Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • ווען אידישקייט איז העכער הרגשים. וועקער #17

קאווע שטיבל • ווען אידישקייט איז העכער הרגשים. וועקער #17

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13839
דינסטאג מאי 19, 2020 3:27 pm#448995
ווען אידישקייט איז העכער הרגשים. וועקער #17
אין די איצטיגער נומער האב איך אפגעשריבן אן ארטיקל "ווען אידישקייט איז העכער הרגשים". איך וואלט עפרישיעטעט פידבעקס, הערות, און אפילו קריטיק.
דינסטאג מאי 19, 2020 4:20 pm#448998
Re: ווען אידישקייט איז העכער הרגשים. וועקער #17
טיף און באלערענד. איך האב געהאט אן הנאה רוחנית וגשמית בשעת׳ן דאס ליינען. ייש״כ.

איך האב הנאה געהאט פון דעם קארטיזשיען טוויסט און צושטעל בנוגע הרגשים. איך האב דערמאנט דיין ארטיקל דא. די ארטיקל טוהט טאקע, לדעתי, אביסל סאָפּלעמענטן ATUB @לעיקוואד ATUB ’ס ארטיקל אין וועקער 9. דאס איז, ווייטער לדעתי, א געוואלדיגן שבח און צייגט אויף די שטארקייט פון דיין ארטיקל.
דינסטאג מאי 19, 2020 6:25 pm#449016
Re: ווען אידישקייט איז העכער הרגשים. וועקער #17
דיין ארטיקל איז זייער באלערנד און עס ברענגט קלאר ארויס די נקודה, אבער אויף צו קריטיקירן וועל איך זאגן אז משום איזה סיבה האב איך מיך אביסל געדארפט שטופן צו ליינען די גאנצע צייט, קען זיין אז דאס איז פשוט מיך אבער די שפראך איז מיך געווען אביסל לאנגווייליג (נישט אזוי זאפטיג).


לשבח קען איך זאגן אז דאס איז געווען די הויפט נושא ביים שבת טיש די וואך......