Under maintenance
הויפט זייט » מהרז"ל מסאטמאר: בחורים זאלן נישט פארפאסן מקוה און מנין

מהרז"ל מסאטמאר: בחורים זאלן נישט פארפאסן מקוה און מנין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13797
מאנטאג מאי 04, 2020 7:42 am#447613
מהרז"ל מסאטמאר: בחורים זאלן נישט פארפאסן מקוה און מנין
אין א דרשה צום אנפאנג נייע זמן האט אדמו"ר מסאטמאר מהרז"ל אויסגעלויבט בחורים וואס אפילו אין די יעצטיגע שװערע זמנים זענען זיך מוסר נפש צו דאווענען מיט מנין געהעריג און פארפאסן נישט א מקוה.
מאנטאג מאי 04, 2020 7:45 am#447614
די דרשה
מאנטאג מאי 04, 2020 8:14 am#447615
Re: מהרז"ל מסאטמאר: בחורים זאלן נישט פארפאסן מקוה און מנין
דאס איז אומגלויבלעך. מילא אז די רבי'ס שווייגן, איז איין זאך. אבער אקטיוו הייסן דעם עולם גיין אנפייפן די רעגולאציעס איז א פרישע שטאפל פון השחתה.

אפשר האט ער זיך איינגעהאלטן ביז אהער ווילאנג זיין ברודער איז געווען אין שפיטאל, איינמאל ער איז ארויס קען ער נישט קיין ש*ט פאר קיינעם.
מאנטאג מאי 04, 2020 10:40 am#447631
א שאנדע!

איך וויל אבער פארשטיין, וואו איז נעלם געווארן אונזער 'טאלערענץ' פאר אנדערע מיינונגען ווי אונזער? איך האלט אז מהרז"ל איז א קרימינאל פאר'ן מעודד זיין א פעולה וואס האט נאר א הונדרעטסטאל פין א פראצענט צו דערמארדן א איד. אבער ער מהרז"ל איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש ווי מיר.

נישט אזוי?! אתמהה?
מאנטאג מאי 04, 2020 10:43 am#447632
ווארשיינליך איז שוין די סכנה פאריבער. דאס איינצווינגען די איצטיגע לאקדאון'ס איז שוין סתם פאליטיק. פאר פאליטישע אינטערעסן דארף מען נישט ריקן רעליגיע אין א זייט.
מאנטאג מאי 04, 2020 10:46 am#447633
קורקלענד האט געשריבן:ווארשיינליך איז שוין די סכנה פאריבער. דאס איינצווינגען די איצטיגע לאקדאון'ס איז שוין סתם פאליטיק. פאר פאליטישע אינטערעסן דארף מען נישט ריקן רעליגיע אין א זייט.


ששששש..... פארזיכטיג דאס איז בלויז ערלויבט צו טראכטן.... מען טאר עס נאכנישט זאגן.... די ליבעראלע אנטיפאניקעס קענען דיך נאך ערמארדן פאר אזעלעכע פסולע געדאנקן....
מאנטאג מאי 04, 2020 11:01 am#447634
קורקלענד האט געשריבן:ווארשיינליך איז שוין די סכנה פאריבער. דאס איינצווינגען די איצטיגע לאקדאון'ס איז שוין סתם פאליטיק. פאר פאליטישע אינטערעסן דארף מען נישט ריקן רעליגיע אין א זייט.


איך פארשטיי אז איר האלט אזוי, אבער גיבט צו פארשטיין אויף וואס איז אייער מיינונג געבויט?

עס איז טאקע אסאך שטילער ווי עטליכע וואכן צוריק ברוך השם, דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער. אבער איצט איז נאך דא יעדן טאג עטליכע טויזענט פרישע קעיסעס אין ניו יארק, קרוב צו טויזענט פרישע האספיטיליזאציעס, און צוויי-דריי הונדרעט טויט פאלן.

וואס מיינט איר צו זאגן אז די סכנה איז פאריבער און אז די לאקדאונס איז פאליטיק. איר האט א הוה אמינא אז פאר פשוטע פאליטיק קען מען איישפארן מיליאנען מענטשן?

און לאמיר זאגן אז מהרז״ל האלט אויך ווי דיר, און די סכנה איז פאריבער, איז דא א צווייטע פראבלעם.

