Under maintenance
הויפט זייט » די יסורי הנפש פונעם דיין ז"ל

די יסורי הנפש פונעם דיין ז"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13770
דינסטאג אפריל 28, 2020 10:53 am#446912
די יסורי הנפש פונעם דיין ז"ל
נעכטן האט די שטאט קרית יואל געליטן א שרעקליכן פארלוסט, ווען עס איז נפטר געווארן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל, דיין ומו"צ, ומחבר ספר "הלכה ברורה". דער דיין איז געווען א געזונטער מענטש אין זיינע פופציגער יארן, און איז אוועקגעריסן געווארן דורך דער קאראנא מגיפה, ה"י.

איך וויל מיך אפשטעלן אויף א נקודה וואס זיין ברודער ר' חיים הערש האט געזאגט ביי זיין הספד נעכטן אין ביה"ח אין קרית יואל. ער האט דערמאנט אז זיין ברודער דער דיין האט געהאט יסורי הנפש אז מ'האט נישט אנערקענט זיין עבודה און יגיעה אויפצושטעלן תלמידים און העלפן אידן. דאס איז א מאמענט פון אפנקייט וואס מ'טרעפט זעלטן אין אונזער געזעלשאפט, וואו מ'רעדט כמעט קיינמאל נישט וועגן די וואלנערביליטיס פון מענטשן.

הרב מענדלאוויטש איז געווען א מענטש וועלכער האט זיך אליין געבויט. זיין טאטע איז אן איש פשוט, א גבאי ביי א סאטמארער רבי, און ער אליין האט זיך געבויט צו ווערן א תלמיד חכם און א מחבר ספרים. נאך אלס בחור האט ער גע'שמ'ט מיט זיין יגיעה בתורה.

עס וואלט איינער געקענט טראכטן אז אזא מענטש איז צופרידן מיט זיך אליין אז ער איז אזוי געשטיגן, און האט די זכי' צו העלפן אידן ברוחניות ובגשמיות. צו וואס זאל ער דארפן אז מ'זאל אנערקענען זיין יגיעה? איז ער נישט העכער פון דעם?

דער תירוץ איז אז יעדער מענטש, נישט קיין חילוק ווי דערהויבן און ווי ווייט ער האט דערגרייכט, דארף אנערקענונג. ער דארף פילן אז מענטשן ווייסן און פארשטייען וואס ער טוט. און יא, עס איז יסורי נפש אויב מ'אנערקענט דאס נישט.

ווי עס איז צוגעברענגט געווארן אינעם "מאזאאיק" פון דעם לעצטן וועקער:
איך האב געהערט נאכזאגן אז איינער האט אמאל דערציילט פאר'ן פאפא רב, הגה"ק בעל ויחי יוסף זי"ע, אז מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט איין וואך נאך שלש סעודות זיך נאכגעפרעגט וויאזוי דער ציבור האט אויפגענומען די תורה, און דער פאפא רב האט זייער הנאה געהאט דאס צו הערן, זיך אויסדרוקנדיג: "מענטשן ווייסן נישט, אפילו אן אדם גדול דארף אויך אמאל חיזוק."

מ'דארף גראטולירן דעם ברודער פונעם דיין אז ער האט דאס געזאגט ברבים, און דער ציבור דארף נעמען די פארציע מוסר און אויספירן למעשה, צו געבן אנערקענונג פאר אישי הציבור וואס געבן אוועק זייער לעבן פאר אנדערע, און אפילו סתם פאר מענטשן וואס ארבעטן שווער צו שטייגן און וואקסן. יעדער קען נוצן חיזוק, און יעדער דארף אנערקענונג.
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:15 am#446914
Re: די יסורי הנפש פונעם דיין ז"ל
דאס איז לכאורה אויך א פשט אין וואס די גמרא מיינט מיט (ברכות לב:) ת"ר ארבעה צריכין חזוק ואלו הן תורה ומעשים טובים תפלה ודרך ארץ ע״ש.
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:42 am#446920
אויך א גמרא אין שבת פז אז דער אויבערשטער האט אפיר געהאלטן משה פאר נישט ווינטשן הצלחה בשעת ער האט געהאנגען כתרים אויף די אותיות. משה, היה לך לעזרנו, נעקסטע מאל האט ער געזאגט ועתה יגדל נא.

