Under maintenance
הויפט זייט » די געשעענישן ביים לוי' אין וויליאמסבורג

די געשעענישן ביים לוי' אין וויליאמסבורג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13775
מיטוואך אפריל 29, 2020 3:07 am#447067
די געשעענישן ביים לוי' אין וויליאמסבורג
לאמיר אנצינדן ציגארעטלעך און ארויסגיין זיצן און קלערן, אן קיין אגענדע'ס און אן קיין פאראורטיילן, וואס איז דא פארגעקומען און וואס מיינט דאס פאר אונז, צו ליידן מיר פון געפערליכע אנטיסעמיטיזם און אויב יא ווער איז שולדיג דערין און וואסערע שריט קען און זאל גענומען ווערן אויב קומען מיר צו צו אן החלטה.

היינט איז אוועק הרב חיים מערץ זצ"ל דער רבי פון ביהמ"ד תולעת יעקב אין וויליאמסבורג, ער האט געליטן פון געזונטהייט קאמפליקאציעס און דער קאראנע וויירוס האט אים נישט צוגעהאלפן נאר ער איז געווארן שוואכער און שוואכער ביז ער איז אוועק לדאבון לבם פון זיינע חסידים און פארערער.

ער איז געווען א שטילער מענטש און נישט געהאט קיין גרויסע קהילה, אבער אין די וויליאמסבורגע הערצער האט געהערשט גרויס סימפאטיע צו אים און פילע האבן אים באטראכט אלס צדיק און פועל ישועות, ראש השנה ביינאכט פלעגן מענטשן שטראמען אין די מאסן זיך ווינטשן לשנה טובה מיט אים און אזוי אויך פלעגן מענטשן אים שטיצן גאר שטארק זייענדיג א זון פון ר' יחזקאל'ע מערץ זצ"ל וואס איז געווען בארימט אלס א גרויסער פועל ישועות אין די חסידישע קרייז.

אין ניו יארק סיטי איז פארבאטן געווארן גרויסע פארזאמלונגען, א געזעץ אז יעדער מוז ארומגיין אין פובליק ערטער מיט א מאסקע איז אינפארסירט געווארן, און דעריבער האט דאס געלויטעט אז די בתי מדרשים זאלן געשלאסן ווערן און אזוי אויך די מוסדות, אבער דא און דארט האט זיך נאך געטון פארזאמלונגען אין די גאסן, צו פארזאמלונגען צו סאלוטירן די געזונטהייט מיניסטעריום, צו פארזאמלונגען פון פראטעסטן אנטקעגן די רעגירונג'ס החלטות, אבער דאס איז געווען אלוועלטליך און נישט דוקא געקומען פון אידן.

ביי די לוי' פון דעם תולעת יעקב רבי'ן זצ"ל איז געווען א גרויסע פראבלעם, דען די אלע וויליאמסבורגע אידן וואס זענען געווען אנגעבינדן אין דעם איד וועלן נישט ווילן אויפגעבן די זכות פון געבן אים די לעצטע כבוד, דעריבער האבן עסקנים אפגעשפארט גאסן און שומרים האט פארטיילט מאסקעס און די פאליציי איז אראפגערופן געווארן צו האלטן סדר, אבער אינמיטן די הספדים זענען די פאליציאנטן ווילד געווארן און פארלאנגט יעדן צו שטיין אויפן סיידוואק, דאס האט פארשווערט די רעגולאציס פון סאציאלע דיסטענסינג און דאן האט די פאליציי צושטערט די לוי' און פארטריבן די אריבער פינף הונדערט אנוועזנדע, די מידיא איז אראפגעקומען הערנדיג אז עס גייט פאר עפעס אינטערסאנט, און אפילו ביל דעבלאזיא דער מעיאר האט זיך פערזענליך באטייליגט און אבזערווירט די סיטואציע.

דעבלאזיא האט געטוויט אז עפעס געפערליך איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג, דאן האט ער געסטראשעט מיט ארעסטירן, און נאכער האט ער געשריבן א פערזענליכע סטראשונקע צו די אידישע געמיינדע אין ברוקלין.

איין איד האט מיט אים מיטגעהאלטן דאס איז געווען יענקל קארנבלי פון בארא פארק, וועלכער האט זיך זייער באנארישט פאריגע וואך און געווארן שטארק באשמוצט פארן מישן אין טאפ פון פאליטיק קעגן די אידישע געמיינדע, און דא זייענדיג פארווייטאגט האט ער ווידער געטאן א נארישקייט מיטן זיך עמטליך ארויסשטעלן אלס פאררעטער, דען העלפן קען ער נישט קיין סאך דעריבער וואס ווילסטו? יוסי געשטעטנער האט זיך נישט געפוילט נאר ער האט געלייגט א בילד פון דעבלאזיא ביי א פארזאמלונג שטיין אנע מאסקע, סענאטאר טעד קרוז האט פערזענליך אראפגעריסן דעבלאזיא און אזוי אויך בען שפירא, אבער דעבלאזיא'ן גייט דאס נישט דערשרעקן.

עד כאן הסיפור און עס שטעלט זיך ארויס אז דעבלאזיא איז א רשע ווייל ער האט געצימבלט די אידישע געמיינדע, ווען עס וואלט ווען נישט פארגעקומען קיינע שום פארזאמלונגען אין ניו יארק סיטי מילא, אבער וויבאלד אלע ווייסן אז די םארקן זענען פיל מיט מענטשן און אלע גאסן און געשעפטן ווירבלען כמעט ווי געהעריג, פארדערט נארמאליטעט פון דעבלאזיא צו זיך רעכענען מיט א שוין פון פריער פארפיינטעטע קאמיוניטי.

אבער די פארלירער און די שולדיגע אין דעם שפיל זענען אנדערע, אלע צייטונגען האבן בילדער פון צושטופטע חסידים אין די גאס, די טוויט'ס גייען נישט העלפן חוץ אז נידערמאן וועט מער נישט אינדארסירן דעבלאזיא, בסך הכל זענען די שולדיגע דא די חסידישע מוסרים, זיי זענען די וועלכע האבן ארומגעדרייט די קעפ פון די אנטיסעמיטן צו די זייט פון די חסידים און זיי שיסן זיך אליין אין די פיס מיינענדיג אז מיט דעם בארואיגן זיי דעם אנטיסעמיט פארגעסנדיג אז א העיטער האט נאר ליב צו העיטן.

און די חסידים זענען ווי אייביג געבליבן אנגעקאקט בלייבנדיג אן א לוי' מיט א פארשמוצטע געזיכט, ארויס פון שטאט אנגע'מקל'ט און פארדארבענע הערינג געגעסן, דעבלאזיא וועט זיך איבערבעטן מיט די גרויסע חברה און יעדער וועט צוריקגיין צו זייער רוטין.

עטליכע נבונים גייען יעצט אוודאי שרייען אז ליבעראלן זענען אנטיסעמיטן, א טעות וואס דאס מערהייט פון די אוישוויץ גערעטעטע מאכן נישט, דאס איז נישט רעלעוואנטיש דא וויבאלד מען רעדט פון א אינדעווידואל (דעבלאזיא) און נישט פון א גרופע און א מיינונג אין לעבן.

אבער די חסידים וועלן די אנטיסעמיטן ווייטער האסן צום טויט און דאסמאל מיט אביסל רעכט א דאנק די 'געטרייע' (פאר)רעטער וועלכע האבן זיי אהערגערופן קוקן אונזערע שמוציגע וועש.