אויב ווערט באריכטעט אין די מידיע אז אונז לאזן נאך, איז דאך א ריזן חילול השם, אבער סאטמאר האט דאך נישט קיין פראבלעם דערמיט, פיין.
אבער קען זיין אז איין נירס אין איין שפיטאל וועט איגנארירן איין אידישע פאציענט צוליב איר כעס אויף אונזער קאמיוניטי פאר די אלע באריכטן, און דער איד קען חלילה אויסגיין. איז חוץ חילול השם, אוי אפילו די סכנה אויף די גאס איז אויך נישטא (לויט ענק) קען נאך אלס זיין א ספק ספיקא פון פיקח נפש.
מאנטאג מאי 04, 2020 11:19 am#447636
Re: מהרז"ל מסאטמאר: בחורים זאלן נישט פארפאסן מקוה און מנין
זאל ער אויך אויפהערן אויסנארן דער וועלט אויף ענגליש כאילו ער גיבט אכטונג. קיין ווארט דערמאנט ער נישט אין די דרשה אויף אכטונג צו געבן.
20200504_161326.jpg
מאנטאג מאי 04, 2020 11:26 am#447637
היכי דמי האט געשריבן:ואס מיינט איר צו זאגן אז די סכנה איז פאריבער און אז די לאקדאונס איז פאליטיק. איר האט א הוה אמינא אז פאר פשוטע פאליטיק קען מען איישפארן מיליאנען מענטשן?
...
אויב ווערט באריכטעט אין די מידיע אז אונז לאזן נאך, איז דאך א ריזן חילול השם, אבער סאטמאר האט דאך נישט קיין פראבלעם דערמיט, פיין.
אבער קען זיין אז איין נירס אין איין שפיטאל וועט איגנארירן איין אידישע פאציענט צוליב איר כעס אויף אונזער קאמיוניטי פאר די אלע באריכטן, און דער איד קען חלילה אויסגיין. איז חוץ חילול השם, אוי אפילו די סכנה אויף די גאס איז אויך נישטא (לויט ענק) קען נאך אלס זיין א ספק ספיקא פון פיקח נפש.

די לאקדאן האט מען אינז געזאגט פעלט אויס כדי צי לאערען-די-קערוו, דאס איז שוין לאנג נישט אקטעיל

אבער דיין טענה פין "מה יאמרו" איז נאך אלץ גערעכט, איז מיז דערהערט ווערן
מאנטאג מאי 04, 2020 1:10 pm#447646
.
מאנטאג מאי 04, 2020 1:38 pm#447647
היכי דמי האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ווארשיינליך איז שוין די סכנה פאריבער. דאס איינצווינגען די איצטיגע לאקדאון'ס איז שוין סתם פאליטיק. פאר פאליטישע אינטערעסן דארף מען נישט ריקן רעליגיע אין א זייט.


איך פארשטיי אז איר האלט אזוי, אבער גיבט צו פארשטיין אויף וואס איז אייער מיינונג געבויט?

עס איז טאקע אסאך שטילער ווי עטליכע וואכן צוריק ברוך השם, דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער. אבער איצט איז נאך דא יעדן טאג עטליכע טויזענט פרישע קעיסעס אין ניו יארק, קרוב צו טויזענט פרישע האספיטיליזאציעס, און צוויי-דריי הונדרעט טויט פאלן.

וואס מיינט איר צו זאגן אז די סכנה איז פאריבער און אז די לאקדאונס איז פאליטיק. איר האט א הוה אמינא אז פאר פשוטע פאליטיק קען מען איישפארן מיליאנען מענטשן?

און לאמיר זאגן אז מהרז״ל האלט אויך ווי דיר, און די סכנה איז פאריבער, איז דא א צווייטע פראבלעם.

אויב ווערט באריכטעט אין די מידיע אז אונז לאזן נאך, איז דאך א ריזן חילול השם, אבער סאטמאר האט דאך נישט קיין פראבלעם דערמיט, פיין.
אבער קען זיין אז איין נירס אין איין שפיטאל וועט איגנארירן איין אידישע פאציענט צוליב איר כעס אויף אונזער קאמיוניטי פאר די אלע באריכטן, און דער איד קען חלילה אויסגיין. איז חוץ חילול השם, אוי אפילו די סכנה אויף די גאס איז אויך נישטא (לויט ענק) קען נאך אלס זיין א ספק ספיקא פון פיקח נפש.

היכי דמי: איך ווילל נאר וויסן אין וועלכן אוניווערזיטעט מהרז"ל שליט"א האטציך געלערנט דאקטעריי...?!

אויך איז אינטרעסאנט צו וויסן וויפיהל זייטן זיין מויל האט. ווייל פון איין זייט האט ער אנגעזאגט פאר צאן מרעיתו אז מ'זאלל אויספאלגן אלע אנווייזונגען פון די דאקטוירים...!
מאנטאג מאי 04, 2020 1:44 pm#447648
אזוי זאגן אונזערע רבי'ס - נשמרים אנחנו כמו בהסגר

0504201024_.jpg

m https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p2175384 m
מאנטאג מאי 04, 2020 2:20 pm#447664
כ'האב נישט אויסגעהערט די דרשה, אבער אויס ס'איז אמת ברויך מען דאס צולייגן צוזאמען מיטן ענגלישן צעטל וואס זיי האבן נארוואס ארויסגעלייגט און דאס אוועקלייגן לדור אחרון..
ס'וועט העלפן פאר די קומענדיגע דורות צו וויסן מיט וועם מיר האבן גע'דיעלט..
מאנטאג מאי 04, 2020 2:22 pm#447666
חתם סופר האט געשריבן:די דרשה

סתם מוציא שם רע געווען, ער רעדט בכלליות נישט אויף יעצט בפרטיות
מאנטאג מאי 04, 2020 10:20 pm#447716
איך ווייס אז ער האט פריוואט קלאר געהייסן אז מ'זאל דאווענען אין די הייזער, נישט אין בית המדרש.

