Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צוואה אלערט.

צוואה אלערט.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13806
מיטוואך מאי 06, 2020 12:06 pm#447889
צוואה אלערט.
אנהייב וואך האט ליידער פאסירט א טראגישער אומגליק, א בחור פון מאנסי איז אראפגעקלאפט געווארן אין אריזאנא דורך אניאגנדער אויטא צו זיין פריצייטיגער טויט! דאס קערפער זיינער איז נאך ווארים און די פאמיליע האט נאך נישט אנגעהויבן געהעריג צו באגרייפן די שוידערליכע אומגליק וואס ס'האט זיי נעבאך באטראפן. טראץ דאס פארן שוין זיינע פריוואטע זענדונגען פון זיין סאציאלע מידיע ארום אין גרויסן, און די מאסן פארסמאקאווען זיך דערמיט....

טייער ברודער און שוועסטער, איידער איר שטארבט, מאכט זיכער צו פארמאכן אלע אייערע בליץ פאסט און סאציאלע מידיא אקאנטעס. נישט פאר אייער וועגן, ווארים נאכן באגרעבעניש ליגט איר דאך שוין אין יעדנספאל פארפאקט אינעם האלצענעם קעסטל מיט א נאסע בארד, איינגעהילט אינעם שיינעם שבתדיגער טלית, נאר טיט דאס פאר די כבוד פון אייער פאמיליע...
און אויב ווייסט איר נישט גענוי ווען איר ציעט זיך אריבער אונטערערדיש, דאן שרייבט אפ א צוואה אז אייערע נאנטע זאלן עס פארמעקן גלייך נאך איר פארזיכט פון די ביטערע טראפן פונעם טייוולס שווערד...

נא שלא ליכתוב עלי שום שבחים אחר מותי.
אני מבקש כל יוצאי חלצי לבל יבכו יותר מידי עלי... ושילכו בדרך התורה... ולהיות דבוק בהגזע שרגלתי בה...
אני מבקש בכל לשון של בקשה, שמיד אחר מותי יסגרו או ימחקו כל האימעילס שלי, וגם לרבות את הסאציאלע מידי''א אקאטעס... וזה יהיה לכם לטובה רבה...
מיטוואך מאי 06, 2020 12:16 pm#447892
שוב יום אחד לפני מיתתך.

טוה נישט היינט דאס וואס דו וועסט זיך שעמען מען זאל שמועסען ביי דיין לוויה.
מיטוואך מאי 06, 2020 12:28 pm#447896
כ'קען מיך נישט איינהאלטן....
מיטוואך מאי 06, 2020 5:54 pm#447945
קאך
די האלסט אז די האסט דיר מיט עפעס צו שעמען?
מיטוואך מאי 06, 2020 9:15 pm#447964
איך בין נייגעריג וואס מיינע קינדער וועלן זאגן ווען זיי וועלן געוואר ווערן אז זייער טאטע איז גאר געווען ATUB @שלום שטיסל ATUB פון קאווע שטיבל.
מיטוואך מאי 06, 2020 9:28 pm#447965
כ'בין נייגעריג ווען איך וועל געוואור ווערן אז דו ביסט גאר מיין זון...
מיטוואך מאי 06, 2020 9:28 pm#447966
Re: צוואה אלערט.
איך האב שוין לאנג געטראכט, צו לאזן צוואה צו שרייבן דעם ק"ש ניק אויפן מצבה. בדרך כלל נישט צו שרייבן קיין טיטלען, נאר דעם ק"ש ניק און אז מ'וויל קען מען שרייבן אפילו מער פון איין ניק אויב מ'האט, למען יעמדו ימים רבים און די קינדער און אייניקלעך אאו"ו זאלן זעהן וואס אינז האבן אלץ אויפגעטוהן אויף די וועלט, אינז האבן נישט אנגעברענגט קיין צייט מיט שטותים נאר אויפגעטוהן פאר כלל ולדורות הבאים, ס'די גרעסטע טיטל וואס מ'קען זיך שרייבן.
מיטוואך מאי 06, 2020 11:49 pm#447972
שלום שטיסל האט געשריבן:איך בין נייגעריג וואס מיינע קינדער וועלן זאגן ווען זיי וועלן געוואר ווערן אז זייער טאטע איז גאר געווען @שלום שטיסל פון קאווע שטיבל.

