Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן

א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13807
מיטוואך מאי 06, 2020 1:07 pm#447902
א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן
״די כלים האבן אים נעבעך אראפגעפירט צום שאול תחתית״ האט דער אומגליקליכער פאטער געיאמערט ביים ארון פון זיין אומגעקומענער קינד. דאס קינד איז אומגעקומען אין יונגן עלטער פון 20 יאר הארט נאכ׳ן העלפן א צווייטן מיט זיין קאר. זיינע חברים געדענקן אים אלס ״א שטיק הארץ און דער בעסטער חבר וואס מען קען זיך וואונטשן״, אבער דער פאטער זעט אים אלס עמיציר וועלכער איז געווען אין די טיפענישן פון שאול תחתית.

עס איז א אומבאשרייבליכע טראגעדיע, איך קען נישט - און איך וויל נישט - פארשטיין וואס לויפט אריבער ביי א טאטן אין קאפ ווען ער גייט אריבער אזא גרויליגע טראגעדיע, און איך בין נישט אויסן אים צו דן זיין, איך קען אפילו נישט אריינגיין אין זיין פערזענליכע איבערלעבענישן, און מיר ווייסן אז ״אין אדם נתפס על צערו״.

אבער אין וועלכע וועלט קוקט א טאטע אויף זיין יונג קינד און זעט אים אלס א דורכפאל, א פארדארבן עפל, א פראדוקט פונעם שטן? אין וועלכע וועלט שטייט א טאטע ביים ארון פון זיין קינד און רייסט אראפ זיין אייגענע בלוט און פלייש? א זאך וואס גייט קעגן יעדע נארמאלע מענטשליכע אינסטינקט.

א מענטש איז נישט קיין פלעשל מילך און קען נישט פארדארבן ווערן, ער איז נישט קיין שעפעלע און קען נישט אראפקריכן פון וועג. דאס קינד געהערט נישט צום טאטן, ער איז אן אויטאנאמישער יחיד, א חלק אלוקי ממעל וואס האט די רעכט און די חיוב צו פירן זיין לעבן לויט ווי דער רבוש״ע האט אים געגעבן שכל און וויאזוי זיינע נטיות הלב פירן אים.

אבער ליידער לעבן מיר אין א געזעלשאפט וואס האט אויפגעשטעלט א ״סיסטעם״ וואו יעדער מוז אריינפאסן ווי אין א סדום בעטל, די וועלט ארום אונז טוישט זיך מיט א בליץ שנעלקייט, אבער די וועלכע שטייען אין שפיץ פונעם ׳פאנזי פיראמידע׳ וואס רופט זיך דאס יהדות החרדית זענען פארעקשנ׳ט צום אזוי-גערופענעם ׳חדש אסור מן התורה׳ דאקטארין, און אינעם נאמען פון דעם האלב-געבאקענעם ווערטל האלט מען אן אן אומפונקציאנירדע סיסטעם פון וועלכע עס פאלט קרבנות טעגליך.

אין א וועלט פון אויסטערלישע פארשריט אינעם געביט פון חינוך און פארשטאנד צום יוגנט האלטן מיר אן חדרים וואו עס זיצן די סאמע אונטערשטע פונעם סאציאלן שטייסל און פארוויסטעוועט די קינדער מיט לאנגווייליגע לימודים און געבן איבער די טויזנט-יעריגע מסורה פון משפטים הויזן. אונזערע חדרים זענען אינסטיטוציעס פון ׳טשיילד אביוז׳ אין יעדן הינזיכט.

די קינדער וואס קומען ארויס פון די חדרים האבן פארדזשאוועטע מוחות און צוקריצטע נפשות, זיי גייען ארויס אין א וועלט וועלכע זיי קענען נישט און האבן נישט באקומען די מינדעסטע יסודות וויאזוי מען ספראוועט זיך דערמיט, און זיי ווערן פארביטערט און מאראליש-קאמפראמיזירט ווען זיי פרובירן צו מאכן א דאלער, אבער אנשטאט קוקן אויפ׳ן סיסטעם וואס האט זיי אזוי מיאוס פארראטן זענען זיי שוין נעבעך אליין פארכאפט אין א צירקל פון דיספונקציע, א ענדלאזע שדים-טאנץ פון באשולדיגן די גאנצע וועלט אין זייערע פראבלעמען, אבער חס ושלום נישט כאפן א בליק אינעם קאלעקטיוון שפיגל און פרעגן ׳בשל מי הרע הזאת׳.

און דער תוצאה איז אז מיר לעבן אין א געזעלשאפט פון פראדוקטן, יעדער איינער איז א פראדוקט פונעם סיסטעם, א געזונטע קאלעקטיוו איז פרא-אקטיוו, זי קוקט זיך אין שפיגל, זי קאכט זיך אין זעלבסט-קריטיק, זי וויל זיך פארבעסערן, אבער אין א קאלעקטיוו פון פראדוקטן האבן מיר מיטאמאל דעם יכולת פון ׳אינראספעקטיווע קריטיק׳ -- מיר זענען בארויבט נישט נאר פון די רעכט צו זאגן אונזער מיינונג, מיר האבן אפילו נישט דעם ווערטער-בוך צו אויסדרוקן ווי ווייט מיר זענען פארקראכן פון נארמאלקייט און ציוויליזאציע.

אט אזוי האבן מיר אויפגעשטעלט א קולטור פון קרבנות, און אנשטאט זיך צו קוקן אין שפיגל און זוכן קאסנטרוקטיווע מיטלן צו פארריכטן אונזערע פראבלעמען זוכן מיר אויסערליכע פיינט צו בארעכטיגן אונזער עקזיסטענץ, אמאל זענען עס די שרעקעדיגע גויים, אמאל זענען עס פלאסטישע סמארטפאונ׳ס, און אמאל זענען דאס גאר די דאקטוירים אין שפיטעלער וואס רצח׳נן אונז, אבער קיינמאל איז עס נישט אונזער אחריות אלס א ציבור.

מיר זענען א קולטור וואו די וועלכע זאגן אז מיר דארפן זיך מער היטן אויפ׳ן לעבן זענען סעלף-העיטינג אידן, אבער די וועלכע מאכן רציחה-מניינים אין טונקעלע בעיסמענטס זענען די העלדן, די וועלכע פירן מערכות קעגן די סמארטפאונס זענען די ׳יראי ה׳ וחושבי שמו׳ אבער די וועלכע זענען נהנה מיגיע כפיהם און זוכן צו מאכן א כשר׳ן דאלער זענען די מחבלים בכרם ה׳ צבא-ות.

לאמיר צוריקגיין צום אומגליקליכן פאטער, איך בין זיכער אז ער איז א גוטער איד, איך בין זיכער אז ער איז א טאטע וואס וואלט זיך אוועקגעגעבן דאס לעבן פאר זיינע קינדער, אבער ליידער איז ער בלויז א פראדוקט, א פראדוקט פון א רשעות׳דיגע און אכזריות׳דיגע סיסטעם וועלכע זעט בלויז דעם קאלעקטיוו און האט אויפגעבויט א ׳תורה שלמה׳ בלויז צו פרעזערווירן א וואקלדיגע און אבסורדאלע סיסטעם וועלכע האט נישט קיין זכות קיום.

דער פאטער האט נישט די געקריגן די מינימום מעגליכקייט צו קוקן אויפ׳ן לעבן מיט א געזונטן און נארמאלן בליק, צו ליב האבן זיין זון אזוי ווי א טאטע עלעפאנט אדער טאטע מאלפע האט ליב די אייגענע בלוט און פלייש, ער האט נישט די עמאציאנאלע שטארקייט צו אקצעפטירן די פאקט אז וואס האט געארבעט פאר אים ארבעט נישט פאר זיין קינד, אבער אנשטאט צו נעמען פאראנטווארטליכקייט און אחריות.

