Under maintenance
הויפט זייט » שלום אין סאטמאר??

שלום אין סאטמאר??

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13715
מאנטאג אפריל 13, 2020 11:05 am#445743
שלום אין סאטמאר??
צום ערשטן מאל אין 20 יאר האבן די אחים הקדושים גערעדט צווישן זיך אויפן טעלעפאון.

האדמו"ר מהרי"י האט נעכטן נאכט גערופן אחיו הגדול מהר"א צו פרעגן איבער די מצב פון רעביצין סאשא.

אין סאטמאר האט מען אלץ געוואוסט אז ס'איז ווערד 20 יאר פון רציחות און שפיכת דמים, פאר איין קידוש ה'...
מאנטאג אפריל 13, 2020 11:15 am#445748
אויב ס'איז אמת...

ערשט א מגיפה, אצינד מאכן שוין די פארציקנדע חיות שלום צווישן זיך... ס'שיינט אז משיח איז שוין אט אט אויפן ברוקלין בריק.
פילייכט נישט? ווארים אין גור האט זיך עס אקאראשט אנגעהויבן... ווער ווייסט דען?!
מאנטאג אפריל 13, 2020 11:23 am#445749
ס'זעהט אויס אויפריכטיגע נייעס, ביידע פראקציעס פויקן עס אויס בראש כל חוצות (ס'הייבט זיך נאר אהן יעצט די מערכה ווער ס'האט עס אינישיעטע"ד...), וויאזוי אויך מערערע ישראלישע רעפארטערס האבן געטווי"ט דערוועגן.

סא, די צוויי קלויזענבערגערס האבן זיך שוין געטראפען (הגם ס'איז בושות אז די מאמע דארף ליגן אויפן טויטן בעט דערפאר. שוין, זאל עס זיין לעילוי נשמתה), יעצט איז שוין דא עפעס אן אנווארעמונג אין סאטמאר (אויך א בושה אז א דריטע ברודער דארף זיין שטערבליך קראנק עס זאל געשעהן), וואס מ'דארף נאר אויספירן איז א שלום אין בעלעד און אין סקווירא.
מאנטאג אפריל 13, 2020 12:20 pm#445750
עס איז נאר דא איינער וואס איז אייביג די ערשטע.

למעשה, אין די יעצטיגע מצב, איז עס פיינע נייעס. מ'האט שוין אויפגעגעבן אז זיי זאלען זיך פירען ווי עכט נארמאלע מענטשן, מ'הייבט יעצט אן בעיבי טריטן, ביז ומלאה הארץ דעה את ה'. אזוי ווי יעדער קירוב אקציע, מ'קען נישט אויסלערנען כל התורה כולה על רגל אחת. צוביסלעך וועט מען זיי מקרב זיין צו מענטשליכקייט און אידישקייט
מאנטאג אפריל 13, 2020 12:22 pm#445751
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז נאר דא איינער וואס איז אייביג די ערשטע.

למעשה, אין די יעצטיגע מצב, איז עס פיינע נייעס. מ'האט שוין אויפגעגעבן אז זיי זאלען זיך פירען ווי עכט נארמאלע מענטשן, מ'הייבט יעצט אן בעיבי טריטן, ביז ומלאה הארץ דעה את ה'. אזוי ווי יעדער קירוב אקציע, מ'קען נישט אויסלערנען כל התורה כולה על רגל אחת. צוביסלעך וועט מען זיי מקרב זיין צו מענטשליכקייט און אידישקייט


און ליטוואק וועט שפאנען פאראויס און צייגן די ריכטיגע וועג צו מענטשליכקייט און אידישקייט...
מאנטאג אפריל 13, 2020 12:26 pm#445752
כ'האב יעצט אנגעריפען מיין ברידער. ער פרעגט פארוואס איך ריף אונז האבן גערעדט נעכטען. זאג איך אז כ'זעה ס'איז אזא ביג דיל אז מ'רעדט מיט א ברידער וויל איך נאכאמאל רעדן.
מאנטאג אפריל 13, 2020 1:28 pm#445759
גראדע נישט די ערשטע מאל

נאך די ביטערע שריפה פון בת הרב ממאנטריאל, איז אויכעט געווען דיבורים
מאנטאג אפריל 13, 2020 2:05 pm#445763
אויף אזויפיל יא, מענטשן דארפ׳ן קראנק ווערן, בתי מדרשים דארפן פארמאכט ווערן, מנינים פארשלאסן, כוללים פארהאקט.
נישט געווען קיין שבת הגדול דרשה;
קיין טישן; קיין ים סוף שפאלטן;
רבנים דיינים וכו׳ האבן זערא קאנטראל אויפ׳ן המון - די ארגסטע...
כלל ישראל קוקט יעצט אויף די זינגערס אויפן טראק.
בקיצור, די מצב איז טרוקן...

און יעצט...
הכונו!!
ב״ה האחים הרבנים שליט״א, מ׳האט זיך גערופן וואונטשען א גוט יו״ט, א זאך וואס יעדער נארמאלע ברודער טוט, האבן אונזערע רבי׳ס, צדיקים אויף וועם אונז און די קינדער דארף מיר ארויפקוקן, געטון פיינעלי!
וווואוווו, אכשר דרא!

נאך א מזל, מ׳האט ארויסגעלייגט די נייעס היינט ווען ס׳רעגנט, כלל ישראל דערקוויקט זיך! אשרינו שזכינו... יום ג דחוה״מ פסח שנת תש״ף לפ״ק, וועט לדורות עולם בלייבן איינגעקריצט בספר הזכרון אלס די טאג וואס... בּלאַ בּלאַ בּלאַ

די נייעס ווערט ארויסגעשטעלט, דער מיט זיין נוסח, דער מיט זיין נוסח - ה׳ יברך את עמו בשלום

די עיקר; זיי האבן עס געמאכט אין די העדליינס -

Cp
מאנטאג אפריל 13, 2020 2:09 pm#445766
אוהב ספרים האט געשריבן:גראדע נישט די ערשטע מאל

נאך די ביטערע שריפה פון בת הרב ממאנטריאל, איז אויכעט געווען דיבורים

יענע ביטערע שריפה איז געווען צוואנציג יאר צוריק. תש"ס. ס'איז נישט געווען דעמאלטס דיבורי פיוס, נאר פארקערט. מהר"א האט ברוח קדשו פארלאנגט עטליכע תנאים דעמאלטס, וואס מהרי"י האט ברוב קדושתו נישט געוואלט אננעמען.

אבער עס איז געווען א שטיקל געשפרעך ביים ניחום אבלים אין אלעסק אין תשס"ו בערך, נישט דירעקט אבער אומדירעקט. אויך איז געווען עפעס א ווערטער אויסטויש נאכ'ן מאמעס פטירה בשעת יציאת נשמה (מעגליך אויפן טעלעפאן) איבער ארייננעמען דעם ארון אין בית המדרש אדער לאזן אינדרויסן.

אבער דאס איז די ערשטע מאל וואס זיי רעדן פלעין צו הערן וואס טוט זיך. א דורכברוך...

א גוטן מועד!!
מאנטאג אפריל 13, 2020 3:18 pm#445777
עס איז נישט קיין שום גדלות דאס אז ר' זלמן לייב האט אנגערופן ר' אהרן לדרוש בשלום אשתו.

קיינער איז נישט נייגעריג און זיינע פאראינטעסירונגען, און ס'איז נישט מעלה ומורד אויב ער קאלט יא אדער נישט.

