דינסטאג אפריל 21, 2020 1:10 pm#446349
גייט אונזער געמיינדע זיך עפעס אויסלערנען פון דעם קריזיס?
פיל (אבער נישט גענוג) איז שוין געשריבן געווארן אויף דער דורכגעפאלענער פירערשאפט פון אונזערע א.ג. פירער דורכאויס דעם יעצטיגן קאראנא קריזיס. די שאלה איז, גייען די פירער זיך עפעס אויסלערנען פון דעם? גייט אונזער געמיינדע זיך קלאפן על חטא און פארשטיין וויאזוי מיר דארפן זיך באגיין מיט אזא קריזיס אין דער צוקונפט?
טייל פון אונז האלטן אז די פאקטן זענען אזוי קלאר, די עווידענס איז רעקארדירט און דאקומענטירט, אז מ'קען נישט לייקענען שמש בצהריים. זיי רעדן זיך איין אז איינמאל דער קריזיס וועט דורכגיין וועט זיך אנפאנגען א קאלעקטיווער חשבון הנפש.
זיסע חלומות, מיין פריינט. נישט נאר וואס רוב פונעם ציבור ווייסט נישט אז די רבנים האבן געלאכט פונעם קריזיס ווען דער מצב איז שוין געווען קלאר, נאר א גרויס חלק פונעם ציבור ווייסט ניטאמאל אז ס'איז באמת דא א קריזיס. און די וואס פארשטייען יא, כאפן נישט אז עס זענען פאראן צענדליגער חסידישע אידן וועלכע ליגט יעצט 6 פיס אונטער דער ערד, נאר ווייל די רבי'ס האבן נישט גענומען ערנסט די אינפארמאציע וואס איז שוין געווען גלוי וידוע לכל. מ'רעדט נישט דא פון א סקאנדאל ווי א רבי'ס שיק-אינגלעך האבן אונטערגעצונדן א קימפעטארין היים ברענגנדיג פאטענציאל פאר פאטאליטעטן, נאר פון עפעס וואס איז 300 מאל אזוי סקאנדאליעז. די רבי'ס אליין, לא על ידי מלאך ולא על ידי שליח, האבן געמאכט פאטאלע און לייכטזיניגע באשליסן וואס האבן פאקטיש און למעשה אומגעברענגט מענטשן.
ווען מ'רעדט יעצט, זעקס וואכן אריין אינעם קריזיס, צו מענטשן, זעט מען אז רוב האבן פארלוירן דעם חשבון פון צייט. מ'געדענקט נישט ווער עס האט געזאגט וואס, ווען, און מ'האט שוין פארגעסן ווער עס האט געטון וואס, וואו. און דאס איז יעצט, ווען עס שטארבן נאך מענטשן צוליב אונזער דורכגעפאלענער פירערשאפט. שטעלט אייך פאר איינמאל דאס וועט דורכגיין, מיט דער הילף פון די פראפאגאנדע צייטונגען און אויסגאבעס, וועט רוב עולם גולם זיין פולקאם איבערצייגט אז די מנהיגים זענען געווען אינגאנצן אין קאנטראל, און יעדער וואס האט איבערגעלעבט מיט גאנצע ביינער האט צו פארדאנקען זייער פירערשאפט.
*
מענטשן וואונדערן זיך אויף די וואס האבן אפן בתי מדרשים וואו מתפללים זענען געווארן אנגעשטעקט און האבן פארלאזט דעם עולם. "וויאזוי קענען זיי ווייטער האלטן דעם ביהמ"ד אפן?" פרעגן זיי. "זעען זיי נישט וואס געשעט א דאנק זייער אפענעם ביהמ"ד?" מענטשן שפעקולירן צי רבי'ס האבן חרטה אויף זייערע פורים טישן, זעענדיג היינט אז זיי האבן גע'הרג'עט מענטשן אין א צייט וואס זיי האבן שוין געדארפט וויסן אז דאס גייט ברענגען קרבנות. דער ענטפער איז אז ניין. נישט נאר וואס זיי זעען נישט איין, נאר דאס אז זייערע החלטות קאסט טויטע מאכט זיי נאך שטערקער גלייבן אין כל מיני קאנספיראציעס צו באפעסטיגן זייער גלויבן.
דאס איז א כלל וואס מ'זעט אין מלחמות. א פרעזידענט צב"ש גייט אריין אין א מלחמה, און נאך א יאר זענען 2,000 סאלדאטן טויט. עס איז שוין קלאר אז די מלחמה האט גארנישט אויפגעטון, אבער דער פרעזידענט איז פסיכאלאגיש געבונדן צו זיין דילעמא: אויב צי איך יעצט ארויס מיינע טרופן, בין איך מיט דעם מודה אז די 2,000 סאלדאטן זענען געשטארבן פאר גארנישט. זיי האבן פארלוירן זייערע לעבנס אן קיין שום סיבה. דער פרעזידענט קען זיך נישט ערלויבן זיין מוח דאס צו טראכטן, און ער קען נישט ברענגען דאס לאנד צו טראכטן אזוי. איבערצייגט ער זיך אליין אז די מלחמה האט יא א ציל, און נאך סאלדאטן שטארבן. ווי מער סאלדאטן שטארבן אלס גרעסער ווערט דער פראבלעם מודה צו זיין אז זיי זענען געשטארבן פאר גארנישט, און אלס גרעסער ווערט דער דראנג אנצוהאלטן מיט'ן קריג און אזוי פארלירן נאך קרבנות.
לענינינו איז דאס זעלבע. די וואס האבן גע'הרג'עט מענטשן א דאנק זייערע מעשים זעען נישט איין אז זיי זענען נישט געווען גערעכט ווייל זיי ווילן נישט מודה זיין אז מענטשן זענען געשטארבן א דאנק זיי. פארקערט, דאס מאכט זיי נאך מער אריינקריכן אין זייער פינסטערער לאך פון קאנספיראטארישער טראכט, און דאס ברענגט נאך מער קרבנות.
דאס ברענגט מער קרבנות יעצט, צוליב דעם וואס די רבנים האבן נישט גע'אסר'ט מנינים און מקוה, און דאס וועט ווייטער ברענגען קרבנות אינעם עתיד, ווען די רבנים וועלן ווייטער גלייבן אז זיי מאכן ריכטיגע באשלוסן.