Under maintenance
הויפט זייט » זעהן לייקס נאר ווען מען איז איינגעשריבן למה!!

זעהן לייקס נאר ווען מען איז איינגעשריבן למה!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13830
פרייטאג מאי 15, 2020 1:36 am#448655
זעהן לייקס נאר ווען מען איז איינגעשריבן למה!!
אז די הנהלה מאכט דא נייע זאכן שוין וועל איך מיך ערלויבן צו זאגן מיין ביטע וואס איך ווינדער מיך שוין זייט איך בין איינגעשריבן דא פארוואס קען מען נישט זעהן די לייקס ווען מען איז נישט איינגעשריבן ריבונו דעלמא כולה ??
פרייטאג מאי 15, 2020 3:49 am#448656
Re: זעהן לייקס נאר ווען מען איז איינגעשריבן למה!!
אפשר פשוט צו מוטיגן געסט וועלכע זענען דא זיך צו איינשרייבן, און אז מ'איז שוין איינגעשריבן וועלן זיי שוין שרייבן דא דארט אויכעט......
פרייטאג מאי 15, 2020 12:41 pm#448688
אפשר טוישט מען עס ?
פרייטאג מאי 15, 2020 2:47 pm#448698
גא"מ צום ריקוועסט.
פרייטאג מאי 15, 2020 2:52 pm#448699
אויב וועסטו מיר פרעגן למאי נפקה מינה ווען מען ליינט אן אשכול צו זעהן די לייקס ווייל די מציאות איז אז די לייקס מאכט מער לעבעדיג די זאך מען זעהט אז נאך מענטשן האבן הנאה פון דעם שטיקל ליינט זיך עס זאפטיגער און מען געט אויך א לייק... ווען מען טרעפט א טריקענע אשכול אנע לייקס איז עס עפעס נישט ..
פרייטאג מאי 15, 2020 3:03 pm#448700
קאצקע ציקער האט געשריבן:אויב וועסטו מיר פרעגן למאי נפקה מינה ווען מען ליינט אן אשכול צו זעהן די לייקס ווייל די מציאות איז אז די לייקס מאכט מער לעבעדיג די זאך מען זעהט אז נאך מענטשן האבן הנאה פון דעם שטיקל ליינט זיך עס זאפטיגער און מען געט אויך א לייק....

מקען נישט לייקן ווען מאיז נישט אריינגעסיינט
זונטאג מאי 17, 2020 12:06 am#448738
ליפא האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:אויב וועסטו מיר פרעגן למאי נפקה מינה ווען מען ליינט אן אשכול צו זעהן די לייקס ווייל די מציאות איז אז די לייקס מאכט מער לעבעדיג די זאך מען זעהט אז נאך מענטשן האבן הנאה פון דעם שטיקל ליינט זיך עס זאפטיגער און מען געט אויך א לייק....

מקען נישט לייקן ווען מאיז נישט אריינגעסיינט

אהא סא דאס איז מעגליך די סיבה אז מען קען עס נישט זעהן
זונטאג מאי 17, 2020 6:42 pm#448804
ATUB @סדרן ATUB
זונטאג מאי 17, 2020 8:36 pm#448809
איך וועל דארפן רעדן מיט די טעכניקער, אבער אויב איך מעג פרעגן, פארוואס איז וויכטיג מ'זאל קענען זען לייקס ווען מ'איז נישט איינגעשריבן, וואס איז שלעכט פון די יעצטיגע סיסטעם.
אדרבה, מיר וועלן אלעמאל מוטיגן געסט ווי מיטגלידער זיך דוקא יא איינצושרייבן.
זונטאג מאי 17, 2020 8:42 pm#448810
איך שרייב מיך נישט איין ווען איך עפן די פארום, נאר אויב איך וויל מגיב זיין. איך וואלט ווען געלייקט פי כמה ווען ס'פארלאנגט נישט זיך איינצושרייבן.
מאנטאג מאי 18, 2020 1:30 am#448834
סדרן האט געשריבן:איך וועל דארפן רעדן מיט די טעכניקער, אבער אויב איך מעג פרעגן, פארוואס איז וויכטיג מ'זאל קענען זען לייקס ווען מ'איז נישט איינגעשריבן, וואס איז שלעכט פון די יעצטיגע סיסטעם.
אדרבה, מיר וועלן אלעמאל מוטיגן געסט ווי מיטגלידער זיך דוקא יא איינצושרייבן.

אויב איך מעג פרעגן פארוואס וואס מיטיגט דעס געסט זיך צו איינשרייבן? איך זעה נישט פונקטליך ווי ס'מיטיגט . אויב ס'מיטיגט איז נוי פראבלעם זאל עס בלייבן אזוי מיר מאכט עס נערוועיז אסאך מאל לויד איך א פעידז און איך זעה נישט די לייקס מיז איך מיך אריינסיינען און ציריקאויפזיכן יענע פעידז
מאנטאג מאי 18, 2020 1:31 am#448835
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:איך שרייב מיך נישט איין ווען איך עפן די פארום, נאר אויב איך וויל מגיב זיין. איך וואלט ווען געלייקט פי כמה ווען ס'פארלאנגט נישט זיך איינצושרייבן.

וויזוי ווילסטו לייקן אויב ביסט נישט איינגעשריבן...
מאנטאג מאי 18, 2020 1:58 am#448838
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:איך שרייב מיך נישט איין ווען איך עפן די פארום, נאר אויב איך וויל מגיב זיין. איך וואלט ווען געלייקט פי כמה ווען ס'פארלאנגט נישט זיך איינצושרייבן.

