Under maintenance
הויפט זייט » קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?

קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13844
מיטוואך מאי 20, 2020 9:04 pm#449154
קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
אין ליכט פון די לעצטיגע ארויפשווים פון אלטע גוטע אשכולות דא אין קאווע שטיבל, צוריקקער פון עטליכע גוטע שרייבער און אנקום פון נייע גוטע שרייבער, האב איך איבערגעטראכט אויב עס איז מעגליך צוריק אויפהייבן די איכות פון די תוכן דא אין שטיבל.

דער פראבלעם:

ווי עס האט זיך אפגערעדט איינע פון די שרייבער דא אין שטיבל, אז ער פיהלט אז זיינע ווערק באקומט נישט די אנערקענונג וואס עס וואלט געפאסט, ער פיהלט אז עס איז דא א שוואכע אינטערעסע אין איכות'דיגע מאמרים.
אריינטראכטנדיג דערין, האב איך געטראכט אז עס האט באמת נישט קיין זין, איינער וואס אינוועסטירט צייט, כוח און מוח צו שרייבן א נושא וואס ער פארשטייט באמת דערין, נאך צוויי דריי טעג ווערט עס באגראבן טיף אין שאול אריין, (לעצטנס האט ATUB @מי אני ATUB אנגעפאנגען צו מעלה באוב זיין אלטע רייכע אשכולות, ותשו"ח לו), בשעת ווען מינדערוויכטיגע אשכולות בלייבן שטעקן אויבן אין די "אקטיווע אשכולות".


איך שפאקוליר אז צומאל באקומט א נארישע אשכול מער טרעפיק, ווייל לייענער פיהלן לייכטער צו שרייבן און מגיב זיין, צוליב די לייכטקייט פונעם נושא, אנדערש ווי א נושא וואס זעהט אויס מער קאמפליצירט. נאך ערגער איז, ווען אן אשכול וואס דער פותח האשכול האט משקיע געווען, און דערנאך קומען מגיבים און פארפיהרן די נושא שלא מן הענין, און לייגן צוגרינד דאס ווערד פונעם אשכול.

איך האב א געוויסע הצעה, אבער בעפאר דעם איז מיר זייער וויכטיג צו מקדים זיין:
איך בין חלילה נישט מזלזל אין קיין איין באנוצער דא, כולם שווים לטובה, יעדער קען און זאל באשרייבן לויט זיינע אייגענע כללים און אינטערעסע, ווי לאנג עס איז איינשטימיג מיט די חוקי המקום.
זעלבסטשענדליך אז קאווע שטיבל מיינט נישט פאר יעדעם די זעלבע, אנדערע קומען דא פאר חכמה אין איינפאכע יידיש, אנדערע קומען דא זיך צו אויסלופטערן אדער איינלופטערן און פאר אנדערע איז עס א פלאטפארמע צו טרעפן ענליך-טראכטנדע פריינט. מער פון דעם, דער זעלבער באנוצער קען אמאל אריינקומען פאר לייכטערע נושאים, צומאל סתם צו סאציעלאזירין און אמאל אויך צו שטופן א געוויסע אגענדא. יעדע איינציגער באנוצער איז פיין וועלקאמד דא אין שטיבל, און עס הערשט נישט קיין דיסקרימינאציע ח"ו.

די שיינקייט פון דער דאזיגער פלאטפארם איז די פרייהייט פון ווארט, די מינימאלע צענזור וואס איז דא איינגעפיהרט בחכמה ובמדה, דאס איז זייער א הייליגע ווירד און טאר נישט פארשוועכט ווערן. ספעציעל ווען דא איז די איינציגסטע אידישע פלאטפארם פאסיג פאר יעדן איינעם.

די הנהלה האט יעצט צוגעלייגט א נייע פיטשער, אז מ'קען זעהן "נייע אשכולות", ד. ה. אשכולות ווערן סארטירט לויט די צייט פון וואס עס איז געעפנט געווארן, דאס איז זייער העלפפול, אז נייע אשכולות זאלן נישט גיין צום אפגרונד, אבער לדעתי - איז עס נאך נישט א פולע סאלושן.

מיינע הצעות

איך וועל מציע זיין עטליכע הצעות, און איך וויל הערן דעם דעת המקום, צו מ'איז מסכים מיט מיר אדער קען מען עס פארבעסערן.

