינדער וואס זיי וועלן עס נישט נוצן ביז 20 יאר? נישטא דער רעקאגנישן, דער גרעמי מאמענט, ברוב עם הדרת מלך ווי די בלוט און שווייס פון יארן לאנג צאלט זיך ענדליך אויס, נישטא!

און טאקע דערפאר פאלן אסאך ארויס, און מיט אלע רעכטן! ס'עקזעסטירט פשוט נישט דעם ענד גאול! די חלום פון אנקומען איין טאג אויף די walk of fame אדער א בוך, אדער די גרעמי מוזעאם, מ'שעצט נישט ארט און טאלאנט ביי אונז פשוט און פראסט.

און לאמיר שוין זאגן איינער ביי אונז מאכט עס, די גרעסטע שטערן ביי אונז קען נישט לעבן פארזיכערט, דאס איז וואס מאנכע פארשטייען נישט מה יום מיומים מיט א רעקארד דיל וואס שלום לעמער האט ערהאלטן, וואס איז די חידוש? די אויפטוה? וואס מיינט געקריגן א רעקארד דיל בכלל? אין איין ווארט ווען אן ארטיסט באקומט א דיל איז דאס פשט אז דער לעיבל נעמט אים/איר אונטער זייערע פליגלען און איז פאראנטווארטליך פאר יענעמ'ס עתיד, יא ס'קען זיך אלס מאכן דורכפעלער אונטערוועגנס, קיינער איז נישט קיין נביא ווי אויך קען זיין שלעכטע דילס, באט ס'הערשט א פארזיכערונג, דאס וויסן אז דו ביזט אן איינגעשטעלטער אין א ריזיגע קאמפעני, ווי איידער א פארלוירענער צומישטער שטיקל טאלאנט אינמיטן שטאט אן קיין שום סופארט סיסטעם, געבט אריין מאסן קראפט פארן מענטש, משא''כ דער אינדיפענדענט ארטיסט איז אויפן וואסער און וואס בלייבט איבער צו טוהן איז נעמען איין טאג און איין דאגה אויפאמאל...

איז אזוי, געזעהן דעם קאנטראקט האב איך נישט, אבער איך קען מיך גאנץ גוט פארשטעלן אז אויב צאלן זיי נישט אלע זיינע עקספענסעס אנבלאנגט זינגען ד.ה. טראוול, סטודיאוס, וואוקל קאוטשינג, פראמאושענל ווידיאוס, און וואס נישט - צאלן זיי א גרויסע פראצענט. דעס נישט זיין פארזיכערט וואס מארגן גייט זיין און וואס נעקסטע חודש גייט זיין, און לעבן מער ווייניגער אויף unsustainable income איז א געפערליכע צער, דאס איז נישט קיין כלל אבער דזשאבס קענען זיך מאכן פון איין וואך אויפן צווייטן און פון איין טאג אויפן צווייטן, אפילו ביי די גרעסערע נעמען, אז מ'רופט גייט מען, ווילאנג ס'איז אין די הלכה'דיגע און געאגראפישע גדרים. רוב הייבן אליינס אויף די טעלעפאנען, דיעלן מיט קלייענטס איז א קאפוויי פאר זיך, האבן אן עסטיטענט וואס דאגה'ט פאר דעם איז קאנסידערט א לוקסוס אין די צייט ווען אין יעדע אנדערע ביזנעס איז עס א מאָסט! בקיצור גארנישט איז וודאי אלעס איז וויאזוי ס'דרייט זיך און דאס איז די איינציגסטע לאגישע סיבה פארוואס די אנגעזעהנע בעטן טייערער, פשוט ווייל ס'לוינט זיך זיי נישט צו טאן אזא אומפארזיכערטן ארבעט אן פארדינען א פעטן פארמעגן דערביי, ביז די נעקסטע אומפארזיכערטע טאג אויפן קאלענדאר וואס וואלט געקענט ווערן אנגעפילט ביי מיין קאמפעטישן.. עמך מענטשן טראכטן נישט פון די טריקי קורץ טערמיניגע 'טרילס' זיי זעהן נאר די "ריזיגע געלטער" וואס מ'פארדינט אין פובליק לייף... דאס איז אלעס ווען מ'האט א אידענע וואס ארבעט אויך פון די זייט, וואס טוט זיך ווען ס'איז די איינציגסטע הכנסה? דארף מען אויף אלעם זארגן און דרייען חובות לויט די קאפריזן פון די סטאטוס פונעם קומענדיגע טשעקל וואס מ'ערווארט נאך פון מחותן זיסקאוויטש א חודש צייט בערך... יענס בראך.. אפגערעדט פון די אלע צייטן וואס מ'ארבעט נישט אוי איז דאס א חורבן, בילס, רענט, קאר, אינשורענס, טאולס, עסן, קלינערס, שטים בילדונג, שכר לימוד, קליידונג, טעקס, פלעט טייערס און נאך צען אומערווארטעטע עקספענסעס... אבער וואס? א זינגער איז דאך אן עושר...