אט אזוי האט מען אים פאר׳סמ׳ט די מח מיט האס און אידיאטישע איינרעדענישן אז עס איז דער סמארטפאון, שלעכטע חברים, אלעס אין די וועלט איז שולדיג, אבער די געדאנק אז זיין קינד איז א מענטש פאר זיך אליין וואס קען מאכן אייגענע באשלוס און קען גיין אויף זיין אייגענעם וועג און פירן א באדייטפולן לעבן, דאס איז אים צו שווער צו אראפשלונגען, ווייל דאס ציווארפט דעם גאנצן פיראמידע פון אנגעוויזנקייט אויף וואס אונזער לעבנסשטייגער איז געבויט.
מיטוואך מאי 06, 2020 1:20 pm#447904
איך וויל נאר פארשטיין, וויאזוי קען מען זאגן אויף א מענטש אז די סמארטפאון האט איהם געמאכט אפפארן פון אידישן וועג ווען כדי זיך איינצוהאנדלען א סמארטפאון דארף מען שוין זיין אפגעפארן פון פריער? וועלכע ערליכע איד (לשיטתם) האט א סמארטפאון? ס'נישט אז די כלים פירן אראפ פון וועג, פארקערט, נאכדעם וואס מ'פארט אפ אביסל האנדלט מען זיך איין א סמארטפאון. פארשטייט זיך אז איינמאל מ'האט שוין דעם סמארטפאון איז שוין גרינגער אפצופארן אויב מ'וויל זייער שטארק, אבער די ערשטע גורם איז דאס אפפארן, די סמארטפאון איז נאר א תוצאה.
מיטוואך מאי 06, 2020 1:21 pm#447905
Re: א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן
ומה נעים (אויב קען מען אפילו דא זאגן ״נעים״ :( ) אז מ׳פארגלייכט דאס אז חרדים האלטן אז די קינדער זענען אזוי ווי מילך וואס קען ״פארדארבן גיין״, ווייל ווי באקאנט איז איינע פון די שטארקע עטישע טענות קעגן מילך פראדוקציע אז מ׳האלט אין איין פאָרספוּלי אימפּרעגנעיטן די קיען כדי זיי זאלן פראדוצירן די מילך. ואידך פירושא...

יענץ געלעכטער. :(
מיטוואך מאי 06, 2020 1:23 pm#447906
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וויל נאר פארשטיין, וויאזוי קען מען זאגן אויף א מענטש אז ער די סמארטפאון האט איהם געמאכט אפפארן פון אידישן וועג ווען כדי זיך איינצוהאנדלען א סמארטפאון דארף מען שוין זיין אפגעפארן? ס'נישט אז די כלים פירן אראפ פון וועג, פארקערט, נאכדעם וואס מ'פארט אפ אביסל האנדלט מען זיך איין א סמארטפאון. פארשטייט זיך אז איינמאל מ'האט שוין דעם סמארטפאון העלפט עס צו מ'זאל ווייטער אפפארן, אבער די ערשטע גורם איז דאס אפפארן, די סמארטפאון איז נאר א תוצאה.

איך אקצעפירט נישט די טערמינאלאגיע פון ״אפגעפארן״ --- וואס מיינט דאס אפגעפארן? אפגעפארן פון וואנעט?
דער גאנצער מערכה קעגן סמארטפאונס איז א צווייפלהאפטיגער פרואוו צו אנהאלטן א קראנקער סיסטעם דורך אפשליסן צוטריט צו אינפארמאציע, גארנישט אנדערש ווי די פינסטערע רעזשימען אין נארט קארעא אדער טורקמעניסטאן. נאר ביי אונז איז דאס נישט מתוך רשעות נאר פון א קאלעקטיווע פארלוירנקייט און אומבאהאלפנקייט זיך צו ספראווען מיט די וועלט אינדרויסן פון אונזערע ווענט.
עס זענען דא אזעלכע וואס בטבע זענען זיי נייגעריג און פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיי פאלגן נישט דעם נארישן געזעץ קעגן סמארטפאונס צווייפלן זיי אין אנדערע אנגענומענע טיפשות׳ן, א שטייגער ווי דער אבסורדער לבוש וועלכע מיר טראגן, און אזוי ארום ווערט ער געשטעמפלט אלס אן ״אפגעפארענער״...
מיטוואך מאי 06, 2020 1:30 pm#447908
איש עברי האט געשריבן:
אין וועלכע וועלט קוקט א טאטע אויף זיין יונג קינד און זעט אים אלס א דורכפאל, א פארדארבן עפל, א פראדוקט פונעם שטן? אין וועלכע וועלט שטייט א טאטע ביים ארון פון זיין קינד און רייסט אראפ זיין אייגענע בלוט און פלייש? א זאך גייט קעגן יעדע נארמאלע מענטשליכע אינסטינקט.

די געדאנק אז זיין קינד איז א מענטש פאר זיך אליין וואס קען מאכן אייגענע באשלוס און קען גיין אויף זיין אייגענעם וועג און פירן א באדייטפולן לעבן, דאס איז אים צו שווער צו אראפשלונגען

ענינא דיומא: וּבַת אִישׁ כֹּהֵן כִּי תֵחֵל לִזְנוֹת אֶת אָבִיהָ הִיא מְחַלֶּלֶת בָּאֵשׁ תִּשָּׂרֵף:
מיטוואך מאי 06, 2020 1:38 pm#447910
אברך משי האט געשריבן:

יא יא, לאמיר ציטירן פסוקים׳לעך און לאז די קרבנות פאלן און די בלוט זיך גיסן
מיטוואך מאי 06, 2020 1:43 pm#447911
אברך משי האט געשריבן:ענינא דיומא: וּבַת אִישׁ כֹּהֵן כִּי תֵחֵל לִזְנוֹת אֶת אָבִיהָ הִיא מְחַלֶּלֶת בָּאֵשׁ תִּשָּׂרֵף:

איך קען גראדע א בת כהן וואס איז מזנה פון צייט צו צייט, ווילסט קומען מיט מיר איר כאפן red-handed, איר מתרה זיין, גיין עדות זאגן אין בית דין, און איר אנטרינקען מיט ברענעדיגע בליי?
מיטוואך מאי 06, 2020 1:48 pm#447912
האלא האלא ATUB @איש עברי ATUB @ בארואיגט אייך אביסל, איך מיין גארנישט פערזענליך און איך רעד נישט פון וואס איך האלט בנוגע די נושא. אבער קומען פרעגן שאלות ווי א תם "אין וועלכע וועלט???" ס'געפונט זיך אזא רעיון פון א קינד וואס איז מחוייב צו גיין אין פיסטריט פון עלטערן, און קען נישט באשלוסן קיין אייגענע באשלוסן בנוגע וועלכע לייף-סטייל צו פירן, וויל איך אייך רעפערירן צו א וואונדערליכער און גייסטליכער לערן-ביך איבערגעגבען דורך דער וועלטס בארימטער מחבר הג"ר משה-בן-עמרם וואס דארט ווערט שוין אזא ענין ערווענט.

יעצט, זיך מתווכח זיין וואס גייט אריין אין מסורה און וואס נישט, אדער אויב סמארטפוין כלפי א פרומער מענטש האט שייכות מיט בת-איש-כהן-כי-תחל-לזנות, דעיס איז שוין א דבר המסור ללב, און יעדער איינער וועט אוודאי וועלן פארטייטשטן ווי-אזוי ער פארשטייט, און אויב האסטו שכל וועסט אליינס פארשטיין אז מ'קען דרייען אלע מינע וועגן און קיינער האט נישט קיין הוכחה חותכת לכאן או לכאן.

אבער כבר הי' לעולמים אזא וועלט ווי א קינד מוז שפאנען אין זיינע עלטערנס שפאן, און אויב נישט דארף ער באשטראפט ווערן זייער הארב, למרות אז זיין טאטע האט א הארץ פון פלייש און פיטער, והבן.
מיטוואך מאי 06, 2020 1:56 pm#447913
אברך משי האט געשריבן:האלא האלא @איש עברי@ בארואיגט אייך אביסל, איך מיין גארנישט פערזענליך און איך רעד נישט פון וואס איך האלט בנוגע די נושא. אבער קומען פרעגן שאלות ווי א תם "אין וועלכע וועלט???" ס'געפונט זיך אזא רעיון פון א קינד וואס איז מחוייב צו גיין אין פיסטריט פון עלטערן, און קען נישט באשלוסן קיין אייגענע באשלוסן בנוגע וועלכע לייף-סטייל צו פירן, וויל איך אייך רעפערירן צו א וואונדערליכער און גייסטליכער לערן-ביך איבערגעגבען דורך דער וועלטס בארימטער מחבר הג"ר משה-בן-עמרם וואס דארט ווערט שוין אזא ענין ערווענט.

