א רויטע העררינג מיינט נישט קיין שטיקל מאטיאש, עס מיינט
דאס. עס מיינט א פאלשע צייכען, א וועג פון אוועק שלעפן די נושא פון איר אמת'ער מכוון.
ווען מ'גייט אריין אין דער ענין צו די פסוק איז אן אסמכתא צו א ילפותא, ווען דאס האט נישט די מידנעסטע שייכות מיט די נושא, איז עס א מהלך פון פארדריין א קאפ, און צווינגן יענעם צו טראכטן אוועק פון די נושא. ווען אוי מ'גייט אריין אין די 'אין הולכין בנפשות אחר הרוב', אן דעם וואס דאס זאל האבען די מידנעסטע שייכות אהער, איז עס נאך א פרואוו צו פארדריין די נושא פון די אמת'ער פונקט.
צוליעב דעם איז ראטזאם אז מ'זאל
נישט אריין גיין אין די קונטרס אפצווענדן זיין פונקטן, ווייל זיי האבען נישט קיין טראפ שייכות מיט די סוגיא דא, און זיי זענען נאר מצליח צו נידערן דער מענטש'ס IQ. ביים התייסדות העירוב אין ב.פ. האב איך ערשט באמערקט דער מהלך ווי מ'האט מאריך געווען אויף דער רבי ז"ל,ס מיינונג, 'מסורות' פון דער דרכי תשובה, הלכות 'פאלגן א מרא דאתרא' און צו פון מאנהאטן קען מען ווערן א מרא דאתרא אין ברוקלין. ווי אויך 'וואס האבען די ליטווישע שוין געטון פאר אידישקייט אין אמעריקא?' (באזני שמעתי מאת אחד מראשוני המתירים בב.פ. די טענה) און נאך אזעלכע פוסטע נאנסענס. אבי מ'זאל דער ווייניגסטער רעדן פון הלכות עירובין. אזוי איז עס געגאנגן ביי נאך אזעלכע טומולן, פון איין פארטיי ביז'ן צווייטן, והמשכיל בעת ההיא ידום. די שוטים האבען געהאט די אויבערהאנט, צוליעב ערפארונג. זיי שלעפן יעדעם אריין אין זייער נארישקייטן, און מ'קען שוין נישט טראכטן גראד.
נאך דעם וואס מיר האבן געזען די סארט שטותים פון דער כותב הקונטרס, ווייסן מיר שוין וואס ער איז ווערט, ער קען זיך שוין נישט באהאלטן אונטער א גראבן פעלטץ און סטראקעס. ער איז דער 'בעל הקונטרס'.