אבער... אינעם וועלט פון רעקארד לעיבלס פאלן די אלע פראבלעמען כמעט גענצליך אוועק, זיי דאגה'ן פאר די בוקינגס, זיי מאכן אפ ווי ביזי דו זאלסט זיין, האפענטליך ווייניגער ביזי, מיט מער פובליסטי, זיי דינגען דיינע איווענטס, זיי דינגען דיר סטודיא טיים און האלטן אויף א סאציאלע מידיע מענעדזשער, זיי זארגן ווען דיין נעקסטע סינגל זאל ארויסקומען און וויאזוי מ'גייט דאס פרובירן צו שטופן אויף די top 40 chart און יעדע מינדערוויכטיגע דעטאל (כמעט) איז זייער קאפוויי, אז מ'וואטשט די טיווי שאו עמפייער באקומט מען א קלארערן בליק אויף דעם, פארהאן פארשידנארטיגע פאזיציעס און ראנגען ווי אין אלע גרויסע ביזנעסער, איין פאזיציע רופט זיך artist & repertoire די עי ענד ארס זענען אין טשארדזש פון טרעפן נייע ארטיסטן פארן לעיבל, און איינמאל יענס פאסירט קומט די נעקסטע שטאפל; עקספלארן דעם ארטיסט, וואס איז ער? וואספארא אימעדזש גייען מיר אים געבן? וויאזוי גייען מיר אים מארקעטן פאר די וועלט? וועלכע עידש, דזשענדער, און בעקראונד זוכן מיר ער/זי זאל געפעלן? וואס זוכט די גאס יעצט אין די דזשאנער וואס דער ארטיסט צייכנט זיך אויס? וכדומה וכדומה. שעה'ן על גבי שעה'ן זיצן די עי ענד ארס אין מיטינגען און ברעכן קאפ נאר די מענטש זאל שיינען,
שפעטער דארפן זיי זיך אפגעבן מיט מארקעטן די אלבום'ס, סינגלס, ארויפלאדענען די קאנטענט אויף די סטרימינג סייטס, שטופן סחורה אויף די ראדיא און טעלעוויזיע, זיי זענען אויך די ליעזאנס צווישן די ארטיסטן און די רעקארד קאמפעני, וואס באשטייט פון ערנסטע מאגנאטן.

עי & ארס קענען ארומגיין צו נייטקלאבס און פעסטיוועלס און ווי מ'קען נאר הערן לייוו מוזיק, מיטן ציל צו דערטאפן פרישע כוכבים מיט פאנטעציאל צו ווערן א זאך, פילע נעמען זענען שוין דיסקאווערט געווארן אזוי, טעילאר סוויפט איז אזוי אנטדעקט געווארן, דורך רעקארד פראדוסער סקאט בארטשעטע פארהאן א בארימטע באר אין נעשוויל, טענעסי ס'הייסט The Bluebird Cafe דארט איז א בחינה דבי רבי ישמעאל פאר ארטיסטן, דארט קומען אן א שיעור טאלאנטן, און די עי & ארס האבן שוין אסאך זינגער און קאמפאוזערס ארויסגעשלעפט פון דעם באר, רעקרוטירט און געברענגט פאר די וועלט זאל אויך געניסן דערפון.

עי & ארס זענען געווענליך יונגע מענטשן מיט א passion און פארשטאנד אין מוזיק, טיילמאל אליינס מוזיקאנטן, אדער מוזיק דזשורנאליסטן, זיי דארפן ארויסהאבן וואס איז יעצט אין, וואס די מארקעט זוכט יעצט, און ווען זיי זוכן א מענטש טראכטן זיי וויאזוי יענער וועט אריינפאסן אינעם מארקעט און צו מ'וועט קענען פראדוצירן סחורה וואס זאל האבן קאמערשל סוקסעס.

ס'איז צודרייט צו ווערן די קאפ וואס גייט אריין, ווי יוחי בריסקמאן האט זיך אויסגעדריקט אין די עמי אינטערוויא אין ליכט פונעם יוניווערסעל דיל: ווען איך בין געווען זיין פראדוסער, האב איך אלעס געטוהן אליינס, יעצט זענען דרייסיג מענטשן אחראי אויף מיין דזשאב... און ס'איז נישט קיין גוזמא! פארקערט ס'האט נישט קיין פשט ביי אונז, אז מ'קוקט זיך אום, אונז זעמיר לימיטד פון אזויפיל זייטן! נישט נאר אין סטודיא און אויף שמחות ראוטעיטן מיר ארום מיט די זעלבע 3 טראמפייטערס און 5 גיטאריסטס און אוודאי יעדע נאכט אונטער א צווייטע נאמען... נאר אין פראדוסערס, ווידיאגרעפערס, סאונד קאמפעניס, מענעדזשערס פון גרעסער מסיבות, אלעס אלעס ארום איז אויף דעם קיטשי מארקעט נוסח, און ס'האט יענע פנים...און ווער ס'האט נישט די בעסיקס אויפגעסעט פון אלף ביז תיו האט ריזיגע טשאנסן ארויסצופאלן אין נאו טיים!

