Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » עס איז שווארץ שווארץ.(פאעזיע)

עס איז שווארץ שווארץ.(פאעזיע)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13753
דאנערשטאג אפריל 23, 2020 11:06 am#446582
עס איז שווארץ שווארץ.(פאעזיע)
עס איז שווארץ שווארץ

און פייער בליצען

לויפען דעקען ווארפען ליכט

געזיכטער פון געביין

שטום שרייען זיי

אין אפגרינד אין אפגרינד

פון פארענט דימאנישע פלאמען

און אויפן גענאק א קילע טייוועל בלאז

זיביציג געזיכטער

פון א רויט שווארצע האריזאנט

גרויע סקלעטענעס

זייערע טרערען

וועפערירט און נישט אין זין שיין

איז זייערע אויגען

נישט געוואנדען צו דיר

וואס זעהסטו

טרויער מער ווי גלאנץ

דאס גלאנץ נאר זיינע טרערען

אין די ענדע פון די טעג

די ווילסט עס טינקלער

אקעראייזנס צו שווערד

צוויייגמעסערס אויף שפיזען

די ווילסט א שלאכט

האסטו קריג
זונטאג אפריל 26, 2020 11:01 am#446735
דו פאעזיע איז אינספערירט: ביי לענארד כהן און רבי אלעזר בירבי קליר.
(סתם,סתם: ס'האט זיך אים נאכאמאל פארגליסט די מזרח וואנט)