איז נישט דער מחבר פון הלכה ברורה פרידמאן פין ווילי?
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:43 am#446921
.
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:43 am#446922
וואס מיינט אנערקענונג? וויאזוי אנערקענט מען די ארבייט פון א דיין? מיטן קושן די הענט און כאפן פון אים שריים?
און צו ראובנס פונקט: ביי אונזער געמיינדע אויב וויל מען אנערקענונג פאר גוטע טעטיקייטן, מוז מען ערשט שטארבן און באגראבן ווערן גאנצע 6 פוס טיף אין דער ערד! אזוי איז אונזער געזעלטשאפטליכע סאציאל אראפגעשטעלט געווארן. צייט פאר א טויש? פילייכט!
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:46 am#446923
עס איז לאו דווקא אז אונז זענען שולדיג מיט נישט אנערקענען, עס קען זיין אז אים האט געשפראדעלט א דמיון, אבער ראובן'ס נקודה לענ"ד איז, אז מען איז אפען מיט דער יסורי הנפש וואס מען האט, וואס דאס איז דער ערשטער פראבלעם.
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:51 am#446925
איך זאג א דף היומי שיעור יעדער נאכט אויף זום און יעדער לייגט זיך אויף מיוט. איך זעי פנימ'ער ווי מ'קוקט אריין, און מאנכע באהאלטן זיך, אבער הערן הער איך נישט קיין פיפס. עס איז נישט לייכט. ווען דער עולם איז געווען דארט לעבעדיגעהייט, פלעגט איינער אריין פרעגן, נישט קיין גרויסע קשיא'ס, אבער צוגעלייגט צום גמרא אז עס זאל ווערן קלארער, אז מיין צייט פון זיך צוגרייטן זאל זיין בארעכטיגט.

איך האב נישט קיין יסורי הנפש דערפון, עס איז נישט קיין גרויסע חלק פון די לעבן, אבער איך פארשטיי גוט וואס יענער וויל. ער האט דורכגעטון א סוגיא לארכה ולרחבה, אבער ער האט נישט די פערסאנאליטעט זיך צוצושטופן אויסצוזאגען וואס ער האט אנגעגרייט. און בפרט ווען די גרויסע רעדענערס אויף א סאך סוגיות זענען די וואס ווייסען נישט בחייכון וביומיכון וואס דא טוט זיך. ער פילט ווי ער לעבט אנטקעגן די וועלט, עס וועקט אויף ספקות אין זיין וועג, ער זיצט צווישן מענטשן און ער האט נישט קיין שפראך מיט זיי. עס האט גארנישט מיט פוסטע כבוד אדער אטענטשען, דאס איז די תאוות פון קליינע מענטשלעך וואס האבען טאקע נישט וואס צו פארקויפן.

איך האב געהערט אויף איינער פון די גרוסיע רבי'ס, איך האב געהערט א נאמען אבער לכאורה שטימט עס נישט. ער האט חתונה געהאט בזיווג שלישי, זאגענדיג 'איך דארף הערן נאך דער ר"ה מוסף אז איך האב פיין געדאווענט'. יא, אזוי איז די מציאות, אזוי קומט א מענטש, ואביתה תהלה.
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:15 pm#446929
ס'וואונדערט מיר (נישט) אז קיינער האט נישט געזאגט ביי די לויה אז דער דיין האט אפנגעהאלטן זיין שוהל די גאנצע צייט. כנוסח ר' אביגדור מיללער.

איך האב אים געקענט פונדערנאנט אין א געוויסע תקופה. אן אויסנאם צוגעלאזענער און איבערגעגעבענער מענטש געווען. ווי להאי שופרא דבלי בעפרא.
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:15 pm#446930
Re: די יסורי הנפש פונעם דיין ז"ל
קאך_לעפל האט געשריבן:און צו ראובנס פונקט: ביי אונזער געמיינדע אויב וויל מען אנערקענונג פאר גוטע טעטיקייטן, מוז מען ערשט שטארבן און באגראבן ווערן גאנצע 6 פוס טיף אין דער ערד! אזוי איז אונזער געזעלטשאפטליכע סאציאל אראפגעשטעלט געווארן. צייט פאר א טויש? פילייכט!
יא יא, און טאקע די וואכעדיגע פרשה: אחרי מות, ערשט נאכ׳ן שטארבן רח״ל, קדושים אמור...
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:22 pm#446931
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס מיינט אנערקענונג? וויאזוי אנערקענט מען די ארבייט פון א דיין? מיטן קושן די הענט און כאפן פון אים שריים?
און צו ראובנס פונקט: ביי אונזער געמיינדע אויב וויל מען אנערקענונג פאר גוטע טעטיקייטן, מוז מען ערשט שטארבן און באגראבן ווערן גאנצע 6 פוס טיף אין דער ערד! אזוי איז אונזער געזעלטשאפטליכע סאציאל אראפגעשטעלט געווארן. צייט פאר א טויש? פילייכט!