מאנכע ליינער דא וועלן דאס אנקוקן ווי אן אטאקע אויף די אידישע מוזיק וועלט, ס'איז נישט! ס'איז די אויסשטעל שטימט פשוט נישט... ס'מאכט נישט קיין ברעקל סענס! אין רעאליטעיט וואלט ווען יעדער געדארפט האבן א לעיבל וואס זאל טוהן די העווי ליפטינג, ווייל דער ארטיסט - אפגעזעהן ווי אומפאפולער ער איז - טאר אויסדריקליך נישט זיין אינוואלד אין די אלע ביזנעס חלקים אויף א טאג טעגליכן פארנעם, אז מ'דארף זיין מיינונג אדער זיין אקעי קען מען אים פרעגן, באט אין אלגעמיין דארף דער טאלאנט זיך אפגעבן נאר מיטן טאלאנט, צו ס'איז זינגען צו ס'איז שרייבן, צו ס'איז רעפן, א בענד; זאלן זיי ריעהרסן וויפיל ס'גייט און קנאקן שטיקער, עניטינג וואס נעמט אוועק די קאפ איז א שטער, דירעקט! דאס לאז א צווייטער האנדלען!
דאס איז די ווייטאג פארוואס אזויפיל באהאלטענע טאלאנט ווערט קיינמאל נישט אויפגעדעקט, כ'גיי בכלל נישט אריין אין דעם פאקט אז צענדליגע קומען אפילו נישט ארויס אין די עפנטליכקייט ווייל זיי ווייסן גוט אז זיי האבן אויף דעם קאנטינענטל סטעידזש נישט וואס צו זוכן... איז וואו יא? דאס איז א ביכל פאר זיך.. אבער נאר דעס אז די ביזנעס אספעקטן זענען נישט מסודר און ווען איינער באשליסט זיך ארויסצולייגן אלס ארטיסט דערזעהט מען זיך אויפן וואסער און מ'נעמט אסאך סעטבעקס, פון דעוועלאפמענט ביז פינאנציעלע סופארט, פון איידיעס ביז niche market פון טרעפן א סטעידזש מיט אן אודיענס, ביז א פובליסט, און אינצווישן דארף מען נאך האבן צייט צו לעבן אויכעט און דורכגיין אלע שבר לב פון failure און זיך האלטן קאנפידענט פון צוזאמברעכן... גייסטיש און פינאנציעל. דאס איז מעשים בכל יום... אין די עכטע וועלט פונקט אזוי, פארהאן מיליאנע אינדיווידיאלע טאלאנטן, נאר דער גוי האט כאטש א גרינגערע וועג צום פובליקום, ער קען זיך אריינזעצן אין bar אין זיך איינשרייבן פאר א open mic slot ער האט פאר זיך עטוואס אן אויסגעטרעטענעם וועג, ער ווייסט באופן כללי צו ער וויל זיין א פאפסטאר אדער א דזשעז זינגער, און ער קען טוהן פעולות צו גיין צו פלעצער ווי די ספעציפישע genres זענען אפרישיעטעד, חוץ די מורא'דיגע מעלה אז מ'האט אן אפערטוניטי צו באקומען א שטיקל טעימה קלה פונעם סטעידזש, פון פערפארמען פאר 20 מענטשן דא פאר 35 מענטשן דארט, דאס אלעס איז נישט קיין מציאות אינעם אידישן לעבן, אין אלגעמיין דער איינציגסטער אפהאלט וואס שטייט צווישן דאסקאל, און דער נייער אורח זינגער אין שטעטל, איז דער בעל שמחה וואס מאכט דעם טשויס צו הייערן וועם ער וויל, שטימט? די זאל מאכט ווייניג אויס גארנישט ארום און ארום מאכט א נפקא מינא, יא די סארט עולם וויל עפעס אנדערש ווי די סארט עולם אא"וו אבער די עצם טאלאנט שפירט נישט קיין חילוק, אויב עפעס אין א פרומערע קראוד ווערט ער נאר נאכמער דערשטיקט ווייל מ'פארלאנגט שטרענגערע פארשריפטן... ס'איז א ווייטאג, כ'רעד נישט פון מיר, כ'האב אבער גענוג חברים אין די ליין, און אנדערע וואס האבן פרובירט זיך אויסצוגעבן, איך וויל נישט מ'זאל חושד זיין אז כ'רעד פון פעין.. דאס איז אינגאצן נישט די קעיס.
יעצט לאמיר אביסל אויספראקן דיינע ווערטער דא אויפן טיש..