דער טעלעפאון קאל צו זיין ברודער איז פשוט נאך א רינגעלע אינעם קייט פון ביקור חולים און צייט שטיפן מיט וואס רז"ל איז אויסגעצייכנט.

האט גארנישט מיט קאראנע שמאנע

און אפגערעדט אז דאס איז קיין צייכן פון שלום.

(די זעלבע איז דאס ווארשיינליך נישט קיין שום שאק און רודער ביי ר' אהרן און זיינע חסידים, לויט ווי איך שטעל זיך פאר, עס פאראינטערעסירט קיינעם נישט אז רז"ל האט אויפגעהויבן א טרייבל און גערופן)
מאנטאג אפריל 13, 2020 3:53 pm#445778
Re: שלום אין סאטמאר??
קומט זיך זיי טאקע א קניפ אין בעקעל. צענדליגע יארן מחלוקת און חילול השם ברבים און יעצט דארף מען אלעס פארגעסן. דעליט אלע חאזעריי פון דער געלע בלאט און דער אומאפהעניקען אפגריסענע שונד בלעטל דער גוי. יעצט איז א קידוש השם און אויף דעם ווייזט שוין משיח זיין פינגער...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג אפריל 13, 2020 4:04 pm#445780
האלאו? פארוואס ברענגט יעדער ארויף אלע אלטע שמוץ יעצט? זיי האבן געטון א זאך וואס איז שווער, לאמיר זיי געבן קרעדיט און האפן אז עס קומען בעסערע צייטן!

מחלוקת איז נישט נאר צווישן זיי 2, נאר אויך ווען קאווע שטיבל שרייבערס האקן אויף יעדע פאזיטיווע זאך. זיי קענען נישט תשובה טון? אפשר געבן מיר זיי א שאנס? וואס איז דאס געווילדעוועכץ? טעיק עי טשיל, חברה....
מאנטאג אפריל 13, 2020 4:54 pm#445788
Re: שלום אין סאטמאר??
נעוואדע איז עס א גוטע זאך. איך בין נאר נייגעריג אויב פאר סתם א עמך איד קוקט מען אויך אזוי ארויף טאמער זיי טוען תשובה. למשל אריין לאזן די קינדער אין דער מוסדות וכו' אדער צאפט מען די בלוט לשם שמים פארשטייט זיך. ניין איך זוך נישט צו זיין נעגעטיוו און זיכער נישט אין די יעצטיגע זמן מקטרג צו זיין. אבער דאס איז נישט וואס איז אזא קלייניקייט וואס מיט איין פאון קאל דארף כלל ישראל פשוט איבערמישען דעס בלעטל און שרייען קדוש.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:00 pm#445790
Re: שלום אין סאטמאר??
גראף האט געשריבן:קומט זיך זיי טאקע א קניפ אין בעקעל. צענדליגע יארן מחלוקת און חילול השם ברבים און יעצט דארף מען אלעס פארגעסן. דעליט אלע חאזעריי פון דער געלע בלאט און דער אומאפהעניקען אפגריסענע שונד בלעטל דער גוי. יעצט איז א קידוש השם און אויף דעם ווייזט שוין משיח זיין פינגער...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
ס'וועט אויסקוקן וואו אין וויזניץ וואו די רביס האבן שלום געמאכט, דער טאטע מיטן זוהן און די חסידים זענען נעבעך געבליבן ווי די קעלבלעך אינדרויסן פון שטאל
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:08 pm#445792
אוהב ספרים האט געשריבן:גראדע נישט די ערשטע מאל

נאך די ביטערע שריפה פון בת הרב ממאנטריאל, איז אויכעט געווען דיבורים


וועלכער יאר?
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:11 pm#445793
איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז אלס אראפרייסן א דבר טוב אין נאמען פון אויפריכטיגקייט.

א ברודער קריג איז א באגריף וואס איז באשטאנען נאך פון פאר די אחים ט"ב האבן זיך צושלאגן, ווער עס קען די פונקטליכע דעטאלן ווייסט אז די מלחמה אין סאטמאר איז ווערד עפעס און איז נישט סתם געבויעט אויף שלעכטע מידות און אגענדעס, עס איז א מלחמה אויף געלט, אסאך געלט, אויף שליטה, אויף פרומקייט און אויך אויף רעביסטעווע, דאס וואס האט עס אנגעהאלטן אזוי לאנג איז אז זיי זענען לאו דוקא אויסגעארבעטע מענטשן, הגם ביידע פון זיי טוען פיל גוטס פאר אינדעווידואלן אין זייער צושטאנד.

אזא טעלעפאון רוף איז א היסטארישע אקט פון ביידנס זייטן און עס איז נישט א זאך וואס איז פון פאראויס ערווארטעט פון זיי צו טון, איך ווייס נישט אויב עס איז דא צווישן אונז איינער וואס וואלט זיך נישט צושלאגן מיט זיין ברודער פאר אזעלכע נומבערס...

קען זיין אז זייענדיג 'מנהיגים' וואלטן זיי עס געברויכט טון, אבער עס איז עכט לפנים משורת הדין און עס קומט זיך זיי כל הכבוד פארן דאס דורכפירן.

איך האף אבער אז עס גייט ווייטער גיין אינאיינעם און איך זאג צו אז אויב זיי גייען פירן דעם כ"א כסלו צוזאמען קום איך!...
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:16 pm#445797
לבי ובשרי האט געשריבן:עס איז נישט קיין שום גדלות דאס אז ר' זלמן לייב האט אנגערופן ר' אהרן לדרוש בשלום אשתו.


קיינער האט נישט געזאגט ס'איז א גדלות.

קיינער איז נישט נייגעריג און זיינע פאראינטעסירונגען, און ס'איז נישט מעלה ומורד אויב ער קאלט יא אדער נישט.


טויזנטער מענטשן זענען פאראינטערעסירט אין זיינע פאראינטערעסירונגען. ס'איז יא מעלה און מוריד, אין א מחלוקת וואס האט צעטיילט די גרעסטע קהלה אין צוויי.


דער טעלעפאון קאל צו זיין ברודער איז פשוט נאך א רינגעלע אינעם קייט פון ביקור חולים און צייט שטיפן מיט וואס רז"ל איז אויסגעצייכנט.


:roll:
ס'איז נישט נאך א רינגעלע אין קייט פון געווענליכע ביקור חולים. ס'איז אויסערארדנטליך.
ביידע זענען בערך די זעלבע יא אדער נישט אויסגעצייכנט אין שטופן צייט.

האט גארנישט מיט קאראנע שמאנע


האט יא מיט קאראנא.


און אפגערעדט אז דאס איז קיין צייכן פון שלום.



נישט שלום, אבער יא א צייכן און איין טריט נענטער אין דעם ריכטונג.



(די זעלבע איז דאס ווארשיינליך נישט קיין שום שאק און רודער ביי ר' אהרן און זיינע חסידים, לויט ווי איך שטעל זיך פאר, עס פאראינטערעסירט קיינעם נישט אז רז"ל האט אויפגעהויבן א טרייבל און גערופן)



נישט קיין שאק, אבער יא פאראינטערעסירט כאמור למעלה.
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:28 pm#445802
כוכב האט געשריבן:ביידע זענען בערך די זעלבע יא אדער נישט אויסגעצייכנט אין שטופן צייט.

seriously?
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:42 pm#445807
שמעקעדיג האט געשריבן:האלאו? פארוואס ברענגט יעדער ארויף אלע אלטע שמוץ יעצט? זיי האבן געטון א זאך וואס איז שווער, לאמיר זיי געבן קרעדיט און האפן אז עס קומען בעסערע צייטן!