ווי איך פארשטיי ( פון אייוועלט ) איז ר' יעקב אלעזר געווען א זעלטענע מורה הוראה וואס האט זיך אוועקגעגעבן פאר די יונגעלייט זיך אפגעגעבן מיט א זעלטענע פארשטאנד אין אלע תחומים, ער פלעגט אויפהייבן די פוין א גאנצע נאכט! יעדע נאכט! ווי ר' יואל גוטמאן האט געזאגט נעכטן ביי די לוי' אז אמאל ווען ער איז פאר א וואך אוועק געפארן איז געווען אן איבערקערעניש אז מען הייבט נישט אויף אין בית הוראהַַ..

בנוסף צו דעם איז ער געווען א עני זיך נישט ארויסגעווארפן אויפן ציבור, און דאס איז אויך א חסרון אין אנערקענונג איינער וואס ארבייט יומם ולילה פארן ציבור מעג די ציבור/קהילה זיכער מאכן אז ער באקומט באצאלט כאטש אויף ברויט.
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:31 pm#446934
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זאג א דף היומי שיעור יעדער נאכט אויף זום און יעדער לייגט זיך אויף מיוט. איך זעי פנימ'ער ווי מ'קוקט אריין, און מאנכע באהאלטן זיך, אבער הערן הער איך נישט קיין פיפס. עס איז נישט לייכט. ווען דער עולם איז געווען דארט לעבעדיגעהייט, פלעגט איינער אריין פרעגן, נישט קיין גרויסע קשיא'ס, אבער צוגעלייגט צום גמרא אז עס זאל ווערן קלארער, אז מיין צייט פון זיך צוגרייטן זאל זיין בארעכטיגט.

איך האב נישט קיין יסורי הנפש דערפון, עס איז נישט קיין גרויסע חלק פון די לעבן, אבער איך פארשטיי גוט וואס יענער וויל. ער האט דורכגעטון א סוגיא לארכה ולרחבה, אבער ער האט נישט די פערסאנאליטעט זיך צוצושטופן אויסצוזאגען וואס ער האט אנגעגרייט. און בפרט ווען די גרויסע רעדענערס אויף א סאך סוגיות זענען די וואס ווייסען נישט בחייכון וביומיכון וואס דא טוט זיך. ער פילט ווי ער לעבט אנטקעגן די וועלט, עס וועקט אויף ספקות אין זיין וועג, ער זיצט צווישן מענטשן און ער האט נישט קיין שפראך מיט זיי. עס האט גארנישט מיט פוסטע כבוד אדער אטענטשען, דאס איז די תאוות פון קליינע מענטשלעך וואס האבען טאקע נישט וואס צו פארקויפן.

איך האב געהערט אויף איינער פון די גרוסיע רבי'ס, איך האב געהערט א נאמען אבער לכאורה שטימט עס נישט. ער האט חתונה געהאט בזיווג שלישי, זאגענדיג 'איך דארף הערן נאך דער ר"ה מוסף אז איך האב פיין געדאווענט'. יא, אזוי איז די מציאות, אזוי קומט א מענטש, ואביתה תהלה.

אפשר לייגט איר ארויףַ די נומער לזכות הרבים
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:33 pm#446935
אישתישבי האט געשריבן:
איז נישט דער מחבר פון הלכה ברורה פרידמאן פין ווילי?

דו רעדסט פון אוצר הלכות.
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:41 pm#446936
''פון יעדע זאך קען מען זיך לערנען א מוסר השכל''

