Under maintenance
הויפט זייט » מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן

מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13803
דינסטאג מאי 05, 2020 5:25 pm#447795
מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
יא איך האב ענדליך גענומען די קוראדזש צו פארטיליגען איינמאל פאר אלעמאל די הארטנעקיגער קנאבעל פון די פאדערשטע זייט פון מיין גענאק און אזוי איינוועגס זיך ערלויבט א פגימה אינעם הייליגקען צלם רח״ל, נישט קיין לייכטער באשלוס אבער ב״ה מען האלט שוין דערנאך, ניין מאכט נישט קיין טעות איך בין לאנג פאראיבער די צענדליגער יארן אין איך זיך ח״ו קיינעם נישט וויי טוהן, אין אויב עפעס באזיץ איך שוין באלד מיין אייגענער צענדליגער, נאר וואס דען זייט ווען האט דער צענדליגער בחור וואס זוכט די אויפמערקזאמקייט פון די עלטערן ר״י עסקן אד״ג אדער נארוואס בייסיג געווארען׳ער אינגערמאן וואס האט נעבעך פארלוירן זיין פאזיציע אשת חיל אד״ג באקומען די רעכטן מיך צו פארוואנדלען אין א פארברעכער, דו ווילסט סטראשענען טריצען זיין שלעכט דו ביסט בארעכטיגט מען האט דיר מן הסתם בא׳אוועלט אבער איך וויל יא בלייבן א וואוילער שעפסעלע אין קיינעם נישט וויי טוהן ח״ו אין ווייטער פילווענען אין חסידישע ספרים אין אין ספרי מוסר אין ספורי צדיקים און איבער אלעמען נישט מוותר זיין אפי׳ איין שובבים שלש סעודות תורה ביי ר׳ טודרוס נאר וואזשע דען איך גלייך נישט א לאנגע בארד

המשך יבא
דינסטאג מאי 05, 2020 6:04 pm#447798
איין מינוט! ווארף עס נאך נישט אוועק, פונקט יעצט נויטיג איך זיך שטארק אין א ישועה: אבער דא טא קאראונה, קען איך נישט שאפן קיין ''פשעווארסקע קנאבל'', איך גלייב אז א קנאבל פון ''זעקעל'ס'' דיוקנא קדישא קען זיין די פאסיגע ערזאץ.
דינסטאג מאי 05, 2020 6:23 pm#447801
Re: מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
במדבר האט געשריבן:איין מינוט! ווארף עס נאך נישט אוועק, פונקט יעצט נויטיג איך זיך שטארק אין א ישועה: אבער דא טא קאראונה, קען איך נישט שאפן קיין ''פשעווארסקע קנאבל'', איך גלייב אז א קנאבל פון ''זעקעל'ס'' דיוקנא קדישא קען זיין די פאסיגע ערזאץ.

You missed the whole point
דינסטאג מאי 05, 2020 6:26 pm#447803
Re: מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
וועג עס אפ,ַ און זיי תורם די ווערט פון גאלד אין דעם וואג...........
דינסטאג מאי 05, 2020 7:01 pm#447807
Re: מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
פאליטיקאנט האט געשריבן:וועג עס אפ,ַ און זיי תורם די ווערט פון גאלד אין דעם וואג...........

פארוואס ? פאר ווען ? פאר וואו ?
דינסטאג מאי 05, 2020 7:07 pm#447808
Re: מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
זעקעל האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:וועג עס אפ,ַ און זיי תורם די ווערט פון גאלד אין דעם וואג...........

פארוואס ? פאר ווען ? פאר וואו ?
עס איז עפעס א נייע מנהג וואס געוויסע טוען ביים מאכן פיאות.
דינסטאג מאי 05, 2020 7:07 pm#447809
קענסט מיר געבן די גאלד. גראדע א אור אלטע מנהג.
דינסטאג מאי 05, 2020 7:13 pm#447810
זעקעל האט געשריבן:
במדבר האט געשריבן:איין מינוט! ווארף עס נאך נישט אוועק, פונקט יעצט נויטיג איך זיך שטארק אין א ישועה: אבער דא טא קאראונה, קען איך נישט שאפן קיין ''פשעווארסקע קנאבל'', איך גלייב אז א קנאבל פון ''זעקעל'ס'' דיוקנא קדישא קען זיין די פאסיגע ערזאץ.