אונזער לעבנסשטייער האט מיט משה-בן-עמרם בערך וואס באבוב האט מיט מארטין לוטער קינג.
עס איז א סאציאלע סטרוקטור וואס איז פארפוילט און מען הענגט זיך אן אין פסוקים אויף צו פארענטפערן אלעס.
דער חרד׳ישער אידעאלאגיע האט נישט קיין בעלות אויף די תורה, זיי זענען מיטאמאל דער רוב פון תורה-טרייע אידן.
דער תורה געהערט צום מענשט, עס איז א מאפע וואס צייגט אונז דער וועג, א תורת חיים וועלכע ברויך אונז אינפארמירן וויאזוי צו לעבן אין א וועלט און פירן א געזונטע לעבנסשטייגער.
אויב ווילסטו זיך פירן ווי דער ווערטערליכער אפטייטש פון די תורה ברויכסטו זיך אנשליסן אין די קראים סעקטע וואשיינליך, ווייל לעצטע מאל איך האב געקוקט האבן מיר שוין אויפגעהערט אויסשטעכן אן אויג פאר אן אויג און פארשטיינערן בן סורר ומורה׳ס.
מיטוואך מאי 06, 2020 2:01 pm#447914
נאך מער פון דעם, די סיבה פארוואס א טאטע עלעפאנט און טאטע מאלפע האבן ליב די אייגענע בלוט און פלייש בלי-שום-יוצא-מן-הכלל איז טאקע ווייל ער איז א בהמה. יא ס'איז אינסטינקנט, אבער איך זע דא דאס פארקערטע, איך זע עס אלס א גבורה פון מענטשליכע שכל צו קענען איבערקומען אינסטינקנט. ומותר האדם מן הבהמה אין! דער טאטע שרייט "אין!" איך אקצעפטיר נישט מיין קינד'ס התנהגות. דער טאטע וואס האט עם געהאדעוועט אלע יארן, געשוויצט עם צו העלפן מיט וואס ער האט געקענט, געווען אויף פון דאגה גאנצעטע נעכט, זיך מוסר נפש געווען פאר זיין קינד מער פון סיי וועלכער אנדערע מענטש אין די וועלט, ועם-כל-זה האט ער די שטארקייט צו זאגן ברבים אז ליידער ליידער האט זיין זוהן גענומען א שלעכטע דריי מחמת דאס אין יענץ.

גיי איין מינוט ארויס פון דיין (און מיין) הנחה-קדומה אז ער איז א פאנאטישער אידל וואס איז אריבער שטיפת-המוח, און אויב ער איז גערעכט אדער נישט, קוק אויף די הערליכע קאליר וואס איך זע אין דעם בילד, א מין גבורה-על-אנושית וואס ביי קיין שום אנדערע יצור טרעפט מען נישט. און יא, א מענטש האט רעכט צו האלטן וואס ער וויל. איך גלייב באמונה אז אויב דער טאטע וואלט געוואוינט אין א הייל ביז היינט און קיינמאל נישט געהערט ראבינאוויטשעס דרשות, וואלט ער אויך געהאלטן אז זיין זון איז פארקראכן.

חומר למחשבה.
מיטוואך מאי 06, 2020 2:03 pm#447915
איך זעה נישט וואו דו זעהסט דא מענטשליכע שכל איבערקומען בהמישע אינסטינקטן, וואס איך זעה איז איין בהמישע אינסטינקט איבערקומען אן אנדערן אינסטינקט.
מיטוואך מאי 06, 2020 2:06 pm#447916
אברך משי האט געשריבן:נאך מער פון דעם, די סיבה פארוואס א טאטע עלעפאנט און טאטע מאלפע האבן ליב די אייגענע בלוט און פלייש בלי-שום-יוצא-מן-הכלל איז טאקע ווייל ער איז א בהמה. יא ס'איז אינסטינקנט, אבער איך זע דא דאס פארקערטע, איך זע עס אלס א גבורה פון מענטשליכע שכל צו קענען איבערקומען אינסטינקנט. ומותר האדם מן הבהמה אין! דער טאטע שרייט "אין!" איך אקצעפטיר נישט מיין קינד'ס התנהגות. דער טאטע וואס האט עם געהאדעוועט אלע יארן, געשוויצט עם צו העלפן מיט וואס ער האט געקענט, געווען אויף פון דאגה גאנצעטע נעכט, זיך מוסר נפש געווען פאר זיין קינד מער פון סיי וועלכער אנדערע מענטש אין די וועלט, ועם-כל-זה האט ער די שטארקייט צו זאגן ברבים אז ליידער ליידער האט זיין זוהן גענומען א שלעכטע דריי מחמת דאס אין יענץ.

גיי איין מינוט ארויס פון דיין (און מיין) הנחה-קדומה אז ער איז א פאנאטישער אידל וואס איז אריבער שטיפת-המוח, און אויב ער איז גערעכט אדער נישט, קוק אויף די הערליכע קאליר וואס איך זע אין דעם בילד, א מין גבורה-על-אנושית וואס ביי קיין שום אנדערע יצור טרעפט מען נישט. און יא, א מענטש האט רעכט צו האלטן וואס ער וויל. איך גלייב באמונה אז אויב דער טאטע וואלט געוואוינט אין א הייל ביז היינט און קיינמאל נישט געהערט ראבינאוויטשעס דרשות, וואלט ער אויך געהאלטן אז זיין זון איז פארקראכן.

חומר למחשבה.

דו האסט די זעלבע התפעלות פון אייסיס זעלבסמערדער וועלכע זענען זיך מתגבר אויך אויפ׳ן יצר צו לעבן און רייסן זיך אויף על קידוש ה׳?
די קומסט מיט אן הנחה קדומה אז מאראל מיט אינסטיניקט גייען נישט אינאיינעם, לויט דעם ווי מער אכזריות׳דיג א מענטש איז פאר זיינע אידעאלן הרי זה משובח, דאס רופט זיך ׳פונדעמאנטאליזם׳ -- היסטאריע האט געצייגט אז ווען אידעאלאגיע ערזעצט אינסטינקטיווע מענטשליכקייט פירט דאס צו א חורבן. הרב קוק שמועסט אסאך איבער דעם אז די אינסטיניקטן פונעם מענטש איז אויך רצון ה׳ און וואס דער שכל הישר זאגט אז עס איז ריכטיג איז פונקט ווי עפעס וואס שטייט אין די תורה, ווי מיר זעען אין די גמרא ׳למה לי קרא, סברא היא׳ (מאי חזית דדמא דהאי סומקא מהאי)
מיטוואך מאי 06, 2020 2:16 pm#447918
Re: א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אברך משי האט געשריבן:ענינא דיומא: וּבַת אִישׁ כֹּהֵן כִּי תֵחֵל לִזְנוֹת אֶת אָבִיהָ הִיא מְחַלֶּלֶת בָּאֵשׁ תִּשָּׂרֵף:

איך קען גראדע א בת כהן וואס איז מזנה פון צייט צו צייט, ווילסט קומען מיט מיר איר כאפן red-handed, איר מתרה זיין, גיין עדות זאגן אין בית דין, און איר אנטרינקען מיט ברענעדיגע בליי?