ער האט לכאורה גערעדט פון בכלליות, מ'דארף הערן וואס ער זאגט פריער, נישט בלויז 33 סעקונדעס.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 10:32 am#447989
דאס איז אן אויסצוג פונעם דרשה.

ער האט גערעדט בכלל פון די בחור'ישע יארן, ע"פ דברי החת"ס כחיצים ביד גיבור, אז די גאנצע בחורישע יארן איז א פאלשע מלחמת היצר צו שפירן די נסיונות וואס מ'גייט באקומען שפעטער אין לעבן. די ניסיון האט ער נישט געמיינט די יעצטיגע קריזיס, נאר בכלל די בחורישע יארן.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 12:16 pm#447999
Re: מהרז"ל מסאטמאר: בחורים זאלן נישט פארפאסן מקוה און מנין
מפיל קינד האט געשריבן:איך ווייס אז ער האט פריוואט קלאר געהייסן אז מ'זאל דאווענען אין די הייזער, נישט אין בית המדרש.

ער האט לכאורה גערעדט פון בכלליות, מ'דארף הערן וואס ער זאגט פריער, נישט בלויז 33 סעקונדעס.
פריוואט?! ער אידאך א רשכבה"ג א פובליק פיגור! ס'הייסט ער האט "פריוואט" קלאר געהייסן??? א רשכבה"ג האלט ער זיך אויך פריוואט? זיינע טישן וואס ער פירט, איז אויך נאר פריוואט?? זיינע שקל הטהור קאמפיינען זענעו אויך נאר פריוואט?? זיינע הצלת ילדי צרפת זענעו אויך געפירט פריוואט?! וואט די העק איז דאס?!
דאנערשטאג מאי 07, 2020 12:31 pm#448000
Re: מהרז"ל מסאטמאר: בחורים זאלן נישט פארפאסן מקוה און מנין
מפיל קינד האט געשריבן:דאס איז אן אויסצוג פונעם דרשה.

ער האט גערעדט בכלל פון די בחור'ישע יארן, ע"פ דברי החת"ס כחיצים ביד גיבור, אז די גאנצע בחורישע יארן איז א פאלשע מלחמת היצר צו שפירן די נסיונות וואס מ'גייט באקומען שפעטער אין לעבן. די ניסיון האט ער נישט געמיינט די יעצטיגע קריזיס, נאר בכלל די בחורישע יארן.

יש לעיין. ער הייבט אהן מיט א חתם סופר, און ער זאגט אז דאס איז יעצט נוגע פאר די אומשטענדן. א חוץ מזה האט ער עס גערעדט צו בחורים היינט, אהן אנזאגן אז מען דארף אויך אבאכט געבן.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 12:41 pm#448001
מפיל קינד האט געשריבן:דאס איז אן אויסצוג פונעם דרשה.

ער האט גערעדט בכלל פון די בחור'ישע יארן, ע"פ דברי החת"ס כחיצים ביד גיבור, אז די גאנצע בחורישע יארן איז א פאלשע מלחמת היצר צו שפירן די נסיונות וואס מ'גייט באקומען שפעטער אין לעבן. די ניסיון האט ער נישט געמיינט די יעצטיגע קריזיס, נאר בכלל די בחורישע יארן.

ער זאגט קלאר אז די בחורים קענען יעצט שפירן עפעס וואס געווענליך גייען עס בחורים נישט דורך, נאר די ערוואקסענע אז ס'איז שווער אמאל צו כאפן א מנין און מקוה ווייל מ'איז פאריאגט און פארפלאגט. ס'איז זייער קלאר אז ער רעדט פון די יעצטיגע אימשטענדען.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 3:31 pm#448012
ער זאגט טאקע אז די חתם סופר איז צוגעפאסט צום מצב, אבער ער רעדט באריכות וויאזוי ס'איז אלץ נוגע פאר א בחור. לגבי מקוה און בית המדרש רעדט ער קלאר נישט פון יעצט, נאר פון די פראבלעמען וואס א בחור האט געווענליך מיטן אויפשטיין פארטאגס.

איך וואלט אים מייעץ געווען ארויסצוקומען מיט א בירור אז ער האט דאס נישט געמיינט, אבער אפי' נאכן בירור וועט מען ווייטער שרייען אז דאס האט ער געמיינט, דאן איז א שאד די צייט.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 6:58 pm#448033
נעגעל וואסער האט געשריבן:דאס איז אומגלויבלעך. מילא אז די רבי'ס שווייגן, איז איין זאך. אבער אקטיוו הייסן דעם עולם גיין אנפייפן די רעגולאציעס איז א פרישע שטאפל פון השחתה.

אפשר האט ער זיך איינגעהאלטן ביז אהער ווילאנג זיין ברודער איז געווען אין שפיטאל, איינמאל ער איז ארויס קען ער נישט קיין ש*ט פאר קיינעם.


Last time I checked האט קיין ברידעריי נישט אויסגעמאכט ביי זיין ש*ט געבעריי...