You missed the whole point


וועל! איי טינג יו מיסט דע פאוינט. אדער האב איך געדארפט לייגען עפעס פון דאס :lol: :D :P :mrgreen:.

אדער קען גאר זיין אז מיט'ן שניידען פארלירט מען די ''חסיד'שע געשמאק'', די ''כאניאקישע זאפט''. ;)
דינסטאג מאי 05, 2020 10:26 pm#447827
מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
ווי פריער דערמאנט האב איך מיט די אויבערדערמאנטער ארטיקל געצילט אויסקלארן דער געדאנק וואס מאנכע שלאגן אונז פאר, אז די צייט צו רעפארמירן אונזער סאסייעטי איז שוין ענדליך רייף, און ווי אויך אז טויש שטייט שוין יעצט - ספעציעל נאך די קורונה - גרייט ביים שוועל, כאטש פון וועלכע טויש מען רעדט ווייסט קיינער נישט, וויבאלד איעדער שמויגער פארמאגט דאך סייווי זייער אייגענע אגענדע, וואס כאטש קעגן די סיסטעם זענען מיר טאקע אלע, ווער דען ניט, אבער ווען ווייסט ווען מיין שותף דער אויבער חכם פונקט ווי מיר, אוואו איך וויל אים פארפירן וואלט ער דאך פארוואנדעלט אלע האר פון זיין קערפער צו פיסלעך בכדי צו אנטלויפן פון מיר מיטן גיך׳סטער אימפעט צוריק צום ערשטער גאסט הויז זיינע, טאקע אט דער ״דער אומדערטרעגליכער סיסטעם״ אין פילייכט אזש ביז צו אפי׳ א טיפה סרוחה צו ווערן,


איך וועל איה מארגן מרחיב זיין די הסברה

א גוטע נאכט
מיטוואך מאי 06, 2020 5:03 am#447854
אויב ווילסטו מיט דיין געטרימטער בארד אנטיילנעמען אינעם טויש וויל איך דער נאר מגלה זיין אז ארום פערציג פראצענט וויליבאגי'ס האבן שוין געטרימט זייערע בערד, אסאך האבן אויפגעהערט מיט די יארן אבער פיל זענען פארבליבן מיט דעם קורצן בארדע...

אגב, ס'זייער א פרומע זאך צו טרימען, מיין זיידע איז געקומען פון פרעשבורג און ער פלעגט האבן א ספעציעלער שערל צו שניידן ס'בארד לכבוד שבת... של"ס איז ער טאקע נישט געווען ביי ר' טודרוס'ן אבער...
מיטוואך מאי 06, 2020 11:50 am#447885
איין זאך פארשטיי איך נישט, רבי טודרוס איז עפעס הייליגער פון רבינו הקדוש זי"ע? נעם סיי וועלכע בילד פונעם רבי'ן פון די ערשטע יארן אין אמעריקע און קוק אויף די מענטשן וועלכע שטייען ארום, רוב פון זיי האבן אינגאנצן נישט קיין בארד.
מיטוואך מאי 06, 2020 12:01 pm#447886
Re: מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
מאך זיכער האט געשריבן:אויב ווילסטו מיט דיין געטרימטער בארד אנטיילנעמען אינעם טויש וויל איך דער נאר מגלה זיין אז ארום פערציג פראצענט וויליבאגי'ס האבן שוין געטרימט זייערע בערד, אסאך האבן אויפגעהערט מיט די יארן אבער פיל זענען פארבליבן מיט דעם קורצן בארדע...

אגב, ס'זייער א פרומע זאך צו טרימען, מיין זיידע איז געקומען פון פרעשבורג און ער פלעגט האבן א ספעציעלער שערל צו שניידן ס'בארד לכבוד שבת... של"ס איז ער טאקע נישט געווען ביי ר' טודרוס'ן אבער...