אויב האט איר נישט דורכגעליינט ביטע קאמענטירט נישט.
מיטוואך אפריל 29, 2020 3:55 am#447068
Re: די געשעענישן ביים לוי' אין וויליאמסבורג
זייער גוט געשריבן און ארויסגעברענגט. אפגעזעהן צו דער חסידי'שע עולם האט אויסגעפאלגט אלע רעגולאציעס ווי געהעריג, איז זיכער אז די בלאזיא האט איבערגעצויגן דעם שטריקל מיטן צילן די היימישע יודנטום בשעת די פארקס און ביטשעס זענען געפאקט, און די בלאזיא אליין האט מען געזעהן שפאצירן אין די עפענטליכקייט אהן קיין געהעריגע סאושעל דיסטענסינג.

און יא, די היימישע "געטרייע פארזארגער" וואס מיינען נאר אונזער גוטס האבן דא אנגעברענגט א כוואליע פון העצע און אנטי סעמיטיזם, עס איז קלאר אז ווען נישט דער קארנבלי'ס צוזאמארבעט מיט די בלאזיא וואלט ער זיך נישט געפילט אזוי באקוועם צו פארדאמען דעם היימישן ציבור, און די זעלבע זאך האט מען געזעהן אין מאנסי ווען דער צורר היהודים עד דעי האט בארעכטיגט זיין שמוציגע רעטאריק מיטן אנצייגן אויף "דער רעספעקטירטער ראביי יעקב הורוויץ" וואס "קעמפט" אזוי פאר די רעגולאציעס ביים היימישן ציבור. מצא מין את מינו.

ביסט גערעכט אז דאס איז נאר די שריט פון איין מענטש, אבער דאך איז די שטילשווייגעניש פון די ליבעראלן און די מידיא אן עולה. מען קען זיך פארשטעלן אויב ער וואלט געטון די זעלבע צו שווארצע אדער מוסלעמענע וואלט געווען א ויצעקו פון אלע זייטן, מען וואלט תיכף פארלאנגט זיין רעזיגנאציע פאר זיין ראסיסטישע שריט. אבער פארשטייט זיך אז די פרעסע געבט נאר צו צום פייער, ווילאנג דער רעדע איז פון א "חסידי'שע" צוזאמקום ה"י.

און א ווארט צום מעיאר: אונז האב מיר געמיינט אז דו רעפרעזענטירסט אונז מיט יושר און עמפאטיע, גזירת מציצה בפה האסטו טאקע מבטל געווען, האסט דיך אנגעגעבן אלץ א פריינט פון די געמיינדע. אבער היינט האסטו ארויסגעוויזן דיינע אמת'ע קאלירן, האסט געסטראשעט בתי מדרשים מיט "פערמענאנטע" פארשליסונג, און דו האסט אויסגענוצט א צייט פון א קריזיס צו פארשפרייטן העצע קעגן א מיניאריטעט וואס ליידט זיך שוין אהן א היפשע צייט פון אנטי סעמיטיזם טאקע אין דיין שטעטל. מיט ווייטאג טוען מיר פארלאנגען: ס'איז שוין העכסט צייט דו זאלסט רעזיגנירן פון דיין אמט. דער אידישער געמיינדע האט פארלוירן זייער צוטרוי אין דיין פירערשאפט.

דא איז א לינק צו אן ארטיקל אין א קאנסערוואטיווע צייטונג איבער דער געשעעניש: m https://www.theblaze.com/news/2020/04/2 ... dhv70Ogjjx m
מיטוואך אפריל 29, 2020 7:40 am#447070
''די קאשע האבן מיר זיך אליין געקאכט''

מעיאר דעבלאזיא איז טאקע ווערט צו פארדאמט ווערן, פארן דערמאנן סעפעציפיש די אידישע קאמיונעטי (לזכתו יאמר: ער האט געפלאצט).

אבער ווען וועלן ''מיר'' שוין ענדיגן, די קייט פון טויט?

די נפטר זצ''ל איז אנגעשטעקט געווארען ביי א חתונה פון א אייניקל (א אידישע שמחה קען נישט שאטן), פון א באטייליגטער וואס האט וויירשיינליך געדאווענט ביי א אימלעגאלע מנין (א תפילה צום באשעפער וועט נישט שאטן), ....... און די רעזולטאטן פון זיין לוי' (לווית המת וועט זיכר נישט שאטן), וועט מען זעהן ביי די קימענדע ''מאסן לויה''......

די באשולדנגס פינגער דארף זיין געוואנדן צו אינז, און צו קיינעם אנדערשט.
מיטוואך אפריל 29, 2020 7:55 am#447072
הונדערט פראצענט במדבר, אבער די סיבה פארוואס דעבלאזיא שפירט זיך גענוג רואיג צו פוינטן אויף 'אידן' איז ווייל ער האט געקריגן גענוג טעלעפאון קאלל'ס פון 'אידן' אז מען היט נישט אויס די געזעצן, און נאכמער, 'שאמראם' האט געטריבן די פאליציי און געזאגט אז די חברה מוז מען באגיין ווילדער ווי געווענליך.

אזא זאך ווערט געווענליך נישט פארשוויגן נאר יעצט זיצן די אלע היפאקריטישע רעפארטערס און זוכן ניטאמאל א מליצה ישרה אויף די חסידים ווייל יענקל קארנבלי און נאך ענליכע צו אים שטייען און רייצן זיי אן.

מיר פערסאנלי באדערט עס נישט, כ'זעה נאר דערין א שרעקליכע אומרעכט פאר א מינאריטעט גרופע און א געפאר פאר די צוקונפט פון חסידים אין ניו יארק.
מיטוואך אפריל 29, 2020 7:58 am#447074
במדבר האט געשריבן:''די קאשע האבן מיר זיך אליין געקאכט''

מעיאר דעבלאזיא איז טאקע ווערט צו פארדאמט ווערן, פארן דערמאנן סעפעציפיש די אידישע קאמיונעטי (לזכתו יאמר: ער האט געפלאצט). אבער ווען וועלן ''מיר'' שוין ענדיגן,
די קייט פון טויט?
די נפטר זצ''ל איז אנגעשטעקט געווארען ביי א חתונה פון א אייניקל (א אידישע שמחה קען נישט שאטן), פון א באטייליגטער וואס האט וויירשיינליך עפעס איינגעקויפט אין גראסערי (מ'מוז דאך לעבן) ....... און די רעזולטאטן פון זיין לוי' (לווית המת וועט זיכר נישט שאטן), וועט מען זעהן ביי די קימענדע ''מאסן לויה''......

די באשולדנגס פינגער דארף זיין געוואנדן צו אינז, און צו קיינעם אנדערשט.
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:04 am#447076
מען וואלט געדארפט מאכט א קליינע לויה, אהן ארויסגעגעבן ווי עס גייט זיין, אבער זעהט אויס אז די וואס דארפען דאס מחליט זיין האבן מחליט געווען אנדערש.

מיט דיבלאזיא הייבט זיך עס אהן שוין פין פריער, ער האסט גראדע נישט אידן, ער באקומט ביי זיינע פרעס קאנפרענץ שאלות פין אונזערע בנוגע די פארבארגענע געהיימע ישיבות, ער מוז ענטפערן אז ער טוט עס פארדאמען, אבער די פייגל זענען שוין אין קאפ אז אונז אידן זענען טראבעל מעיקערס, און זייענדיג אליין ביי די לויה און זעהנדיג אזויפיל מענטשן איז ער ווילד געווארען.

וואס איז טאקע פשט פין טרייבען דער עולם אויף דער סיידוואק?

דער אמת איז אז זיי גייען נישט קענען קאנטראלירן דער עולם פין נוי יארק סיטי צופיל לענגער, ווען דער וועטער ווערט שיין קומט דער עולם ארויס און די אלע גזירות ווערען בטל ומבוטל ווייל מען גייט זיי מבטל זיין אדער דורך די מענטשן אדער דורך די גאווערמענט.