בעל רגש האט געשריבן:איינע פון די זאכן וואס איז אפעקטירט פון דעם איז, ארט, און ספעציפיש אונזער מוזיק

אפעקטירט? ווען לערנט מען אונז אויס צו אפרישיעטן ארט? וועלכע צען יעריג אינגל קענסטו וואס זאל פארשטיין צו ארט? פארוואס מוז זיך דאס אנהייבן מיט טראמא אין די צענערלינג יארן אונטערן דאכענע אין ישיבה? אפשר איז דאס אויך פארט פון די אפיקורסישע קוריקלום רחמנא יצילנו? די פאקט איז אז מ'טוט נישט גענוג ענקארידזשן דעם געדאנק פון זיין זיך, ווען א קינד קען שיין שפילן זאגט מען "אה דער גייט נאך איין טאג זיין א מוזיקאנט ביי חתונות..." האלא? אפשר וויל ער קענען שפילן קלאסיקל מיוזיק? אפשר וויל ער זיך לערנען א גוט שטיקל מאצארט ווען ער האט ווען די חיזוק און הבנה, אז ס'איז אקעי זיך צו טרעפן אין די וועלט, און נישט טרעפן די וועלט אין זיך? ממש א ווייטאג, איך מאך נישט אוועק אלע טאלאנטן וואס מיר האבן פאר קיין רגע נישט אבער די waste of talent וואס איז דא קען איך נישט אוועקקוקן!

בעל רגש האט געשריבן:מוזיק - א מושג וואס אנטהאלט אזויפיהל זשאנערס ,סטילן, און כאראקטארן, איז ביי אונז פארוואנדלט געווארן אלס בלויזער מיטל צום ציל דהיינו, סופלייען דעם דור מיט היטס פאר חתונות און קומזיצן, אלבום'ס קומען און גייען, אפטמאל גראדע נישקשה'דיגע אראנדזשירונגען און תנועהל'עך, אבער כאראקטערלאז.

הייליג גערעכט! Couldn't agree more

בעל רגש האט געשריבן:א אינגערמאן וואס איז מחליט אז זיין צייט צו שיינען אלס שטערן איז אנגעקומען, פארבינדט זיך מיטן פראדאסער,

ס'טרעפט זיך נישט אזוי קיין פראדוסערס שניצלער ארבעט נאר מיט מענטשן וואס ער גלייבט אין (אויסער עשירים פארשטייט זיך, געלט רעדט) און ער איז גערעכט, איך געב אים אסאך קרעדיט פארן אריינברענגען די געדאנק פון א לעיבל אין די היימישע מוזיק אינדוסטרי, ס'הייסט אנשטאט וואס ער זאל נאר טוהן אן ארבעט פאר ווער ס'צאלט האט ער זיך געבויט א ברענד וואס באשטייט פון די פאר ארטיסטס וואס ער האט געזעהן א וויזשאן אין זיי, וואס ער האלט און וויאזוי ער האט זיי געבויט איז נישט פאר יעצט אבער ער האט עס קלאר דעזיינט ווי א רעקארד קאמפעני, די ווייטאג איז נאר, די אנדערע טויזנטער אידן מיט טאלאנט האבן נאך אלס דעם שווערן בארג ארויף ווי ביז יעצט, ווייל אויב שניצלער נעמט נישט אן ווער יא? די מאנגל איז אין אלעם! שפילער, מיקסערס, לייטונג מאכערס און פראדוצירער אויך! און די פאר וואס זענען דא זענען פארנומען ביז איבערן קאפ, אסאך טוען עס נישט פון טיים, און אסאך זענען פשוט נישט די ריכטיגע שידוך, פונקט ווי מוזיק איז עס א טעיסט וואס דארף קליקן, מענטשן כאפן נישט די וויכטיגקייט פאר אן ארטיסט צו האבן א פראדוסער אויף זיין זייט, אן דעם קען מען גיין שטערבליך ראנג און פארלירן חשק... ס'איז זייער א קאמפליצירטן סובדזשעקט אבער איך בין פרייליך צו זעהן אז ס'נאך פארהאן אידן וואס לעכצן נאך ארט און זענען נישט צופרידן מיטן סטאטוס קווא
פרייטאג מאי 15, 2020 5:13 pm#448715
עקיבא ַַַתורג'מן
מוצ"ש מאי 16, 2020 10:45 pm#448728
דניאל זמיר - סאקסעפאניסט (אלטא און סאפראנא).

נאור כרמי - קאנטראבאס.

יוסף קרדונר - זינגער און קאמפעזירער.

עדי רן - זינגער, גיטאריסט און גרינדער פון די ''חסידי'שע-אינטערגרונט'' מוזיק זשאנער.
מאנטאג מאי 18, 2020 1:38 am#448837
כרפס האט געשריבן:כ'וואונדער זיך, פארוואס זאל פינקי וועבער נישט הייסן א היימישער ארטיסט און חידוש?

ער איז. אויף די ביכער איז ער טעכניש אן ארטיסט, וואס באדייט איינער וואס באשאפט עפעס, צו ס'איז א ליד, צו ס'איז פראדוצירן תנועות מיט די מויל, אבער פינקי איז מער א songwriter ווייל בעיקר שרייבט ער, הגם ער פערפאמט אויך, מיט דעם אלעם איז ער פארט נישט אוט אף די באקס ווי מ'זאגט, ווי כ'פארשטיי צילט מען דא אויף פארשטופטע נעמען וואס זענען נישט אין צענטער.

