פרייטאג אפריל 17, 2020 3:12 pm#446015
וואו מסירה איז ערגער ווי רציחה
איך וויל אייך דערציילן וועגן א לאנד ווייט ווייט אוועק, פון א לאנגע לאנגע צייט צוריק, וואו ס'איז אמאל געשען א שרעקליכע מגיפה, און געוויסע האבן ארומגעטראגן די קרענק און אנגעשטעקט אנדערע און זיי גע'הרג'עט. כדי אפצושטעלן אזעלכע פון הרג'ענען מענטשן, האבן געוויסע מפרסם געווען וואס זיי האבן געטון כדי ס'זאל זיין פרעשור פון דער פרעסע און די רעגירונג אז זיי זאלן נישט קענען אנשטעקן מענטשן מיט דער מגיפה.
כ'ווייס אז היינט איז דאס שווער צו פארשטיין, אבער אזוי איז דאס געווען אין יענער מדינה. זיי האבן מער פיינט געהאט און האבן מער פארדאמט די וואס האבן מפרסם געווען די רוצחים כדי זיי אפצושטעלן, ווי די רוצחים זעלבסט!
דאס וואס איך דערצייל אייך איז נישט קיין פיקציע. נאר אזוי האט באמת פאסירט.
אין יענער מדינה האט מען אפילו געלערנט מעשיות ווי מענטשן זענען געווען פארדרייט אין סדום, און ווי יושר וצדק האט דארטן נישט עקזיסטירט. זיי האבן אפילו געהאלטן אז אויב זיי וואלטן געוואוינט אין סדום וואלטן זיי זיכער געכאפט ווי פארדארבן זייערע פריאריטעטן זענען. אין דער זעלבער צייט האבן זיי מארשירט אין די גאסן און אנגעשטעקט מענטשן. און אפילו אזעלכע וואס בעצם האבן זיי זיך געהיטן און האבן פארשטאנען אז זיך דרייען ברבים און אנשטעקן מענטשן טוט פאקטיש הרג'ענען מענטשן, האבן שטערקער פארדאמט די וואס האבן מפרסם געווען די רוצחים, ווי די רוצחים אליין.
פארוואס דערצייל איך אייך א טרויעריגע מעשה וואס האט ליידער נישט קיין גוטע ענדע? כ'ווייס נישט גענוי. אפשר אין סדום האט אויך איינער פרובירט צו דערציילן זייער מעשה.