אינז ברידער און שוועסטער אויף קאווע שטיבל קענען זיך לערנען צו טיילען לייק'ס מיט א ברייטקייט, און ארויסווייזען מער הכרת הטוב פאר גוט געשריבענע ארטיקלען און תגובות, נאך פאר מ'איז זיי ''מספיד''.
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:42 pm#446937
איך האב אויך באמערקט די תגובה אויף אייוועלט איבער די יסורי הנפש פונעם דיין ז"ל און כ'האב מיך אויך געוואונדערט דערוועגן. פילייכט וואלט זיך פארלאנגט איינער וואס האט אים געקענט און\אדער וואוינט אין דער געגנט זאל ערקלערן.
אבער דוקא הרב מענדלאוויטש זע איך נישט וואס נאך ער האט געוואלט. זיין טאטע איז דעם רבינ'ס גבאי, דאס הייסט פון די העכסטע פענסטערס, סיי וועלכע גיג ס'איז נאר געווען אוועילעבל האט ער באקומען, סיי וועלכע אנערקענונג די עסטעבלישמענט וואלט געקענט געבן האט ער באקומען. ער האט געהאט א שול, ער האט באקומען א מגיד שיעור פאסטן, א דיינות פאסטן, ער האט געשריבן ספרים, וואס נאך וואלט א געזעלשאפט וואס איז בכלל נישט ברייטהארציג אים געקענט געבן?
בהשקפה ראשונה פארשטיי איך נישט גענוי וואס עס האט אים געבאדערט. עס איז דא אן א שיעור תלמידי חכמים וואס ווערן פיל ווייניגער אנערקענט און זענען טאקע אנגעווייטאגט ווייל די אפיציעלע קערפערשאפטן געבן פאר קיינעם גארנישט און יעדער איז דער זעלבער שמאטע און אלע פאסטנס גייען פאר'ן רבינ'ס קינדער און איידעמער און אמאל אויך פאר די נעפיוס.
דינסטאג אפריל 28, 2020 1:37 pm#446944
כוכב האט געשריבן:איך האב אויך באמערקט די תגובה אויף אייוועלט איבער די יסורי הנפש פונעם דיין ז"ל און כ'האב מיך אויך געוואונדערט דערוועגן. פילייכט וואלט זיך פארלאנגט איינער וואס האט אים געקענט און\אדער וואוינט אין דער געגנט זאל ערקלערן.

רב עמאזאן האט א טעאריע אז די יסורי הנפש זענען געווען פרנסה פראבלעמען.... לויט דעם זענען מיר אלע ווארשיינליך אויך געשלאגן מיט די זעלבע יסורי הנפש...
נעמליך, פאר די וואס פארשטייען צו לעזן קליינע אותיות, האבן א שטיקל השגה וואס פון וועלכע סארט יסורי הנפש דער ברודער האט גערעדט...
דינסטאג אפריל 28, 2020 1:58 pm#446947
איך האב פארשטאנען האט דער נפטר געמיינט צו זאגן אז מ'האט יא אנערקענט געוויסע חלקים פון אים, ווי למשל זיין לערנען, יגיעת התורה, ענטפערן שאלות, אבער נישט זיין חלק פון משפיע זיין פאר תלמידים און חסד. מ'האט אים נישט אנגעקוקט אויף די חלקים וואס ער האט געהאלטן פאר חשוב'ער און ער האט אריינגעלייגט מער כוחות.

כ'מיין אז דאס איז פשט.
דינסטאג אפריל 28, 2020 2:39 pm#446955
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס מיינט אנערקענונג? וויאזוי אנערקענט מען די ארבייט פון א דיין? מיטן קושן די הענט און כאפן פון אים שריים?
און צו ראובנס פונקט: ביי אונזער געמיינדע אויב וויל מען אנערקענונג פאר גוטע טעטיקייטן, מוז מען ערשט שטארבן און באגראבן ווערן גאנצע 6 פוס טיף אין דער ערד! אזוי איז אונזער געזעלטשאפטליכע סאציאל אראפגעשטעלט געווארן. צייט פאר א טויש? פילייכט!

אפאר דאלער בעת מצוא, בדוק ומנוסה.
דינסטאג אפריל 28, 2020 3:05 pm#446966
Re: די יסורי הנפש פונעם דיין ז"ל
מפיל קינד האט געשריבן:איך האב פארשטאנען האט דער נפטר געמיינט צו זאגן אז מ'האט יא אנערקענט געוויסע חלקים פון אים, ווי למשל זיין לערנען, יגיעת התורה, ענטפערן שאלות, אבער נישט זיין חלק פון משפיע זיין פאר תלמידים און חסד. מ'האט אים נישט אנגעקוקט אויף די חלקים וואס ער האט געהאלטן פאר חשוב'ער און ער האט אריינגעלייגט מער כוחות.