מחלוקת איז נישט נאר צווישן זיי 2, נאר אויך ווען קאווע שטיבל שרייבערס האקן אויף יעדע פאזיטיווע זאך. זיי קענען נישט תשובה טון? אפשר געבן מיר זיי א שאנס? וואס איז דאס געווילדעוועכץ? טעיק עי טשיל, חברה....


פאר די צווייטע וועלט קריג האבן זיך די בעלזער מיט די מונקאטשער חסידים ארומגעשלאגן אזש אז צוויי שכנים האבן פארבויעט א וואנט צווישן איינער מיטן צווייטן אז מען זאל זיך ניטאמאל קענען זעהן און ס׳זאל זיין א מחיצה. ווען די דייטשען ימ״ש זענען אריינגעקומען קיין מונקאטש און זיי האבן דעפארטירט די אידן. אויפן וועג קיין אוישוויץ רופט זיך איין שכן אן צום אנדערן. אמת דארט זענען מיר געוועהן צוקריגט און אונז האבן זיך ניטאמאל געוואלט זעהן איינער דעם צווייטן, אבער די באשעפער האט צוגעפירט אז אונז זאלן זיך יא טרעפן דא אויפן באן ווען מיר ביידע זענען אין די זעלבע פעקל...

ווען די צוויי רע-בנים וואלטן זיך איבערגעבעטן אינמיטן העלן טאג וואלט איך אויך געשריגן כה לפריקען חי אבער אז ס׳האט געמוזט געשעהן א ״וועלטס קריזיס״, איין ברודער גוסס׳ט, די רביצין טויט קראנק דעמאלטס דערמאנען זיך די צוויי בעביס אז אפשר איז א שאד זיך שלאגן אויף די לעגאס???
מאנטאג אפריל 13, 2020 5:46 pm#445808
כוכב האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:עס איז נישט קיין שום גדלות דאס אז ר' זלמן לייב האט אנגערופן ר' אהרן לדרוש בשלום אשתו.


קיינער האט נישט געזאגט ס'איז א גדלות.

קיינער איז נישט נייגעריג און זיינע פאראינטעסירונגען, און ס'איז נישט מעלה ומורד אויב ער קאלט יא אדער נישט.


טויזנטער מענטשן זענען פאראינטערעסירט אין זיינע פאראינטערעסירונגען. ס'איז יא מעלה און מוריד, אין א מחלוקת וואס האט צעטיילט די גרעסטע קהלה אין צוויי.


דער טעלעפאון קאל צו זיין ברודער איז פשוט נאך א רינגעלע אינעם קייט פון ביקור חולים און צייט שטיפן מיט וואס רז"ל איז אויסגעצייכנט.


:roll:
ס'איז נישט נאך א רינגעלע אין קייט פון געווענליכע ביקור חולים. ס'איז אויסערארדנטליך.
ביידע זענען בערך די זעלבע יא אדער נישט אויסגעצייכנט אין שטופן צייט.

האט גארנישט מיט קאראנע שמאנע


האט יא מיט קאראנא.


און אפגערעדט אז דאס איז קיין צייכן פון שלום.



נישט שלום, אבער יא א צייכן און איין טריט נענטער אין דעם ריכטונג.



(די זעלבע איז דאס ווארשיינליך נישט קיין שום שאק און רודער ביי ר' אהרן און זיינע חסידים, לויט ווי איך שטעל זיך פאר, עס פאראינטערעסירט קיינעם נישט אז רז"ל האט אויפגעהויבן א טרייבל און גערופן)



נישט קיין שאק, אבער יא פאראינטערעסירט כאמור למעלה.

פארוואס ענטפערסטו איהם בכלל?
מאנטאג אפריל 13, 2020 7:17 pm#445816
איסר האטלקי האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:גראדע נישט די ערשטע מאל

נאך די ביטערע שריפה פון בת הרב ממאנטריאל, איז אויכעט געווען דיבורים

יענע ביטערע שריפה איז געווען צוואנציג יאר צוריק. תש"ס. ס'איז נישט געווען דעמאלטס דיבורי פיוס, נאר פארקערט. מהר"א האט ברוח קדשו פארלאנגט עטליכע תנאים דעמאלטס, וואס מהרי"י האט ברוב קדושתו נישט געוואלט אננעמען.

אבער עס איז געווען א שטיקל געשפרעך ביים ניחום אבלים אין אלעסק אין תשס"ו בערך, נישט דירעקט אבער אומדירעקט. אויך איז געווען עפעס א ווערטער אויסטויש נאכ'ן מאמעס פטירה בשעת יציאת נשמה (מעגליך אויפן טעלעפאן) איבער ארייננעמען דעם ארון אין בית המדרש אדער לאזן אינדרויסן.

אבער דאס איז די ערשטע מאל וואס זיי רעדן פלעין צו הערן וואס טוט זיך. א דורכברוך...

א גוטן מועד!!

אינטערסאנט אז דעמאלטס האט מען גשמיעסט ביים אלעסק אז זיי האבן נישט אויסגעטיטשט קיין ווארט! סדא א פיין בילד דערפון
מאנטאג אפריל 13, 2020 7:47 pm#445820
געהערט איינעם זאגן די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן מיט א גוט מועד און געענדיגט מיט א גוט מועד

#אגוטמועד
מאנטאג אפריל 13, 2020 7:59 pm#445821
מאך זיכער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז אלס אראפרייסן א דבר טוב אין נאמען פון אויפריכטיגקייט.

א ברודער קריג איז א באגריף וואס איז באשטאנען נאך פון פאר די אחים ט"ב האבן זיך צושלאגן, ווער עס קען די פונקטליכע דעטאלן ווייסט אז די מלחמה אין סאטמאר איז ווערד עפעס און איז נישט סתם געבויעט אויף שלעכטע מידות און אגענדעס, עס איז א מלחמה אויף געלט, אסאך געלט, אויף שליטה, אויף פרומקייט און אויך אויף רעביסטעווע, דאס וואס האט עס אנגעהאלטן אזוי לאנג איז אז זיי זענען לאו דוקא אויסגעארבעטע מענטשן, הגם ביידע פון זיי טוען פיל גוטס פאר אינדעווידואלן אין זייער צושטאנד.

אזא טעלעפאון רוף איז א היסטארישע אקט פון ביידנס זייטן און עס איז נישט א זאך וואס איז פון פאראויס ערווארטעט פון זיי צו טון, איך ווייס נישט אויב עס איז דא צווישן אונז איינער וואס וואלט זיך נישט צושלאגן מיט זיין ברודער פאר אזעלכע נומבערס...

קען זיין אז זייענדיג 'מנהיגים' וואלטן זיי עס געברויכט טון, אבער עס איז עכט לפנים משורת הדין און עס קומט זיך זיי כל הכבוד פארן דאס דורכפירן.

איך האף אבער אז עס גייט ווייטער גיין אינאיינעם און איך זאג צו אז אויב זיי גייען פירן דעם כ"א כסלו צוזאמען קום איך!...



אה די מחלוקות איז נישט קיין פשוטע מחלוקות און נישט געבויעט אויף קיין ״אגענדעס״ און ״שנאת חנם״ נאר אויף פשוט געלט און תאוות השררה!!!
און ממש קיין איין איד וואלט בייגעשטאנען אזא נסיון...