שכוח פאר דיין הערה, אג״ב וואס איז דיין אלגעמיינע וויזיע אויף טויש, just curious
מיטוואך מאי 06, 2020 12:03 pm#447887
Re: מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נישט, רבי טודרוס איז עפעס הייליגער פון רבינו הקדוש זי"ע? נעם סיי וועלכע בילד פונעם רבי'ן פון די ערשטע יארן אין אמעריקע און קוק אויף די מענטשן וועלכע שטייען ארום, רוב פון זיי האבן אינגאנצן נישט קיין בארד.


גראדע יא


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך מאי 06, 2020 12:03 pm#447888
מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
זעקעל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נישט, רבי טודרוס איז עפעס הייליגער פון רבינו הקדוש זי"ע? נעם סיי וועלכע בילד פונעם רבי'ן פון די ערשטע יארן אין אמעריקע און קוק אויף די מענטשן וועלכע שטייען ארום, רוב פון זיי האבן אינגאנצן נישט קיין בארד.


גראדע יא, אויב קענסטו אויסטייטשען הייליג, איך זיך נאך דעים ריכטיגען אפטייטש פון הייליג, איך בין סקעפטיש אויב ס׳עקזיסטירט בכלל , ביי איעדעם מיינט עס עפעס אנדערש
מיטוואך מאי 06, 2020 12:13 pm#447890
הייליג מייינט, אז מ'טאשט נישט וואו מ'טארנישט!
מיטוואך מאי 06, 2020 12:16 pm#447891
רבי טודרוס אליינס האלט דאך נישט אז ער איז הייליגער/בעסער/מער (וואס אימער מענטשן זוכן ביי איהם) פונעם רבי'ן, אויב ווייסט ער וואס טוט זיך מיט זיך בין איך דאך גערעכט, אז נישט איז ער דאך סתם אזוי א לוזער.
מיטוואך מאי 06, 2020 12:22 pm#447893
מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
קאך_לעפל האט געשריבן:הייליג מייינט, אז מ'טאשט נישט וואו מ'טארנישט!


ווי טאר מען נישט טאטשען ? מאנכע זאגן די בארד אנדערע זאגן קראצען די פיס, ממש ווי כ׳האב פריער ערווענט, אז אויף איעדע זאך איז דא פלוגתא׳סער, דאן אפשר ביטע זייט אייך מסביר ווי טאר מען נישט לשיטתך ?
מיטוואך מאי 06, 2020 12:28 pm#447894
אנטשולדיגט כ'קען, עס איז קעגן די תקנות המקום. איר קענט נוצן אייער דמיון, עס איז נישט אזו קאמפליצירט צו כאפן... אזויפול קען איך יא זאגן, ס'מיינט נישט די נאז! ביז אהער!
מיטוואך מאי 06, 2020 12:28 pm#447895
Re: מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:רבי טודרוס אליינס האלט דאך נישט אז ער איז הייליגער/בעסער/מער (וואס אימער מענטשן זוכן ביי איהם) פונעם רבי'ן, אויב ווייסט ער וואס טוט זיך מיט זיך בין איך דאך גערעכט, אז נישט איז ער דאך סתם אזוי א לוזער.


סארא נארישקייטען, פון דעים אליינס זעהט איר דאך זיין גרויסקייט, טאקע דורך זיין גדלות אין עניות,
מיטוואך מאי 06, 2020 12:34 pm#447898
מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
קאך_לעפל האט געשריבן:אנטשולדיגט כ'קען, עס איז קעגן די תקנות המקום. איר קענט נוצן אייער דמיון, עס איז נישט אזו קאמפליצירט צו כאפן... אזויפול קען איך יא זאגן, ס'מיינט נישט די נאז! ביז אהער!