  • ווען איינער שרייבט א לענגערע באהאנדלונג, וואס ער האט אינוועסטירט דערין גענוג מחשבה, און ער וויל אז עס זאל אנהאלטן אן איכות'דיגן שמועס, זאל ער האבן די מעגליכקייט צו בעטן א בקשה פון די הנהלה עס צו פינען פאר עטליכע טעג (כפי ראות עיניהם) אז עס זאל בלייבן אויבן און עס זאל מעורר זיין א נושא.
    מ'קען אפשר מאכן א תנאי, אז פון א געוויסע צאל פון לייקס וואס אן ערשטע תגובה אינעם אשכול באקומט, זאל עס זיין קוואליפיצירט צו בלייבן גענאגלט פאר עטליכע טעג.

  • אויב איינער וויל באשרייבן א לענגערע נושא, מיט נאכפאלנגדיגע פרקים, זאל ער האבן די מעגליכקייט צו פארשפארן די אשכול, אז זיינע תגובות זאל נישט ווערן פארוואסערט ווערן צווישן אנדערע. אזוי אויך, זאל ער (קענען/מעגן) עפענען א באזונדערע אשכול ספעציעל פאר תגובות אויף די ארגינעלע אשכול, אז באנוצער זאלן קענען פרייערהייט דיסקאסירן די נושא.
    דאס קען ווערן אינפארסירט אין די סיסטעם, אויב מאכט מען א ספעצילע סארט אשכול מיט דעם באגרעניצונג, און די סיסטעם וועט נישט לאזן מגיב זיין פאר א באנוצער וואס איז נישט דער פותח האשכול, אדער שטעלן די תגובה צו די אנדער אשכול.
    אבער אפילו בעפאר די הנהלה וועט קענען צושטעלן אזא פיטשער, קען מען עס טוהן בדרך הסכמה, אז די חברי המקום זאלן וויסן דעם כלל.

  • "בעסטע אשכולות" - מ'זאל קענען סארטירן אשכולות לויט די צאל פון לייקס וואס די ערשטע תגובה האט באקומען. (כאטש וואס לאו דוקא אייביג אן אשכול ווערט געמאסטן לויט די ערשטע תגובה, אבער צום מערסטנס איז עס אזוי).

  • א רעיטינג סיסטעם - אויסער לייקס זאלן באנוצער קענען ראנקן א תגובה אדער אשכול, דאס וועט געבן א בעסערע בליק אויף די מיינונג פונעם קהל איבער די איכות פון אן אשכול. און דערנאך וועט מען קען סארטירן אשכולות לויט זייער קוואליטי. (איך קען מיר נישט אויס מיט phpBB פארומס, אבער א שנעלע גוגל ווייזט אז עס מעגליך דאס צו טוהן).
מיטוואך מאי 20, 2020 9:16 pm#449157
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
קודם שכוח פארן פארשלאגן אזוינע געוואלדיגע געדאנקען און פארן זיכן צו אויפטון פאר די כלל! יישר.

פארוואס? האט געשריבן:אבער אפילו בעפאר די הנהלה וועט קענען צושטעלן אזא פיטשער, קען מען עס טוהן בדרך הסכמה, אז די חברי המקום זאלן וויסן דעם כלל.


דאס איז שוין איינגעפירט אויף אייוועלט א שטיק צייט (בעיקר ווען איינער [שמעלקע זאפטיגער] שרייבט א פארזעצונג).....
מיטוואך מאי 20, 2020 9:28 pm#449158
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
דאס זענען גאר שטארקע הצעות.

לגבי די חלק פון סארטירן אן אשכול לויט די לייקס פונעם פתיחה, הגם אז אין אלגעמיין קען מען טאקע זאגן אז דאס טוהט טאקע רעפלעקטירן דאס איכות פונעם ווערק, איז עס נישט אלס אזוי. דא האט זיך ATUB @יואב ATUB אפגערעדט אויף דעם אז אינהאלטסרייכע אשכולות קענען באקומען פיל ווייניגער לייקס ווי א מער לופטיגע אשכול.

איך פארשטיי אז דו באווארענסט דיך דערמיט מיט׳ן מרמז זיין דערצו אז מ׳דארף טאקע נאכגיין דאס קאנסענסוס פון די סטייל וואס די רוב באזוכער זענען טאקע אינטרעסירט אין.

ייש״כ נאכאמאל פאר די למעשה׳דיגע שכל׳דיגע הצעות.
מיטוואך מאי 20, 2020 9:37 pm#449159
מי אני האט געשריבן:דאס זענען גאר שטארקע הצעות.