בקיצור מיין ברודער און מיין בלוט און פלייש האט א פרייז!

מילא פאר הונדערט אלפים וועלן מיר זיך נאך לעבן גוט און גייען צו זיינע שמחות אבער פאר 20 מיליאן דאללער???
ווער רעדט נאך פאר הונדערט מיליאן דאללער שטופ איך אראפ פון דאך!!!

ממש אזעלכע צדיקים! זיי שלאגן זיך נישט אומזיסט...! חס וחלילה זיי שלאגן זיך ממש לשם שמים- פאר גרויס געלט וואס ממש קיינער וואלט אפגעזאגט!!! אפילו די חזון איש און ר׳ אהרלע בעלזער וואלטן זיך צוהארגעט מיט זייער משפחה!!! פאר מיליאנען???!!!

טוה מיר א טובה, דריי א קאפ פאר דיין באבעס אייזל!!!
מאנטאג אפריל 13, 2020 8:09 pm#445822
נקוט האי כללא בידך. א אמתע ערליכער מענטש וועט בלייבן ערליך סיי ווען ס׳רעדט זיך פון א פרוטה און סיי ווען ס׳רעדט זיך פון צענדליגער מיליאנען.
און איינער וואס איז נישט קיין ערליכער מענטש וועט קיינמאל נישט זיין ערליך סיי ביי א פרוטה און כ״ש ביי צענדליגער מיליאנען....
מאנטאג אפריל 13, 2020 8:11 pm#445823
אבער ס'דא אסאך מענטשן וואס וועלן זיין ערליך פאר א צוואנציגער און אפי' פאר א הונדערטער, אבער נישט פאר צוואנציג מיליאן. מסתמא זענען זיי האלב ערליך.

כ'האף דו קענסט ליינען אפי' ס'נישט באלד...
מאנטאג אפריל 13, 2020 8:15 pm#445825
שבת אחים האט געשריבן:אה די מחלוקות איז נישט קיין פשוטע מחלוקות און נישט געבויעט אויף קיין ״אגענדעס״ און ״שנאת חנם״ נאר אויף פשוט געלט און תאוות השררה!!!
און ממש קיין איין איד וואלט בייגעשטאנען אזא נסיון...

בקיצור מיין ברודער און מיין בלוט און פלייש האט א פרייז!

מילא פאר הונדערט אלפים וועלן מיר זיך נאך לעבן גוט און גייען צו זיינע שמחות אבער פאר 20 מיליאן דאללער???
ווער רעדט נאך פאר הונדערט מיליאן דאללער שטופ איך אראפ פון דאך!!!

ממש אזעלכע צדיקים! זיי שלאגן זיך נישט אומזיסט...! חס וחלילה זיי שלאגן זיך ממש לשם שמים- פאר גרויס געלט וואס ממש קיינער וואלט אפגעזאגט!!! אפילו די חזון איש און ר׳ אהרלע בעלזער וואלטן זיך צוהארגעט מיט זייער משפחה!!! פאר מיליאנען???!!!

טוה מיר א טובה, דריי א קאפ פאר דיין באבעס אייזל!!!

ר' ישראל האגער האט מסכים געווען ארויסצואווארפן זיין ברודער פון וויזניץ אין די תש"ס יארן, מסתמא נישט פאר געלט אדער כבוד.... זיין ברודער ר' מענדל איז געווען א צדיק און האט נישט געוואלט מאכן א מחלוקה דערפון.

ר' משה'לע האט זיך צוקריגט מיט א זון פאר אביסל כבוד (אדער געלט, לויט די וויזניצע גירסא...).

אזלא, דרייט נישט קיין קאפ.
מאנטאג אפריל 13, 2020 8:17 pm#445826
פון בחדרי חרדים:

21 שנה בדיוק מאז אותו יום ראשון חול המועד פסח של שנת תשנ"ט בשעות הבוקר, אז החל הפילוג הרשמי בחצר סאטמר, כשהאדמו"ר בעל ה'ברך משה' זצ"ל החליט למנות את שני בניו להיות ממשיכי דרכו, ומאז החלו הקרבות נערכה שיחה טלפונית בין האחים הניצים האדמו"רים מהר"א ומהרי"י מסאטמר שהרעידה את עולם החסידות.

'בחדרי חרדים' מביא את מאחורי הקלעים של השיחה ההיסטורית בין המנהיגים הגדולים ביותר בעולם החסידות והקרח שהופשר לקראת השיחה המדוברת.

על הקו בויליאמסבורג היה המשב"ק המיתלוגי לבית סאטמר הרב משה פרידמן, המוכנה ר' 'משה גאבע', על הקו במונרו היה המשב"ק של החצר היריבה ר' חיים שלמה פישר, (אגב שני המשבקי"ם מחלימים עכשיו בביתם לאחר שנדבקו בנגיף הקורונה מ.ו) למרות שזה לא הפעם הראשונה שהשניים משוחחים במשך השנים האחרונות, היתה הפעם בקשה דרמטית בפיו של ר' משה גאבע והיא שיחת נימוסין בין שני אדמו"רי סאטמר לאור מצבה הקשה של הרבנית סאשא שתחי' אשת האדמו"ר מהר"א, והמצב הקשה שבו נמצא אחיהם של האדמו"רים הרה"צ רבי ליפא טייטלבוים אב"ד זענטא.

כאמור ל'בחדרי חרדים' נודע כי על הקו היו שני המשב"קים, ובידי ר' משה פרידמן היתה כבר הסכמה עקרונית למהלך מרבו האדמו"ר מהרי"י, ור' חיים שלמה ביקש כמה שעות לדבר עם רבו על השיחה ולהוציא אותה לפועל. למרות חולשתו הגיע ר' חיים שלמה בעצמו לבית האדמו"ר מהר"א, ולאחר זמן התקשר בחזרה לר' משה שיש הסכמה והשיחה יכולה לצאת לפועל, כמו כן סיכמו על סודיות מלאה על כל המהלך בכדי שלא יטרפדו אותו ברגע האחרון.

בערבו של יום ראשון, כך נודע ל'בחדרי חרדים', התבשרו ראשי הקהילה על ידי המשבקי"ם משני הצדדים על השיחה שתתקיים, ומונו על ידי המשבקי"ם להיות המתווכים הבלתי רשמיים להכין את הקרקע לקראת המהלך, מצד מהרי"י ניצב הנגיד הרב אליעזר קסטנבוים והאברך הנגיד ר' ליפא פרידמן בנו של ר' משה גאבע, שסיכמו את כל הפרטים עם מתחריהם ראשי קהילה של צד מהר"א, הנגיד רבי יחזקאל דוד ברקוביץ - שנמצא בקשרים הכי טובים עם ראשי קהילת חצר מהרי"י מסאטמר, ועל שמו נרשמו הרבה שיתופי פעולה בין שתי החצרות בשנים האחרונות, בעיקר מתחת לראדר - וכן הנגיד ר' אברהם בראך.

הסיכום היה שהשיחה בפועל תתארגן בין בנו הגדול של האדמו"ר מהר"א הרה"צ רבי מנחם מנדל טייטלבוים רב קהל חסידי מהר"א בויליאמסבורג (שנמצא במחיצת אביו במשך החג) ובין בנו של האדמו"ר מהרי"י הרה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אב"ד סיגוט.