אקעי לאמיר זאגן איך כאפ ווי די מיינסט האבן מיר כאטש דריי שיטות א. די בארד ב. די פיס ג. די ?.
קענט איר זיך דאך איבערצייגען אז הייליג האט עטליכע אפטייטשען, נאר happens to be דו וויבאלד דו ביסט אויפגעצויגען געווארן אין סאטמר צו טאהש קודש נעמסטו אהן ווי שיטה ג.
מיטוואך מאי 06, 2020 12:46 pm#447899
די גמרא זאגט אין שבת:
והאמרו ליה לרבי מאי טעמא קראו לך רבינו הקדוש? אמר להו מימי לא נסתכלתי במילה שלי. ברבי מילתא אחריתי הוה ביה שלא הכניס ידו תחת אבנטו.

פון די דאזיגע גמרא איז משמע אז ס'מיינט עפעס א געוויסע ארט אונטערן גארטל, ווארשיינליך דעם ניפל, פון עפעס אנדערש קען איך אצינד נישט טראכטן....
מיטוואך מאי 06, 2020 1:38 pm#447909
מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
קאך_לעפל האט געשריבן:די גמרא זאגט אין שבת:
והאמרו ליה לרבי מאי טעמא קראו לך רבינו הקדוש? אמר להו מימי לא נסתכלתי במילה שלי. ברבי מילתא אחריתי הוה ביה שלא הכניס ידו תחת אבנטו.

פון די דאזיגע גמרא איז משמע אז ס'מיינט עפעס א געוויסע ארט אונטערן גארטל, ווארשיינליך דעם ניפל, פון עפעס אנדערש קען איך אצינד נישט טראכטן....


חלילה, סאיז א גלוי פנים בתורה שלא כהלכה, עס מיינט זיכער קראצען די פיס כשיטה שניה, וואס די פיס איז דאך אונטערן אבנט,
מיטוואך מאי 06, 2020 2:17 pm#447919
זעקעל האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:אויב ווילסטו מיט דיין געטרימטער בארד אנטיילנעמען אינעם טויש וויל איך דער נאר מגלה זיין אז ארום פערציג פראצענט וויליבאגי'ס האבן שוין געטרימט זייערע בערד, אסאך האבן אויפגעהערט מיט די יארן אבער פיל זענען פארבליבן מיט דעם קורצן בארדע...

אגב, ס'זייער א פרומע זאך צו טרימען, מיין זיידע איז געקומען פון פרעשבורג און ער פלעגט האבן א ספעציעלער שערל צו שניידן ס'בארד לכבוד שבת... של"ס איז ער טאקע נישט געווען ביי ר' טודרוס'ן אבער...


שכוח פאר דיין הערה, אג״ב וואס איז דיין אלגעמיינע וויזיע אויף טויש, just curious

א טויש איז וויכטיגער פון וויכטיג, אויפן וועג וויאזוי עס ווערט געפירט ביז היינט גייט מען יעדע פינף יאר אראפגיין דרגות אבער נאך הונדערט יאר ווען יעדער וועט זיין פולקאמע גוים גייט מען שרייען אז מען רירט זיך נישט קיין זוז כלשהו, די מציאות איז אז מען מוז זיך רעפארמירן לויט די אומשטענדן בכדי זיך צו קענען אריענטירן מיטן אידישקייט, אבער אויב איז מען א היפאקריט און מען גייט קאפ און וואנט טרעפט מען זיך נאך עטליכע יאר אראפ א דרגה אבער מיט די זעלבע האס.

א שטייגער ווי דער אינטערנעט, היינט זענען אלע רבי'ס מודה אז מען האט אינטערנעט, אבער פאר די קאראנע טאמער האסטו געזאגט פאר א רבי עפעס וועגן אינטערנעט האט ער זיך פארקנייטשט דער שטערן און געלייקנט אז קיינער האט עס נישט.

די קאראנע האט אונז געגעבן גלייכבארעכטיגונג מיט די עליטע רבי'ס און נגידים, זיי אלע זענען פונקט אזוי הילפלאז ווי אונז, און לענ"ד גייט דאס זיין די הויפט אורזאך צו די מאסיווע טויש הבעל"ט...
מיטוואך מאי 06, 2020 3:18 pm#447935
וויאזוי טרימט מען אז מען זאל נישט קענען זעהן?

