מאנכע זענען ביי די מיינונג, אז מתעסקים איז א קאָנקורענץ אדער גאר א שוועסטער-ארגאנעזאציע פאר חסד של אמת. אין די ווירקליכקייט איז דאס ווייט נישט אזוי!
וואלונטירן פון חסד של אמת ווערן גערופן פאר מנין צו יציאת נשמה. חסד של אמת שיקט זייער חברה קדישא אין די שפיטעלער אויסצושאלטערן די מאשינען, און זארגעפעליג פארפאקן די נפטרים, און זיכער מאכן אז אלע טעכנישע איינצעלהייטן ווערן ארלעדיגט אויפן ארט, אזוי אז ווען דער טשאפל קומט ענדליך אן, איז שוין אלעס פולקאם גרייט און פארפאקט. דאס שפארט צייט און עגמ''נ פאר די פאמיליע וועלכע איז נעבאך אינגאנצן פארלוירן פון דעם אומגליק וואס האט זיי נארוואס באטראפן.
חסד של אמת פארמאגט א אייגענע טעטיגע חברה קדישא, וועלכע מאכן טעגליך טהרות פאר אידישע נפטרים וועלכע זענען נישט אנגעשלאסן אין קיין פראמינענטע קהילות, אדער אזעלכע וואס זייערע קהילות פארמאגן נישט קיין אקטיווע חברה קדישא. ווי אויך אויב א חברה קדישא נויטיגט זיך אין מענטשן-קראפט אדער אין סיי וועלכע סארט הילף, קומט די חברה קדישא פון חסד של אמת באלד אריין אין בילד. ווי אויך ווערן אומצאליגע מתי מצוה באהאנדלט דורך די חברה קדישא פון חסד של אמת. די חברה קדישא פון חסד של אמת איז ליידער פון די סאמע פארנומענסטע איבער די גאנצע וועלט.
אויב א פאמיליע האט ליידער נישט צו באצאלן די הויכע קבורה קאסטן, מאכט חסד של אמת זיכער אז דער נפטר באקומט די זעלבע כבוד און באהאנדלונג ווי אלע אנדערע אידישע נפטרים. חסד של אמת האלט אויף דריי בתי חיים, ווי יעדער איד איז פארזיכערט מיט א קבר, אפגעזען יא באצאלט אדער נישט באצאלט.
חסד של אמת איז א מעכטיגע פארקערפערשאפט, און פארמאגט הונדערטער וואלונטירן מענער און פרויען. און קיינער אין חסד של אמת באקומט נישט קיין שום געהאלט. אירע וואלענטירן וועלן ניטאמאל נעמען קיין טיפ פאר זייער הייליגע ארבייט.
מתעסקים זאגט טאקע אז זיי טוען אויך די אויבענדערמאנטע, אבער דאס איז בלויז הוילע פראפעגאנדע. הער מייער, גראדע גאר א פיינער מאן, האט נאך ביז צום היינטיגן טאג נישט באוויזן קלאר צו מאכן זיין הויפט מיסיע-ציל. וואס יא? ער באקומט פון די שטאט גרויסע קאראוואנען און געצייג וועלכע דארפן אנגעבליך גענוצט ווערן אין נויט פעלער! זאגאר אין די ווירקליכקייט ווערט דאס בלויז גענוצט ביי גרויסע און פאפולערע לוויות און דינט אלס פראפעגאנדע פאר מתעסקים. און יא זיי פארבארגן נידעריגע שבעה-שטילן און ספרי תורה. דאס קענען מען נישט אוועקמאכן. אין קורצן, מתעסקים איז א שבעה גמ''ח, און חסד של אמת איז א כבוד מתי ישראל ארגאנעזאציע.