כ'פארשטיי נישט. זיי זעהען דאך די פיקטשער...?!
דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:11 am#447994
קאך_לעפל האט געשריבן:כ'קען מיך נישט איינהאלטן....

קענסט ניצען די יזכור לו technique
דאנערשטאג מאי 07, 2020 3:41 pm#448014
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געטראכט, צו לאזן צוואה צו שרייבן דעם ק"ש ניק אויפן מצבה. בדרך כלל נישט צו שרייבן קיין טיטלען, נאר דעם ק"ש ניק און אז מ'וויל קען מען שרייבן אפילו מער פון איין ניק אויב מ'האט, למען יעמדו ימים רבים און די קינדער און אייניקלעך אאו"ו זאלן זעהן וואס אינז האבן אלץ אויפגעטוהן אויף די וועלט, אינז האבן נישט אנגעברענגט קיין צייט מיט שטותים נאר אויפגעטוהן פאר כלל ולדורות הבאים, ס'די גרעסטע טיטל וואס מ'קען זיך שרייבן.

אז דו פלאנסט שוין ממילא צו שרייבן דעם ניק אויפ'ן מציבה, שרייב שוין דא ארויס דיין עכטע נאמען...
דאנערשטאג מאי 07, 2020 6:52 pm#448032
מפיל קינד האט געשריבן:

אחרי מות קדושים אמור...
דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:04 pm#448034
וואלווי האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געטראכט, צו לאזן צוואה צו שרייבן דעם ק"ש ניק אויפן מצבה. בדרך כלל נישט צו שרייבן קיין טיטלען, נאר דעם ק"ש ניק און אז מ'וויל קען מען שרייבן אפילו מער פון איין ניק אויב מ'האט, למען יעמדו ימים רבים און די קינדער און אייניקלעך אאו"ו זאלן זעהן וואס אינז האבן אלץ אויפגעטוהן אויף די וועלט, אינז האבן נישט אנגעברענגט קיין צייט מיט שטותים נאר אויפגעטוהן פאר כלל ולדורות הבאים, ס'די גרעסטע טיטל וואס מ'קען זיך שרייבן.

אז דו פלאנסט שוין ממילא צו שרייבן דעם ניק אויפ'ן מציבה, שרייב שוין דא ארויס דיין עכטע נאמען...

מצורע אחרי מות קדושים אמור...
דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:21 pm#448039
א דאנק @קאך לעפל: פארן אויפמערקזאם מאכן, נאך פאר ס'איז צו שפעט, או לאותו בושה, שטעל דיר פאר אויב מיינע קינדער זעהן דאס......

...... איך גיי נאך היינט אריבער גיין צו מיינע עלטערנס שטוב: צורייסן מיינע קינדערישע נארישע קאלערונג-באק'ס, צופליקען די פיקטשערס ווי מ'זעהט מיר מיט א מילעך-באטי, די לעגויס גיי איך שיקן פאר עניי א''י, און בלית ברירה צאלן פאר א נייע הייטשעיר וואס מיין מאמע ניצט נאך פאר די אייניקלעך. :lol:

(והאמת איך בין מיט דיר כמעט מסכים, עס איז בלויז צו געבן א צווייטע פרעספעקטיוו.)
דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:27 pm#448040
במדבר האט געשריבן:א דאנק @קאך לעפל: פארן אויפמערקזאם מאכן, נאך פאר ס'איז צו שפעט, או לאותו בושה, שטעל דיר פאר אויב מיינע קינדער זעהן דאס......
...... איך גיי נאך היינט אריבער גיין צו מיינע עלטערנס שטוב: צורייסן מיינע קינדערישע נארישע קאלערונג-באק'ס, צופליקען די פיקטשערס ווי מ'זעהט מיר מיט א מילעך-באטי, די לעגויס גיי איך שיקן פאר עניי א''י, און בלית ברירה צאלן פאר א נייע הייטשעיר וואס מיין מאמע ניצט נאך פאר די אייניקלעך.

(והאמת איך בין מיט דיר כמעט מסכים, עס איז בלויז צו געבן א צווייטע פרעספעקטיוו.)

האסט געקאטשקעט "האקעלע" דיבורים און די קאלארינג בוקס אלס קינד?