דאס אז חסידים האבן געמאכט א לויה גיבט אפעטיט פאר די מוסלמענער קריסטן אויך צו ווייזען וואס זיי קענען.
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:08 am#447077
די לוויה איז געווארן ארגאניזירט און אנגעפירט דורך ''שומרים'' מיט די הילף פון די פאליציי.

די שולד פינגער איז געוואנדען צו די צופראסקעטע שומרים דווילימסבורג, וואס איז געווען זייער פלאן? וויאזוי האבן זיי געזאלט האלטן די עולם צושפרייט?

נעכטן מסר'ט ער בתי מדרשים און היינט ארגיניזירט ער לוויות...
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:50 am#447084
מאך זיכער האט געשריבן:הונדערט פראצענט במדבר, אבער די סיבה פארוואס דעבלאזיא שפירט זיך גענוג רואיג צו פוינטן אויף 'אידן' איז ווייל ער האט געקריגן גענוג טעלעפאון קאלל'ס פון 'אידן' אז מען היט נישט אויס די געזעצן, און נאכמער, 'שאמראם' האט געטריבן די פאליציי און געזאגט אז די חברה מוז מען באגיין ווילדער ווי געווענליך.

אזא זאך ווערט געווענליך נישט פארשוויגן נאר יעצט זיצן די אלע היפאקריטישע רעפארטערס און זוכן ניטאמאל א מליצה ישרה אויף די חסידים ווייל יענקל קארנבלי און נאך ענליכע צו אים שטייען און רייצן זיי אן.

מיר פערסאנלי באדערט עס נישט, כ'זעה נאר דערין א שרעקליכע אומרעכט פאר א מינאריטעט גרופע און א געפאר פאר די צוקונפט פון חסידים אין ניו יארק.

איך ספק'זיך שוין א שטיקל צייט אויב די אלע ''פאר/רעטער'' ברענגען נישט קיין ניצן, ווארום די דורכשניטלעכע גוי וואס ''ער האסט נישט/ער ליבט נישט'', קיין חרדי'שע אידען, וואס איז יעצט קעגן געקימען די אלע נייעס באריכטן: איבער מאסן חרדי'שע טישן, לויות, שמחות וכדומה, און דאס אלעס אן די נויטיגע סאשעל דיסטענסינג. און ער טראכט ''וואט דעי העלל'' וואס גייט שוין ווידער פאר מיט די ''פענגווינס''. ער קיקט ווייטער די נייעס, און ער זעהט אז ''דא דארט'' הערט זיך יא אן אחריות'דיגע שטימע, מענטשען און ''היימישע יונעפורם'' וואס באריכטן פאר די אינסטאנצען. האבן זיי נישט מעגליך דערמיט פארמיטען די באשאפונג פון נאך א אנטי-דוקס?

אדערווייל ''ווילאנג איבערגעוויזן אנדערשט'', האב איך איינגעטוישט די בילד פון מיין רבי שליט''א, און דיינונג ראום מיט די ''פאר/רעטער'' (איך האב דריי ;) ).
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:55 am#447085
אין לעיקוואד איז אוועק דער לאנגיעריגע משגיח אין ב.מ.ג. הרב יהודה דזשייקאבס זצ"ל, וואס זיין עצות זענען געווען די קובע ביי א ריזיגע מאס מענטשן. א שטילע איידעלער מענטש, אבער ווען וועלט איז וועלט, האט ער טויזענטער מענטשן ביי זיין לוויה. און ניין, ער האט געהאט א זום לוויה, מיט קוים א מנין.

אין לעיקוואד איז אוועק הרב זאב ראטהשילד, וואס האט געהאלפן טויזענטער מענטשן במשך זיין לעבן, און נישט גענומן קיין קרעדיט פאר גארנישט. ער האט געהאט הונדרעטער ארבעטארערס, און ער איז געווען פון די ערשטע עסקנים אין לעיקוואד. ווען וועלט איז וועלט, האט ער טויזענטער מענטשן ביי זיין לוויה. און ניין, ער האט געהאט א זום לוויה, מיט קוים א מנין.

אין לעיקוואד איז אוועק הרב מנחם מענדל ראבינאוויטץ, א מנהל פון א חדר און א ישיבה קטנה שוין פערציג יאר, און אויך א גרויסע עסקן. ער פלעגט זיצן לעבן מיר יעדן שבת ביים דאווענען, און במשך די יארן האט ער פארזאמלט טויזענטער פריינד און פיינט. ווען וועלט איז וועלט, האט ער טויזענטער מענטשן ביי זיין לוויה. און ניין, ער האט געהאט א זום לוויה, מיט קוים א מנין.

פארוואס איז א קליינע רבי פון ווסמב"ג אנדערש? וואס איז זיי אריין אין קאפ אזוי צו טון?

דעבלאזיא קאנטראלירן מיר נישט. קארבנלי איז נישט אונזערע, ער איז א יחיד. אבער די עסקנים פארטרעטן דאך א ציבור, וואס זיי טון איז דאך דעת הציבור. פארוואס זאלן מיר קוקן אויף די זאכען וואס זענען נישט אונטער אונזער קאנטראל, און זיך אוועק קוקן פון דאס וואס דארף יא זיין אונטער אונזער קאנטראל?
מיטוואך אפריל 29, 2020 9:02 am#447087
מאך זיכער האט געשריבן:
מיר פערסאנלי באדערט עס נישט, כ'זעה נאר דערין א שרעקליכע אומרעכט פאר א מינאריטעט גרופע און א געפאר פאר די צוקונפט פון חסידים אין ניו יארק.

איבער דאס וואס די דערמאנט'ס אז ס'גייט זיין, ''א געפאר פאר די צוקונפט פון חסידים אין ניו יארק''. וועל איך אויף די ביטע פון ''עסקנים'' נאכאמאל דערמאנען די ציבור.

''דערמאנונג! צו די ענדע פון די קארונא אינטערגאנג: נישט פארגעסן צו טוישען די מאסקעס מיט פאנצערס''.
מיטוואך אפריל 29, 2020 9:16 am#447090
Re: די געשעענישן ביים לוי' אין וויליאמסבורג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין לעיקוואד איז אוועק דער לאנגיעריגע משגיח אין ב.מ.ג. הרב יהודה דזשייקאבס זצ"ל, וואס זיין עצות זענען געווען די קובע ביי א ריזיגע מאס מענטשן. א שטילע איידעלער מענטש, אבער ווען וועלט איז וועלט, האט ער טויזענטער מענטשן ביי זיין לוויה. און ניין, ער האט געהאט א זום לוויה, מיט קוים א מנין.

צו וועם פונקטליך איז דיין פראגע געוואנדן? מען קען מיינען פון דיינע ווערטער אז אין לעיקוואוד איז טאקע נישט דא קיין אנטי חרדי'שע העצע וויבאלד עס איז דא קליינע לוויות, ווען אין פאקט זענען די אנטיסעמיטן אין אושען קאונטי פארנומען טאג און נאכט קעגן די "לעיקוואוד חסידים" וועלכע פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס. הכלל, די העצע איז דא איבעראל, דער העיטער וועט דיר סייווי פיינט האבן אפגעזעהן פון די פאקטן.