אבער מ'קען עקסטער צונעמען יעדע היימישע סטאר צו ער/זי איז א זינגער אדער ארטיסט.

פשוט צו זיין קלארער מיט די טערמינען, וואס נישט יעדער איז באקאנט. ס'איז דא א חילוק צווישן א זינגער און א ריקארדינג ארטיסט, א זינגער זינגט, און א ריקארדינג ארטיסט מאכט רעקארדס, לאו דוקא קומט יענער ארויס אין די עפנטליכקייט, בכלליות די ארטיסטן זענען די מערסטע אונטערגעשאצט אין אונזער וועלט, ליידער

א משל
מנחם מאשקאוויטש = זינגער
ברוך שלום = ארטיסט
יששכר גוטמאן = זינגער
פיני איינהורן = ארטיסט

נאך א נקודה'לע; ס'שווער אראפצושטעלן כללים, פשוט ווייל אין די חסידישע וועלט לויפט מוזיק נישט אויף קיין שום חשבון, ווי כ'האב אויבם געשריבן, מ'האט נישט עכט קיין טשאנס צו שיינען אויב מ'גייט נישט פונקט אין שטראם, אמאל איז די פרט בעסער געווען, היינט איז אלעס פארמיולעס וואס מ'טאנצט נאך איינער פון אנדערן, צו וואס ווערט אויפגעכאפט אין א רבי'שע חצרַ, און דער עווערדזש זינגער/קומזיצער איז סך הכל א קאפיטאן וואס פירט דעם שיף (ווי כ'וועל אביסל מער אריינקריכן אין די קומענדיגע פאראגראף) סא ס'איז שווער צו זאגן כללים, אבער אין די גרויסע וועלט ווי אלעס באשטייט פון genres און subgenres קען מען אלעס גרינגער אנטייטלען און ס'איז א דבר פשוט, אז אן ארטיסט איז עמיצער וואס איז מחדש און א זינגער איז פשוט אן ענטערטעינער,

דא ווערט די קאמפליקאציע... מער פון די זינגער זייט, הערטס אויס מיין פשעטל; אויב ביי אונז איז אלעס מער ווייניגער נאכגעמאכט א געוויסע פארמיולע צו קענען האפקענען ביים צווייטן טאנץ, קומט אויס אז אסאך "זינגערס" זענען נישט ארגינעל, נאר זיי קוועטשן זיך אריין אין א באקס אין וואס זיי פיטן נישט, נאר די מארקעט פארלאנגט דאס, קען אמאל זיין אז דער טאלאנט קען שיינען אין א צווייטער עריע נאר ער האט נישט די געלעגענהייט דערפאר, (כ'רעד נישט פון אברהם שמואל ווידער אדער אזא איינער וואס מ'ווייסט אז ער איז געמאכט צו שרייען הוי הע און אויסער לעבעדיג מאכן א אידישע שמחה איז ער נישט עפעס עקסטער טאלאנטפול) איז וויאזוי קען מען אפילו געבן נעמען פאר דעם? די גאנצע קאנצעפט קומט דאך פונעם גא אויב די לעיבל קומט מיט א דעפינישן וואס מ'קען נישט געהעריג איבערטייטשן ביינוז... קאמפליצירטער ווי דעם קען נישט זיין. סארי פארן דיר מאכן דיזי :roll:
מאנטאג מאי 18, 2020 2:57 am#448840
נאך עטליכע כללים וואס מ'קען נוצן ווען מ'פרובירט מבחין זיין צווישן די צוויי סארטן פערזענליכקייטן:

•אן ארטיסט פארמאגט געווענליך א פונקטליכע פלאן וויאזוי זיך צו מארקעטן לויט זיין פערזענליכע אידענטיטעיט, וויאזוי גיי איך באקומען רעקגאנישן? וואס גייט ציען מיין פובליסטי, נאציאנאל און מעגליך אינטערנאצינאל, ער איז קאנצענטרירט אויף עסטעבלישן א ברענד.

•משא''כ א זינגער follows the money ער שטעלט זיך צו צו וואס מ'וויל ער זאל טוהן, ער קען זינגען אויף א קאנצערט, א חתונה, א דינער, א צוועק, ווי מ'צאלט גייט ער, אין אנדערע ווערטער ער פארדינגט זיינע סערוויסעס.

•אן ארטיסט איז זייער סעלעקטיוו מיט זיינע סחורה, ווייל ס'שפיגלט אפ זיינע געפילן, זיינע אימאושנס, ליבע, מענטל העלט, לעבנס געשיכטע, וכדומה עפעס וואס ווערט מער אקצעפטירט ביי אונז.

•א זינגער זינגט סיי וואס ער קען ווערן באצאלט פאר, לאו דוקא עפעס וואס ער קאנעקט מיט, אינדעטעפיצירט זיך מיט.