גם במעלליו יתנכ"ר נער?

נ.ב. אויב יא זיי מוחל, און זיי שוין מפרסם לשם מצוה...
דאנערשטאג מאי 07, 2020 8:18 pm#448059
לדעתי די גאנצע זאך פון א צוואה איז מאדנע.
ס'איז אפשר וויכטיג פאר איינער וואס האט קינדער וואס וועלן זיך רייסן ביי די קעפ, דערפאר זאגט ער זיין רצון, אז יענע הויז גייט פאר ראובן און יענע סומע פאר שמעון, און יענע חפצים און דאס גלייכן פאר לוי.
אבער יענער וואס שרייבט צוואה הוילע בלוינע... מאכט זיך אליינס א קלאוין.
מ'זאל לערנען משניות פאר מיין נשמה און מ'זאל מ'זאל און מ'זאל.... און נישט שרייבן אויפ'ן מציבה נאר שרייבן אזוי...

אויב זענען דיר דיינע קינדער געטריי, דארפסטו גארנישט שרייבן, און טאמער זענען זיי נישט געטריי קענסטו שרייבן פון הודו ביז כוש, און זיי וועלן דיר פאלגן א רעטעך, אז ס'א שאד די איינרעדעניש.
אמת טאקע אז מצוה לקיים דברי המת, אבער אמת טאקע אז רוב פאלגן נישט.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:56 pm#448070
שקד האט געשריבן:לדעתי די גאנצע זאך פון א צוואה איז מאדנע.
ס'איז אפשר וויכטיג פאר איינער וואס האט קינדער וואס וועלן זיך רייסן ביי די קעפ, דערפאר זאגט ער זיין רצון, אז יענע הויז גייט פאר ראובן און יענע סומע פאר שמעון, און יענע חפצים און דאס גלייכן פאר לוי.
אבער יענער וואס שרייבט צוואה הוילע בלוינע... מאכט זיך אליינס א קלאוין.
מ'זאל לערנען משניות פאר מיין נשמה און מ'זאל מ'זאל און מ'זאל.... און נישט שרייבן אויפ'ן מציבה נאר שרייבן אזוי...

זאגסט דאך אזוי גוט, עס איז א מין פסיכאלאגיע צו פילן אין פאוער, אפילו נאך מיין טויט וועט מען נאך אלץ מוזן פאלגן וואס איך זאג, אלע קינדער און אייניקלעך וועלן זיין צוגעבונדן צו עפעס א משוגעת ווייל איין זיידע האט אזוי געלאזט צוואה ואחרי המת לא ישנו. די זעלבע סיבה וואס דרייווט מענטשן זיך עפעס אויסצונעמען ביי א שידוך, מען זאל גיין ווייסע זאקן/שפיצל/הוט כ'ווייס וואס, סתם צו פילן עפעס א שטיקל פאוער אויפ'ן קינד וואס גייט ארויס פון זיין רשות פאר אייביג, ער לאזט זיך נאך איבער עפעס א שטיקל חזקה צו קענען פילן בעלות לעד ולנצח נצחים. ס'איז דא אידן וואס וועלן מאכן סתם א משוגעת עפעס א סארט ניגון וואס מען 'מוז' זינגען אדער א מאכל אדער כדומה סתם צו איבערלאזן זייער צייכן אויף די וועלט אז זיי האבן אמאל געלעבט, נישט איבערגעלאזט קיין תורה, קיין געלט, קיין שום אידיש ווארט, אבער א דאנק אים זינגט מען מיטל נאכט די צווייטע טעג פסח כל מקדש מיטן וויזשניצער נוסח ווייל דער זיידע האט זייער מקפיד געווען דערויף.

שוין בנוגע דעם ענין פונעם אשכול האב איך שוין געשריבן דא אז מען זאל מפרסם זיין מיין נאמען מיט מיין ניק מיט אלעס וואס איז ראוי להעלות על שולחן מלכים. צו איך שעם זיך נישט, איז אזוי, אויב איז אמת די טעאריע גייט מען דאך אויפשפילן אויבן אלעס ממילא (דער בי''ד של מעלה האט א שנעלן קאמפיוטער? איך האף מען וועט קענען אלעס טרעפן גענוג שנעל), איז דאך סייווי נישט דא וואס צו טון, אז נאך אפאר נארישע קרוצי חומר וועלן אויך מיטשמייכלען נו וואס גייט מיך אן, און אז נישט זענען דאך די פילאזאפן גערעכט בין איך שוין לאנג אויס איז וואס גייט מיך אן וואס עטס טראכטס אויף מיר. נאר אויב וועט זיין תחיית המתים וועט זיין א פראבלעם איך וועל נישט קענען קוקן מיין מאמע אין פנים...

