Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » צדיקי החסידים שלא הקפידו לילך תמיד במקוה

צדיקי החסידים שלא הקפידו לילך תמיד במקוה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13734
זונטאג אפריל 19, 2020 7:35 pm#446132
צדיקי החסידים שלא הקפידו לילך תמיד במקוה
אין די יעצטיגע תקופה ווען מ'זעהט ליידער ווי חסידישע אידן זענען מוסר נפש זיך און אנדערע כדי צו קענען גיין אין מקוה, טראכט איך אז דאס קומט פון אויפוואקסען מיט מעשיות ווי צדיקים האבן זיך מוסר נפש געוועהן אויף מקוה און האבן געבראכן אייז וכו'. מענטשן האבן געמאכט די מקוה גיין אזא פרומע "מערעטאן" אז זיי ווילן קענען זאגן אז זיי "האבן שוין 20 יאהר נישט פארפאסט א מקוה" נעבעך.

איך האב חוה"מ געשריבן ווי איך האב דערמאנט דעם ענין אין א שורה, אבער ס'איז כדאי קלאר אויסצושמועסן. יא, צדיקים האבן געהאט ענינים צו גיין אין מקוה, אבער זיי זענען נישט געוועהן משוגע. כמעט קיינער פון די צדיקים האט נישט געהאט קיין קפידה צו גיין יעדן אייניגסטע טאג אין מקוה!! אפילו די לעצטיגע צדיקים ווי סאטמאר רב און באבובער רב ז"ל האבן בעיקר מקפיד געווען צו גיין פאר א ברית אדער יום ב' וה' וכו'. קיינער איז נישט געגאנגען ווען זיי זענען געוועהן קראנק, און אוודאי זענען זיי נישט געגאנגען ווען ס'איז געוועהן א חשש אז וועלן אנשטעקן אנדערע מענטשען מיט א מחלה.

דאס אז צדיקים זענען נישט געגאנגען אין מקוה יעדן טאג איז א דבר פשוט. איך וויל דא שרייבן וועגן צדיקים וואס ס'איז דא מקורות אז זיי זענען נישט געגאנגען פאר לענגערע תקופות אין מקוה. פארשטייט זיך אז נישט חסידישע צדיקים ווי דער חת"ס זי"ע זענען אוודאי נישט געגאנגען אין מקוה. נאר דא רעדן מיר דווקא פון חסידישע צדיקים, וואס מיר זענען אויפגעצויגן געווארן מיינענדיג אז מקוה איז א חסידישע יסוד.

דער הייליגער דברי חיים (וואס ס'איז היינט זיין יומא דהילולא) איז געוועהן תקופות פון לאנגע חדשים וואס ער איז נישט געגאנגען אין מקוה. אמאל איז אפילו אויסגעקומען ווען זיין זוהן הגה"ק רבי ישעי'לע טשחובער זצ"ל איז געבוירן געווארן אין א צייט וואס ער איז נישט געגאנגען אין מקוה, און ער איז נישט געגאנגען אין מקוה אפילו פאר די ברית.

הגה"ק ר' אהרלע מבעלזא איז דרייסיג יאהר אין א צי נישט געגאנגען אין מקוה. (בכלל איז בעלז האט מען מקפיד געוועהן אז בחורים זאלן בכלל נישט גיין אין מקוה, חוץ אויב מ'האט א מקרה לילה, און ער"ש ויו"ט)

ס'איז באקאנט די הייליגע בריוו פון הגה"ק ר' זכרי' מענדיל משטרים זצ"ל, פלימעניק פונעם הייליגן נועם אלימלך, וואס איז געדרוקט אין קונטרס ליקוטי שושנה אין נועם אלימלך. דארט שרייבט ער צו די וואס האבן אים באשולדיגט אז ער איז זיך מסגף און גייט כסדר אין מקוה, אז דאס איז בכלל נישט אמת, נאר ער גייט אין מקוה ווען ס'איז בעת הצורך און ער שפירט געזונט און שטארק, אבער אז ער שפירט סיי וואספארא שוואכקייט גייט ער בכלל נישט אין מקוה.