און אז איר בויך וועט נישט פלאצען, אין די וויץ וועט זיך נישט אויסארבעטן, וועט מען זאגן אז דער פאטער׳ס משפחה האט געפעלשט די כהונה, אין זיי זענען קיינמאל קיין מיוחסים ניט געוועזען, אוואו זיי האבן זיך לכתחילה געהאט אנגעגעבן,
מיטוואך מאי 06, 2020 2:21 pm#447920
כ'הייב נישט אן צו פארשטיין וואס גייט דא פאר, חוץ אויב עס פעלט מיר דא דעטאלן, דער נפטר זעהט מיר אויס צו האבען געווען גאר א בא'חנ'טער חסידישער בחור, מיט שיינע לאנגע פאות, בכלל נישט אפגעפארען צו וואס. אדרבה ער איז לכאורה א מוסטער אז מען קען ארבעטן און האבן א סמארטפאון און צומאל אפילו גיין מיט א טי שירט לפי הענין וכו' און דאך בלייבען א ערליכער חסידישער בחור א שומר תורה ומצוות. עס זענען ב"ה דא אסאך בחורים אזויווי עם.
מיטוואך מאי 06, 2020 2:26 pm#447922
לעיקוואד האט געשריבן:כ'הייב נישט אן צו פארשטיין וואס גייט דא פאר, חוץ אויב עס פעלט מיר דא דעטאלן, דער נפטר זעהט מיר אויס צו האבען געווען גאר א בא'חנ'טער חסידישער בחור, מיט שיינע לאנגע פאות, בכלל נישט אפגעפארען צו וואס. אדרבה ער איז לכאורה א מוסטער אז מען קען ארבעטן און האבן א סמארטפאון און צומאל אפילו גיין מיט א טי שירט לפי הענין וכו' און דאך בלייבען א ערליכער חסידישער בחור א שומר תורה ומצוות. עס זענען ב"ה דא אסאך בחורים אזויווי עם.

ער האט ווארשיינליך נישט געלערט אין קיין ישיבה און דער פאטער האט נישט געזען פון אים די קאנווענציאנעלע נחת וואס מען אים פראגראמירט. אבער צוליב כבוד החיים והמתים לאמיר נישט צופיל ארומרעדן איבער זיי פערזענליך, איך האב עס געוואלט נוצן אלס דיסקוסיע איבער א ברייטערער פראבלעם
מיטוואך מאי 06, 2020 2:26 pm#447923
Re: א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן
אברך משי האט געשריבן:נאך מער פון דעם, די סיבה פארוואס א טאטע עלעפאנט און טאטע מאלפע האבן ליב די אייגענע בלוט און פלייש בלי-שום-יוצא-מן-הכלל איז טאקע ווייל ער איז א בהמה. יא ס'איז אינסטינקנט, אבער איך זע דא דאס פארקערטע, איך זע עס אלס א גבורה פון מענטשליכע שכל צו קענען איבערקומען אינסטינקנט. ומותר האדם מן הבהמה אין! דער טאטע שרייט "אין!" איך אקצעפטיר נישט מיין קינד'ס התנהגות. דער טאטע וואס האט עם געהאדעוועט אלע יארן, געשוויצט עם צו העלפן מיט וואס ער האט געקענט, געווען אויף פון דאגה גאנצעטע נעכט, זיך מוסר נפש געווען פאר זיין קינד מער פון סיי וועלכער אנדערע מענטש אין די וועלט, ועם-כל-זה האט ער די שטארקייט צו זאגן ברבים אז ליידער ליידער האט זיין זוהן גענומען א שלעכטע דריי מחמת דאס אין יענץ.

גיי איין מינוט ארויס פון דיין (און מיין) הנחה-קדומה אז ער איז א פאנאטישער אידל וואס איז אריבער שטיפת-המוח, און אויב ער איז גערעכט אדער נישט, קוק אויף די הערליכע קאליר וואס איך זע אין דעם בילד, א מין גבורה-על-אנושית וואס ביי קיין שום אנדערע יצור טרעפט מען נישט. און יא, א מענטש האט רעכט צו האלטן וואס ער וויל. איך גלייב באמונה אז אויב דער טאטע וואלט געוואוינט אין א הייל ביז היינט און קיינמאל נישט געהערט ראבינאוויטשעס דרשות, וואלט ער אויך געהאלטן אז זיין זון איז פארקראכן.

חומר למחשבה.

לשיטתך איז א מערדער גאר א super hero ווייל ער קומט איבער זיין אינסטינקט פון humanity ????,
אפרא לפומך !!! דו ביסט א disgrace פאר די מענטשהייט, אין דיין געדאנקען גאנג איז א בושה אין פילייכט א סכנה פארן קיום פון שכליות
מיטוואך מאי 06, 2020 2:27 pm#447924
Re: א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וויל נאר פארשטיין, וויאזוי קען מען זאגן אויף א מענטש אז די סמארטפאון האט איהם געמאכט אפפארן פון אידישן וועג ווען כדי זיך איינצוהאנדלען א סמארטפאון דארף מען שוין זיין אפגעפארן פון פריער? וועלכע ערליכע איד (לשיטתם) האט א סמארטפאון? ס'נישט אז די כלים פירן אראפ פון וועג, פארקערט, נאכדעם וואס מ'פארט אפ אביסל האנדלט מען זיך איין א סמארטפאון. פארשטייט זיך אז איינמאל מ'האט שוין דעם סמארטפאון העלפט עס צו מ'זאל ווייטער אפפארן, אבער די ערשטע גורם איז דאס אפפארן, די סמארטפאון איז נאר א תוצאה.
איינער וואס איז נישט אזא תם און ווען זיינע רביס זאגען עם א סמארטפון איז טמא גלייבט ער זיי נישט איז נאכנישט אפגעפארען ער איז פשוט בטבע איינער וואס questioned יעדע זאך וואס ער הערט....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
מיטוואך מאי 06, 2020 2:31 pm#447926
דער נפטר איז געווען זייער א וואוילער חסידישער בחור, אבער ער איז געקומען פון קרית קאשוי וואו א טי-שיורט גייט צוזאמען מיט זנות, אבער נישט ווי איש עברי האט געזאגט אז דער פאטער איז א פאנאטישער פערד, דער טאטע האט זיך ארויסגעצויגן פון קאשוי דירעקט צו העלפן זיין זון, ער האט געמופט קיין מאנסי וועגן די קינד וואס איז יעצט אוועק, ער האט נישט געשריגן ביי די לוי' אז די כלים האבן אים אוועקגעלייגט, ער האט געזאגט אז זיינע חברים זאלן אווקווארפן סמארטפפאונס לזכותו.

ער איז זייר א פרימיטיווער מענטש דעריבער האט ער נישט געקענט זיך געהעריג געזעגענען אן פאדערן עפעס פון די חברים, אבער חלילה דא צו פוינטן פינגערס אויף אים אזנער האט זיך נישט גוט אויפגעפירט ביים באגרעבעניש פון זיין זון.
מיטוואך מאי 06, 2020 2:31 pm#447927
עוקר הרים האט געשריבן:איינער וואס איז נישט אזא תם און ווען זיינע רביס זאגען עם א סמארטפון איז טמא גלייבט ער זיי נישט איז נאכנישט אפגעפארען ער איז פשוט בטבע איינער וואס questioned יעדע זאך וואס ער הערט....

נע, די אלע questions זענען נאר תירוצים. :lol:
מיטוואך מאי 06, 2020 2:32 pm#447928
איש עברי האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:כ'הייב נישט אן צו פארשטיין וואס גייט דא פאר, חוץ אויב עס פעלט מיר דא דעטאלן, דער נפטר זעהט מיר אויס צו האבען געווען גאר א בא'חנ'טער חסידישער בחור, מיט שיינע לאנגע פאות, בכלל נישט אפגעפארען צו וואס. אדרבה ער איז לכאורה א מוסטער אז מען קען ארבעטן און האבן א סמארטפאון און צומאל אפילו גיין מיט א טי שירט לפי הענין וכו' און דאך בלייבען א ערליכער חסידישער בחור א שומר תורה ומצוות. עס זענען ב"ה דא אסאך בחורים אזויווי עם.

ער האט ווארשיינליך נישט געלערט אין קיין ישיבה און דער פאטער האט נישט געזען פון אים די קאנווענציאנעלע נחת וואס מען אים פראגראמירט. אבער צוליב כבוד החיים והמתים לאמיר נישט צופיל ארומרעדן איבער זיי פערזענליך, איך האב עס געוואלט נוצן אלס דיסקוסיע איבער א ברייטערער פראבלעם

דאס איז פארשטענדליך אבער די משל איז נישט ריכטיג אין די פאל.