די פארשלאג פון שרייבן אויפ'ן מציבה however דארף מען שטארק איבערטראכטן היות איך האב געהאט א שטארקן ספק צווישן לאזן פארברענען דעם קערפער כמנהג שהיו שורפין על המלכים כמו שעשה דוד לשאול המלך, אדער זאל איך מנדב זיין די איברים פאר סייענטיפישע שטודיעס. אזוי צו אזוי וועל איך נישט האבן קיין מציבה, למעשה דארף מען נאך טראכטן דערוועגן.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:15 pm#448078
Re: צוואה אלערט.
מיימון האט געשריבן:
די פארשלאג פון שרייבן אויפ'ן מציבה however דארף מען שטארק איבערטראכטן היות איך האב געהאט א שטארקן ספק צווישן לאזן פארברענען דעם קערפער כמנהג שהיו שורפין על המלכים כמו שעשה דוד לשאול המלך, אדער זאל איך מנדב זיין די איברים פאר סייענטיפישע שטודיעס. אזוי צו אזוי וועל איך נישט האבן קיין מציבה, למעשה דארף מען נאך טראכטן דערוועגן.

די מיינסט עס ערנסט?
אויב יא קום אריין מיט הלכות.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:16 pm#448079
אויב נעמט מען דעם נושא פון גילגול, איז די שאלה, ווער זאגט די שעמסט דיך פון דיינע קינדער, אפשר ביסטו גאר דער אייניקל פונעם עלטער זיידע וואס דאס ביסטו אליינס, און דו ביסט אלעס צוזאמען שוין דא די פערטע מאל...
דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:17 pm#448080
Re: צוואה אלערט.
@מיימון;
כ'הער וואס דו זאגסט לגבי דיינע אברים ופדרים, אבער דיין לוז ביין פלאנסטו נישט אוועק צו געבן האף איך. די אלע מלוה מלכה'ס מיט בעל שעמקע'ס געלט מעשיות אידאך אריינגעקריצט אין דעם קליינעם לוז'לע. די זויערע בארשט מיט די קנאבל פון ר' יענקעלע אלץ ליגט באהאלטן כיס בתוך כיס אין קליינעם לוז'לע. וויפיל אידישקייט איז אריינגעקריצט אין דעם קליינעם אבער גאר וויכטיגן לוז'לע פארדעם אליין ברויך מען א מצבה.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 11:19 pm#448081
און אז מ'רעדט פון מציבה, אוי איז דאס א געפעכט אוואו צו ליגן...
און אויב אויף א ימים נוראים זיץ האט מען זיך אנגעשווארצט דעם מחזור, וואס איז מיט'ן לאנגן שלאף, ווער זענען מיינע שכנים לתמיד עד כי יבוא שילו
פרייטאג מאי 08, 2020 7:09 am#448107
שקד: כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד. אז לאחר מאה ועשרים איז מיר שוין נישט קיין חילוק. ס'מעג ליגן פון איין זייט א סאטמאר'ע חסיד מיט א פלאטישגס וואס האטציך נאך געווייקט ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע. און פון די אנדערע זייט מעג ליגן א מזרחי'סט וואס האט געגלייבט אין הרב קוק. איך גאראנטיר דיר אז אונז עמיר זיך נישט קריגן...!
פרייטאג מאי 08, 2020 9:16 am#448111
berlbalaguleh האט געשריבן:שקד: כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד. אז לאחר מאה ועשרים איז מיר שוין נישט קיין חילוק. ס'מעג ליגן פון איין זייט א סאטמאר'ע חסיד מיט א פלאטישגס וואס האטציך נאך געווייקט ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע. און פון די אנדערע זייט מעג ליגן א מזרחי'סט וואס האט געגלייבט אין הרב קוק. איך גאראנטיר דיר אז אונז עמיר זיך נישט קריגן...!

