קאצקע ציקער האט געשריבן:איך קען דאס נישט פארשטיין אין דער צייט וואס מען זעהט קלאר אז טראמפ איז א אומקאמפעטענט פירער א בעיבי און א לאזער און דער צייט וואס די וועלט האט געפלאקערט טשיינע איראן איטאליע זענען מאסן געשטארבן איז די פרעזידענט געווען פארנימען אפצולאכן פונעם וויירוס און עס באצייכענט פאר א מידיע האקס און גארנישט געטון ספעיציעל צו פארמיידן אז די וויירוס זאל אנקימען ביי עים אין לאנד נאר געווען ביזי קאלט מאכן די געפאר ביים המון עם.
וואלט איך פארשטאנען אז די היימישע חסידים דעי וואס דינען די עבודה זרה וואס הייסט טראמפ זאלן אביסל נאכלאזן זייער מיינוגענן און איינזעהן אז דער מענטש באלאנגט נישט אין ווייסן הויז און גארנישט מפטירין כדאתמול זיי ווערן נאך מער פארברענט און פארענטפערן עים
איינער פארשטייט?
עס איז לייכטער אפצונארן א מענטש ווי אים איבערצייגן אז ער איז געווארען אפגענארט.
איך נישט ער ארום אביסל אויף די אינטרנט, און די תשובה וואס רוב טראמפ שטיצערס האבען איז ״זעסט דאך, ער האט פון אנהייב פארמאכט פאר כינעזער בירגער, און מ׳האט אים גאר אנגערופן א ראסיסט ערפאר!״
די טענה איז דאך נישט ווערט קיין תשובה, עס באהאנדעלט בכלל נישט די טענה. אבער וויבאלד זיי קענען זיך בארעכטיגן מיט דעם אז מ׳האט אים אנגערופן א ראסיסט, ווערן אלע טענות בטל כעפרא דארעא. עס איז א גרויסען ווייטאג ווי דער עם חכם ונבון פאלגט אריין אין אזא גרוב, אבער פארפאלן.
פון אנהייב האבען מיר געשריגען אז אזא איינער קען נישט זיצען אין אזא אמט, ווייל אזא וויכטיגע פאסטן מוז האבען אן ערנסטע מענטש, א דענקער וואס קען אריין נעמן אינפארמאציע און ארבעטן דערמיט, נישט קיין פלעינע האקער אין מקוה. קוק אין פה-סח פון תשע״ו ווי איך האב גענוי דאס געשריבען. א גאנצע צייט האט ער זיך פארנומען מיט זאכען וואס מ׳זעט נישט די תוצאות דערפון גלייך, ממילא איז עס נישט איבערגעצייגט געווארען גלייך. יעצט זעט מען פארוואס די טענה איז אזוי ריכטיג. שטעל זיך פאר מ׳וואלט איינגעזען די נויט פאר ווענטילעיטארס שוין אין יאנואר, עס וואלט געווען גענוג אז מ׳דארף נישט ארויס ווארפן מענטשן פון שפיטאל צו שטארבן, ווי מ׳טוט היינט. שטעל זיך פאר מ׳וואלט געבעטן פון דער WHO די אלע טעסטס אין אנהייב, אדער וואלט מען גלייך פאבריצירט אייגענע, מ׳וואלט געקענט האלטן אן אויג אויף ווער איז אנגעשטעקט, און געקענט היטן דער באפעלקערונג. מ׳וואלט נישט געפאטשקעט צייט אויף די שטות וואקסינס, מענטשן וואלטן עס גענומען ערנסט וואכען פריער, און עלטערע מענטשן וואלטן נישט געווארען אנגעשטעקט דורך נאכלעסיגקייט. און דעמאלס וואלטן מיר געוואוסט ווער איז שוין אנגעשטעקט געווארען, און אזוי וואלטן יענער חברה געקענט גיין ארבעטן וכו׳ און די עקאנאמישע צושטאנד וואלט נישט געווען אזוי הארב.
דעו כי בנפשינו הוא, לאז נישט לאזונגן פון drain their swamp פאר פירן.
צוויי שטיצערס האקן, און מ׳זעט שוין די זינלאזע תירוצים פון די בלינדע שטיצערס. ער קען באשולדיגן קאומו, ממילא וואס? זאל טראמפ בלייבן פרעזידענט? וואס פארא שכל איז דאס? פארוואס פטר׳ט דאס טראמפ פון זיין מסוכנ׳דיגע פלוידעריי?
און ווען מענטשן רעדן אזעלכע זינלאזע רייד, אזוי ווי ״די מידיא האט אויך אזוי געזאגט״, זעט מען ווי ווייט זייער שכל גייט. ובפרט אז מ׳קוקט אביסל ווער איז ׳די מידיא׳ זעט מען די דאטום פון זייער רייד און וואס פארא צייטונגן זיי זענען (כמעט אלע נישטיגע קליין שטעטליגע, מיט א ליינערשאפט ווי דער דבר יום ביומו), זעט מען די טפשות בתוך הטפשות פון דער גלויבונג.
וע״ז אמר החכם אז מ׳קען נישט נוצן שכל צו טוישען א מיינונג וואס איז קיינמאל נישט געווען געבויט אויף שכל.