פנימי בלתי מוגה
May contain offensive language
ווי געשריבן נעכטן האב איך שוין נישט קיין כח צו שרייבן נעגאטיוו, אבער אפאר נקודות just פאר טעראפי, און אפשר וועט עס איינער טרעפן אינטערעסאנט. ווער עס גייט אריין אין דעם אשכול ווייסט וואס צו ערווארטן.
א. איך האב שוין פשוט נישט קיין כח, איך האב נישט קיין כח צו שרייבן, בושנו מכל עם, מענטשן זענען פשוט צודרייט, כ'ווייס שוין נישט וואס צו זאגן, עס איז א שרעק, איך בין אומ-לשון.
ב. דער עולם שרייט אנטיסעמיטן, לאמיר אייך מסביר זיין עפעס, ווען א אינדיווידועל טוט עפעס קען מען שרייען אויף אים, מענטשן גייען ארום אין גאס, וואס קען מען טון, עס איז אלץ דא שלעכטע און אומ'אחריות'דיגע מענטשן, ווען א גאנצע קאמיוניטי גייט און פייפט זיך אפיציעל אן אויף די געזעצן און אויף די רעגירונג באאמטע, נאכדערצו ווען עס רעדט זיך נישט פון עפעס וואס קען אויף סיי וועלכן אופן פארטייטשט ווערן ווי עפעס א פארשוועכונג פון רעליגיע אדער טראדיציע (אין די אויגן פון פשוט'ע ניו יארקער זענען די אידן עפעס אייביג מומחים אין טרעפן הלכות וואס זאל זיי פטר'ן פון געזעצן וואס זענען יעדן מחייב, עדיוקעישאן, אה מיר האבן א הלכה, אקעי מען בעקט ארויס. געזונטהייט און היגיענע ביי ברית'ן, אוי וויי ס'איז א מצוה, אקעי מען בעקט ארויס, דא ביי קאראונע וועסטו שוין מוזן גאר שווער ארבעטן צו איבערצייגן עמיצן אז דאס איז אויך א מצוה, כ'מיין יעדער קען פאלגן נאר נישט דו?). מען פארלאנגט א פשוטע פארשטענדליכע זאך צו ראטעווען מענטשליכע לעבנס, יא אונזערע אייגענע לעבנס, און מען פייפט אין די מאסן מיט א פרישקייט. וועסטו יעצט קומען און פארפירן היתכן מען בלעימט א גאנצע קאמיוניטי פאר חטאים פון א יחיד? העי, וואס שרייסטו אז פאליציי האט ארעסטירט מענטשן אין בארא פארק, דו קענסט זיי? ניין? וואס שרייסטו דעמאלטס, אלא מאי אז דו באטראכטסט זיך ווי א חלק פון זיי, דו האלטסט מיט מיט זיי און שטיצט זיי, נו פארוואס האסטו טענות אז מעו קוקט דיך אן ווי א חלק פונעם בילד? מענטשן ארבעטן שווער צו אראפנעמען דעם אימעדזש ווי כאילו כלל ישראל פאלגט נישט, מען פרובירט צו ווייזן אז רוב אידן פארדאמען דאס און האלטן זיך צו די געזעצן און מוסר'ן אפילו די געציילטע פארלעצער, גייסטו און די פראווסט זיי ראנג מיטן ווייזן אז דו האלטסט יא פון די פארלעצער און אידענטיפיצירסט זיך מיט זיי. אפילו אויב פערצופאל ביזטו אינדערהיים.
בכלל דאס גאנצע אונז-זיי מהלך איז דאס נורא ואיום, א פראדוקט פון טויזנט יאר התבדלות מיט שוידערליכע קאנסעקווענצן. מיטן שרייען "זיי" ווילן אונז הרג'נען וועם מיינסטו? די פאליציי? דעמאקראטן? רעפובליקאנער? איינער מיינט דיך מיינסטו? סך הכל ביזטו א פארגעסענע מינאריטעט וואס האט זייער ווייניג מיט די וועלט, קיינער קימערט זיך נישט מיט דיר סתם אזוי, אבער דו זוכסט זיך צו מאכן שונאים. "זיי" ווילן אונז הרג'נען, "זיי" האבן אונז פיינט, אלע גוים זענען קעגן אונז, די רגע עמיצער קומט און זאגט עפעס א האלבן קרומען ווארט שרייט מען "אנטיסעמיטן", וואס מיינסטו, יענער ווערט טאקע אן אנטיסעמיט, פון ווערן באוואשן דורך טויזנטער גערעגטע מענטשן מיט זייערע יוצר משרתים לאביאיסטן און קאנטאקטן פאר'ן זאגן א קרום ווארט ווערט ער טאקע א פארביסענער אידן פיינט וואס האט פיינט יעדן איד וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אים צו באוואשן. דעבלאזיא איז נישט קיין אוהב אדער שונא ישראל נאר א פאליטישאן (און נישט קיין געלונגענער מיט דעם), מזל טוב, מען האט זיך איינגעקויפט יעצט א נייעם שונא פאר כלל ישראל. טענק יו אידיאטס.
