לפענ''ד איז דער ענין אז ווען מען קען ווען אפשפארן די גאנצע וועלט בתכלית פאר 2 וואכן, און דערנאך נעמען טעסטס מיט א פונקטליכקייט פון יעדן און זען מי ומי ההולכים וואס האבן די מחלה זאלן בלייבן איזאלירט ביז עס ווערט טאטאל אויסגעראטן במהרה בימינו דאס וואלט געווען דער בעסטער געדאנק. נאר מען קען דאך נישט. מענטשן דארפן גיין פאר עמערדשענסי סיבות, דארף מען האבן געז מיט קאר אסיסטענס, עסן איז נישט דא ביי יעדן אוועקגעלייגט דארף מען האלטן געשעפטן, דעליווערן די עסן, פראדוצירן די עסן וכו' מעדיצינישע געברויכן כנ''ל פראדוצירן דעליווערן פארקויפן איז ממילא איז דער דער וועלט אפן האט מען נישט קיין ברירה און מען לאזט מענטשן קומען און גיין און ס'וועט האפנטליך גיין שטייטער ווייל מער מענטשן זענען איינגעשפארט. יעצט אזויווי מענטשן קומען און גייען ממילא מאכט שוין נישט אויס אזוי סאך אויב וועט מען שוין טון נאך א זאך, אז מען קויפט שוין מילך מעג מען שוין נעמען אויך א טשאקלעד עס וועט נישט אויסמאכן די מינוט, נאר וואס מער מענטשן וועלן דאס טון וועסטו מער זיך דרייען און פארשפרייטן אבער מען קען דאך נישט שטיין און איינטיילן דאס יא און דאס נישט קויפט יעדער וואס מען וויל. און אז איינער כאפט א שמועס אויפ'ן גאס כנ''ל מען קומט און גייט ממילא און עס וועט זיך סייווי פארשפרייטן צוביסלעך, דעריבער איז נישט עק וועלט אז א מענטש דא דארט כאפט א קופקע, מנין, טענצל. נאר וואס דען אויב יעדער טוט עס איז אויס, אלזא ווי כ'האב אמאל געשריבן ביי אונז איז דאך א אויבער חכם מענטאליטעט, יעדער טראכט נאר איך, נאר איך וועל געבן א דאוון וואס וועט שוין געשען, איך קום ממילא פון גראסערי, כ'וועל גיין צום טאטן פאר א סעודה, ס'איז נאר איך מיט מיינע קינדער. און באמת אויב ס'איז נאר איינער צוויי איז טאקע נישט עק וועלט אבער היות יעדער טוט עס ווערט א חורבן. די אויבער חכמים טוען עס אויפ'ן חשבון פון יעדן. יעדער פרובירט צו איינהאלטן ככל היותר די תקנות פארשטייענדיג אז אמאל מעג מען א משהו נאכלאזן, אבער היות די חברה לאזן נאך אויף דעם חשבון מיט א קביעות בלייבט שוין נישט פאר קיינעם קיין מקום זיך צו אויסברייטערן.
ווען וועלט איז וועלט וואלט די מעכטיגסטע מדינה אויפן ערד מיט א פלאן צו אינוואדירן יעדעס לאנד אויף דעם גלאוב געהאט א פלאן גרייט פאר א קאטאסטראפע און געמאכט אראנדזשירונגען צו האלטן דעם עולם פארשפארט טאטאל 2-3 וואכן און נעמען טעסטס און האלטן חשבון אויף יעדן בירגער, אנגרייטן עסן און סופלייס פאר יעדן און באשטימען א דאטום ביז ווען יעדער זאל זיין גרייט מיט אלעס וכו' עס איז געווען אסאך אסאך צייט, דער עולם געדענקט שוין ניטאמאל ווען מען האט געהערט וואס, אבער אזויפיל געדענק איך אז פר' בא בין איך געפלויגן און עס זענען שוין געווען פול מיט מאסקס אין עירפארט און אלע אנ''ש האבן געוואוסט צו זאגן פארוואס, מ'האט גערעדט דערפון. אלזא וואלטן די רעגירונגען זיך געדארפט צוגרייטן, קהילות וואלטן זיך געקענט אראנדזשירן מיט סערוויסעס פאר פסח. מען וואלט געקענט באשטימען חבורות וואס זאלן דאווענען יעדן טאג אינאיינעם און זיך נישט אויסמישן צום ביישפיל. מען וואלט מסדר געווען פון פאראויס א באשטימטע דעה פון די מנהיגי הקהילות וואס צו טון מיט מנין מקוה וכו', מענטשן וואלטן געווען אינפארמירט און עדיוקעיטעט פון פאראויס און וואלטן געוואוסט וואס צו ערווארטן. אנשטאט זענען מיר אין טאטאלע כאאס און עס הערשט א צופראסקעטקייט און צומישעניש וואס די וועלט האט נאכנישט געזען.
האמת גערעדט מי אנכי בכלל אריינצורעדן דערין, איך דאוון געווענליך נישט מיט קיין מנין סתם אזוי, און יעדער קען וויסן ביי זיך וואס איז אים וויכטיג באמת. א מענטש וואס דארף עפעס א ליין מאטריאל אדער ציגרעטלעך וועט ער זיך נישט אפהאלטן פון קויפן. די מענטשן וואס זענען שול-מענטשן קען מען זיך נישט פארשטעלן זייער צער און צושטערטער יום טוב אן מנין קריאת התורה און דער גאנצער שול גיין מיט זינגען וכו', זכרנו ימים מקדם.. מיין אמאליגער סעלף וואלט עס נישט אויסגעהאלטן. מיר דארפן זיי פארשטיין, אידן האבן שוין נישט געדאוונט בציבור עטליכע וואכן זיי האלטן עס נישט אויס. פון די אנדערע זייט זענען פארהאן אומ'אחריות'דיגע סעלפישע מענטשן וואס האבן נישט קיין איין מאל געדאוונט ביחידות דורכאויס די גאנצע צייט, טראכטן נאר פון זיך און רייבן זיך די מעיים שלום עלי נפשי, איך זע זיי ארומשפאצירן אין גאס, אין געשעפט מיט'ן רציחה בעדזש - דער תפילין זעקל אן קיין בושה, מען קומט און מען גייט כאילו לא היה בשאט נפש, די זענען שלעכטע געמיינע נידריגע מענטשן וואס האבן נישט קיין שום חינוך און קיין שום מענטשליכקייט. איך פארדאם נישט קיינעם פערזענליך, איך שעץ יעדנ'ס פריאריטעטן, יעדער איז אייניג צומישט און האפנטליך וועלן מיר איין טאג זיך זען ארויס דערפון גאנץ.