כ'מיין אז דאס איז פשט.
גוט געזאגט, ווי אנערקענט מ'איז, אויב לייגט מען אריין א יגיעה אין א ספעציפישע זאך און מ'פילט נישט אנערקענט - ספעציעל אויב מ'האלט דאס חשוב'ער פון אלעס - טוט דאס זייער וויי, און ס'פאסט נישט צו רעדן דערפון.
דינסטאג אפריל 28, 2020 5:23 pm#446982
ווי איך פארשטיי האט דער ברודער געמיינט צו זאגן דאס וואס הר"ר יעקב אלעזר'ס ארבעט איז נישט אנערקענט געווארן דורך זיינע ארבעטסגעבער

ער איז געווען א זעלטענער משפיע און געהאט א זעלטענע פארשטאנד ווי אזוי אויפצובויען תלמידים
ער האט געהאט א אייגנארטיגע וועג ווי אזוי צו אויספירן זיין ציל פון לערנען מיט תלמידים און וויבאלד ס'איז געווען פיל אנדערש ווי דער אלגעמיינער סיסטעם האט מען אוועקגעמאכט זיין געלונגענע אויפטוען און זיך געווארפן מיט אים און אוודאי די אלגעמיינע המון עם האט סתם אזוי נישט געוויסט אפצושאצן וואס ער געט אלס צו פאר די תורה וועלט מ'וועט דאס אסאך באוויינען ווען ער האט ווען א ממלא מקום וואלט געווען איין זאך

בכלל יעדע מענטש וואס וויל אויפטון אויף א וועג וואס ס'איז אנדערש פון אלגעמיין גייט דורך יסורי נפש
דינסטאג אפריל 28, 2020 5:42 pm#446984
קודם צוויי ישיבה חברים אוועקגעקגעריסן, און יעצט א מגיד שיעור.

יעקב לוזער, ווי מ'האט אים געריפן, איז געווען א צוגעלאזענער און געשמאקער מענטש, אימער מיט א בא'חן'טער האלבע שמייכעל. כ'האב אים געקענט אלס מגיד שיעור, דאכט זיך אין שיעור פשוט, אנהייב אין זיין קאריער, פאר זעכצן יעריגע בחורים און די מיטעלע נ' יארן אין די שטאט'ס מוסדות.

לעצטענס האב איך באמערקט אז ער איז אריינגעוואקסן אין א רבישע געשטעל, געעפענט א בית מדרש אויף די גאס ווי כ'בין אויפגעוואקסן, מחבר געווען ספרי הלכה, און צווישן אנדערע באקומען א שטעלע אלס חתן באגלייטער. חבל על דאבדין. ער איז געווען א טאטע צו קינדער און מאן צו א פרוי און דארט ליגט די אמת'ע טרייסטלאזע שבר.

טראגיאיראניש, יענע וואך האט די מגיפה אוועקגעריסן זיינס א תלמיד און כ'דערמאן זיך יעצט א קאמישע מאמענט צווישן די צוויי: יעקב לוזער האט יושב ודורש געווען א טעגליכע שיעור אין תהלים און די בחורים היה מתנממם, כמנהג מאז ומקדם. בקש יעקב לוזער לעוררן, האט ער אויסגעריפן צו א בחור "ליפא, וואס טייטשט נשקו בר? קושען א זוהן?"
דינסטאג אפריל 28, 2020 7:21 pm#446999
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס מיינט אנערקענונג? וויאזוי אנערקענט מען די ארבייט פון א דיין? מיטן קושן די הענט און כאפן פון אים שריים?
און צו ראובנס פונקט: ביי אונזער געמיינדע אויב וויל מען אנערקענונג פאר גוטע טעטיקייטן, מוז מען ערשט שטארבן און באגראבן ווערן גאנצע 6 פוס טיף אין דער ערד! אזוי איז אונזער געזעלטשאפטליכע סאציאל אראפגעשטעלט געווארן. צייט פאר א טויש? פילייכט!