ג. פארוואס מאכט מען לוויות פארוואס? ס'שטייט אין א ספר? ס'שטייט אויך סוף זמן תפלה אין עפעס א ספר. אידן קענען זיך א עצה געבן מיטן איסור ריבית וואס שטייט אין עפעס א ספר, קען מען זיך נישט א עצה געבן מיט א לוויה? מאך נישט קיין לויה בהמה עס איז דא א עפידעמיע אין די גאסן. פון מיין זייט לייג אוועק דעם קערפער אין פריזער, פיקוח נפש דוחה דעם ענין וואס שטייט אין זוהר פון צער הנשמה. אבער אז דו ווילסט נישט, מאך א לויה מיט צען אידן ביים קבר. דער עם חכם ונבון איז געווארן א עם עצל ומטומטם. מען טוט נאר וואס מע האט אלץ געטון. "און מע מאכט א לויה און מע רופט אויס מיט א מייק" אזוי ווערט געברענגט אין טעמי המנהגים מהדורת אמעריקא, וואס קען מען טון אזוי קומט עס און פארטיג. "און מע שטופט זעך, און מע זאגט קדיש", וואס קע מען טון?
דאס זעלבע מיט די חתונות און מיט טויזנטער זאכן. פארוואס טוט מען עס? נישט ווייל עס שטייט, נישט ווייל אזוי האט עמיצער געזאגט, נאר ווייל אזוי טוט מען. מען גייט מיט א רעקל פאר די זעלבע סיבה וואס מען מאכט א ברית, ווייל אזוי טוט מען. אפשר קען מען יעצט אפשטופן די חתונה? נע, מען קען נישט, עס "קומט" א יאר חתן כלה און דערנאך חתונה האבן. אזוי קומט, אזוי האט מען געטון ביי מיר און ביי מיין טאטן און אזוי וועט מען ווייטער טון, מיט מסירות נפש, על קידוש השם וועלן מיר גיין און וויסן אז מיר האבן אויסגעפירט. לויה נאך לויה איז ברוך השם געווען אויפ'ן "געהעריגן" שטייגער אזוי ווי מען פירט זיך און ביזן לעצטן איד האבן מיר אויסגעפירט.
ד. בחורים. א צרה וואס די פעדער איז צו ארעם צו שילדערן. טויזנטער אידישע יוגנטליכע דרייען זיך ארום ארים פון יעדן מענטשליכן קוואליטעט, נאקעט פון תורה ליידיג פון חכמה און פוסט פון מענטשליכע באציאונגען. קטלא קניא האט שוין געשריגן אין זיין מאניפעסטא אויף די פענצי יונגעלייט וואס גיבן זייערע קינדער א ליידיגן חינוך. אוי ווי גערעכט ער איז. אידן פון די באלבאטישסטע שטיבער, מיט די אייפאון'ס און בליצערס, לאזן זייערע בחורים אפשימלען חדשים אין ישיבה דארמיטאריס וואו די איינציגסטע אינהאלט פון טאג איז זיך דרייען ליידיג און הערן פרומע דרשות פון צייט צו צייט. זיי קומען אהיים בין הזמנים און עס כאפט א שרעק, די עלטערן אטעמען אפ ווען זיי גייען צוריק אין ישיבה, האלאו, ער איז דיין קינד און ער מאכט דיר ערגעץ בושות דארט וואו ער איז. זיי פארשטייען נישט קיין נארמאלן ענגליש, האבן קיינמאל נישט קיין נארמאלן קאנווערסעישאן מיט א מענטש אפילו א איד, דעם משגיח פאלגט מען ווייל ער קנס'עט, די שוועסטער רודפ'ט מען ווייל זי לאזט זיך, א גוי איז א חוזק אביעקט צו מאכן שפיצלעך אדער סתם צו איגנארירן ווען ער וואשט אויף אונטער די פיס. צואגעוואוינט איז מען צו צאללאזע פראטעסטן און שרייען פוי ווייל יעדער שרייט, און די אלע פארוואונדערטע מענטשן אין מאנהעטן וואס באטראכטן מיט בייז וואונדער די מאדנע פענגווינען דיסמיסט מען אלס נארישע גוים. יעצט וואס ווילסטו פון אים ער זאל טון. מען שרייט קאראונע, פון וואו זאל ער וויסן וואס דו ווילסט פון אים, וואטסאפפ האט ער נישט למען השם. אפילו קול מבשר קען ער נאר הערן בין הזמנים ווען דער פאון איז פריי. ער פארשטייט נישט וואס מיינט א גוי, פאליציי, רעגירונג, געזעצן, ארדענונג. לויפט ער אין גאס בכל עת מצוא ווי א דארפיש קינד און לויפט צו נאנטער צו באטראכטן די אביעקטן מיט די פאליצייאישע קליידער, עס קוקט אויס זייער אינטערעסאנט.
ה. עולם, זייטס נישט קיין בהמות, פארוואס זענט איר בהמות? אך. זייטס נישט קיין אויבער חכמים און טיפשים. בלייבטס פ***** אינדערהיים. בלייבטס אינדערהיים. צום הונדערטסטן מאל. יא יעדער איז אנטיסעמיטן און די עראפלאנען איז יעדער געגאנגען קוקן. אקעי פיין וואויל. אבער ביטע בלייב אינדערהיים טענק יו ווערי מאטש.
ו. שוין, סארי פאר'ן ארויסקומען אביסל דערביטערט עס איז נאר אויסצוגעבן די געפילן אביסל, נאו אפענס.