וכך בחצות הלילה בעוד שהאדמו"רים ספונים בביתם ואלפי החסידים לא מדמיינים את הדרמה שמתחוללת ברגעים אלו, התקיימה שיחת הטלפון ההיסטורית שכאמור עסקה במצב הרבנית סאשא שתחי' והאח המשותף אב"ד זענטא.

השיחה הסתיימה באיחולים חמים משני הצדדים להחלמתם המהירה של כל חולי ישראל בקרוב.

בכירים רשמים בשני החצרות ששוחחו עם 'בחדרי חרדים' הביעו את התרגשותם על המהלך המבורך, ואומרים ששום תנאים או התחייבות לא נעשו קודם השיחה המדוברת, וזה היה הדבר הנכון בזמן הנכון ומקווים שממנו ילמדו וכן יעשו, והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.



https://www.bhol.co.il/news/1093321
מאנטאג אפריל 13, 2020 8:19 pm#445827
Re: שלום אין סאטמאר??
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:געהערט איינעם זאגן די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן מיט א גוט מועד און געענדיגט מיט א גוט מועד

#אגוטמועד
די זעלבע טאג, ב׳ דחוה"מ פסח

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג אפריל 13, 2020 8:21 pm#445828
חיות אין וואלד שלאגן זיך פאר עסען ווייל סאיז נישטא באמת גענוג עסען פאר יעדען... סאיז לעבן אדער טויט...

סאיז נישטא אין סאטמאר גענוג געלט אדער גענוג מענטשען???

קיינער פון ר׳ אהרן און ר׳ זלמן לייב׳ס זיידעס האבן ניטאמאל געהאט צעהן פראצענט געלט און חסידים ווי סאטמאר האט היינט!

סיגעט אינדערהיים האט נישט געהאט קיין גרויס געלט און נישט קיין סאך מענטשען אקעגן היינט!

ווער האט געהאט אזא גרויסע שטאט פון בערך פינף טויזנט משפחות אזויווי קרית יואל??? דער יטב לב? זיין שול איז געוועהן אזוי גרויס בערך ווי פאיע שול אויף מארסי!!!
רעב אהרן איז נישט גענוג גרויס און מאכטפול? ער מוז אלעס האבן? מ׳קען זיך נישט צוטיילן שיינערהייט די ירושה???

ממש קיינער וואלט בייגעשטאנען אזא נסיון???

וואס עפעס??? יעדע ערליכער קלוגער מענטש וואלט בייגעשטאנען די נסיון!

זיי האבן נישט וואס צו עסען? זיי שטארבן פאר הונגער???
מאנטאג אפריל 13, 2020 8:43 pm#445830
איך זיך נישט צו פארטיידיגן די צוויי ברודער, אבער די מחלוקה איז נישט איבער זיי צוויי, די מחלוקה איז מער ווי 21 יאר אלט, און די אינגע עולם היינט אינטערעסירט די גאנצע מעשה א פאריעריגע שניי, ממילא איז עס א פראגע פון צייט ביז זיי מוזן מאכן שלום צופרידן צו שטעלן דעים ציבור, אדער בלייבן זיי אויסגעשפיעלט, אדער גאר ביידע

עס קומט זיך זיי ביידע יעצט קרעדיט, נאך אזוי סאך יאר זיך קריגן איז עס זייער א שווערע טעלעפאן קאל, אפגעזעהן ווער זיי זענען און וואס די מחלוקה איז געווען
מאנטאג אפריל 13, 2020 8:47 pm#445831
שבת אחים האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז אלס אראפרייסן א דבר טוב אין נאמען פון אויפריכטיגקייט.

א ברודער קריג איז א באגריף וואס איז באשטאנען נאך פון פאר די אחים ט"ב האבן זיך צושלאגן, ווער עס קען די פונקטליכע דעטאלן ווייסט אז די מלחמה אין סאטמאר איז ווערד עפעס און איז נישט סתם געבויעט אויף שלעכטע מידות און אגענדעס, עס איז א מלחמה אויף געלט, אסאך געלט, אויף שליטה, אויף פרומקייט און אויך אויף רעביסטעווע, דאס וואס האט עס אנגעהאלטן אזוי לאנג איז אז זיי זענען לאו דוקא אויסגעארבעטע מענטשן, הגם ביידע פון זיי טוען פיל גוטס פאר אינדעווידואלן אין זייער צושטאנד.

אזא טעלעפאון רוף איז א היסטארישע אקט פון ביידנס זייטן און עס איז נישט א זאך וואס איז פון פאראויס ערווארטעט פון זיי צו טון, איך ווייס נישט אויב עס איז דא צווישן אונז איינער וואס וואלט זיך נישט צושלאגן מיט זיין ברודער פאר אזעלכע נומבערס...

קען זיין אז זייענדיג 'מנהיגים' וואלטן זיי עס געברויכט טון, אבער עס איז עכט לפנים משורת הדין און עס קומט זיך זיי כל הכבוד פארן דאס דורכפירן.

איך האף אבער אז עס גייט ווייטער גיין אינאיינעם און איך זאג צו אז אויב זיי גייען פירן דעם כ"א כסלו צוזאמען קום איך!...



אה די מחלוקות איז נישט קיין פשוטע מחלוקות און נישט געבויעט אויף קיין ״אגענדעס״ און ״שנאת חנם״ נאר אויף פשוט געלט און תאוות השררה!!!
און ממש קיין איין איד וואלט בייגעשטאנען אזא נסיון...

בקיצור מיין ברודער און מיין בלוט און פלייש האט א פרייז!

מילא פאר הונדערט אלפים וועלן מיר זיך נאך לעבן גוט און גייען צו זיינע שמחות אבער פאר 20 מיליאן דאללער???
ווער רעדט נאך פאר הונדערט מיליאן דאללער שטופ איך אראפ פון דאך!!!

ממש אזעלכע צדיקים! זיי שלאגן זיך נישט אומזיסט...! חס וחלילה זיי שלאגן זיך ממש לשם שמים- פאר גרויס געלט וואס ממש קיינער וואלט אפגעזאגט!!! אפילו די חזון איש און ר׳ אהרלע בעלזער וואלטן זיך צוהארגעט מיט זייער משפחה!!! פאר מיליאנען???!!!

טוה מיר א טובה, דריי א קאפ פאר דיין באבעס אייזל!!!


שבת אחים, דיין טעות איז אז דו מינסט אז כ'זאג אנדערש ווי דיר.

איך האב נאר מסביר געווען אז עס איז א גרויסע געשעעניש אז זיי האבן גערעדט אויפן טעלעפאון, די סיבה פארוואס עס איז א גרויסע געשעעניש איז וויבאלד עס איז א שווערע מחלוקת מיט גוטע טטנות פאר ביידע צדדים, און כ'האב אויך צוגעלייגט אז ס'נישט יתכן אז מענטשן זאלן זיך נישט צוקריגן מיט אייגענע געשוויסטער פאר אזוינע סכומים.

בארעכטיגט? כ'האב עס קיינמאל נישט בארעכטיגט, און ווען זיי וואלטן געווען צדיקים וואלט עס נישט פאסירט, נאר וויבאלד זיי זענען פשוט'ע מענטשן האבן זיי זיך צוקריגט.
מאנטאג אפריל 13, 2020 9:33 pm#445837
איסר האטלקי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אה די מחלוקות איז נישט קיין פשוטע מחלוקות און נישט געבויעט אויף קיין ״אגענדעס״ און ״שנאת חנם״ נאר אויף פשוט געלט און תאוות השררה!!!
און ממש קיין איין איד וואלט בייגעשטאנען אזא נסיון...