•אן ארטיסט אנטוויקלט זיין אייגענעם וואקאלישן סטייל, מ'איז זיך נישט טועה מיט א צווייטן הערנדיג אים, ווייל ער ארבעט שווער צו זיין זיך, ער נעמט ניגונים אוו מאכט עס "זיינס" אפילו ווען ער זינגט יענעמ'ס, דאס איז א חכמה ואינה מלאכה.

•זינגערס מאכן זיך אריינפאסן אין יענעמ'ס שיך, ווייל דאס איז וואס מ'צאלט זיי צו טוהן.
מיטוואך מאי 27, 2020 2:13 am#449748
אמיר דדון
עמיר בניון
אהוד בנאי
יונתן רזאל
אהרן רזאל
עידן חביב
מאור תיתון
בניה ברבי
אודי דמארי
אהרן סיטבון
מיטוואך יוני 03, 2020 1:09 pm#450419
שמוליק פראנק - זיין נייע/אלטע ניגון שוכן עד רירט אן גאר האקעלע סטרינעס אין הארץ.
זונטאג אקטאבער 24, 2021 8:30 pm#483800
סאנטיאגא האט געשריבן:ברוך שלום = ארטיסט


ברוך שלום איז ארויס מיט א נייע ניגון:

m https://www.youtube.com/watch?v=7uFSZOWrso0 m

דא איז די lyrics:

“מי שעומד בניסיון גדול של ניאוף זוכה לעשירות גדול מאוד" (על פי ספר המידות ממון ד)

“זהו עיקר נחמותינו... חי ד' שכבי עד הבוקר... וזה עיקר נחמותינו... וזהו עיקר נחמותינו וזהו נחמו נחמו עמי... וממנו יתחדש בניין הגוף לעתיד לבוא... חי ד' שכבי עד הבוקר"

דער האט היפש ביסל guts!
זונטאג אקטאבער 31, 2021 1:09 pm#484280
ביני לנדאו

m https://www.youtube.com/channel/UCJzPWg ... eIw/videos m

זיין ניגון אור בהירות הדרך איז מעורר לבבות
m https://twitter.com/yedidyameir/status/ ... 93289?s=20 m
פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 3:04 pm#486215
קויפער האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:ברוך שלום = ארטיסט


ברוך שלום איז ארויס מיט א נייע ניגון:

https://www.youtube.com/watch?v=7uFSZOWrso0

דא איז די lyrics:

“מי שעומד בניסיון גדול של ניאוף זוכה לעשירות גדול מאוד" (על פי ספר המידות ממון ד)

“זהו עיקר נחמותינו... חי ד' שכבי עד הבוקר... וזה עיקר נחמותינו... וזהו עיקר נחמותינו וזהו נחמו נחמו עמי... וממנו יתחדש בניין הגוף לעתיד לבוא... חי ד' שכבי עד הבוקר"

דער האט היפש ביסל guts!


און היפש ווינציג שכל...lol קוק די קאמענטס דא און אויף אינסטעגרעם..

ברוך שלום איז א געזונטער מחדש אין songwriting ווען ס'קומט צו ווערטער און קאנצעפטס זייגט ער בארן...
מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 3:33 pm#486458
ווען מ'רעדט פון היימיש ארטיסטן מיז מען דערמאנען הערשי ראטענבערג פון אנטווערפן. לכל הדעות איז זיין מוזיק היימיש אין דאס וואס עס שטופט נישט די ענוועלאפ און איז קלאר בתוך עמי יושבת. אבער אפי' פון זיין tribalistic ווינקעל זומט ער אריין אין יוניווערסיאלע געפילן. און ער איז א חידוש אין וויאזוי ער בארירט דאס. רוב היימישע מוזיק קרעכצט ארום איבער צרות ישראל אדער איבער obligatory מיסטישע אבסטראקטן. ראטענבערג קען בארירן ענליכע באגריפן אבער פארט זיך האלטן צו זיין פערזענליכע געפילן וואס הערט זיך אוטענטיש.

זיין רעספאנס צו די קאוויד לאקדאון איז געווען אייגענארטיק אין דאס וואס ס'האט רעגסטרירט די נאסאלגיע פון א מאן מיט א רוטין פון קינדווייז אן צו באזוכן א שטובל צוויי מאל א טאג און יעצט איז די רילעשינשיפ געווארן פלוצים איבערגעהאקט און ס'בענקט זיך. די געפילן זענען יוניווערסיעל און קען פונקט אזוי ווערן געזינגן איבער די פארשלאסענע ווערצהויז ביים ווינקל פון די קאבעלשטיינערנע שסטראסע ווי א פלומבער טשוכעט זיך אויס טעגליך און פארברענגט בחברותה. פארט האט עס ראטענבערג אבזערווירט אין זיין וועלטל מיטן שול וואס מאכט זיין מוזיק היימיש און פערזענליך.

דאס זעלבע איז מיט זיין באקאנטע ניגון תנועהל'ע. ער צונעמט א fleeting געפיל פון נאסאלאגיע וואס גנב'ט זיך אריין אין יעדען הארץ איבער סיי וועלכע זכרון, אבער ער זומט אריין אין א תנועה אלס די reminder פון די קאנעקשאן ווי אויך דאס מיטל פאר די קאנעקשאן. א ניגון ווערט דעם חפץ אין דעם את האהבה עד שתחפץ.