די נקודה פון דיין ארטיקל איז הונדערט פראצענט אויסצולעקן יעדעס ווארט.
מיטוואך מאי 06, 2020 2:34 pm#447929
.
מיטוואך מאי 06, 2020 3:10 pm#447932
Re: א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן
הגם די ארטיקל און סאָבּסיקווענט שמועס דא רירט אן אין דעם, איז אולי יתכן לומר אז אפילו אויב נעמט מען נישט א סארט מאראלישע ריעליזם מהלך וכדומה (בתוך רעליגיע), קען מען דאס נאך אלס אפשר שטעלן אויף א שטיקל קאָנטיניוּאָם. דהיינו, אז ווי מער ס׳דא (פשוט און פראסט) א קאנסענסוס פון ראציאנאלע מענטשן אז די געפירעכץ איז מסודר און ריכטיג בתוך/אין די פּאראמעטערס וואס מען איז דן דערויף, אלס מער האפט האט דאס אז דאס איז ריכטיג. וההיפך בהיפך, ווי ווייניגער א געפירעכץ האט די קאנסענסוס, אלס אומריכטיגער איז זי.

יעצט, מ׳קען דאס צושטעלן לענינינו. דהיינו, אפילו אויב נעמט מען די פּאראמעטערס צו זיין א ״חסיד׳ישער איד״, איז גלייב איך גאר שטארק יתכן צו טענה׳ן אז די ראציאנאלע קאנסענסוס פון וואס איז ״ריכטיג״ אין דעם איז אסאך ברייטער פון וואס מ׳שטעלט אראפ און מ׳פארפירט אויף. וק״ו וכ״ש אויב זענען די פּאראמעטערס אליין אויך ברייטער [״ארטאדאקסישער איד״ וכדומה].
מיטוואך מאי 06, 2020 3:10 pm#447933
Re: א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן
מאך זיכער האט געשריבן:דער נפטר איז געווען זייער א וואוילער חסידישער בחור, אבער ער איז געקומען פון קרית קאשוי וואו א טי-שיורט גייט צוזאמען מיט זנות, אבער נישט ווי איש עברי האט געזאגט אז דער פאטער איז א פאנאטישער פערד, דער טאטע האט זיך ארויסגעצויגן פון קאשוי דירעקט צו העלפן זיין זון, ער האט געמופט קיין מאנסי וועגן די קינד וואס איז יעצט אוועק, ער האט נישט געשריגן ביי די לוי' אז די כלים האבן אים אוועקגעלייגט, ער האט געזאגט אז זיינע חברים זאלן אווקווארפן סמארטפפאונס לזכותו.

ער איז זייר א פרימיטיווער מענטש דעריבער האט ער נישט געקענט זיך געהעריג געזעגענען אן פאדערן עפעס פון די חברים, אבער חלילה דא צו פוינטן פינגערס אויף אים אזנער האט זיך נישט גוט אויפגעפירט ביים באגרעבעניש פון זיין זון.

I Totally disagree with you so do the others
ביי א לוויה פון די אייגן בלוט אין פלייש, איז נישטא קיין שום מקום, צו דערמאנען עפעס וואס נאר אפי׳ נראה לעיניים א גנאי פארן נפטר, כ״ש וכ״ש מבזה זיין די נפטר מיט אזעלכע פרעכע בזיונות, נישט קיין חילוק וואס די מאטיוו איז
מיטוואך מאי 06, 2020 3:13 pm#447934
אברך משי האט געשריבן:נאך מער פון דעם, די סיבה פארוואס א טאטע עלעפאנט און טאטע מאלפע האבן ליב די אייגענע בלוט און פלייש בלי-שום-יוצא-מן-הכלל איז טאקע ווייל ער איז א בהמה. יא ס'איז אינסטינקנט, אבער איך זע דא דאס פארקערטע, איך זע עס אלס א גבורה פון מענטשליכע שכל צו קענען איבערקומען אינסטינקנט. ומותר האדם מן הבהמה אין! דער טאטע שרייט "אין!" איך אקצעפטיר נישט מיין קינד'ס התנהגות. דער טאטע וואס האט עם געהאדעוועט אלע יארן, געשוויצט עם צו העלפן מיט וואס ער האט געקענט, געווען אויף פון דאגה גאנצעטע נעכט, זיך מוסר נפש געווען פאר זיין קינד מער פון סיי וועלכער אנדערע מענטש אין די וועלט, ועם-כל-זה האט ער די שטארקייט צו זאגן ברבים אז ליידער ליידער האט זיין זוהן גענומען א שלעכטע דריי מחמת דאס אין יענץ.

גיי איין מינוט ארויס פון דיין (און מיין) הנחה-קדומה אז ער איז א פאנאטישער אידל וואס איז אריבער שטיפת-המוח, און אויב ער איז גערעכט אדער נישט, קוק אויף די הערליכע קאליר וואס איך זע אין דעם בילד, א מין גבורה-על-אנושית וואס ביי קיין שום אנדערע יצור טרעפט מען נישט. און יא, א מענטש האט רעכט צו האלטן וואס ער וויל. איך גלייב באמונה אז אויב דער טאטע וואלט געוואוינט אין א הייל ביז היינט און קיינמאל נישט געהערט ראבינאוויטשעס דרשות, וואלט ער אויך געהאלטן אז זיין זון איז פארקראכן.

חומר למחשבה.

איך האלט נישט אז אברך משי גלייבט וואס ער האט געשריבן, ער זוכט דא זיך צו אינטערהאלטן, נו מסכים, אבער איך גיי נישט נעמען דעם bait.

איבער דעם עצם מעשה, אפגעזען וואס דער פאטער האט געזאגט זעט מען אזא סארט מושג ביי אונז, אז "זבולן האט אוועקגעגליטשט וויבאלד ער האט געליינט א בוך", "אשר איז פארדארבן געווארן וויבאלד ער האט געהאט צוטריט צו אינטערנעט", "גד איז קאליע געווארן צוליב חברים" - דאס עצם געדאנק פון באשולדיגן א מענטש אין זיין פאלן אדער זיך אויפהייבן צוליב געוויסע פעילות, איז פארפוילט און פארדארבן. דו רויבסט צו דעם מענטשנס קאגנישען פון אליין פאסן באשליסן, אליין זיך צו איוואלווען, האבן אייגענע מיינונוגען, האבן אן אייגענעם שיטה. אויב עפעס געשעט מיטן מענטש "מוז דאס נישט האבן פאסירט צוליב עפעס א פעילה", עס איז 98% דעם מענטשנס אייגענעם מוח, און ער נוצט 2% דעם בוך זיך צו העלפן אנטוויקלען, ער נוצט 2% דעם אינטערנעט זיך אויסצושארפן זיינע ידיעות.

דאס הייסט אזוי, וואס געשעט ווען שמעון וואקסט אויף אין א בונקער און ווערט פארדארבן, וועמען וואלט דער פאטער געקענט בלעימען? זיך אליין. קיינער האט אים נישט חרוב געמאכט, נאר אלס נאטור אויס האט ער אנדערע אינסטינקטן. קומט אויס אז עס פאסירט צוויי זאכן ווען מענטשן באשולדיגן אנדערע פעילות בנוגע דעם קינד'ס התנהגות, איינס: עס איז נישט מיין שולד, נאר דער אינטערנעט. און צוויי, נישט נאר איז עס איז דעם אינטערנעט'ס שולד, נאר עס איז עפעס וואס איז נפרד פונעם קינד לחלוטין, דאס הייסט, אז דאס קינד אנעם אינטערנעט איז א פרי-פראגרעמט מאשין פון געבורט אויס, און די רגע דו לייגסט אים צו צום אינטערנעט טוישט ער זיך לחלוטין.
מיטוואך מאי 06, 2020 3:31 pm#447936
אברך משי האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:
אין וועלכע וועלט קוקט א טאטע אויף זיין יונג קינד און זעט אים אלס א דורכפאל, א פארדארבן עפל, א פראדוקט פונעם שטן? אין וועלכע וועלט שטייט א טאטע ביים ארון פון זיין קינד און רייסט אראפ זיין אייגענע בלוט און פלייש? א זאך גייט קעגן יעדע נארמאלע מענטשליכע אינסטינקט.