בקיצור מיין ברודער און מיין בלוט און פלייש האט א פרייז!

מילא פאר הונדערט אלפים וועלן מיר זיך נאך לעבן גוט און גייען צו זיינע שמחות אבער פאר 20 מיליאן דאללער???
ווער רעדט נאך פאר הונדערט מיליאן דאללער שטופ איך אראפ פון דאך!!!

ממש אזעלכע צדיקים! זיי שלאגן זיך נישט אומזיסט...! חס וחלילה זיי שלאגן זיך ממש לשם שמים- פאר גרויס געלט וואס ממש קיינער וואלט אפגעזאגט!!! אפילו די חזון איש און ר׳ אהרלע בעלזער וואלטן זיך צוהארגעט מיט זייער משפחה!!! פאר מיליאנען???!!!

טוה מיר א טובה, דריי א קאפ פאר דיין באבעס אייזל!!!

ר' ישראל האגער האט מסכים געווען ארויסצואווארפן זיין ברודער פון וויזניץ אין די תש"ס יארן,



וואס? דו קענסט נישט די היסטאריע פון וויזניץ מיין פריינד!!!

1)ר׳ ישראל איז שוין געווארן געקרוינט רב אין וויזניץ דורכן הייליגען אמרי חיים!!!

2)מ׳האט אים נישט ארויסגעווארפן פאר קיין געלט אדער ככוד!!! שקר! געלט איז נאר געוועהן די תירוץ. די גערער רבי האט געאפפערט צובאצלן אלע חובות פון ר׳ ישראל- ווי אויך הנגיד ר׳ יוסל ניימאן.
מיין פעטער ר׳ נפתלי׳ פון בני ברק איז געוועהן זייער אריינגעמישט אין די פרשה- ער איז ארומגעגעאנגען צוזאמען מיט ר׳ ישראל׳ס שוואגער די טשערנאבילער רבי פון ב״ב צו אלע גרויסע רבנים אין ארץ ישראל.

און זיכער נישט וועגן כבוד. סהאט נישט געברענגט קיין כבוד פאר קיינעם.
3)ר׳ ישראל האט נישט ארויסגעווארפן מענדלע פון וויזניץ ער האט צוריקגענומען זיין פאזיציע.

4)ר׳ ישראל האט נישט ארויסגעווארפן מענדלע- נאר די חסידים (און ר׳ חיים משה פעלדמאן) האבן באשטעטיגט אז די עלטערע ברודער גייט איבערנעמען די טאטעס פלאץ- רובא דרובא מענטשען פון שיכון וויזניץ האבן נישט געקענט דערליידן מענדלע. ער האט זיך אליינס ארויסגעווארפן פון וויזניץ. ווען ער וואלט טאקע געוועהן א ערליכע געלונגענע מענטש וואלט ער נאכאלץ דארט געוועהן.

5)מהאט ארויסגעווארפן מענדלע פון וויזניץ??? ער מעג אריינקומען אין וויזניץ! איינער לאזט אים נישט??? קיין רבי קען ער נישט זיין דארט, אבער קיינער האט אים נישט ארויסגעווארפן. ר׳ ישראל געט אים שישי אויך, אבער דער נער גייט נישט האבן קיין ווארט אין די מוסדות.
ר׳ ישראל האט מען ארויסגעווארפן פון וויזניץ- ער האט נישט געמעגט אריינקומען אין ביהמ״ד- אט דאס מיינט ארויסגעווארפן!
מאנטאג אפריל 13, 2020 10:17 pm#445841
מאך זיכער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז אלס אראפרייסן א דבר טוב אין נאמען פון אויפריכטיגקייט.

א ברודער קריג איז א באגריף וואס איז באשטאנען נאך פון פאר די אחים ט"ב האבן זיך צושלאגן, ווער עס קען די פונקטליכע דעטאלן ווייסט אז די מלחמה אין סאטמאר איז ווערד עפעס און איז נישט סתם געבויעט אויף שלעכטע מידות און אגענדעס, עס איז א מלחמה אויף געלט, אסאך געלט, אויף שליטה, אויף פרומקייט און אויך אויף רעביסטעווע, דאס וואס האט עס אנגעהאלטן אזוי לאנג איז אז זיי זענען לאו דוקא אויסגעארבעטע מענטשן, הגם ביידע פון זיי טוען פיל גוטס פאר אינדעווידואלן אין זייער צושטאנד.

אזא טעלעפאון רוף איז א היסטארישע אקט פון ביידנס זייטן און עס איז נישט א זאך וואס איז פון פאראויס ערווארטעט פון זיי צו טון, איך ווייס נישט אויב עס איז דא צווישן אונז איינער וואס וואלט זיך נישט צושלאגן מיט זיין ברודער פאר אזעלכע נומבערס...

קען זיין אז זייענדיג 'מנהיגים' וואלטן זיי עס געברויכט טון, אבער עס איז עכט לפנים משורת הדין און עס קומט זיך זיי כל הכבוד פארן דאס דורכפירן.

איך האף אבער אז עס גייט ווייטער גיין אינאיינעם און איך זאג צו אז אויב זיי גייען פירן דעם כ"א כסלו צוזאמען קום איך!...



אה די מחלוקות איז נישט קיין פשוטע מחלוקות און נישט געבויעט אויף קיין ״אגענדעס״ און ״שנאת חנם״ נאר אויף פשוט געלט און תאוות השררה!!!
און ממש קיין איין איד וואלט בייגעשטאנען אזא נסיון...

בקיצור מיין ברודער און מיין בלוט און פלייש האט א פרייז!

מילא פאר הונדערט אלפים וועלן מיר זיך נאך לעבן גוט און גייען צו זיינע שמחות אבער פאר 20 מיליאן דאללער???
ווער רעדט נאך פאר הונדערט מיליאן דאללער שטופ איך אראפ פון דאך!!!

ממש אזעלכע צדיקים! זיי שלאגן זיך נישט אומזיסט...! חס וחלילה זיי שלאגן זיך ממש לשם שמים- פאר גרויס געלט וואס ממש קיינער וואלט אפגעזאגט!!! אפילו די חזון איש און ר׳ אהרלע בעלזער וואלטן זיך צוהארגעט מיט זייער משפחה!!! פאר מיליאנען???!!!

טוה מיר א טובה, דריי א קאפ פאר דיין באבעס אייזל!!!


שבת אחים, דיין טעות איז אז דו מינסט אז כ'זאג אנדערש ווי דיר.

איך האב נאר מסביר געווען אז עס איז א גרויסע געשעעניש אז זיי האבן גערעדט אויפן טעלעפאון, די סיבה פארוואס עס איז א גרויסע געשעעניש איז וויבאלד עס איז א שווערע מחלוקת מיט גוטע טטנות פאר ביידע צדדים, און כ'האב אויך צוגעלייגט אז ס'נישט יתכן אז מענטשן זאלן זיך נישט צוקריגן מיט אייגענע געשוויסטער פאר אזוינע סכומים.

בארעכטיגט? כ'האב עס קיינמאל נישט בארעכטיגט, און ווען זיי וואלטן געווען צדיקים וואלט עס נישט פאסירט, נאר וויבאלד זיי זענען פשוט'ע מענטשן האבן זיי זיך צוקריגט.