יעדער קאמיוניטי האט זיין וועג פון זיך ספראווען אינעם קריזיס. אויב עסקנים אין לעיקוואוד ווילן עס מאכן אויף א קליינע פארנעם, אשרי חלקם, אבער אין וויליאמסבורג קעיטערסטו צו אן אנדערן ציבור. עס דארף באטאנט ווערן, אז די לוויה איז פון פאראויס קאארדינירט געווארן דורך חברה שומרים צוזאמען מיט די פאליציי, און מען האט אפגעשלאסן עטליכע גאסן כדי צו קענען זיך האלטן צו סאושעל דיסטענסינג. ס'איז געווען אויסגעהאלטן לויט וואס די פאליציי האט פארלאנגט, ביז קאמרעדע די בלאזיא האט זיך באוויזן בהדר גאונו, און געהייסן די פאליציי יעדן צו פארטרייבן און זיי צוזאמפרעסן אויף די סיידוואלק.

ממילא פארשטיי איך נישט דיין תמיה רבתי אויף תושבי וויליאמסבורג, זיי האבן געזעצליך זיך צוזאמגענומען אפצוגעבן זייער רעספעקט פאר א באליבטן פירער, די איינציגסטע וועמען דו קענסט האבן טענות איז אויף די פאליציי וואס האט מתחילה מסכים געווען צו די גאנצע זאך.
מיטוואך אפריל 29, 2020 9:43 am#447093
אה, ליטוואק.. רובא דרובא אידן אין וומסב"ג האבן נישט קיין השגה וואס zoom מיינט... (בפרט די מעריצים פון אזא קדוש ווי ר' חיים מערץ ז"ל).
מיטוואך אפריל 29, 2020 10:31 am#447099
איי עם סארי ליטוואק, איך ווייס דו גייסט שפרינגען,
כבוד התורה און כבוד צדיקים איז אייביג געווען אסאך העכער און וויכטיגער ביי חסידים ווי ביי ליטוואקס.

דער נפטר זצ"ל איז נישט געווען קיין פירמע, קיינעם נישט געלעקט אדער געדינט, 50 יאר וואס ער זיצט אין זיין ביהמ"ד און דינט דעם אייבערשטן, קוים געפענט זיין מויל, אבער די לעצטע תקופה האבן אידן דערשמעקט אז דא איז א געהויבענער יוד און עס האט זיך אנגהויבן א געגייעכטס צו אים (כאטש ער האט ווייטער נישט גערעדט).

איך דאווען שוין 6 וואכן אינדערהיים און גיי אין ערגעץ נישט אבער געטראכט צו גיין צו די לווי׳, דאווענען מיט מנין וועט מען נאך משלים זיין אי"ה אבער מלווה זיין דעם איד וועט מען נישט קענען מער ליידער (איך בין צום סוף נישט געגאנגען).
מיטוואך אפריל 29, 2020 10:36 am#447101
וואלט כדי געווען צו שרייבן אן הערכה אויף דעם זעלטענע צדיק דא האט איר 2 בילדער אזוי איז ער געזיצן רוב טאג און נאכט פאר צענדליגע יארן מיט חברותות
מיטוואך אפריל 29, 2020 10:45 am#447105
במדבר האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:
מיר פערסאנלי באדערט עס נישט, כ'זעה נאר דערין א שרעקליכע אומרעכט פאר א מינאריטעט גרופע און א געפאר פאר די צוקונפט פון חסידים אין ניו יארק.

איבער דאס וואס די דערמאנט'ס אז ס'גייט זיין, ''א געפאר פאר די צוקונפט פון חסידים אין ניו יארק''. וועל איך אויף די ביטע פון ''עסקנים'' נאכאמאל דערמאנען די ציבור.

''דערמאנונג! צו די ענדע פון די קארונא אינטערגאנג: נישט פארגעסן צו טוישען די מאסקעס מיט פאנצערס''.

און ווי מער מעגליך בלייבן אינדערהיים (און פארשליסן טירן און פענסטער).

אין א סייד-נואט, מיר האבן יעצט געגעבן די גרעסטע ביישטייערונג פאר יאפע''ד.
מיטוואך אפריל 29, 2020 10:47 am#447106
טענו בחיטין והודה לו בזכר קדשו.

די דריי נפטרים וואס איך האב אויסגערעכענט האבן פארנומן א גרעסערע ארט אין לעיקוואד ווי הרב מערץ אין ווסמב"ג. פארוואס און פארווען איז נישט דער נושא יעצט. אבער אזוי איז די פאקט. און פון דעסטוועגן האט מען מיטגעהאלטן אויף זום אויך די טלפון, נישט די ווידיאו. איך האב פראבירט מיטצוהאלטן ר' זאב ראטהשילד'ס לוויה, אויף צוויי נומערן, און ביידער זענען געווען איבערפול.

הרב דזשייקאבס האט מען געלייגט זיין לוויה אויף די ראדיא אויך.

און דער 'כבוד הצדיקים' קומט דא גארנישט אריין. עס איז סתם א סדר הבאסעס ענין, וואס מ'דארף מאכן וואס גרעסער און וואס מעכטיגער אסיפות, הפגנות, חתונות, טישן און וואס נישט. מ'קען נישט זיצן איינזאם און אפלעבן א לעבן אן די אלע זאכן. דא האט מען געהאט א לוויה דאס צו טון.

ATUB @הנוי והנצח ATUB , ביסט גערעכט, אין לעיקוואד איז אייביג דא העצע קעגן די חרדים, ערשטנס צוליעב דער באקאנטן בעלזער חסיד וואס זוכט צו פארשמירן ווי נאר ער קען, און העצט אן די גויים ארום אונז. און אויך צוליעב טפשות'דיגע עסקנים\פאליטיקאנטן און שמאלע אינטרסן. אבער דא אז העצע נישט די נושא, נאר דער מחלה זעלבסט. ווילאנג די געזונט אינסטאנצן הייסן זיך אויסשפרייטן, טוט מען אן עוולה אז מען פארלעצט די אנווייזונגן. ובפרט ווען אונזער געמיינדע ליידט די מערסטע.

דאס זיך אנלייגן אויף די געזעץ, נישט די אנווייזונגן, איז גוט פאר אן עם טפש וחשוך, נישט דער עם הנבחר. מיר ווילן און דארפן זיין געזונט, נישט היטן די געזעץ פון געזונט. ווען זיך צוזאם קומן איז א סכנה, ווייל עס איז גאנץ פשוט אז צום סוף גייט מען זיך צוזאם פרעסן, טוט מען עס נישט. עס האט גארנישט מיט דער בעש"ט.
מיטוואך אפריל 29, 2020 10:53 am#447107
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין לעיקוואד איז אוועק דער לאנגיעריגע משגיח אין ב.מ.ג. הרב יהודה דזשייקאבס זצ"ל, וואס זיין עצות זענען געווען די קובע ביי א ריזיגע מאס מענטשן. א שטילע איידעלער מענטש, אבער ווען וועלט איז וועלט, האט ער טויזענטער מענטשן ביי זיין לוויה. און ניין, ער האט געהאט א זום לוויה, מיט קוים א מנין.

אין לעיקוואד איז אוועק הרב זאב ראטהשילד, וואס האט געהאלפן טויזענטער מענטשן במשך זיין לעבן, און נישט גענומן קיין קרעדיט פאר גארנישט. ער האט געהאט הונדרעטער ארבעטארערס, און ער איז געווען פון די ערשטע עסקנים אין לעיקוואד. ווען וועלט איז וועלט, האט ער טויזענטער מענטשן ביי זיין לוויה. און ניין, ער האט געהאט א זום לוויה, מיט קוים א מנין.

אין לעיקוואד איז אוועק הרב מנחם מענדל ראבינאוויטץ, א מנהל פון א חדר און א ישיבה קטנה שוין פערציג יאר, און אויך א גרויסע עסקן. ער פלעגט זיצן לעבן מיר יעדן שבת ביים דאווענען, און במשך די יארן האט ער פארזאמלט טויזענטער פריינד און פיינט. ווען וועלט איז וועלט, האט ער טויזענטער מענטשן ביי זיין לוויה. און ניין, ער האט געהאט א זום לוויה, מיט קוים א מנין.

