Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » ''מאכערייכע'' איר עטימעלאגיע און סעמענטיקס,

''מאכערייכע'' איר עטימעלאגיע און סעמענטיקס,

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13825
דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:03 pm#448614
''מאכערייכע'' איר עטימעלאגיע און סעמענטיקס,
האט איר שוין געהערט פון די ווארט ''מאכערייכע''?

די ווארט קימט מיר לעצטענס א'סך אנטקעגן (קען זיין אז איך האב דאס בלויז אויפגעכאפט אין מיינע פאמיליע רייען). די בערך'דיגע אפטייטש ווי ס'איז מיר משמע אין די קאנטעקסט ווי מ'ניצט איר איז: ס'טוט-זיך, ליהודים, ס'רידערט זיך,ששון'דיג, ס'לעבעדיג אין שטעטל, אד''ג. צב''ש: האסט געהערט! עפעס טוט זיך א ''מאכערייכע'' אין חצר איקס. אויף די סצענע פון א ''כאפצאם'' וועט איינער זאגן פאר זיין חבר: וואי! קוק אזא ''מאכערייכע''. יאכנע וועט זאגן פאר יענטע די ווייסט וואס ס'גייט פאר ביי דעוואשע'ן?! איך האב געהערט אז דארט איז דא א גאנצע ''מאכערייכע''...

אויב וויייסט איר מער, איבער די עטימעלאגיע און סעמענטיקס, פון ''מאכערייכע'', זייט ביטע בייהילפיג, א דאנק פון פאראויס.
דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:28 pm#448619
לכאורה מיינסטו "מאכערייקע". ס'מיינט א מאשינקע אזא.
פרייטאג מאי 15, 2020 4:17 am#448659
Re: ''מאכערייכע'' איר עטימעלאגיע און סעמענטיקס,
ס'הערט זיך ווי עס איז פשוט פארדרייט געווארן פון "מאכעריי"
פרייטאג מאי 15, 2020 4:34 am#448662
העניך האט געשריבן:לכאורה מיינסטו "מאכערייקע". ס'מיינט א מאשינקע אזא.

העניך: רוב מאל ווערט עס גענוצט איבער א געוויסן מצב. נישט א חפץ. ענליך צו .."סומאטוטכע"...!
פרייטאג מאי 15, 2020 9:43 am#448673
Re: ''מאכערייכע'' איר עטימעלאגיע און סעמענטיקס,
פאליטיקאנט האט געשריבן:ס'הערט זיך ווי עס איז פשוט פארדרייט געווארן פון "מאכעריי"
איך האב אייביג אויך אויסגעטייטשט אז עס קומט מלשון מאכעריי, מאכעריי'קע.
דינסטאג מאי 19, 2020 2:22 pm#448993
העניך האט געשריבן:לכאורה מיינסטו "מאכערייקע". ס'מיינט א מאשינקע אזא.


געטראפען אויף דער בלאג ''אין דער וועלט אריין''.
-----

א גרויסן דאנק אייך! צוגעהערט און א גרויסע הנאה געהאט. אגב, איז דאס ווארט "מאכערייקע" זינגערס א נעאלאגיזם אדער צי איז עס גאר אנגענומען אין "יידישיסטיש"?

איך קאן דאס ווארט "מאכערייקע" נאך פונדערהיים. עס פאסט צו פאר א לאנגער רשימה פארשידענע אגרעגאטן, אפאראטן, אינסטרומענטן, מאשינעריע וכדומה פארשינדענע מיני זאכענישן.
-----
@העניך קודם א דאנק,מיין פראגע איז אבער געווען דירעקט איבער די ווארט ''מאכערייכע''.