איך פארשטיי אז מען טוט עס אין א פארמאכטע שטוב זענט קיינער נישט.

אבער עס זאל זיך נישט אנזעהן.
מיטוואך מאי 06, 2020 3:51 pm#447937
מאך די הינטערשטע חלק קורצער ווי די פאדערשטע.
מיטוואך מאי 06, 2020 3:59 pm#447939
מאך זיכער האט געשריבן:א טויש איז וויכטיגער פון וויכטיג, אויפן וועג וויאזוי עס ווערט געפירט ביז היינט גייט מען יעדע פינף יאר אראפגיין דרגות אבער נאך הונדערט יאר ווען יעדער וועט זיין פולקאמע גוים גייט מען שרייען אז מען רירט זיך נישט קיין זוז כלשהו, די מציאות איז אז מען מוז זיך רעפארמירן לויט די אומשטענדן בכדי זיך צו קענען אריענטירן מיטן אידישקייט, אבער אויב איז מען א היפאקריט און מען גייט קאפ און וואנט טרעפט מען זיך נאך עטליכע יאר אראפ א דרגה אבער מיט די זעלבע האס.

א שטייגער ווי דער אינטערנעט, היינט זענען אלע רבי'ס מודה אז מען האט אינטערנעט, אבער פאר די קאראנע טאמער האסטו געזאגט פאר א רבי עפעס וועגן אינטערנעט האט ער זיך פארקנייטשט דער שטערן און געלייקנט אז קיינער האט עס נישט.

די קאראנע האט אונז געגעבן גלייכבארעכטיגונג מיט די עליטע רבי'ס און נגידים, זיי אלע זענען פונקט אזוי הילפלאז ווי אונז, און לענ"ד גייט דאס זיין די הויפט אורזאך צו די מאסיווע טויש הבעל"ט...


@מאך זיכער אויך איך לעכץ שטארק פאר א טויש, און מן הסתם לעכץ איך אסאך מער ווי דו לעכצט, (אדער יא אדער נישט) נאר וואס דען, צו ווערן גוים אלץ א לעזונג איז נישט אפעקטיוו, עכ"פ לעת עתה זיכער נישט, ווייל ווען איינער ווערט א OTD, איז ער געווענליך א לוזער, ווי מיינע חברים פון יענעם קווארטל געבן מיר פידבעק, זיי בענקען זיך טאקע נישט על פי רוב צוריק צום סיסטעם גופא, אבער פארלירן זיכער אסאך beneficiary’s וואס זיי קענען נישט ערזעצן דארטן, און צו דעם טאקע האב איך געצילט לכתחילה מיט מיין ארטיקל, אז קיין שום עפעקטיווע טויש פאסירט נישט דורך ווייטאג, קריטיק, אד"ג, אפי' משה מענדלזאהן'ס פרואוו צו טויש, האט נאר געהאט סוקסעס (אין גשמיות'דיגע הינזיכט), צוליב וואס ער האט געהאט א פאזיטיווע מאטיוו צו פארבעסערן די פיינפולער גשמיות'דיגע געטא סטיל מצב וואס די אידן האבן זיך נאך דאן געפינען, אינעם פרוסישען אומגעגנט אינעם אכצענטן יאהר הונדערט, און אויכעט נאר נאך וואס אפערטוניטי'ס האבן זיך געעפנט מיט די פאפולאריטי פון נאפוליון, און די אויפשטייג פון דעמאקראטיע, צו באמערקן אז די גאנצע אלגעמיינע enlightenment ביים אכצענטע יאהר הונדערט איז אויך געווען א תוצאה פון די דעמאקראטיע אויפשטייג.

היוצא לנו מזה, טויש געשעט נישט מחמת אנגעווייטאגקייט והשואה יוכיח, טאקע אפאר יאר האט עס געטוישט ביז די 1960 יארן, אבער דערנאך איז אלעס צוריק צום אלטן, די psychology behind it, איז וויבאלד ווען דו פרובירסט צו פייטען א סיסטעם דורך קריטיק, וועסטו קיינמאל נישט געווינען, ווייל די סיסטעם איז אימיונט צו פיל מער קריטיק ווי דיינע capabilities פון עס אטאקירן, ממש אזוי די antibiotics, און עס וועט דיר זיגן.