פארוואס איז א קליינע רבי פון ווסמב"ג אנדערש? וואס איז זיי אריין אין קאפ אזוי צו טון?

דעבלאזיא קאנטראלירן מיר נישט. קארבנלי איז נישט אונזערע, ער איז א יחיד. אבער די עסקנים פארטרעטן דאך א ציבור, וואס זיי טון איז דאך דעת הציבור. פארוואס זאלן מיר קוקן אויף די זאכען וואס זענען נישט אונטער אונזער קאנטראל, און זיך אוועק קוקן פון דאס וואס דארף יא זיין אונטער אונזער קאנטראל?

אותו דבר מיט רב וועסטהיים אין מאנטשעסטער. א קליינע לוויה און דער וואס האט געוואלט האט געקענט מיטהאלטן אויף זום.
מיטוואך אפריל 29, 2020 12:00 pm#447119
Re: די געשעענישן ביים לוי' אין וויליאמסבורג
זייער א גוטע ארטיקל דורך בתיה אונגאר איבער די בלאזיא'ס קאמענטארן נעכטן, ס'איז כדאי צו ליינען אינעם פארווערד:
m https://forward.com/opinion/445132/enra ... e-blaming/ m
מיטוואך אפריל 29, 2020 12:56 pm#447121
שוין געשריבן מיינן מיינונג אין א אנדער אשכול, איך וועל עס קאפירן דא נאכאמאל.

ס'איז צו פארדאנקען די אלע אידישע קאפּא'ס וואס האבן אונז באשמוצט אין די לעצטע פאר וואכן איבער ס'גאנצע וועלט! זייער שנאה צו כלל ישראל וועט אין די צוקונפֿט גורם זיין פיל מער טויטליכע שאדן פאר אידנטום ווי די פּאָר לעבּנס וואס זיי האבן זיך איינגערעדט זיי ראטעווען! אזא גערזי סיטי אטאקע, אדער אזא פארשעי אטאקע קען זיך איבערשפילן נאר מיט זייערע טאלקינג פוינטס אז אונז האבן קראנק געמאכט די וועלט! ווארים, די אידן אליינס האבן אזוי געשריגן!

אויך איז וויכטיג אנצוצייגן, די-בלאזיא איז דירעקט נישט קיין אנטיסעמיט, די אלע וואס האקן איהם זענען מערסטנס די וואס האבן איהם סטם אזוי פיינט, אדער די וואס האבן אנדערע אגענדעס.
מיטוואך אפריל 29, 2020 2:08 pm#447129
''מעיאר דעבלאזיא'': יא אללה! זאל דיר פארשניידען פון די זיבען הימעלן און ערד, צוטראטען זאלסטו ווערען אינטער די שיך פון אלע גלויביגע.
שעמט זיך נישט.
מיר האבן שוין געהאלטן אין מיטען מאכן א ערנסטע ''חשבון הנפש'', און יעצט פארקירוועסטו אלעס צו דיר.
מיטוואך אפריל 29, 2020 11:10 pm#447178

ליידער זענען אונז אנגעקומען צו אלא מצב אז אפאר גויטעס פארשטייען בעסער ווי אונזערע היימישע יודישע קאפאויס שר"י וואס לויפן ארום און לייגן פיקטשערס אויף סוישעל מידיע... (פאר מען גייט מיר דא אטאקירן אז איך נעם נישט די וויירעס גענוג ערנסט לאז מיר מאכן א אויפקלערונג, איך בין שוין איינגעשפארט ממחרת יום הפורים און איך גיי נישט ארויס פאר קיין שום סיבה אויף די וועלט חוץ ביינאכט ווען די גאס איז גענצליך ליידיג פון דורכגייער גיי איך שפאנצירן אביסל צי שעפן פרישע לופט, זה הוא! גראסערי? איך האב ב"ה דעליווערי, מנין? איך האב שוין כמעט ליידער פארגעסן וואס דאס איז) דע-בלאזיאו איז אויסדריקלעך נישט גערעכט און א שטיקל אנטיסעמיט, אבער ער וואלט קיינמאל זיך נישט געוואגט עס צו טוהן ווען נישט אונזערע אייגענע בלוט דורשטיגע נאציס...
נאך מער, בא נגיד אז מסירה איז מותר אינעם יעצטיגן מצב און מען מעג רופן 311 (איך האב נישט די הוראה, גיי איך נישט אריינרעדן אין דעם) אבער ווער האט געגעבן די היתר פאר די סעלף העיטינג יונגען צו ארויף לייגן בילדער אויף סאוישעל מעדיע און באשמיצן אז די האסידים פאלגן נישט די גייד ליינס? עס האט נישט קיין שום תועלת...
איך לאך יעדע מאל איך רעד מיט מיינע מאדערנע קרובים ווען זיי פרעגן מיר צו איך בין איינגעשפארט אינדערהיים וכו' אבער די סיבה פארוואס זיי פרעגן עס מיר דארף עכט ברענגן צו וויינען... זיי מיינען נעבעך אז ביי אונז גייט בכלל נישט אן די גאנצע מצב, ווער איז שולדיג אין דעם? אונזערע היימישע קאפאויס!!!
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:59 am#447186
מאך זיכער: איך ווייס נישט וואס די אנדערע שרייבער האבן קאמענטירט. אבער ווילל דא ארויסגעבן מיין מיינונג און געפיהל. איך האלט אז דער עולם וואסב האטציך באטייליגט אין די מאסן לוויה איז 100% נישט גערעכט. און אויך האבן זיי געמאכט א חילול השם...! די רעגולאציעס פון די געזונטהייט אויטאריטעטן זענען דאך זייער קלאר. און דער עולם וואלט זיך געדארפט רעכענן מיט דעם. טראץ די שטארקע בענקשאפט און רצון אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר אזא חשוב'ן איד. אבער ווען אונז וואלטן מיר געהאט ריכטיגע מנהיגים וואלטן זיי ארויסגעקומען און געזאגט פאר'ן עולם אז מ'זאלל זיך צושפרייטן און אהיימגיין...!

איי די גויים. און ספעציעל די שווארצע און היספאנישע פארלעצן די רעגולאציעס אויף א געהעריגן אופן. די פארגאנגענע וואך האט די פאליציי געכאפט א באנדע פון שחורים (ארום 65 ) וואס זענען געווען אין א פארמאכטן סטאר. און זיי האבן געגעמבלט. און אין אלע עפנטליכע פלעצער. און מ'הערט נישט אז דער מעיאר אדער אן אנדערער רעגירונגס מענטש זאלל דאס פארדאמען.5 איז דאס אבער בבחינת, אזוי ווי 2 אינגלעך שמועסן אין א קלאס אינמיטן לערנען. און די רבי באשטראפט נאר איינעם. טענה'ט דער יונגל אז זיין חבר האט אויך געשמועסט. און פארוואס באשטראפט מען נאר איהם. די זעלבע איז דא. אז די אידן וואלטן זיך געדארפט האלטן צו די רעגולאציעס לטובת הכלל...!.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:07 am#447187
הנוי והנצח: אויב די פאקטן זענען אזוי ווי דו זאגסט. דאמאלס זענען די אידן גערעכט...! דאמאלס פארדינט זיך דע-בלאזיא אז ער זאלל פארלירן די שטיצע פון די אידישע קמיוניטי...!
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:13 am#447188
שמעקעדיג האט געשריבן:אה, ליטוואק.. רובא דרובא אידן אין וומסב"ג האבן נישט קיין השגה וואס zoom מיינט... (בפרט די מעריצים פון אזא קדוש ווי ר' חיים מערץ ז"ל).