ליידער דאן אויך נישט.. ווייל דאן איז "יעדער" הייליג..
דינסטאג אפריל 28, 2020 7:48 pm#447007
Re: די יסורי הנפש פונעם דיין ז"ל
כוכב האט געשריבן:איך האב אויך באמערקט די תגובה אויף אייוועלט איבער די יסורי הנפש פונעם דיין ז"ל און כ'האב מיך אויך געוואונדערט דערוועגן. פילייכט וואלט זיך פארלאנגט איינער וואס האט אים געקענט און\אדער וואוינט אין דער געגנט זאל ערקלערן.
אבער דוקא הרב מענדלאוויטש זע איך נישט וואס נאך ער האט געוואלט. זיין טאטע איז דעם רבינ'ס גבאי, דאס הייסט פון די העכסטע פענסטערס, סיי וועלכע גיג ס'איז נאר געווען אוועילעבל האט ער באקומען, סיי וועלכע אנערקענונג די עסטעבלישמענט וואלט געקענט געבן האט ער באקומען. ער האט געהאט א שול, ער האט באקומען א מגיד שיעור פאסטן, א דיינות פאסטן, ער האט געשריבן ספרים, וואס נאך וואלט א געזעלשאפט וואס איז בכלל נישט ברייטהארציג אים געקענט געבן?
בהשקפה ראשונה פארשטיי איך נישט גענוי וואס עס האט אים געבאדערט. עס איז דא אן א שיעור תלמידי חכמים וואס ווערן פיל ווייניגער אנערקענט און זענען טאקע אנגעווייטאגט ווייל די אפיציעלע קערפערשאפטן געבן פאר קיינעם גארנישט און יעדער איז דער זעלבער שמאטע און אלע פאסטנס גייען פאר'ן רבינ'ס קינדער און איידעמער און אמאל אויך פאר די נעפיוס.
ער איז נישט געווען א מו"ץ מטעם הקהלה פאר לאנגע יארן

נאר ממש לעצטענס

דוד עקשטיין וכת דיליה טיען עס פאר אסאך דיינים

און מכלומר'שט איינע פון די הויפט תירוצים איז וועגן ער האט נישט געהאט קיין טאטע אדער שווער וואס האט געלט , און קהל קען נישט נעמען א מארגעזש פון יעדע דיין, שפעטער ווען נאך אסאך השתדלות און ער איז שוין געווען גרויס איז ער געווארן

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
דינסטאג אפריל 28, 2020 8:25 pm#447015
כ'האב איהם נישט געקענט פערזענדליך אבער כ'האב הנאה גאהאט פון זיינע ספרים - דעמאלסט האלב געבאקענע קונטרים- אלס אינג בחור'ל זאל עס זיין פאר א זכות לע"נ
דינסטאג אפריל 28, 2020 8:51 pm#447020
איך אויך האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס מיינט אנערקענונג? וויאזוי אנערקענט מען די ארבייט פון א דיין? מיטן קושן די הענט און כאפן פון אים שריים?
און צו ראובנס פונקט: ביי אונזער געמיינדע אויב וויל מען אנערקענונג פאר גוטע טעטיקייטן, מוז מען ערשט שטארבן און באגראבן ווערן גאנצע 6 פוס טיף אין דער ערד! אזוי איז אונזער געזעלטשאפטליכע סאציאל אראפגעשטעלט געווארן. צייט פאר א טויש? פילייכט!

אפאר דאלער בעת מצוא, בדוק ומנוסה.

ווען ס'פעלט איינעם ח"ו א פאר דאללער. איז עס נישט קיין יסורי הנפש. ס'איז יסורי הגוף. אז מ'דארף א ביסל שוויצן צו פארשאפן דאס געלט צו צאללן א בילל...דאמאלס האט מען א קאפ ווייטאג...אזוי ווי א איד וואס איך קען...!
דינסטאג אפריל 28, 2020 9:43 pm#447025
סאיז א מוראדיגע מוסר השכל
א מענטש מוז טרעפן זעלבסט צופרידענהייט אין זיך, אין ואוס ער טוט, אין זיינע קינדער און משפחה
אויב דו וועסט זיין צופרידען בלויז אויב יענער איז דיר מחשיב אדער געט דיר געלט, וועסטו [כמעט] קיינמאל נישט זיין עכט צופרידען
דינסטאג אפריל 28, 2020 9:45 pm#447027
רעב בערעלע זעה moneyminded תגובה, כ'האב געמיינט ביסט א מבין דבר מתוך דבר.

והעיקר החי יתן אל לבו. אזוי האב איך ב''ה געזעהן ביים טאטן זז''ג, עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו פארקויפן חמץ ביי 5 מוצים/רבנים און אזוי זיי מהנה זיין פאר פסח בדרך כבוד. די זעלבע פאר ר''ה, קיין איין רב זאגט נישט אפ פון ווינטשען א ברכות לרוב צום נייעם יא און פון די מתנת יד בצדו (פאר די וואס זענען מקפיד כמסורת בית אבותיהם נישט צו געבן א קויטל בין איך אייך מבטיח דער רב וועט אננעמן דעם פדיון אן א קויטל אויך).