דער כולל אינגערמאן שעלט טאקע אויפן סיסטעם אבער טראגט בשעת מעשה א פלעקיגער טלית קטן אין פארכט זיך אריינגיין אין פיצא געשעפט, טויש מאכט ער נאר, דערנאך וואס ער איז שוין לאנג אינדרויסן פון כולל, און באזיצט שוין אפאר פראפערטיס,
and by then he’s already okay with the SYSTEM
מיטוואך מאי 06, 2020 5:29 pm#447941
נו, ווער האט דען גערעדט פון ווערן גוים? מ'רעדט פון די פלעקיגע ציצית טרעגער זאלן זיצן אין פיצא שאפ'ס, נאר כדי דאס זאל צושטאנד קומען אן דעם וואס מען זאל זיך ברויכן אפזאגן פונעם אידנטום, מוז עס קומען דורכן רעפארמירן אלטע מושגים און נישט דורך א גענצליכער אפלאזן די תורה מיטאמאל.
מיטוואך מאי 06, 2020 5:36 pm#447942
Re: מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
מאך זיכער האט געשריבן:נו, ווער האט דען גערעדט פון ווערן גוים? מ'רעדט פון די פלעקיגע ציצית טרעגער זאלן זיצן אין פיצא שאפ'ס, נאר כדי דאס זאל צושטאנד קומען אן דעם וואס מען זאל זיך ברויכן אפזאגן פונעם אידנטום, מוז עס קומען דורכן רעפארמירן אלטע מושגים און נישט דורך א גענצליכער אפלאזן די תורה מיטאמאל.


דאן פארוואס האלטסטו, אז וויבאלד סאיז געווען א קאראונע, גייט עס עפעס טוישן ווי אזוי דער פארפלעקטער ציצית טראגער, וועט זיך באגיין ווי אזוי די פיצא זאל אנקומען צו אים?
מיטוואך מאי 06, 2020 5:52 pm#447944
מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
מאך זיכער האט געשריבן:נו, ווער האט דען גערעדט פון ווערן גוים? מ'רעדט פון די פלעקיגע ציצית טרעגער זאלן זיצן אין פיצא שאפ'ס, נאר כדי דאס זאל צושטאנד קומען אן דעם וואס מען זאל זיך ברויכן אפזאגן פונעם אידנטום, מוז עס קומען דורכן רעפארמירן אלטע מושגים און נישט דורך א גענצליכער אפלאזן די תורה מיטאמאל.


נישט צו ערווענען די ״מאסיווע טויש״ וואס די, ״טאג חלומ׳סט״ איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיך עפעס טוישן אדרבא זיי דיך מסביר פארוואס יא, אז ס׳דארף זיין א טויש בין איך מיט דיר, אבער איך זעה נישט א סיבה אויף יעצט ספעציעל, צו וואס עס זאל געשעהן, אין בכלל א טויש דארף אויך האב א באזע, לדוגמה די אידישע “סוקסעספול” reformist דהיינא דער רמב״ם, הבעש״ט הגרש״ר הירש, הגרא״י קוק, ליבאוויטש׳ער רבי, JB, האבן אלע געהאט זייער אייגענארטיגן philosophical באזע, אויף וואס זיי האבן געבויט זייער התחדשות׳ער, און נאר צוליב דעים, האבן זיי געזען עטוואס סוקסעס,
מיטוואך מאי 06, 2020 7:56 pm#447953
די אלע זענען געקומען פון א פילאזאפישער שטאנדפונקט אפצואווענדן א זאך וואס איז געווען באזירט אויף שכל, די היינטיגע סיסטעם איז גענצליך שכל'לאז און עס מוז פשוט קומען א קאראנע מזרח ווינט צו ווייזן פארן עולם אז גארנישט געשעט נישט אויב טוט מען עפעס אנדערש ווי געוואוינט.
מיטוואך מאי 06, 2020 9:47 pm#447968
מיטן געטרימטע בארד צו א שובבים ביי ר׳ טודרס׳ן
מאך זיכער האט געשריבן:די אלע זענען געקומען פון א פילאזאפישער שטאנדפונקט אפצואווענדן א זאך וואס איז געווען באזירט אויף שכל, די היינטיגע סיסטעם איז גענצליך שכל'לאז און עס מוז פשוט קומען א קאראנע מזרח ווינט צו ווייזן פארן עולם אז גארנישט געשעט נישט אויב טוט מען עפעס אנדערש ווי געוואוינט.