ווען ס'פארלאנגט זיך נישט זיך איינצושרייבן וואלט יעדעס תגובה מיינער באקומען ווייניגסטנס דריי לייקס. איינס פון מיין פאון, צוויי פון מיין לעפטאפ, און דריי פון די קאמפיוטער ביים ארבעט...
מאנטאג מאי 18, 2020 10:05 am#448861
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:איך שרייב מיך נישט איין ווען איך עפן די פארום, נאר אויב איך וויל מגיב זיין. איך וואלט ווען געלייקט פי כמה ווען ס'פארלאנגט נישט זיך איינצושרייבן.

ווען ס'פארלאנגט זיך נישט זיך איינצושרייבן וואלט יעדעס תגובה מיינער באקומען ווייניגסטנס דריי לייקס. איינס פון מיין פאון, צוויי פון מיין לעפטאפ, און דריי פון די קאמפיוטער ביים ארבעט...
די ווערט פין יעדע לייק וואלט אראפ געגאנגען, צוליב סופליי און דעמענד. און וואס וואלט שוין געווען אויב דו פראדעצורסט זיך אליינס דריי לייקס?
מאנטאג מאי 18, 2020 10:24 am#448863
Re: זעהן לייקס נאר ווען מען איז איינגעשריבן למה!!
הוא תרץ והוא מקשה.

אז יעדער וועט לייקענען אן קיין חשבון וועט די ווערט פון לייקס אראפגיין.


קיין איין גרויסע פארום וואס איך ווייס האט נישט אזא אפציע צו קענען צוגעבן אן זיין אנגעשריבן.
מאנטאג מאי 18, 2020 10:42 am#448864
פאליטיקאנט האט געשריבן:הוא תרץ והוא מקשה.

אז יעדער וועט לייקענען אן קיין חשבון וועט די ווערט פון לייקס אראפגיין.


קיין איין גרויסע פארום וואס איך ווייס האט נישט אזא אפציע צו קענען צוגעבן אן זיין אנגעשריבן.

דער פותח האשכול האט נישט דאס געבעטן איך האף דו פארשטייסט ער בעט נאר אז מען זאל קענען זעהן ווער ס'האט געלייקט אפילו מען איז נישט איינגעשריבן פונקט ווי מען קען ליינען די הודעות אפילו מען איז נישט איינגעשריבן אוודאי צו לייקן אדער מגיב זיין דארף מען אריינסיינען !
מאנטאג מאי 18, 2020 10:45 am#448865
פאליטיקאנט האט געשריבן:הוא תרץ והוא מקשה.

אז יעדער וועט לייקענען אן קיין חשבון וועט די ווערט פון לייקס אראפגיין.


קיין איין גרויסע פארום וואס איך ווייס האט נישט אזא אפציע צו קענען צוגעבן אן זיין אנגעשריבן.
כ'בין מסכים ס'וועט אראפגיין, אבער ס'האט א פונקט צו וויפיל ס'קען אראפגיין.

לאידך גיסא, איז זיכער אז ככל שיתרבו הלייקים וועט עס מוטיגן שרייבערס, אפילו אויב די ווערט פון יעדע לייק איז ווייניגער. די ריווח איז מער פונעם הפסד.

מ'קען עס שרייבן: געלייקט דורך: א, ב און ג און 10 געסט.

פונקט אזויווי די 'געזען געווארן' און די דאונלאודס רעכנט אויך געסט.
מאנטאג מאי 18, 2020 10:47 am#448866
קאצקע ציקער האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:הוא תרץ והוא מקשה.

אז יעדער וועט לייקענען אן קיין חשבון וועט די ווערט פון לייקס אראפגיין.


קיין איין גרויסע פארום וואס איך ווייס האט נישט אזא אפציע צו קענען צוגעבן אן זיין אנגעשריבן.

דער פותח האשכול האט נישט דאס געבעטן איך האף דו פארשטייסט ער בעט נאר אז מען זאל קענען זעהן ווער ס'האט געלייקט אפילו מען איז נישט איינגעשריבן פונקט ווי מען קען ליינען די הודעות אפילו מען איז נישט איינגעשריבן אוודאי צו לייקן אדער מגיב זיין דארף מען אריינסיינען !
און דער מגיב אינעם אשכול בעהט עפעס אנדערש, אז מה?
מאנטאג מאי 18, 2020 5:38 pm#448906
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:הוא תרץ והוא מקשה.

אז יעדער וועט לייקענען אן קיין חשבון וועט די ווערט פון לייקס אראפגיין.


קיין איין גרויסע פארום וואס איך ווייס האט נישט אזא אפציע צו קענען צוגעבן אן זיין אנגעשריבן.

דער פותח האשכול האט נישט דאס געבעטן איך האף דו פארשטייסט ער בעט נאר אז מען זאל קענען זעהן ווער ס'האט געלייקט אפילו מען איז נישט איינגעשריבן פונקט ווי מען קען ליינען די הודעות אפילו מען איז נישט איינגעשריבן אוודאי צו לייקן אדער מגיב זיין דארף מען אריינסיינען !
און דער מגיב אינעם אשכול בעהט עפעס אנדערש, אז מה?

נוי פראבלעם ס'קיקט פשוט אויס ווי דו ביסט כאילו מפרט מיינע ווערטער אבער ס'איז נישט אזוי דו בעיטס גאר א אנדערע זאך און גאר גאר גאר שווערער צו טון