דאס איז א חידוש? אפשר אז מ'וועט לייגן א טויטע קאץ אין דיין ארון וואס וועסטו זיך דעמאלטס וואונטשן?
פרייטאג מאי 08, 2020 10:00 am#448115
מיימון האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:לדעתי די גאנצע זאך פון א צוואה איז מאדנע.
ס'איז אפשר וויכטיג פאר איינער וואס האט קינדער וואס וועלן זיך רייסן ביי די קעפ, דערפאר זאגט ער זיין רצון, אז יענע הויז גייט פאר ראובן און יענע סומע פאר שמעון, און יענע חפצים און דאס גלייכן פאר לוי.
אבער יענער וואס שרייבט צוואה הוילע בלוינע... מאכט זיך אליינס א קלאוין.
מ'זאל לערנען משניות פאר מיין נשמה און מ'זאל מ'זאל און מ'זאל.... און נישט שרייבן אויפ'ן מציבה נאר שרייבן אזוי...

די פארשלאג פון שרייבן אויפ'ן מציבה however דארף מען שטארק איבערטראכטן היות איך האב געהאט א שטארקן ספק צווישן לאזן פארברענען דעם קערפער כמנהג שהיו שורפין על המלכים כמו שעשה דוד לשאול המלך, אדער זאל איך מנדב זיין די איברים פאר סייענטיפישע שטודיעס. אזוי צו אזוי וועל איך נישט האבן קיין מציבה, למעשה דארף מען נאך טראכטן דערוועגן

@מיימון: די האלט'ס טאקע, אז א מאגען וואס האט פארדייט יעדע ליל שישי-שבת א העווי טשולענט, א הארץ וואס האט זיך אויפגעגעסן לעבעדיגערהייט מיט די סיסטעם, יונגע אויגן וואס מ'האט באצווינגען צען שעה א טאג צו קיקען אויף פיצעלע אויתיות, פיס וואס גייט 120 יאר אין הארטע ''עקוי'' שיך, א קערפער וואס איז כל ימי חייו געווען איינגעהילט אין א שווארצע טויט-זאק: האט עפעס א ווערט?!...

......פאר דיין מוח האב איך יא א'סך בעלנים.
פרייטאג מאי 08, 2020 10:05 am#448116
איך בין דער איינציגסטער וואס האט א feeling אז נאך קאך'ס הונדרעט-און-פופציג וועט ארויסקומען פון איהם העסליכע וואויס-נאוטס קעגען טראמפייטער? אז בעצם האסט ער טראמפ פונקט ווי שבת אחים און ער קומט נאר אהער זיך צו רייצן מיט רוב חברי השטיבל וואס זענען פייערדיגע נעווער-טראמפערס
פרייטאג מאי 08, 2020 10:13 am#448117
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:איך בין דער איינציגסטער וואס האט א feeling אז נאך קאך'ס הונדרעט-און-פופציג וועט ארויסקומען פון איהם העסליכע וואויס-נאוטס קעגען טראמפייטער? אז בעצם האסט ער טראמפ פונקט ווי שבת אחים און ער קומט נאר אהער זיך צו רייצן מיט רוב חברי השטיבל וואס זענען פייערדיגע נעווער-טראמפערס

איך האס נישט קיינעם....נאר די ליבעראלע היפאקריטן און די נאציס... אה... און די דאזיגע וואס רעדן נישט צום זאך.

ווי ס'איז באוויסט האט דער ראדאשיצער צדיק נישט געקענט פארליידן קיין טיפוש... האט מען אים אמאל געפרעגט מיט וואונדער, רבי, וואס זענען די טיפשים שולדיג אז זיי זענען ווי אזוי זיי זענען? ג-ט האט דאך זיי אזוי באשאפן? האט ער גענטפערט: איך האב זיי נישט פיינט ווייל זיי זענען טיפשים, איך האב זיי בלויז פיינט ווייל זיי האלטן אז זיי זענען קליג.

אינגערמאנטשיקל, כ'האב אייך נישט געמיינט פערזענליך, זאגאר אויב האלט איר אז יא, דאן זענט איר ווארשיינליך גערעכט....
פרייטאג מאי 08, 2020 10:16 am#448118
ביז דיין אונטערשטע פאראגראף האב איך בכלל נישט געקלערט אז דו מיינסט מיך.