די געדאנק אז זיין קינד איז א מענטש פאר זיך אליין וואס קען מאכן אייגענע באשלוס און קען גיין אויף זיין אייגענעם וועג און פירן א באדייטפולן לעבן, דאס איז אים צו שווער צו אראפשלונגען

ענינא דיומא: וּבַת אִישׁ כֹּהֵן כִּי תֵחֵל לִזְנוֹת אֶת אָבִיהָ הִיא מְחַלֶּלֶת בָּאֵשׁ תִּשָּׂרֵף:

איך האב מיר געזוכט די טייטש פון די פסוק, און געטראפען אויף Sefaria.org דאס
וּבַת֙ אִ֣ישׁ כֹּהֵ֔ן כִּ֥י תֵחֵ֖ל לִזְנ֑וֹת אֶת־אָבִ֙יהָ֙ הִ֣יא מְחַלֶּ֔לֶת בָּאֵ֖שׁ תִּשָּׂרֵֽף׃ (ס)

When the daughter of a priest defiles herself through harlotry, it is her father whom she defiles; she shall be put to the fire.

דערנאך האב איך געזוכט אין די בית יהודה חומש, און דאס געטראפן
אוצר החכמה_148980.jpg

דערנאך האב איך געזוכט אן אנדערע גמרא און דאס געטראפן

משנה מגילה כה, א האט געשריבן:האומר ומזרעך לא תתן להעביר למולך לא תתן לאעברא בארמיותא משתקין אותו בנזיפה

און אויף דעם זאגט רש"י
האומר ומזרעך לא תתן להעביר למולך - לא תבא על הנכרית ותוליד בן לעבודה זרה:
משתקין אותו בנזיפה - שעוקר הכתוב ממשמעו שהוא עבודת חוק לאמוריים להעביר בניהן לאש, ונותן כרת לבא על הנכרית, ומחייב חטאת על השוגג ומיתת בית דין על המזיד בהתראה:

אלזא, מ'דארף זיך שטארק היטן ווען מ'זאגט אז ובת איש כהן כי תחל לזנות האט דער מידנעסטער שייכות מיט א בחור וואס קויפט א סמארטפאון.
מיטוואך מאי 06, 2020 4:53 pm#447940
Re: א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן
אפשר האט דער טאטע פשוט גערעדט פון אן עקזיסטענשאליסט פערספעקטיוו...
IMG_6903.jpg

במשנתו של מארטין היידעגער.
מיטוואך מאי 06, 2020 5:48 pm#447943
אברך משי האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:
אין וועלכע וועלט קוקט א טאטע אויף זיין יונג קינד און זעט אים אלס א דורכפאל, א פארדארבן עפל, א פראדוקט פונעם שטן? אין וועלכע וועלט שטייט א טאטע ביים ארון פון זיין קינד און רייסט אראפ זיין אייגענע בלוט און פלייש? א זאך גייט קעגן יעדע נארמאלע מענטשליכע אינסטינקט.

די געדאנק אז זיין קינד איז א מענטש פאר זיך אליין וואס קען מאכן אייגענע באשלוס און קען גיין אויף זיין אייגענעם וועג און פירן א באדייטפולן לעבן, דאס איז אים צו שווער צו אראפשלונגען

ענינא דיומא: וּבַת אִישׁ כֹּהֵן כִּי תֵחֵל לִזְנוֹת אֶת אָבִיהָ הִיא מְחַלֶּלֶת בָּאֵשׁ תִּשָּׂרֵף:

ליידער איז די מצב נישט פשוט,
אויב זאלן מיר גיין מיטן בכתב כפשוטו דאן איז די מצב ביטער (עי' ערך אייסיס..), ווידער אויב גיי מיר אונז מיט "מסורה" האמיר אונז גארנישט ווייל מסורה'ס איז אוועילעבל א דיים א דאזען..
מיטוואך מאי 06, 2020 7:33 pm#447950
איש עברי, א הערליך שיינע באבאכטונג אבל שלא לענין כלל. איך האב זיך צוגעהערט צום הספד פונעם טאטען און איך בין שטארק נתפעל געווארן פון דעם טאטענס ליבשאפט צום זון כאטש ער איז געווען אנדרעש פון וואס ער האט געמיינט ער וועט זיין. פארשידענע מענטשן אין אונזער געזעלשאפט קענען עמוציענעל נישט האנדלן אזא דורכפאל צוליב וואס די געזעלשאפטליכע ערווארטונגען זענען ביי זיי וויכטיגער ווי דאס וואס זיי מיינען דעם טובה פונעם קינד פאר אן אמת, און הייבן אן אריינגיין אין א קריגעריי און פארלירן צום סוף אינגאנצן די בעסיק עמאציענעל בונד וואס איז דא צעווישן טאטע און זון. כאטש דער טאטע דא איז אפשר אביסל נאאיוו מיט זיין בליק איבער די מצב פון זיין קינד ברוחניות האט ער אבער קיין איין ווארט נישט גערעדט איבער דעם. די ציטאט אז די כלים זאלן האבן אים אראפגעפירט איז קיינמאל נישט געזאגט געווארן אדרבה ער האט נאר אויסגערעכנט די מעלות פון זיין זון, א שטיק גוטסקייט, א משתתף בצערן של אחרים, נישט געקענט זאט ווערן פון חסד און מעשים טובים, א לב טוב און איש השכולות. ער האט נאר געבעטן אז יעדער זאל זיך אפלאזן פון די אלע "כלים טמאים" און דאס וועט זיין א גרויסע זכות לעילוי נשמתו
איך בין ערשטוינט פון אזא בלבול.
מיטוואך מאי 06, 2020 8:09 pm#447954
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זעה נישט וואו דו זעהסט דא מענטשליכע שכל איבערקומען בהמישע אינסטינקטן, וואס איך זעה איז איין בהמישע אינסטינקט איבערקומען אן אנדערן אינסטינקט.

אנטשולדיגט פאר׳ן פרעכהייט, אבער דא האט קיינער נישט איבערגעקומען גארנישט. טאמער וואלט א בהמה אויפגעוואקסן אין אונזערע חינוך סיסטעם וואלט ער געטוהן אקוראט די זעלבע זאך! ועל דא ודאי קא בכית.
מיטוואך מאי 06, 2020 8:30 pm#447956
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וויל נאר פארשטיין, וויאזוי קען מען זאגן אויף א מענטש אז די סמארטפאון האט איהם געמאכט אפפארן פון אידישן וועג ווען כדי זיך איינצוהאנדלען א סמארטפאון דארף מען שוין זיין אפגעפארן פון פריער? וועלכע ערליכע איד (לשיטתם) האט א סמארטפאון? ס'נישט אז די כלים פירן אראפ פון וועג, פארקערט, נאכדעם וואס מ'פארט אפ אביסל האנדלט מען זיך איין א סמארטפאון. פארשטייט זיך אז איינמאל מ'האט שוין דעם סמארטפאון איז שוין גרינגער אפצופארן אויב מ'וויל זייער שטארק, אבער די ערשטע גורם איז דאס אפפארן, די סמארטפאון איז נאר א תוצאה.