הגה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זצ"ל איז די לעצטע 18 יאהר פון זיין לעבן נישט געגאנגען אין מקוה, חוץ יום י"ג מידות.
זונטאג אפריל 19, 2020 8:14 pm#446137
"גם אמר לי הר"י סאגיס ז"ל, בשם מורי (האר"י) ז"ל ששמע ממנו, כי אין דבר יותר מוכרח וצריך אל האדם לענין ההשגה, כמו הטבילה, שצריך שיהיה האדם טהור בכל עת. ואמנם אני ראיתי למורי ז"ל, שששה חדשים של החורף רובם לא טובל, מפני שהיה חולני, והיה שבור, ואמו לא היתה מניחתו לטבול, וזה אמת וברור אצלי, ולא מפני כך נסתלקה אז השגתו כלל." (שער רוח הקודש) די אלע בעלי רוח הקודש האבן זיך נישט וואס צו זארגן, ס'עט זיי גארנישט געשעהן אז זיי וועלן פארפעלן א מקווה..
זונטאג אפריל 19, 2020 8:51 pm#446148
גיין אין מקווה איז א מאדערנע מנהג חסידים. סאיז פשוט ניט מעגליך אז פאר דער קריג זענען חסידים געגאנגען אין מקווה אזוי ווי היינט. ס׳זענען ניט געווען קיין מקוואות אין די שוהלען, שטיבלעך און בתי מדרשות. סכמעט ניט בנמצא אין גאנץ מזרח יוראפ א שוהל מיט א מקווה אין קעלער. אין רוב מקומות איז מקווה ניט פון די יסודות החסידות בכלל. סאיז בדר״כ א נייע ענפינדונג. טבילת עזרא האט מען יא שטארק מקפיד געווען. אבער סאיז טאקע ניט לייכט אנגעקומען.
זונטאג אפריל 19, 2020 10:04 pm#446154
איך ווייס נישט וויאזוי הרה"ק רבי הערש'לע ספינקער זי"ע האט זיך געפירט פאר זיך אליינס אבער אין "הארז שנגדע" שטייט אז ער האט געהייסן נישט גיין אין מקוה טעגליך, נאר גיין לכל היותר צוויי מאל א וואך... (איך האב עס לעצטע מאל געליינט אפאר יאר צוריק, ביטע כאפט מיר נישט אויפן ווארט אויב האב איך א טעות, איך וועל בלי נדר נאכקוקן נאכאמאל)
זונטאג אפריל 19, 2020 10:13 pm#446155
געהערט בשמו אז ווער עס גייט יעדן טאג אין מקוה איז א קאטשקע.
מאנטאג אפריל 20, 2020 1:49 am#446178
מ'דארף נישט זיכן וועלכע צדיקים זענען נישט געגאנגען יעדע טאג; פארקערט, מ'דארף זיכן וועלכע צדיקים האבן געהאט די קפידה נישט צו פארפאסן א מקוה קיין איין טאג.
ס'געווען מקומות אין או לאנד ווי טשערנאבל און נאך עטליכע ווי מ'האט מקפיד געווען יעדן טאג צו גיין אבער און אלע אנדערע פלעצער איז נישט געווען אזא קפידה. פארקערט, אין צמח דוד פון ר' דויד'ל דינובער שטייט אז גיין יעדן טאג אין מקוה ברענגט צו עצבות.
היינט איז אבער א וועלט פון תוהו ובוהו און יעדער טרייט נא צו מאכן יעדעמס חומרות און משוגעתן, האט מען אויך עדאפטעט אין אסאך פלעצער די מנהג פון נישט פארפאסן קיין מקוה.
מאנטאג אפריל 20, 2020 2:04 am#446179
ווער האט מחדש געווען צו ג'יין אין מקוה מוצאי תשעה באב ווי טייל חסידים פירן זיך כדאי נישט צו פארפאסן קיין איין טאג מקוה
מאנטאג אפריל 20, 2020 4:14 am#446189
יודישע שרייבער האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי הרה"ק רבי הערש'לע ספינקער זי"ע האט זיך געפירט פאר זיך אליינס אבער אין "הארז שנגדע" שטייט אז ער האט געהייסן נישט גיין אין מקוה טעגליך, נאר גיין לכל היותר צוויי מאל א וואך... (איך האב עס לעצטע מאל געליינט אפאר יאר צוריק, ביטע כאפט מיר נישט אויפן ווארט אויב האב איך א טעות, איך וועל בלי נדר נאכקוקן נאכאמאל)