אין זיין ניגון 'קדש ורחץ' שפילט ער אויף די נאסטאלאגיע פון דעם נאכט וואס איז איינגעקריצט אין געזעלשאפט סיי פון א קינדערישע ווי אויך פון אן ערוואקסענע בליק. אבער ער עלעבאריט נישט. ער לאזט די ניגון טוהן די ארבייט.
מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 4:14 pm#486462
Re: היימישע ארטיסטן וואס פארדינען אנערקענונג
יעצט זיך אביסל ארויסצורוקן פון די מוזיק אינדאסטריע זענען פאראן אנדערע סארט היימישע ארטיסן וואס הייבן אן קריגן אנערקענונג.
צום ערשט זלמי גלויבער, א מייסטער סקאלפטוריסט ער מאכט הערליכע פסלים אסאך פון זיי זענען אויסגעשטעלט אין זיין נייעם שטעטל ארט גאלעריע אין וויליאמסבורג. (וואו איך האב שוין באזוכט, עס האט מיר געלאזט שפראכלאז צו זעהן וואסארא טאלאנט עס ליגט אלס ביי אונז).

נאך א מייסטער ארטיסט איז יענקי וואלדמאן, ער האט אויך עטליכע יצירות אינעם גאלעריע דארט, ער איך זייער אריינגעטוהן אין נאטור, און גייט נאך פייגל מיט פילע אנדערע ברואים און מאכט הערליכע ארטווערק פון זייערע נאטורליכע זאכן.

נאך איינס איז פיני לאנדא א הערליכע פעינטער און מעלער, ער מאכט מער טראדיציאנעלע ארט און ער שטעלט אהער האר אויפשטעלענדע יצירות אין וואס מ'קען אריינגלאצן פאר לאנגע שעות.

ליפא שמעלצער, ווי באקאנט, מסתמא דער סאמע גרעסטער היימישער ארטיסט, זיין נגינה איז דאך באוואוסט, זיין פעינטינגס זענען ווייניגער באקאנט אבער פארדינען געוויס דעקונג, ווי באקאנט איז ליפא אורך אסאך אין זיין לעבן, ער האט אלעמאל געזיכט צו ברענגן נייע זאכן, און האט באקומען שווערע פעטש. אדורך טראומע מיט וואס נישט, זיין לעבנגעשיכטע ווערן זייער קאלירפול אראפגעמאלן אין זיינע מאדערענע ארט ווערק.
זיינע שטיקער גייען פאר זייער טייער (ארום 15-20k א שטיק). אבער ס'איז ווערד סיי פאר די עצם ארט און סיי אלס אינוועסטירונג פאר שפעטער.

אשר גאלדהירש איז נאך אן ארטיסט אינעם גאלעריע, ער מאכט בעיקר טשארקאול מעלערייען, אבער אויף גאר א פראפעציאנעלע לעוועל, איך האב אים אמאל געטראפן און געהאט א לענגערע שמועס מיט אים וועגן זיין ארט, עס האט מיר געשטוינט צו הערן אז ער איז נישט געגאנגען זיך לערנען קיינמאל! זיינע ווערק זענען בעיקר פארטרעיטן וואס ברענגן שטארק ארויס דעם נשמה (spirit) פונעם סוביעקט, וואס ווי באקאנט איז עס די סאמע שווערסטע זאך צו מאלן וויבאלד עס זענען דא אזויפיל נואנסן וואס דארפן זיין גאר פונקטליך.

הילל ווייזער איז נאך אן ארטיסט, אויך א מאדערענע שניט, אבער ער האט זיך אנטוויקלט זיין אייגענעם סטיל, ער מאכט גאר קאלירפולע און דראמאטישע שטריכן וואס ברענגען ארויס שטארקע געפילן ביי דער וואס באטראכט עס. איך האב פארברענגט א לאנגע צייט באטראכטענדיג זייענע מייסטערווערק.

אט איז א לינק צום שטעטל גאלעריע אינסטעגראם וואו מ'קען זעהן אסאך פון די הערליכע יצירות
m https://instagram.com/shtetlartgallery? ... =copy_link m
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 9:31 pm#486633
שלומי ברנשטיין. באארבייט ראדני לא תבושי ניגונים אין א dreamy זושא סטיל. ער זאגט פיין.


m https://youtube.com/channel/UC3_MKP6Iee8XE8qctltWFVQ m

און דא לכבוד חנוכה

m https://youtu.be/yTFpKEsqhIY m
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 11:15 pm#486642
אלייצור

א ברסלבר בעל תשובה וואס איז געווען א פאפולער רעפ זינגער פאר ער איז געווארן פרום, ער קומט אריין מיט אמתע תמימות אין זיינע ליריקס און געדאנקען
m https://www.youtube.com/channel/UCu3Ens ... qeQ/videos m