רביה"ק זי"ע: דער טאטע איז שולדיג. ווייל ער האט נישט גענוג שטרענג גענומען דעם זון. ווער ווייסט אויב דער זון האט נישט געקוקט אויפ'ן אינטערנעט אויף פרויען מיט געפאסטע קליידער און רויטע טורבאנס און לאנגע פאנדיאלאוס וועלכע זענען געפארן אויף שייגעץ (אדער שיקסע) בייקס בשעת זיי האבן גערעדט אויף אומ-געפילטערטע סמארטפאונס. רחמנא ליצלן מהאי דעתא. דער טאטע וואלט געדארפט מחנך זיין זיין זון נאר צו עסן קאקאאש קעיק מיט ראפאגאש בארכעס און קוקן אויפ'ן טשיללאר. און נישט נעמען א שויער א יעדן טאג און זיך וואשן מיט שמעקעדיגע שעמפו און זייף. און זיך אנשמירן מיט דעאדאראנט, הוי. אונזער ליסט פון על חטא'ס איז שוין באלד לענגער ווי די וועלכע שטייען אויסגערעכנט אין מחזור...! ער וואלט זיך געדארפט אפלערנען פון אונזערע היימישע מנהיגים וועלכע עסן נאר 7 לעיער און דזשעללי ראולס מיט אן אפענעם מויל. און זיי טרינקען די פיינע געשמאקע זיסע מים חיים סאודעס. נאכדעים וואס זיי ענדיגן זייערע ריעל עסטעיט געשעפטן...!
מיטוואך מאי 06, 2020 8:41 pm#447957
אברך משי האט געשריבן:האלא האלא @איש עברי@ בארואיגט אייך אביסל, איך מיין גארנישט פערזענליך און איך רעד נישט פון וואס איך האלט בנוגע די נושא. אבער קומען פרעגן שאלות ווי א תם "אין וועלכע וועלט???" ס'געפונט זיך אזא רעיון פון א קינד וואס איז מחוייב צו גיין אין פיסטריט פון עלטערן, און קען נישט באשלוסן קיין אייגענע באשלוסן בנוגע וועלכע לייף-סטייל צו פירן, וויל איך אייך רעפערירן צו א וואונדערליכער און גייסטליכער לערן-ביך איבערגעגבען דורך דער וועלטס בארימטער מחבר הג"ר משה-בן-עמרם וואס דארט ווערט שוין אזא ענין ערווענט.

יעצט, זיך מתווכח זיין וואס גייט אריין אין מסורה און וואס נישט, אדער אויב סמארטפוין כלפי א פרומער מענטש האט שייכות מיט בת-איש-כהן-כי-תחל-לזנות, דעיס איז שוין א דבר המסור ללב, און יעדער איינער וועט אוודאי וועלן פארטייטשטן ווי-אזוי ער פארשטייט, און אויב האסטו שכל וועסט אליינס פארשטיין אז מ'קען דרייען אלע מינע וועגן און קיינער האט נישט קיין הוכחה חותכת לכאן או לכאן.

אבער כבר הי' לעולמים אזא וועלט ווי א קינד מוז שפאנען אין זיינע עלטערנס שפאן, און אויב נישט דארף ער באשטראפט ווערן זייער הארב, למרות אז זיין טאטע האט א הארץ פון פלייש און פיטער, והבן.

אברך משי: איהר זאלט מיר זייער שטארק אנטשולדיגן. אפגעזעהן צי אין די וויליאמסבורגער קהילות וכדומה איז גלייך צו האבן סמארטפאונס אדער נישט. אבער לייגן דעם סמארטפאון און זיין באנוצער אויף איין לעוול מיט דעם פסוק אין די תורה ..."ובת איש כהן כי תחל לזנות. את אביה היא מחללת"...איז די גרעסטע אבסורד. און ווייזט אז דער מענטש קען נישט מבחין זיין צווישן מותר און אסור....! ער איז א הוזה. ער האט אילוזיעס און פאנטאזירט...!
מיטוואך מאי 06, 2020 9:42 pm#447967
בלייבט יעצט נאר איבער צו מברר זיין אויב דער טאטע האט דאס טאקע געזאגט אויף זיין זון :P
דאנערשטאג מאי 07, 2020 12:08 am#447973
איך וויל נישט מאריך זיין. אבער כ'מיין אז ווער ס'האט געליינט מיינע ווערטער און פרובירט צו דערהערן מיינע רייד, האט 'בערך' פארשטאנען די כוונה. אוודאי איז די סמארטפון נישט קיין בת איש כהן כי תחל לזנות, און אוודאי שטייט נישט אין די פרשה וועגן אינטערנעט, לא לזאת היתה כוונתי כמובן.

ווען איש עברי'ס זון וואלט (ח"ו ח"ו) אהיימגעקומען איין טאג און באשלאסן צו זיין א נזיר מיט לאנג-באוואקסענע-האר און נעגל, מיט צוריסענע קליידער און בארפיסע פיס, וואלט ער אויך פארשטאנען אז דאס איז נישט סתם בגדר א 'אייגענארטיגע באשלוס' וואס יעדער מענטש האט רעכט צו מאכן, און ער וואלט זיך זיכער נישט שטאלצירט דערמיט, און פילייכט וואלט זיין מענטשליכע אינסטינקט פון ליב האבן אייגענע בלוט-און-פלייש, היבש נפגם געווארן. דאס זעלבע אויב וואלט זיין ברודער געפאסט א באשלוס צו ווערן א נטורי קרתא'ניק מיט א צושויבערטער בארד און גרויסע שווארץ-און-ווייסע פלאסטישע ברילן און געלאפן מיט צימערמאן צו אכמאדינזשאד, וואלט ער שוין אויך געקענט באגרייפן א אנדערע נוסח-הספד צו זאגן נאך זיין מאה-ועשרים. וכל כך למה? אההה, ווייל דארט ווי דו פארשטייסט אז "דאס נישט!", דארט ביז ווי מיין שכל ערלויבט און מער נישט. טא וואס ווילסטו פון יענעם וואס זיין שכל פארשטייט אנדערש. שוין דורי דורות וואס זיי משפחה גייט אין שפאן פון א וועג וואס לויט עם מיינט דאס אהבתו ויראתו יתברך שמו (און ביטווין-מי-ענד-יו איז דער יוד מסתמא מער פון מיר און דיר, כ'ווייס נישט), און אויב זיין זון און די חברים טוען זאכן וואס ער זעט אין דעם המשכה צו תאוה, בהמיות, גשמיות, השכלה, פארנאגרעפי, אדער וואטעווער די קעיס איז אין זיי אויגן (איי דאונט קעיר), פארוואס זאל ער נישט רעדן אזוי? ער זאל רעדן און פארשטיין פונקט וואס דו ווילסט? מאי חזית? פארוואס פארשטייסטו נישט וואס ער פארשטייט?

און אזוי קען מען לופטערן די טענות הין-און-צוריק לארכה ולרחבה עד בלי די, ס'איז א שאדע די צייט און די מיה. אויב וועסטו זיך נישט אריינלייגן פאר פינף מינוט אין יענעמס שיך צו טראכטן וואס ער טראכט, וועסטו א גאנץ לעבן פרובירן ארויפצולייגן דיין קאפ אויף יענעמס אקסלען, און פירן א איין-זייטיגע-שימפס-קאמף מיט א האלבע וועלט, און שלא-בצדק.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:54 pm#448053
איש עברי האט געשריבן:
אברך משי האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:
אין וועלכע וועלט קוקט א טאטע אויף זיין יונג קינד און זעט אים אלס א דורכפאל, א פארדארבן עפל, א פראדוקט פונעם שטן? אין וועלכע וועלט שטייט א טאטע ביים ארון פון זיין קינד און רייסט אראפ זיין אייגענע בלוט און פלייש? א זאך גייט קעגן יעדע נארמאלע מענטשליכע אינסטינקט.

די געדאנק אז זיין קינד איז א מענטש פאר זיך אליין וואס קען מאכן אייגענע באשלוס און קען גיין אויף זיין אייגענעם וועג און פירן א באדייטפולן לעבן, דאס איז אים צו שווער צו אראפשלונגען

ענינא דיומא: וּבַת אִישׁ כֹּהֵן כִּי תֵחֵל לִזְנוֹת אֶת אָבִיהָ הִיא מְחַלֶּלֶת בָּאֵשׁ תִּשָּׂרֵף:

יא יא, לאמיר ציטירן פסוקים׳לעך און לאז די קרבנות פאלן און די בלוט זיך גיסן

ווי אזוי האט יענער געזאגט. וואס "שטייט" לאז שטיין, וואס "ליגט" פאק אריין...
דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:55 pm#448055
מי אני האט געשריבן:ומה נעים (אויב קען מען אפילו דא זאגן ״נעים״ :( ) אז מ׳פארגלייכט דאס אז חרדים האלטן אז די קינדער זענען אזוי ווי מילך וואס קען ״פארדארבן גיין״, ווייל ווי באקאנט איז איינע פון די שטארקע עטישע טענות קעגן מילך פראדוקציע אז מ׳האלט אין איין פאָרספוּלי אימפּרעגנעיטן די קיען כדי זיי זאלן פראדוצירן די מילך. ואידך פירושא...

