Under maintenance
הויפט זייט » פינף שטערנדלעך פאר וועקער

פינף שטערנדלעך פאר וועקער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13811
דאנערשטאג מאי 07, 2020 5:31 pm#448026
פינף שטערנדלעך פאר וועקער
מיינע פריינט פעלאו געטרייע לייענערס פונעם וועקער שיחי',

יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט פון אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די ארויסגעבער פון אונזער באליבטן וועקער וואס איז די איינציגסטע ערליכע אידישע אויסגאבע עפ''י דרך התורה והאמת. דער עולם געט לייקס, מ'שיקט בריוון, און מ'שרייבט תגובות.

מ'קען אבער אויך טון איין קלייניגקייט וואס איז א בחינה פון מתן בסתר, פשוט ארויפגיין אויפן עמעזאן פעידזש וואו מ'האט געקויפט דעם וועקער, און אריינלייגן פינף שטערנדלעך, מיט דעם צו לאזן וויסן סיי פאר די עמעזאן באהערדע און סיי פאר די וועקער רעדאקציע אז איר האט הנאה פון די אויסגאבע. ליתר שאת קען מען צושרייבן א ווארט אויסצולויבן דעם וועקער.

דאס קאסט נישט קיין געלט און איז א שיינע אויסדרוק פון דאנקבארקייט, און אזוי אויך איז עס גוט פאר די עמעזאן אלגאריטם ווען זיי זעען אז מ'געט גוטע רעוויוס פאר א ביכל.

מיינע פריינט, קומט ארויף צום לינק פונעם לעצטן וועקער דא

m https://www.amazon.com/dp/B0863RTDHW/ m

און לאמיר אפגעבן די פארדינטע פינף שטערנדלעך!

א דאנק.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 5:51 pm#448027
Re: פינף שטערנדלעך פאר וועקער
איך האב שוין אפאר מאל געוואלט דעס זאגן אבער איך האב מיך קיינמאל גענומען די מי.


איך האלט עס איז א שאד אז די וועקער מאכט א יעדעס מאל א פרישע ליסטינג, מ'הייבט אלץ אן פון פריש און מ'האט גארנישט פון די אלטע רעוויוס.

איך האלט עס וואלט בעסער געווען אויב געמאכט איין ליסטינג און מ'לייגט צו וועריעישענס (variations) פאר יעדע נייע וועקער אזוי איז עס אלץ איין לינק, און מ'בלייבט מיט די ריוויוס און ראנג.



נ.ב. מ'קען ארומשיקן א לינק צום ספעציפישן וועריעישען, ווי אויך קען מען סעטן א דיפאולט וועריעשען.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:21 pm#448038
איך פערזענליך האב געטראכט דערפון, אבער למעשה בין איך נישט באגייסטערט מיט דער אויסגאבע.
דאנערשטאג מאי 07, 2020 7:27 pm#448041
פליישיג האט געשריבן:איך פערזענליך האב געטראכט דערפון, אבער למעשה בין איך נישט באגייסטערט מיט דער אויסגאבע.

אמת. די האסט דאך שוין יסודות אויסגאבע מיט די השגחה פון ר' בנציון לאוב שליט"א ,
מאנטאג מאי 11, 2020 3:02 pm#448378
א גרויסן דאנק פאר די 12 ליינערס וואס האבן געלייגט פאזיטיווע רעוויוס אויף עמעזאן אויף ATUB @כוכב ATUB 'ס רוף. דאס איז א ריכטיגע חסד ואמת שאינו מצפה לתשלום גמול. א גרויסן יישר כוח.