זיין לעצטע ניגון איז אבטיח, א רעפ סטייל ניגון וואס רעדט וועגן שנאת חינם און כיסופי גאולה
m https://www.youtube.com/watch?v=5VFJJRnyPag m

איינס פון זיינע מערסטע פאפולערע ניגונים איז לרוץ אחריך, א ניגון וועגן הבלי עולם הזה
m https://www.youtube.com/watch?v=cxEa5ChEK9E m
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 11:32 pm#486645
הרב ישראל יצחק בזאנסון

א בעל תשובה אריגינעל פון פראנקרייך, א ריכטיגער ארטיסט וואס איז היינט פון די רבני ברסלב אין תל אביב, ער איז א קאמפאזירער און א מעלער
m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%95%D7%9F m

זיין יוטויב טשענעל איז בעיקר שיעורים אבער מקען אויך טרעפן זיינע ניגונים
m https://www.youtube.com/channel/UC61R-P ... EvA/videos m

די ערשטע קולמוס אלבוים האבן זיינע תלמידים ארויסגעגעבן אלץ א שטיקל סורפרייז, די צווייטע איז שוין געווען בהדרכתו
m https://www.youtube.com/channel/UCoELS5 ... emt1UVJzNg m

מקען עס הערן/קויפען דא:
m https://davidherson.bandcamp.com/album/- m
דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:31 pm#505240
איך האב לעצטנס באגעגנט א נישט באקאנטע איזראעלי ארטיסט מיטן נאמען אֶלְיָסָף בן יוסף, ער האלט יעצט ביים ארויסגעבן זיין ערשטע אלבום און כ'קאנעקט זייער צו זיינע ווערק.

דא זינגט ער זיין ליד 'ימי מבול'.

m https://www.youtube.com/watch?v=s1FaiWpx8h8 m
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 12:52 pm#507341
אויפגייענדע שטערן אליאב זוהר באמבאדירט אויפן 'כוכב הבא' סטעידזש מיט אן אייגענע קאמפאזיציע תפתחי חלון. דער קוקט אויס צו האבן גרויס פאטענציאל.
זעה דא אן אינטערוויו מיט אים.

m https://www.youtube.com/watch?v=DwOkBKDnYnQ m
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 11:04 pm#507375
שאלתיאל האט געשריבן:אויפגייענדע שטערן אליאב זוהר באמבאדירט אויפן 'כוכב הבא' סטעידזש מיט אן אייגענע קאמפאזיציע תפתחי חלון. דער קוקט אויס צו האבן גרויס פאטענציאל.

https://www.youtube.com/watch?v=DwOkBKDnYnQ

שכויח פארן אראפברענגן אהער, זייער הנאה געהאט. איך גלייך גראדע זיין ניגון 'מיכל' מער ווי תפתחי חלום, אבער ער איז גוט

m https://youtu.be/M4jZo5PE68E m

m https://youtu.be/7Uas-eyn5bk m
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:25 pm#509512
אליאב זוהר האט געווינען די 'כוכב הבא' פארמעסט.
אליאב איז א ארטיסט און אין לויף פון דער פארמעסט האט ער געזינגען בעיקר אייגענע קאמפאזיציעס. ער איז ארויף אויפן ראדאר ווען ער האט געזינגען 'מיכל' (וואס ער האט קאמפאזירט פאר זיין עקס ) און שפעטער מיט 'תפתחי חלון', ביידע זענען אריין אין גלגל"צ פלעיליסט. יעצט האט ער באקומען א מיליאן ש"ח פאר זיין קאריערע און זייט זיכער אז מען גייט הערן פון אים אין גרויסן.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 6:21 pm#509513
Re: היימישע ארטיסטן וואס פארדינען אנערקענונג
שאלתיאל האט געשריבן:אליאב זוהר האט געווינען די 'כוכב הבא' פארמעסט.
אליאב איז א ארטיסט און אין לויף פון דער פארמעסט האט ער געזינגען בעיקר אייגענע קאמפאזיציעס. ער איז ארויף אויפן ראדאר ווען ער האט געזינגען 'מיכל' (וואס ער האט קאמפאזירט פאר זיין עקס ) און שפעטער מיט 'תפתחי חלון', ביידע זענען אריין אין גלגל"צ פלעיליסט. יעצט האט ער באקומען א מיליאן ש"ח פאר זיין קאריערע און זייט זיכער אז מען גייט הערן פון אים אין גרויסן.
יאָפ ס'איז א !WOW
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 7:29 pm#509516
פארוואס לויפן ביז אהין, ביי חוץ לארץ אשכנזים זעמער שוין פארטיג?
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 7:42 pm#509517
Re: היימישע ארטיסטן וואס פארדינען אנערקענונג
באהעלפער האט געשריבן:פארוואס לויפן ביז אהין, ביי חוץ לארץ אשכנזים זעמער שוין פארטיג?
איך ווינטש דיר אן א ברכה אז די זאלסט זיך אלץ טרעפן אין בית הכבוד מיט שילשול און אן קיין פאפיר...