יענץ געלעכטער. :(

כידוע, קען מען מאכן penicillin פון פרדארבענע מילך.

וואס פאר איינעם איז פארדארבענע מילך, איז פאר די ברייטער וועלט א לעבנ'ס וויכטיגע באשעפעניש...!
דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 pm#448066
הארצרייסנד און שרעקליך. עס איז א ווייטאג אז נאר אזא טראגעדיע האט געקענט צוריקברענגען אונזער באליבטן איש עברי פון זיין לאנגן שטומקייט דא אויפ'ן שטיבל. און זיינע ווערטער האבן מיר געלאזט אין טרערן און אין פיין.

עס איז נישט דא וואס צוצולייגן עס איז שוידערליך און פיינפול אז מיר לעבן אין אזא מצב, ידי נשים רחמניות בשלו ילדיהן, עלטערן פארגעסן זייערע פשוט'סטע מענטשליכע געפילן און ווערן קרבנות אין די הענט פון א קאלטבלוטיגע הארצלאזע קולטור וואס שוינט נישט דעם צער פון עלטערן און פארשטייט נישט די שפראך פון הארץ.

כאטש נישט אזוי שארף ווי דאס האב איך אמאל מיטגעהאלטן א אנדערע געשיכטע ... (אראפגענומען לבקשת אחד החברים).

יא, מיר זענען ליידער נישט היינט געבוירן, שוין דורות לאנג זענען אידן געזיצן שבעה און אפגעהאקט מיט זייערע קינדער וואס זענען ארויס לתרבות "רעה" (אדער לתרבות שונה). דאס הארץ ווערט פארקלעמט ליינענדיג די שילדערונגען אין זכרון יעקב וויאזוי די עלטערן האבן נישט געוואלט דערקענען די קינדער וואס זענען צוריקגעקומען פון 25 יאר מיליטער דינסט ביז מען האט זיי איבערצייגט אז דאס קינד האט זיך נישט גע'שמד'ט די אלע יארן. אז עלטערן האבן געקענט מקריב זיין זייערע קינדער פאר'ן מולך קענען זיי זיי מקריב זיין אויך פאר'ן אידישן גאט וואס שרייט אבער זבח ומנחה לא חפצתי.
מוצ"ש מאי 09, 2020 10:38 pm#448187
Re: א געזעלשאפט פון פראדוקטן אנשטאט אינדיווידועלן
די געדאנק וואס ATUB @איש עברי ATUB ברענגט ארויס אין די אשכול, און די געדאנק ווערט ערווענט אין אסאך אשכולות דא אין שטיבל, איז לדעתי די טענשאן וואס קומט אפיר ווען אונזער געמיינשאפט קומט אין קאנטאקט מיט דאס געדאנק פון געזעלשאפט וואס די אלגעמיינע דרויסענדע (פּוֺיסט-אינדאָסטריעל) סאָסייעטי איז און צו וואס עס ווערט געצויגן. דהיינו, דער דייטשער סאציאלאגיסט דר. פערדינאנד טאָניִס האט כאראקטעריזירט סאָסייעטיס אלס איינע פון צוויי. די ערשטע איז א געמיינשאפט, וואס דעמאלטס איז די קאָהיִסיוונעס און ״צאמקלעבּעכץ״ דערפון מכח די שטארקע אייניגקייטן וואס אירע מעמבּערס האבן; ס׳דא א שטארקע קאָנפאָרמיטי. די צווייטע איז א געזעלשאפט, וואס ביי דעם איז די עיקר מער אויף די פארשידענארטיגע ראלעס און פארשידענארטיקייטן און אינדיווידואליטיס וואס געפונען זיך צווישן די מעמבּערס דערפון. (כמובן איז דאס אלעס אויפ׳ן שפיץ גאפל.)

עכ״פ מ׳קען באטראכטן אז, עכ״פ עד האידנא, איז דאס חרדי׳שע גרופע בעיקר באזירט אויף א געמיינשאפטליכע סארט מהלך, וואס טוהט סטרעסן די אנהאלטונג פונ׳ם סאָסייעטי דורך דאס קאָנפאָרמיטי און אייניגקייטן לעומת די דיפערענצן. אבער, ווי נישט מחמת כמה טעמים, טוהט זיך דאס צוביסלעך רוקן און עוואלווען צו א מער געזעלשאפטליכע סארט סאָסייעטי. דאס ברענגט דעריבער די סארט טענשאן; לכאורה האלט מען יעצט אינדערמיט פון אזא סארט מעבר (גאר שטאטלעך און צוביסלעך).
‏(דאס קען אויך אביסל מסביר זיין די טענשאן דערמאנט אין מיין אינטערוויו.)
מוצ"ש מאי 09, 2020 11:10 pm#448190
מאך זיכער האט געשריבן:דער נפטר איז געווען זייער א וואוילער חסידישער בחור, אבער ער איז געקומען פון קרית קאשוי וואו א טי-שיורט גייט צוזאמען מיט זנות, אבער נישט ווי איש עברי האט געזאגט אז דער פאטער איז א פאנאטישער פערד, דער טאטע האט זיך ארויסגעצויגן פון קאשוי דירעקט צו העלפן זיין זון, ער האט געמופט קיין מאנסי וועגן די קינד וואס איז יעצט אוועק, ער האט נישט געשריגן ביי די לוי' אז די כלים האבן אים אוועקגעלייגט, ער האט געזאגט אז זיינע חברים זאלן אווקווארפן סמארטפפאונס לזכותו.

ער איז זייר א פרימיטיווער מענטש דעריבער האט ער נישט געקענט זיך געהעריג געזעגענען אן פאדערן עפעס פון די חברים, אבער חלילה דא צו פוינטן פינגערס אויף אים אזנער האט זיך נישט גוט אויפגעפירט ביים באגרעבעניש פון זיין זון.

מען ברויך נישט באקן קיין מעשיות פאר קיין שום צד

דער טאטע האט נישט געזאגט ביים הספד אז זיין זוהן איז אנגעקומען אין שאול תחתית צוליב די כלים, ווי אויך האט ער נישט אוועקגעמופט פון קאשוי צוליב דעם בחור'ל נאר צוליב גענצליך אנדערע סיבות.

שקר איז קיינמאל נישט בארעכטיגט אפילו ארויסצוברענגען א גוטע פוינט
מוצ"ש מאי 09, 2020 11:12 pm#448191
מי אני: אין קאמיוניטיעס אזוי ווי וויליאמסבורג און אפשר די איינוואוינערס פון די סטעמפארד הילל געגנט אין לאנדאן איז דא זייער שטארקע אפאזישן צו די טראנספארמאציע,זאלל עס זיין ווי שטייטלעך אימער, פון א געמיינזאמע צו א געזעלשאפליכע קמיוניטי. כאטש דאס איז שוין די 3'טע אדער 4'טע דור וועלכע האבן זיך מאסנווייז באזעצט אין וויליאמסבורג. ווייל די אנדערע אריגינאלע, איינגעזעסענע איינוואוינערס זענען דאך אין די מערסטע טייל פארטריבן געווארן. יא. ס'איז דא א גאר קליינע פראצענט וועלכע האבן פארלאזט וויליאמסבורג פון זייער אייגענעם וויללן. און מ'לייגט זיי אייביג ארויס אלס עווידענס אז מ'האט קיינעם נישט געצווינגען אוועק צו מופן פון וויליאמסבורג...!

האפנטליך אז די נעקסטע דור, וואס רעדן אלס העכער און ווערן אלס מער אין נומבערס וועלן אריינברענגען !...דעם געוואונטשענעם טויש