און אפילו מען רעדט פון א פארמעגליכע/איידעם ביי א פארמעגליכע דיין איז דא גענוג וועגן ווי צו ווייזן שעצונג פאר זיין יגיעה און סערוויס. אויף או''ו איז דא א זיסע תגובה וואס לייגט אראפ ווי די גאנצע שטוב פון א נייע דיין איז געגאנגן טאראראם ווען ער האט אריינגערופן פרעגן א שאלה, איין קלייניקייט? איינער זוכט דעם דיין! פארשטייט זיך מען מוז נישט אנהייבן מיט דעם שווערן ספק מיט וואס דו מוטשעהסט דך שוין יארן..
דינסטאג אפריל 28, 2020 10:13 pm#447031
Re: די יסורי הנפש פונעם דיין ז"ל
געהערט אמאל אז דער סאטמארער רבי דער ב"מ זצ"ל געהאלטן א דרשה בתחילת שנות נשיאותו, א טאג דערנאך האט ער געזען איינער פון די מקורבים האלט זיך צוריק פון זאגן עפעס, האט ער פארלאנגט ער זאל אים זאגן, האט ער געזאגט אז דער עולם שמועסט אז עס איז געווען א אויסטערלישע דרשה, האט אים דער רבי פארגעווארפן פארוואס ער האט אים נישט געוואלט זאגן, זאגענדיג, מיינסט אז מיר שמעקט נישט א קאמפלימענט, יעדען מענטש אין סיי וואספארא פאזיציע דארף קאמפלימענטס

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דינסטאג אפריל 28, 2020 10:57 pm#447034
יואליש האט געשריבן:קודם צוויי ישיבה חברים אוועקגעקגעריסן, און יעצט א מגיד שיעור.

יעקב לוזער, ווי מ'האט אים געריפן, איז געווען א צוגעלאזענער און געשמאקער מענטש, אימער מיט א בא'חן'טער האלבע שמייכעל. כ'האב אים געקענט אלס מגיד שיעור, דאכט זיך אין שיעור פשוט, אנהייב אין זיין קאריער, פאר זעכצן יעריגע בחורים און די מיטעלע נ' יארן אין די שטאט'ס מוסדות.

לעצטענס האב איך באמערקט אז ער איז אריינגעוואקסן אין א רבישע געשטעל, געעפענט א בית מדרש אויף די גאס ווי כ'בין אויפגעוואקסן, מחבר געווען ספרי הלכה, און צווישן אנדערע באקומען א שטעלע אלס חתן באגלייטער. חבל על דאבדין. ער איז געווען א טאטע צו קינדער און מאן צו א פרוי און דארט ליגט די אמת'ע טרייסטלאזע שבר.

טראגיאיראניש, יענע וואך האט די מגיפה אוועקגעריסן זיינס א תלמיד און כ'דערמאן זיך יעצט א קאמישע מאמענט צווישן די צוויי: יעקב לוזער האט יושב ודורש געווען א טעגליכע שיעור אין תהלים און די בחורים היה מתנממם, כמנהג מאז ומקדם. בקש יעקב לוזער לעוררן, האט ער אויסגעריפן צו א בחור "ליפא, וואס טייטשט נשקו בר? קושען א זוהן?"

איך געדענק אים גוט פון יענע יארן, און איך האב יא אנערקענט זיינע טאלאנטן, כאטש ער איז נישט געווען מיין מגיד שיעור בין איך געווען ביי זיין טיש כמעט יעדען טאג. ער געהאט א זעלטענע קלארקייט אין לערנען, זיינע צעטעלך אויף יורה דעה איז נישט נאר געווען פיל מיט בקיאות און חריפות נאר עס האט געמאכט דעם שוואכסטן בחור פארשטיין די שווערסטע מקצעות אין שו״ע. כלל ישראל האט פארלוירן א דיימאנד וואס איז נאך געווען כמעט באהאלטן.
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:59 pm#447044
moneyminded האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:איך האב אויך באמערקט די תגובה אויף אייוועלט איבער די יסורי הנפש פונעם דיין ז"ל און כ'האב מיך אויך געוואונדערט דערוועגן. פילייכט וואלט זיך פארלאנגט איינער וואס האט אים געקענט און\אדער וואוינט אין דער געגנט זאל ערקלערן.
אבער דוקא הרב מענדלאוויטש זע איך נישט וואס נאך ער האט געוואלט. זיין טאטע איז דעם רבינ'ס גבאי, דאס הייסט פון די העכסטע פענסטערס, סיי וועלכע גיג ס'איז נאר געווען אוועילעבל האט ער באקומען, סיי וועלכע אנערקענונג די עסטעבלישמענט וואלט געקענט געבן האט ער באקומען. ער האט געהאט א שול, ער האט באקומען א מגיד שיעור פאסטן, א דיינות פאסטן, ער האט געשריבן ספרים, וואס נאך וואלט א געזעלשאפט וואס איז בכלל נישט ברייטהארציג אים געקענט געבן?
בהשקפה ראשונה פארשטיי איך נישט גענוי וואס עס האט אים געבאדערט. עס איז דא אן א שיעור תלמידי חכמים וואס ווערן פיל ווייניגער אנערקענט און זענען טאקע אנגעווייטאגט ווייל די אפיציעלע קערפערשאפטן געבן פאר קיינעם גארנישט און יעדער איז דער זעלבער שמאטע און אלע פאסטנס גייען פאר'ן רבינ'ס קינדער און איידעמער און אמאל אויך פאר די נעפיוס.
ער איז נישט געווען א מו"ץ מטעם הקהלה פאר לאנגע יארן