דאס קען נישט זיין. ווייל דער חקל יצחק מ'ספינקא. ר' הערשעלע'ס זיידע שרייבט אין זיין ספר (דאכטזיך ביי פ' שלח) איבער די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון גיין אין מקוה א יעדן טאג...!
מאנטאג אפריל 20, 2020 4:15 am#446190
מצפצף האט געשריבן:געהערט בשמו אז ווער עס גייט יעדן טאג אין מקוה איז א קאטשקע.

קען נישט זיין. כמו שכתבתי לעיל...!
מאנטאג אפריל 20, 2020 6:02 pm#446260
מהר"י ט"ב מסאקמאר איז כידוע אויך נישט געגאנגען אלע טאג אין מקוה.
מאנטאג אפריל 20, 2020 6:35 pm#446262
פארשטאנד האט געשריבן:מהר"י ט"ב מסאקמאר איז כידוע אויך נישט געגאנגען אלע טאג אין מקוה.


ריכטיג, וכן שמעתי מזקני שהיה משב''ק אצל הרבי.
דינסטאג אפריל 21, 2020 4:43 pm#446384
די ריבניצער זצ״ל האט זיך שטארק מוסר נפש געוועהן פאר מקוה כיודע. אבער מיט דעם אלעמען איז ער נישט געגעאנגען יעדען טאג אין מקוה.
אז איינער פרובירט אייך איינרעדן אנדערש זאלט איר וויסן אז יענער איז א ליגענער סאיז נישט מעגליך געוועהן דאס צוטוהן יעדן טאג...
דינסטאג אפריל 21, 2020 10:09 pm#446425
איך האב אמאל באשריבן אן אדם גדול, א חסידישער ראש ישיבה, פאר אן אויסגאבע אין א"י. זיי האבן עס אריינגעגעבן פאר די בני המשפחה אויף איבערצוקוקן.

איינע פון די באמערקונגען האט נישט געשפעטיגט צו קומען: ס'שטייט אז ער איז געגאנגען אין מקוה 'כמעט יעדן טאג'. נעם ארויס דעם 'כמעט'.

כ'האב גע'טענה'ט צו זיי: היתכן? ער האט דאך מיר קלאר געזאגט אז ער גייט נישט 'יעדן' טאג אין מקוה!

זאגן זיי: אבער מענטשן דארפן דאס נישט וויסן.

נאך א טענה'ריי איבער די קוראפציע, האב איך אויסגעפירט. כ'האב זיי מיט פשוט'ע ווערטער אויפגעקלערט, אז מיט דעם וואס זיי טראסטן נישט זייער זיידנ'ס דעת תורה, ווייזן זיי אז זיי זענען גאר קנאפע חסידים פון אים. און אויב זיי האלטן נישט פון זייער זיידע, פארוואס זאל איך יא האלטן פון אים? און פארוואס זאל איך אים וועלן באשרייבן אלס אדם גדול?
מיטוואך אפריל 22, 2020 5:11 pm#446510
וויזניץ מאנסי ר' מאטעלע פלעגט נישט גיין יעדע טאג

ריבניץ'ע נישט גיין איז מיר א גרויסע חידוש! כטראכט אז כזאל עס נישט גלייבן
מיטוואך אפריל 22, 2020 5:57 pm#446515
איך וואלט געזאגט אז מענטשן בענקט זיך צו דער מקוה פין דער עת הצורך.

גערעכט, גיין יעדעס טאג איז געווארן מיט די נייע באקוועמע מקוואות מיט שויערס און מען גייט פאר באקוועמליכקייט.