יעצט זינגסטו אביסל א אנדערע ניגון.
האסט עס אראפגעלייגט כאילו סאיז ממש א נארמאלע ערשיינונג זיך צו צוקריגן מיט די משפחה פאר יאהרן לאנג פאר גרויס געלט! און האסט געזאגט סאיז נישט קיין פשוטע מחלוקה, סאיז נישט סתם אגענדעס נאר גרויס געלט!


וואס הייסט סאיז נישט קיין פשוטע מחלוקה אן קיין אגענדעס? סאיז יא! סאיז צוויי ברודערס וואס שלאגן זיך אויף געלט און כבוד!!! זייער פשוט!!!
מאנטאג אפריל 13, 2020 11:15 pm#445845
נאכאמאל, די אלע וואס האבן זיך געוואונדערט פארוואס זיי וואס רעדן יא מיט די משפחה ווערן נישט אפלאדירט ברבים ווען זיי רעדן זיך צונויף, פאר זיי מוז מען מסביר זיין אז דאס איז א מחלוקת אויף כבוד און געלט, אסאך כבוד און נאך מער געלט.

בארעכטיגט? חלילה!
מאנטאג אפריל 13, 2020 11:30 pm#445848
איך האב פריער גערופן מיין עלטערע ברודער, ס'האט געדויערט קנאפע 16 מינוט.

עמער געוואויר ווערן מארגן אויב ס'מיר געלונגען צו מאכן העדליינס...

אויב נישט וועל איך וויסן אז די מחלוקה איז נאכנישט גענוג הייס, כ'וועל מוזן אונטערשטעלן עפעס א 'רבם דקרו'...
דינסטאג אפריל 14, 2020 12:54 am#445856
לבי ובשרי האט געשריבן:עס איז נישט קיין שום גדלות דאס אז ר' זלמן לייב האט אנגערופן ר' אהרן לדרוש בשלום אשתו.

קיינער איז נישט נייגעריג און זיינע פאראינטעסירונגען, און ס'איז נישט מעלה ומורד אויב ער קאלט יא אדער נישט.

דער טעלעפאון קאל צו זיין ברודער איז פשוט נאך א רינגעלע אינעם קייט פון ביקור חולים און צייט שטיפן מיט וואס רז"ל איז אויסגעצייכנט.

האט גארנישט מיט קאראנע שמאנע

און אפגערעדט אז דאס איז קיין צייכן פון שלום.

(די זעלבע איז דאס ווארשיינליך נישט קיין שום שאק און רודער ביי ר' אהרן און זיינע חסידים, לויט ווי איך שטעל זיך פאר, עס פאראינטערעסירט קיינעם נישט אז רז"ל האט אויפגעהויבן א טרייבל און גערופן)


כ'זע אז דער עולם האט מיר נישט פארשטאנען.

כ'פראביר ארויסצוברענגען א נקודה, נאכ'ן זיך אריינלייגן אין ר' אהרן'ס מצב העכער צוואנציג יאר צוריק ווען רז"ל ושליחיו האבן אים נישט צוגעטיילט קיין ממתקים, און יעצט, פלוצים ווען א שוועגערין און ברודער ווערן קראנק הייבט רז"ל אויף דעם טעלעפאון: העלאו, וואס טוט זיך? וואס מאכט די רעביצין?

צדיק, ווער פרעגט אין בכלל? האזט דיר געזוכט אן אייגענעם מלוכה? בלייב זיצן.

קום מיר נישט זיך פאראינטערעסירן נאך 21 יארן פון מחלוקת און פייער להשמיד.

כ'פראביר צו זיך פארשטעלן א ציור: ראובן רודפ'ט שמעון, ער לאזט אים נישט צוקומען צום פאטער יעקב. ריכטיג. שמעון און זיינע שליחים האבן צוריקגעטיילט מכות, אבער עס קומט א טאג וואס עפעס אן אומגליק אינעם פאמיליע פאסירט, און ראובן קלינגט שמעונ'ן מיט דברי תנחומין. כ'מיין, מי ביקש זאת מידכם? יעצט קומסטו קוקן אויף מיין זייט זיך פאראינטערסירן? וואו ביסטו געווען צוואנציג יאר צוריק?

כ'וויל פון דיר נישט הערן!

דאס איז מיין פערספעקטיוו וואס ברענגט מיר נישט צו פארשטיין די געוואלדיגקייט פון רז"ל'ס טאהט, אויב עפעס קומט זיך א קלאפ אין פלייצע פאר ר' אהרן פאר'ן אויפהייבן דעם טעלעפאון און ענטפערן דעם ברודער.

מ'מעג מחולק זיין. (אבער נישט פערזענליך @שושן פורים).

אגב, כ'בין נישט קיין ספינער פאר די אהרונים.
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:05 am#445858
שושן פורים האט געשריבן:פארוואס ענטפערסטו איהם בכלל?

געלייקט, ווייל איך בין מקבל די בושות :lol:
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:10 am#445860
אלס וואס קומט זיך פאר ר' אהרן גאנץ סאטמאר? בתורת בכור? ער איז נישט קיין בכור.

ער האט געהאט די אפציע פון זיך טיילן בדרכי נועם ושלום און בלייבן דער עלטערער הויפט רבי אין סאטמאר, ער וואלט נאר פארדינט דערפון. שטעל דיך פאר צוויי רבי'ס אין סאטמאר אן קיין מחלוקה, יעדער וואלט זיך געקוויטלט ביי אים, און זיין ברודער וואלט געווען רב פון ראדני שול. ער האט אבער נישט געוואלט דעם מהלך, ווייל ער האט געהאלטן אז אלעס באלאנגט אויסשליסליך פאר אים. האלב סאטמאר האט אנדערש געהאלטן.

אז ער האט אויסגעוועלט צו קעמפן תשנ"ט קעגן די אויפנאמע פון רז"ל איז קיינער אים גארנישט שולדיג. מ'וואלט אים צוגעלאזט איבעראל ווען ער לאזט זיין ברודער זיין רב אין וויליאמסבורג. ער וואלט געקענט ווייטער פירן הקפות אין ראדני יעדעס יאר, זיין ברודער וואלט אים עס גערן אוועקגעגעבן, ווען נישט די עמטליכע טיילונג אויף וואס ער איז אליינס שולדיג.

אויב קענסטו אביסל היסטאריע, נאכ'ן פייער פון שבועות, איז רז"ל ארויף צום ברודער צו פארהאנדלן איבער א פשרה, אבער ס'נישט געווען צו וועמען צו רעדן. ר' אהרן האט פארלאנגט אז רז"ל מוז אפטרעטן פון וויליאמסבורג, וואס איז נישט געווען אויפן שכל. דאס האט אים צוגענומען די רעכטן צו טענה'ן אז רז"ל האט אים עפעס צוגענומען.

להבהיר: נישט אז איינער איז מער צדיק פון צווייטן אין דעם מחלוקה, נאר ביידע זענען אייניג שולדיג און ס'איז נישט פאסיג צו באשולדיגן איינער פון זיי אין די מחלוקה מער פון דעם צווייטן.
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:13 am#445861
יא יא, ריכטיג. איך בארעכטיג נישט קיינעם פון די צוויי ברודערקעס. איך ברענג נאר מיין צווייפל איבערדעם אז אזויפיל זענען וואך מיט די נייעס כאילו ס'מיינט עפעס.