שמעקעדיג: און בפרט אז אושן קאונטי בכלל. און בריק טאונשיפ בפרט (וואס איז אין שכינות פון לעיקוואוד) איז פול מיט אנטיסעמיטן און שונאי ישראל. אפילו מיט אלטע נאציס און זייערע קינדער, ימ"ש. און דאס וועט זיי נישט אפשטיללן...!
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 2:15 am#447189
berlbalaguleh האט געשריבן:הנוי והנצח: אויב די פאקטן זענען אזוי ווי דו זאגסט. דאמאלס זענען די אידן גערעכט...! דאמאלס פארדינט זיך דע-בלאזיא אז ער זאלל פארלירן די שטיצע פון די אידישע קמיוניטי...!

נישט ממש מיר קענען נישט זיין קיין כפו טובה האסט פארגעסן וואס ער האט געטון מיט גזירת מציצה בפה?
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 2:37 am#447190
.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 8:31 am#447196
היכי דמי: איך הער וואס דו זאגסט. נאר זאג עס א ביסל העכער אז דער עולם זאלל הערן...!די בלאזיא האט מסתמא נישט געוואוסט אז די פאליס האבן פלוצלינג אנגעהויבן טרייבן דעם עולם. און דורכדעים איז געווארן א צושטופעניש...!
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 5:40 pm#447256
און יא... פרטים איבער די לוי' וועלן נאכפאלגן...
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 6:21 pm#447261
הנוי והנצח האט געשריבן:זייער גוט געשריבן און ארויסגעברענגט. אפגעזעהן צו דער חסידי'שע עולם האט אויסגעפאלגט אלע רעגולאציעס ווי געהעריג, איז זיכער אז די בלאזיא האט איבערגעצויגן דעם שטריקל מיטן צילן די היימישע יודנטום בשעת די פארקס און ביטשעס זענען געפאקט, און די בלאזיא אליין האט מען געזעהן שפאצירן אין די עפענטליכקייט אהן קיין געהעריגע סאושעל דיסטענסינג.

און יא, די היימישע "געטרייע פארזארגער" וואס מיינען נאר אונזער גוטס האבן דא אנגעברענגט א כוואליע פון העצע און אנטי סעמיטיזם, עס איז קלאר אז ווען נישט דער קארנבלי'ס צוזאמארבעט מיט די בלאזיא וואלט ער זיך נישט געפילט אזוי באקוועם צו פארדאמען דעם היימישן ציבור, און די זעלבע זאך האט מען געזעהן אין מאנסי ווען דער צורר היהודים עד דעי האט בארעכטיגט זיין שמוציגע רעטאריק מיטן אנצייגן אויף "דער רעספעקטירטער ראביי יעקב הורוויץ" וואס "קעמפט" אזוי פאר די רעגולאציעס ביים היימישן ציבור. מצא מין את מינו.

ביסט גערעכט אז דאס איז נאר די שריט פון איין מענטש, אבער דאך איז די שטילשווייגעניש פון די ליבעראלן און די מידיא אן עולה. מען קען זיך פארשטעלן אויב ער וואלט געטון די זעלבע צו שווארצע אדער מוסלעמענע וואלט געווען א ויצעקו פון אלע זייטן, מען וואלט תיכף פארלאנגט זיין רעזיגנאציע פאר זיין ראסיסטישע שריט. אבער פארשטייט זיך אז די פרעסע געבט נאר צו צום פייער, ווילאנג דער רעדע איז פון א "חסידי'שע" צוזאמקום ה"י.

און א ווארט צום מעיאר: אונז האב מיר געמיינט אז דו רעפרעזענטירסט אונז מיט יושר און עמפאטיע, גזירת מציצה בפה האסטו טאקע מבטל געווען, האסט דיך אנגעגעבן אלץ א פריינט פון די געמיינדע. אבער היינט האסטו ארויסגעוויזן דיינע אמת'ע קאלירן, האסט געסטראשעט בתי מדרשים מיט "פערמענאנטע" פארשליסונג, און דו האסט אויסגענוצט א צייט פון א קריזיס צו פארשפרייטן העצע קעגן א מיניאריטעט וואס ליידט זיך שוין אהן א היפשע צייט פון אנטי סעמיטיזם טאקע אין דיין שטעטל. מיט ווייטאג טוען מיר פארלאנגען: ס'איז שוין העכסט צייט דו זאלסט רעזיגנירן פון דיין אמט. דער אידישער געמיינדע האט פארלוירן זייער צוטרוי אין דיין פירערשאפט.

דא איז א לינק צו אן ארטיקל אין א קאנסערוואטיווע צייטונג איבער דער געשעעניש: https://www.theblaze.com/news/2020/04/2 ... dhv70Ogjjx

קודם, איך בין מודה אז דעבלאזיע האט איבערגעצויגן דעם שטריקל, און ער האט געטוהן אן עולה, אבער איך פארשטיי אז ער שטייט שוין נאך 8 וואכן פון פרובירן באדעקן אונזער שמוץ-וועש און איגנארירן מידיע באריכטן איבער חתונות, מנינים, בתי מדרשים, אונטערערדישע חדרים, און עס האט פשוט געפלאצט, אדער האט ער געמוזט ווייזן אז ער נעמט עס ערענסט.

פארגלייכן די אידישע צוזאמקומען ווי לויות ה"י צו פארקס איז נישט צום זאך. אין די צייט וואס אין פארק גייט יעדע מענטש פאר זיך, אן קיין שום גרופע אדער אראנדזשירונגען, און ביי אונז איז עס אן ארגאנאזירטע מעמד מיט מודעות און מאפעס, בלאקירטע גאסן, אפיציעלע נייעס פלאטפארמעס מעלדן די זמנים אא"וו

די געטרייע היימישע פארזארגער איז אזויווי דו שרייבסט דאך: "זיי מיינען אונזער גוטס". צו עס איז טאקע גוט, ווייס איך נישט, אבער איך בין זיכער אז זיי מיינען נאר גוטס. זיי צו בלעימען פאר די אנטיסימיטיזם איז שווער, נאכדערצו ווען מען שטייט היינט בלויז עטליכע חדשים נאך די מערסט שוידערליכע אנטיסימיטישע מארד אויף די אמעריקאנער באדן אין היסטאריע, אין דזשערסי סיטי. דאס איז דאכט זיך געווען היפש בעפאר די מסירה פון אונזער א.ג פארטרעטער.

די עד דעי רעזשים אין שוין אין קראפט עטליכע יאר, און זיי פירן ראקלענד קאונטי מיט די גרעסטע מאס שנאה וואס איז נאר פארהאן, און אויב קוקסטו אויף די ראקלענד היסטאריע קענסטו קלאר פארשטיין דעם טייטש פון "עשיו שונא ליעקב" פשוט דער גוי האט דיר פיינט! ער האט דיר פיינט אז דו ביזט א איד, און נישט לויט וויאזוי דו פירסט זיך אויף. ער וועט נאר אלס ארויפקלעבן זיין שנאה אויף א צייטווייליגע סיבה כדאי צו אויסקוקן נארמאל פאר'ן דיר פיינט האבן. אנטיסימיטיזם האט זיך נישט אנגעהויבן די וואך איבער מאסקעס, דאס לויפט שוין טויזענטער יארן, און וועט לויפן עד יבוא גואל במהרה בימינו.

איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז די מעיאר האט דא געוויזן זיינע עכטע קאלירן.
אפשר ביי מציצה בפה איז געווען זיין עכטע קאליר? אפשר ביים סווימינג פול אין וויליאמסבורג? אדעכר גאר ביים חינוך גזירה? און דא צוליב פארשידענע סיבות, ווי שעת סכנה, מידיע פרעשור האט ער נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט ווייזן זיין פאלשע קאליר.

איצט א רוף צו או. דזשעי. פעק. אנשטאטס אנהייבן בויען די הויז פון די אויבערשטע שטאק, און נאכדעם אראפ צום יסוד, הייב אן נארמאל ביים יסוד... אנשטאטס זיין ביזי צו פארענטפערן פאר די מידיע אויף אונזער גארבידזש, קאמפיין אויפצוקלערן מענטשן צו אויספאלגן די געזעצן און די רעגולאציעס.
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 7:51 pm#447268
היכי דמי: אבער לויט ווי ס'שיילן זיך ארויס די פאקטן האט דער וויליאמסבורג'ע עולם געפלאנט אויסצופאלגן די געזעצן מיט א פונקטליכקייט. ספעציעל נאך וואס שוומרים האבן פארטיילט מאסקעס און געהאלטן דעם עולם אפגעטיילט בערך 6 פוס. נאר ווען די אנגעקומענע פאליציי האבן אנגעהויבן יאגן דעם עולם אין אלע זייטן איז געווארן א שטופעניש...!
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:54 pm#447293
ר' בערל אלס זקן שקנה חכמה וואלט איר נישט געדארפט קויפן די דאזיגע לאקשן...
דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:01 pm#447316
מאך זיכער: די שומרים האבן נאך ביי מיר א ביסל קרעדיביליטי. אפשר ביניך נאאיוו. נאר דער תירוץ איז אז די רבנים. טאקע אט די רבנים וועלכע זענען די ערשטע ארויסצושפרינגען מיט באשולדיגונגען אויפ'ן ציבור. זיי ווייסן אייביג פארוואס עפעס קומט ח"ו אויף אידן. בבחינת יודע דעת עליון. פונקט זיי האבן יעצט איינגענומען א שטילשווייגעניש. און זיי זענען נישט ארויסגעקומען לכל הפחות מיט אזא ברען ווי זיי קומען ארויס אין אנדערע צייטן. זיי וואלטן געדארפט ארויס קומען און מחנך זיין דעם ציבור. אז מ'מעג און מ'דארף מוותר זיין אויף באגלייטן א נפטר. ווי חשוב ער זאלל נאר זיין. מיט א גרויסן עולם. ווייל ס'איז עת לעשות לה'...!
פרייטאג מאי 01, 2020 12:01 am#447335
פרייטאג מאי 01, 2020 12:14 am#447340
berlbalaguleh האט געשריבן:מאך זיכער: די שומרים האבן נאך ביי מיר א ביסל קרעדיביליטי. אפשר ביניך נאאיוו. נאר דער תירוץ איז אז די רבנים. טאקע אט די רבנים וועלכע זענען די ערשטע ארויסצושפרינגען מיט באשולדיגונגען אויפ'ן ציבור. זיי ווייסן אייביג פארוואס עפעס קומט ח"ו אויף אידן. בבחינת יודע דעת עליון. פונקט זיי האבן יעצט איינגענומען א שטילשווייגעניש. און זיי זענען נישט ארויסגעקומען לכל הפחות מיט אזא ברען ווי זיי קומען ארויס אין אנדערע צייטן. זיי וואלטן געדארפט ארויס קומען און מחנך זיין דעם ציבור. אז מ'מעג און מ'דארף מוותר זיין אויף באגלייטן א נפטר. ווי חשוב ער זאלל נאר זיין. מיט א גרויסן עולם. ווייל ס'איז עת לעשות לה'...!

גיי בעט די שטומע מוטערקראצנדע רבנים צו ארויסנאפכענען עפעס, דא זענען זיי דיפלאמאטן אבער צו פראסקענען זייערע צאן לטבח זענען זיי אלס דא...
פרייטאג מאי 01, 2020 9:15 am#447362
אויף א פאזאטיווע נאוט איז גוט אז דיבלאזיא האט זיך פאררעדט און געזאגט דזשואיש קאמיונטי, געמיינט האט ער חסידים, ווייל ער הערט פון די מוסרים יעדעס טאג וועגן די באהאלטענע ישיבות, בתי מדרשים וכו', און ער ווערט נמשך אבער,
א. צום ערשט האט עס אראפגענומען דער מדובר פין דער לוי', און געטוישט צו דיבלאזיא.
ב. בכלל האט עס געמאכט אויפמערקזאם פאר אונז, אז מיר זענען אין גלות, ער טיילט טיקעטס נאר אין בארא פארק אין ווילי.
ג. עס האט געמאכט טאבא taboo, מארגן קענען די מוסרים שוין נישט רעדן וועגן די ישיבות בתי מדרשים, יעדער האט מורא צו זאגן א ווארט. אפילו קאומא וועט שוין נישט וואגען רעדן וועגן ישיבות לויות, נאר בדרך רמז וכו'.
ד. איך האף אז דער בורשטינער והדומים לו, דהיינו אלעזר הורוויץ און חיים דוב גרינפעלד און דער מונקאטשער פארשטייען אביסעל מער ווער די פראבלעם איז. נישט דער שטאט, נאר די מוסרים, זיי גייט אהן דער לא תרצח ווי דער לינקע אויער, צו לא תעמוד צו אביזרייהו, זיי, די מוסרים זענען סעלף העיטונג מענטשען, קענען נישט מוחל זיין זייער עלטערן פאר אויפציען חסידיש, און ווילען זיך נוקם זיין אין יעדער, און ווען זיי זעהן א געלעגנהייט נוצן זיי עס אויס.
און בכלל זיי איז אפשר אזעלכע וואס שרייבן דא, מען דארף האלטען די אויגן און אויערן אפען, און די מויל פארמאכט ארום די מוסרים, זיין זענען נעבעך עלול אויף דער ערגסטע, האומר לאביו ולאמו ראיתיו, והמבין יבין. מען טאר נישט רייצען מיט זיי אויך נישט, יבא בעל הכרם וכו'.

(בדרך מליצה, די מקוואות זענען זייער גרעסטע שונא, ווייל זיי ווייסן אז דארט קען מען זיי אונטערהאלטן).
פרייטאג מאי 01, 2020 9:27 am#447363
אישתישבי האט געשריבן:(בדרך מליצה, די מקוואות זענען זייער גרעסטע שונא, ווייל זיי ווייסן אז דארט קען מען זיי אונטערהאלטן).
אזא ליין קומט מיט א וד"'ל וע"ע עפעס א הויף אינדערהיים אינעם שוויץ ער"ש נאכמיטאג
פרייטאג מאי 01, 2020 2:10 pm#447398
פאר די אלע וואס פארשטייען נישט וואס איז די חילק צווישן אנגעפילטע פארק'ס און לויות:
איז אפשר מיט א משל וועט מען עס קענען בעסער פארשטיין?