נישט ממש אזוי, אונזער סיסטעם, אדער וואס מען רופט ״דער סיסטעם״, איז א סטרוקטור מיט גאר א שטארקער פאנדעישאן, אינזשענירט דורך צוויי מייסטערהאפטיגע ארכיטעקטאר׳ן, האדמו״ר מ׳סאטמר זי״ע אין זיין טעים, און הגר״א קוטלר מיט זיינע מיטהילפער - משה שערער לדוגמא, סאטמאר׳ער רבי האט געגרינדערט די התחדות אלס זיין פארטפאליא צו רוקן זיין אגענדע, און הגר״א קוטלר האט גענוצט די אמעריקאנע אגודת ישראל דערפאר, אין צוזאמען האבן זיי מיטגעארבעט אראפ צו שטעלן די חרדי׳ניזעישאן׳ס פאנדעישאן, פון וואס מיר אלע מוטשענען זיך עד היום הזה, זיי האבן זיך מער ווייניגער אויסגעקומען מיט איעדע זאך בענייני השקפה, צו ווי אזוי זיך באגיין מיט טעלעוויזיע אין ווי אזוי מיר זאלן באקריגען עסענשיעל מידיע אין אלגעמיין, gender סעגרעגאציע, מיט education זענען זיי אויך מער ווייניגער געווען איינשטומינג אויסצושטעלן די זעלבע, כאטש איינער עטוואס מער ליבעראל פונעם צווייטן, אין אזוי ווייטער מיט קאלעדזש׳עס, לבושים אד״ג, פארשטייט זיך אז סאיז געווען, אין ס׳איז נאך אלץ דא, גרויסע דיפערענצן צווישן איעדע חסידות, אזוי אויך ביי הלכה׳דיגע ענינים, אדער ביי עירובין (אחוץ די עירוב קעגנערשאפט אין וויליבאגי וואס קומט פלעין פון א מדות סדום) אדער אידלאגיע׳ס ווי אזוי די approach צו מדינות ישראל זאל זיין, אבער השקפה׳wise זענען אלע חרדים אין אמעריקע אויפן זעלבן שיפל, אחוץ חב״ד, וואס כאטש פון איין זייט זענען זיי טאקע מער קיל, זענען זיי אבער פיל מער עקסטרעים און ריכטיגע פאנדימענטעליסט׳ס
דאנערשטאג מאי 07, 2020 6:37 pm#448029
זעקעל האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:די גמרא זאגט אין שבת:
והאמרו ליה לרבי מאי טעמא קראו לך רבינו הקדוש? אמר להו מימי לא נסתכלתי במילה שלי. ברבי מילתא אחריתי הוה ביה שלא הכניס ידו תחת אבנטו.

פון די דאזיגע גמרא איז משמע אז ס'מיינט עפעס א געוויסע ארט אונטערן גארטל, ווארשיינליך דעם ניפל, פון עפעס אנדערש קען איך אצינד נישט טראכטן....


חלילה, סאיז א גלוי פנים בתורה שלא כהלכה, עס מיינט זיכער קראצען די פיס כשיטה שניה, וואס די פיס איז דאך אונטערן אבנט,


שלא "הכניס" ידו תחת אבנטו. האסט דען אמאל געקראצט די פיס דורך "אריינלייגן" די הענט...?

אלא מאי...