נאר ממש לעצטענס

דוד עקשטיין וכת דיליה טיען עס פאר אסאך דיינים

און מכלומר'שט איינע פון די הויפט תירוצים איז וועגן ער האט נישט געהאט קיין טאטע אדער שווער וואס האט געלט , און קהל קען נישט נעמען א מארגעזש פון יעדע דיין, שפעטער ווען נאך אסאך השתדלות און ער איז שוין געווען גרויס איז ער געווארן

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

אט אזוי.

אנערקענט געווארן אלס פראמינענטער דיין איז ער נאר אין די לעצטע פיר פינף יאר. (נאך וואס דער קהילה האט צום סוף אים כאילו א טובה געטון און אים געלאזט א דיין ווערן, און פארשטייט זיך, דערנאך אים אויסגעניצט עד הסוף אז ער זאל זיין דער משיב משך די נאכט שטונדן.

אויפדעם האט דער ברודער געקלאגט אויף די יסורי נפש פון זיין ברודער. דאס מיינט במלוא מובן המילה אז מ'האט נישט אנערקענט אים אים. וד"ל.

און בכלל, ערשט אין די לעצטע פאר יארן האבן אידן אין כלל ישראל (אין אמעריקא) אנגעהויבן כאפן און איינזען, אז לאו דווקא א תלמוד חכם וואס מאכט גערודער איז דער ת"ח בה"א הידועה. עס האט גענומען לאנגע יארן ביז ווען מען האט אנגעהויבן איינזען, אז עס איז דא אידן וואס מאכן נישט קיין רעש פון זיך און פאקן איין די רבנים און דיינים וואס רודערן אלף פעמים
מיטוואך אפריל 29, 2020 1:03 am#447050
ראובן! מיר אנערקענען אייער ארבעט! מיר זענען שטארק דאנקבאר! ס'שווער צו געדענקען און זאגן ישר כח יעדעס מאל באזונדער. אבער זאלסט עס וויסן גוט און טיעף מיר זענען שטארק דאנקבאר!!!!
מיטוואך אפריל 29, 2020 1:59 am#447062
קורקלענד האט געשריבן:ראובן! מיר אנערקענען אייער ארבעט! מיר זענען שטארק דאנקבאר! ס'שווער צו געדענקען און זאגן ישר כח יעדעס מאל באזונדער. אבער זאלסט עס וויסן גוט און טיעף מיר זענען שטארק דאנקבאר!!!!

א דאנק! ענדליך האט איינער געכאפט וואס איך מיין... :lol:
מיטוואך אפריל 29, 2020 2:54 pm#447134
מען הערט דער טעג פון מערערע מענטשן, ''הלוואי וואלט איך געהאט שכל איינצוזען וואספארא איד רבי יעקב אלעזר איז געווען''.

רבותי! עס לעבן נאך אסאך אזעלכע! זוכטס זיי אויף!
מיטוואך אפריל 29, 2020 3:46 pm#447139
יא איך בין דא. :lol:
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:12 pm#447318
דו אורזיך פון נישט אנערקענונג קומט וויבאלד מנעמט עס אן ווי אדבר פשוט , אזוי קומט עס אז א יונגעמאן מאכט א סוים מסכת קוקט איהם קיינער נישט אן , אוודאי נאר וואס דען?!, אז א יונגעל מאכט וכו'
ראובן איז שוין ביי אינז א דבר פשוט און אמונח קיים אלץ א קוואל פון לויטערע חכמה , ספאלט ניטאמאל ביי צו געבן אנערקענונג!!