מיין מגיד שיעור פלעגט זאגן: איך מיין נישט קיינעם נאר דער וואס מיינט אז איך מיין איהם, איהם מיין איך טאקע.
פרייטאג מאי 08, 2020 10:18 am#448120
יא יא זייער גוט, ער איז ווארשיינליך געווען הייליג גערעכט...
פרייטאג מאי 08, 2020 10:19 am#448121
אגב, כ'ווארט נאך פאר א זאפטיגע ארטיקל בנוגע די פריש-אויפגעדעקטע טרענסקריפטס פון די קאנגרעס רוסישע אינוועסטיגעישן. נזדעזע אמעריקא ד מאות פרסה על ד מאות פרסה.
פרייטאג מאי 08, 2020 10:34 am#448125
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:אגב, כ'ווארט נאך פאר א זאפטיגע ארטיקל בנוגע די פריש-אויפגעדעקטע טרענסקריפטס פון די קאנגרעס רוסישע אינוועסטיגעישן. נזדעזע אמעריקא ד מאות פרסה על ד מאות פרסה.

דו ווארטס טאקע? כ'שרייב נאר פאליטיק אז מען בעט...
פרייטאג מאי 08, 2020 12:04 pm#448133
שקד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שקד: כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד. אז לאחר מאה ועשרים איז מיר שוין נישט קיין חילוק. ס'מעג ליגן פון איין זייט א סאטמאר'ע חסיד מיט א פלאטישגס וואס האטציך נאך געווייקט ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע. און פון די אנדערע זייט מעג ליגן א מזרחי'סט וואס האט געגלייבט אין הרב קוק. איך גאראנטיר דיר אז אונז עמיר זיך נישט קריגן...!

דאס איז א חידוש? אפשר אז מ'וועט לייגן א טויטע קאץ אין דיין ארון וואס וועסטו זיך דעמאלטס וואונטשן?

אז איך זאלל מגולגל ווערן אין דעם משוגע'נעם מ.ל. עליו השנאבל. איך זעה אז ריסייקלען דיך אין א נייעם גילגול האט דיר גארנישט געהאלפן. דו ביסט דער זעלבער צודרייטער וואס דו ביסט געווען אין דיין ערשטן גילגול...לאל..! דו גייסט איין אויף פערזענליכע אטאקעס און בזיונות ווען ס'דאכצעך דיר אז מ'האט פוגע געווען אין כבוד פון דיין העיליגן רעבע...!
פרייטאג מאי 08, 2020 1:33 pm#448143
וואס איז מיט גילוי?
פרייטאג מאי 08, 2020 1:37 pm#448144
berlbalaguleh האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שקד: כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד. אז לאחר מאה ועשרים איז מיר שוין נישט קיין חילוק. ס'מעג ליגן פון איין זייט א סאטמאר'ע חסיד מיט א פלאטישגס וואס האטציך נאך געווייקט ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע. און פון די אנדערע זייט מעג ליגן א מזרחי'סט וואס האט געגלייבט אין הרב קוק. איך גאראנטיר דיר אז אונז עמיר זיך נישט קריגן...!

דאס איז א חידוש? אפשר אז מ'וועט לייגן א טויטע קאץ אין דיין ארון וואס וועסטו זיך דעמאלטס וואונטשן?

אז איך זאלל מגולגל ווערן אין דעם משוגע'נעם מ.ל. עליו השנאבל. איך זעה אז ריסייקלען דיך אין א נייעם גילגול האט דיר גארנישט געהאלפן. דו ביסט דער זעלבער צודרייטער וואס דו ביסט געווען אין דיין ערשטן גילגול...לאל..! דו גייסט איין אויף פערזענליכע אטאקעס און בזיונות ווען ס'דאכצעך דיר אז מ'האט פוגע געווען אין כבוד פון דיין העיליגן רעבע...!

@סדרן
פרייטאג מאי 08, 2020 2:06 pm#448151
שקד האט געשריבן:וואס איז מיט גילוי?

דו מיינסט אוודאי די גילוי וואס שטייט אין סוף פ' יתרו...לאל...!