לאמיר דיר פרעגן האסט שוין אמאל געזעהן א מוזעאום לזכר פון אלע מענטשען וואס זענען אין לויף פון די היסטאריע אימשילדיג אימגעברענגט געווארען?
אבער האליקאסט מוזעאומ'ס איז דא לרחצה פארוואס? .......זיי האבן ביידע איין ענטפער!
פרייטאג מאי 01, 2020 4:24 pm#447407
אישתישבי האט געשריבן:אויף א פאזאטיווע נאט איז גוט אז דיבלאזיא האט זיך פאר
רעדט און געזאגט דזואיש קאמיונטי, געמיינט האט ער חסידים, ווייל ער הערט פין די מוסרים יעדעס טאג וועגן די באהאלטענע ישיבות, בתי מדרשים וכו', און ער ווערט נמשך אבער,
א. צום ערשט האט עס אראפגענומען דער מדובר פין דער לוי', און געטוישט צו דיבלאזיא.
ב. בכלל האט עס געמאכט אויפמערקזאם פאר אונז, אז מיר זענען אין גלות, ער טיילט טיקעטס נאר אין בארא פארק אין ווילי.
ג. עס האט געמאכט טאבא taboo, מארגן קענען די מוסרים שוין נישט רעדן וועגן די ישיבות בתי מדרשים, יעדער האט מורא צו זאגן א ווארט. אפילו קאומא וועט שוין נישט וואגען רעדן וועגן ישיבות לויות, נאר בדרך רמז וכו'.
ד. איך האף אז דער בורשטינער והדומים לו, דהיינו אלעזר הורוויץ און חיים דוב גרינפעלד און דער מונקאטשער פארשטייען אביסעל מער ווער די פראבלעם איז. נישט דער שטאט, נאר די מוסרים, זיי גייט אהן דער לא תרצח ווי דער לינקע אויער, צו לא תעמוד צו אביזרייהו, זיי, די מוסרים זענען סעלף העיטונג מענטשען, קענען נישט מוחל זיין זייער עלטערן פאר אויפציען חסידיש, און ווילען זיך נוקם זיין אין יעדער, און ווען זיי זעהן א געלעגנהייט נוצן זיי עס אויס.
און בכלל זיי איז אפשר אזעלכע וואס שרייבן דא, מען דארף האלטען די אויגן און אויערן אפען, און די מויל פארמאכט ארום די מוסרים, זיין זענען נעבעך עלול אויף דער ערגסטע, האומר לאביו ולאמו ראיתיו, והמבין יבין. מען טאר נישט רייצען מיט זיי אויך נישט, יבא בעל הכרם וכו'.

(בדרך מליצה, די מקוואות זענען זייער גרעסטע שונא, ווייל זיי ווייסן אז דארט קען מען זיי אונטערהאלטן).

לגבי וואס דו זאגסט אז ער טיילט טיקעטס נאר אין בארא פארק און וויליאמסבורג איז נישט ריכטיג. אפאר הונדרעט טיקעטס זענען פארטיילט געווארן, און צענדעליגער ארעסטן זענען דורכגעפירט געווארן אין די לעצטערע וואכן אין אנדערע געגענטער פארבינדן מיט סאשעל דיסטינסינג רעגולעישענס. ער איז געקומען צו אונז די לעצטע, טראצדעם וואס ער האט באקומען די מערסטע באריכטן און העצע ביי אינזערע געגענטער.
מוצ"ש מאי 02, 2020 11:45 pm#447439
שְׁמוּעָה שָׁמַעְנוּ אז עס איז פארטיילט געווארען אין ווילימסבורג, טיקעטס: אין די ווערט פון קרוב צו א מיליאן דאלער. (700 מאל 1000)

טראכט איך צו מיר אזא געדאנק: וואס וואלט געווען ווען מ'אינוועסטירט דעי סכום, אין מחנך זיין אינזערע קינדער און בחורים צו זיין געזעץ היטענדע בירגער. איך רעכן אז אזא סכום קען ברייט דעקן א פראגראם: פון לעקציעס פאר חדרים און שקולעס, איין מאל אין יעדע פאר חדשים: איבער די ראלע פון געזעץ אין א צווילעזירטע געזעלשאפט, די ראלע פון די רעגירונג עס צו אינפארסירן, די אנטוויקלונג פון געזעץ אין א דעמעקראטישע סיסטעם, וכדו', די לעקציעס קען געגעבן ווערן דארוך די טיטשערס (דארף נישט זיין קיין פראפעשענאל) און צומאל דארוך די קינדער (וואס גייט זיי מאכן מער אינוואלווד). דאס זעלבע אין ישיבות אין און הייסקולס, דארט קען מען שוין ארויף גיין א שטאפל מיט קלאסן פון פראפעסעניאלען אין געביט פון געזעץ: מ'זאל לערנען וויכטיגע געזעצן צב''ש ארבעט, פינאנץ, פאמיליע, צווילע רעכעטן, וכדו'.

מנהלי המוסדת וישיבות וואס זאגן ענק דערצו?

............... אז מ'קען וויינען שפעטער, פארוואס וויינען פריהער!
מוצ"ש מאי 02, 2020 11:57 pm#447440
במדבר האט געשריבן:שְׁמוּעָה שָׁמַעְנוּ אז עס איז פארטיילט געווארען אין ווילימסבורג, טיקעטס: אין די ווערט פון קרוב צו א מיליאן דאלער. (700 מאל 1000)

טראכט איך צו מיר אזא געדאנק: וואס וואלט געווען ווען מ'אינוועסטירט דעי סכום, אין מחנך זיין אינזערע קינדער און בחורים צו זיין געזעץ היטענדע בירגער. איך רעכן אז אזא סכום קען ברייט דעקן א פראגראם: פון לעקציעס פאר חדרים און שקולעס, איין מאל אין יעדע פאר חדשים: איבער די ראלע פון געזעץ אין א צווילעזירטע געזעלשאפט, די ראלע פון די רעגירונג עס צו אינפארסירן, די אנטוויקלונג פון געזעץ אין א דעמעקראטישע סיסטעם, וכדו', די לעקציעס קען געגעבן ווערן דארוך די טיטשערס (דארף נישט זיין קיין פראפעשענאל) און צומאל דארוך די קינדער (וואס גייט זיי מאכן מער אינוואלווד). דאס זעלבע אין ישיבות אין און הייסקולס, דארט קען מען שוין ארויף גיין א שטאפל מיט קלאסן פון פראפעסעניאלען אין געביט פון געזעץ: מ'זאל לערנען וויכטיגע געזעצן צב''ש ארבעט, פינאנץ, פאמיליע, צווילע רעכעטן, וכדו'.

מנהלי המוסדת וישיבות וואס זאגן ענק דערצו?

............... אז מ'קען וויינען שפעטער, פארוואס וויינען פריהער!
כ'האב נישט באמערקט אויף קיינע פין די בילדער א amount, נאר געזען אז מ'מוז מאכן א court appearance.
כ'קלער אז מ'גייט למעשה נישט קנס'נען קיינעם, ס'מער אנצושרעקן די עולם.
זונטאג מאי 03, 2020 12:37 am#447453
אינגערמאנטשיקל: איך האב אויך אזא ..."גאט"... פיעלינג! נאר ס'קכן זיין אז נאכדעים וואס די מגיפה וועט אי"ה פאריבערגיין וועללן די דזשאדזשעס זיין אין א גוטע מאאד און זיי וועללן נאר באשטראפן מיט א סימבאלישן סכום פון הומדערט דאללער. פארוואס?! כי כתב אשר נכתב בשם המלך ונחתם בטבעת המלך אין להשיב... א טיקעט וואס דער מעיאר האט געהייסן געבן קענמען נישט דיסמיססן סתם אזוי...!
זונטאג מאי 03, 2020 1:44 am#447469
Re: די געשעענישן ביים לוי' אין וויליאמסבורג
איינער האט דורכגיין צו די מעיאר קען ליגעלי קנס'נען אויף מאסקעס?

איך מיין אז די עצם זאך אז די וועסט זיך דארפן שטעלן פאר די שופט און אויפגעגעבן פון דיין צייט (בעיסיקלי די קאפ ווי) דאס איז די עונש.
זונטאג מאי 03, 2020 1:58 am#447470
פאליטיקאנט: Not with the greedy NYC administration...!