ס'קען אפשר באצייכנט ווערן אלס א פאזיטיווער אנעקדאט אין די כראנאלאגיע פון קורת מחלוקת קהילות סאטמאר, אבער דאס נתפעל ווערן אזוי, כאפט מיר נישט. דעטס אלל.

ווי אזוי שרייבט איינער? "ווען זייער טאטע האט געדארפט א ישועה האבן זיי נישט גערעדט. חחחח...."
דינסטאג אפריל 14, 2020 1:40 am#445866
אין אנדערע נייעס האט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א נארוואס אנגערופן אחיו מפאפא ב"פ שליט"א צו פרעגן וויאזוי זיין ווייב שפירט זיך...
דינסטאג אפריל 14, 2020 6:33 am#445871
די שלום מהלך איז בערך אזוי ׳איך וויל מאכען שלום, אבער וואס וועגן מיין טענות?׳

אז מ׳פארשטייט נישט אז שלום מיינט נאכגעבן די טענות, הייסט עס מ׳וויל בלייבן ביים מחלוקת. ראובן טענה׳ט אז שמעון רודפ׳ט און שמעון טענה׳ט אז ראובן רודפ׳ט. בלייבן מיט די טענות מיינט אז עס וועט זיך אזוי האלטן אויף אייביג.
דינסטאג אפריל 14, 2020 9:33 am#445874
גיבט איבער פאר די צוויי ברידער אז ביים אייבערשטען פארנעמט נישט קיין דיפלאמאטיע און פארמעלא קיין ארט. ממה נפשך האלט איינער אז ער האט ווייגעטוען דעם צווייטען דארף מען זיך געהעריג אויסשמועסן און דורכקומען. האלטן זיי אז מען ברויך זיך נישט איבערבעטן וואס ריפסטו אים היינט מער ווי אין לעצטע 20 יאר. סתם רופן: וויאזוי פילט די רעביצין? ווייזט א שפיל אז כאילו די לעצטע 20 יאר איז נישט פארגאסען געווארן קיין בלוט, משפחות האבן זיך נישט אויפגעהערט צו משדך זיין, לשון הרע און רכילות און ליצנות איז נישט געהערט געווארן.
מען האט זיך געפייט ברבים דארף מען שלום מאכן ברבים. ביידע ברידערס זאלן זיך מבזה זיין און ברבים אויסשמועסן און זיך איבערבעטן און איבערבעטן כלל ישראל. און נאך בעסער זאל זיין אז ביידע זאלן אפטרטעטן פון אמט, און אויפהערן צו זיין א פוסע על ראשי עם קודש


תניא רבי יוסי בן אלישע אומר: אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל, שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל
דינסטאג אפריל 14, 2020 10:31 am#445877
Cp

אני לא מבין!

אנשים מתים כל יום, בכל העולם משתוללת מגיפה, אנשים מאבדים את הפרנסות שלהם, אנשים נלחמים על חייהם,

ואז...

מה קורה אז?
בואו אני יספר לכן מה קורה אז, משהו ענק, דרמטי, משהו שיצליח להיכנס לכותרות הראשיות ולדחוף הצידה את כל החדשות המטריפות מכל העולם!
.....
שני אחים, כל אחד מהם הוא אדמו"ר ענק, עם אלפי חסידים, המון כוח, המון כסף, כבוד בלי סוף, ממש בלי עין הרע, אשרי יולדתם, ושני האחים הללו , אתם יודעים מה הם עשו?
תחזיקו חזק, אולי כדאי שתשבו קודם ותכינו לעצמכם כוס מים,


הם דיברו שתי דקות בטלפון! ! !


רגע , עוד לא סיימתי , הם אמרו אחד לשני גיט יום טוב! ! !

וואו! איזה דרמה.

תגידו זה אמיתי?
מגיפה עולמית צריכה לפרוץ, מאות מאנ"ש צריכים למות, אלפים צריכים לחלות, הרבנית שתחי' צריכה להיות במצב קריטי , בכדי ששני האחים הקוראים לעצמם מנהיגי הדור העומדים בפרץ ונושאים את דגל המלחמה בעמלק והקנאות לדבר ה ישוחחו ביניהם שתי דקות?

זו לא בושה וחרפה בעיניכם? תגידו לי, ברצינות אבל, זו התרגשות?

אני רוצה רגע להבין, על מה היה הנתק ביניהם כל השנים הללו? על אידאולוגיה? על שיטה? על ציונות? זה הרי היה על כסף כבוד וכוח, רבון העולמים!

אז שבוע הבא או אולי מחר אפילו , כשהם יבואו לספר לנו שהמגיפה הגיעה בגלל האינטרנט או בגלל לשון הרע או בגלל פאות ארוכות, מה אני אמור לחשוב?

אולי הגיע הזמן שכל מנהיגי הדור, צאנז, סאטמר, באבאב וכו', יתחילו לעשות חשבון נפש בעצמם? כן כן, כל אלו שתמיד מוזילים דמעות כמים בשלעשידעס תורות ובפתיחת הארון על המצב של הדור, בעיקר על המצב הרוחני של הדור.

איך הם לא מתביישים? איך? אם הם מסוגלים לנהל מחלוקת עקובה מדם על ענייני כסף וכבוד שנים ארוכות, ללכת לערכאות, לעשות טרור לאנשים, והכול בלי בושה, באופן גלוי, מבלי יכולת לוותר על אף שעל, אז למה שאני יאמין שכואב להם עכשיו על המצב, הרי מדובר באנרכיסטים אגואיסטים, נרקסיסטים שחושבים רק על עצמם.

אני מאמין שכואב להם, בהחלט כואב להם, אפילו מאוד, כואב להם שאין עכשיו טישים, תפילות המוניות, קוויטלעך, ביקורי גומלים, נסיעות גרנדיוזיות לישראל, חופשות בהרי האלפים, וכו וכו,

חברה , אולי בכלל מתכוונים אליכם? לא שמתם לב שאתם הסובלים הכי הרבה מכל הסיפור?

גלייבטס מיר הייליגע רעביס, הציבור יתרגל מהר מאוד להסתדר בלי כל האמור בקטע דלעיל, השאלה מה אתם תעשו.


די למחלוקות, ושייפסקו הימים ששני אחים שמדברים בעיניהם שתי דקות בטלפון, או ארבע שעות ליד מיטת אמם הגוססת, יגרמו לדרמה והתרגשות.

נקודה למחשבה
דינסטאג אפריל 14, 2020 5:26 pm#445933
מאן דאמר האט געשריבן: מצד מהרי"י ניצב הנגיד הרב אליעזר קסטנבוים והאברך הנגיד ר' ליפא פרידמן בנו של ר' משה גאבע, שסיכמו את כל הפרטים עם מתחריהם ראשי קהילה של צד מהר"א, הנגיד רבי יחזקאל דוד ברקוביץ - שנמצא בקשרים הכי טובים עם ראשי קהילת חצר מהרי"י מסאטמר, ועל שמו נרשמו הרבה שיתופי פעולה בין שתי החצרות בשנים האחרונות, בעיקר מתחת לראדר - וכן הנגיד ר' אברהם בראך.


https://www.bhol.co.il/news/1093321


ווייסט איינער פארוואס האט אויסגעפעלט אזויפיל נגידים שטיין ביי די האנט?
דינסטאג אפריל 14, 2020 5:49 pm#445941
וואס הייסט? אלע בנינים זענען אויף זייערע נעמען, מ'קען נישט פארהאנדלן אן רעדן צו די ריכטיגע בעלי בתים.