לגבי די חלק פון סארטירן אן אשכול לויט די לייקס פונעם פתיחה, הגם אז אין אלגעמיין קען מען טאקע זאגן אז דאס טוהט טאקע רעפלעקטירן דאס איכות פונעם ווערק, איז עס נישט אלס אזוי. דא האט זיך @יואב אפגערעדט אויף דעם אז אינהאלטסרייכע אשכולות קענען באקומען פיל ווייניגער לייקס ווי א מער לופטיגע אשכול.

איך פארשטיי אז דו באווארענסט דיך דערמיט מיט׳ן מרמז זיין דערצו אז מ׳דארף טאקע נאכגיין דאס קאנסענסוס פון די סטייל וואס די רוב באזוכער זענען טאקע אינטרעסירט אין.

ייש״כ נאכאמאל פאר די למעשה׳דיגע שכל׳דיגע הצעות.


ריכטיג, וועגן דעם האב איך מציע געווען א רעיטינג סיסטעם, אבער איך שטעל מיר פאר אז עס איז נישט אזוי פשוט עס צו צוזאמשטעלן, איך ווייס נישט וואס איז די בוזשעט פון די עוסקים במלאכה. (אייגענטליך, עס איז נישטא דא קיין אדווערטייזמענטס, איך גלייב נישט אז די בודזשעט דא איז צו הויך צו בויען קאסטום אייגענע פיטשערס).
למען האמת, איך טוה אין דעם פעלד למחייתי, (איך בין א וועב דעוועלפאר, אבער בעיקר אין nodeJS), אויב קען איך זיין בייהילפיג אין א וועג, בין איך גרייט צו וואלאנטירן.
מיטוואך מאי 20, 2020 9:44 pm#449160
זייערע אינטערעסאנטע פארשלאגן און לאמיר האפן אז די הנהלה וועט עס נעמען ערנסט.

תכלית גערעדט בין איך ביי דער מיינונג אז די פארום פלאטפארמע, מיט אלע אירע מעלות און פראקטישקייטן און שיינעם סדר, קומט פשוט נישט נאך די טעכנאלאגישע פארשריט וואס סאציאלע מידיע האט געמאכט אין די לעצטע פינף יאר און דערפאר ווערט עס אלץ מער אלטמאדישער.

פשוטע ביישפילן איז ווי שווער עס קומט אן צו לאודן בילדער אדער ווידעאס אין דער צייט וואס אויף אנדערע פלאטפארמעס ווי טעלעגראם אדער וואטסעפפ איז עס פשוט א וויץ.
איינער פון די סיבות וויאזוי סאציאלע מידיע קאמפאניס האבן באוויזן צו פארכאפן מאכט ביים ציבור און האלטן זייערע באנוצער געפאנגען ווי מיט אייזערנע קייטן איז צוליב א פשוטע מיטל: נאטיפיקאציעס! די סובטעלע דערמאנונגען שלעפן דיך צוריק איינמאל און נאכאמאל צו זייערע רינגען און לאזט דיך נישט פארלאזן דעם שמועס. נאטיפיקאציעס קומען אין אלערליי פארמען, פון דערמאנונגען אויף דער ענדלאזער קאנאל וואס הייסט טוויטער, ביז פשוטע נאטיפיקאציעס אז איינער האט זיך באצויגן צו דיר (דיך ציטירט) אדער דערמאנט דעם נאמען.

קאווע שטיבל איז זייער צוריקגעשטאנען אין טערמין פון נאטיפקאציעס. יא, מ'קען אנשטעלן א סעטינג צו באקומען אן אישי ווען איינער שיקט א לייק און מ'קען טעגן ווען יענער באשליסט צו טעגן, אבער וואס איז מיט אן אויטאמאטישע נאטיפיקאציע ווען איינער ציטירט דיך אין א תגובה? וואס איז מיט א מהלך פון "נאכפאלגן" צו באקומען א נאטיפיקאציע אז למשל ראובן האט געעפנט א פרישע אשכול.
דאס זענען קליינע ביישפילן פארוואס די קאווע שטיבל פארום קומט פשוט נישט נאך אונזער צייט גייסט און שלעפט זיך פון הינטער די אנדערע מער פארגעשריטענע פלאטפארמעס.

דערנאך איז דא פשוטע טעכנישע באגרעניצונגען וואס מאכן שווער דאס זיך באנוצן אפעקטיוו מיט דעם פלאטפארם. נעמט למשל די באגרעניצונגען פון "אישי", קודם כל וואלט געמעגט זיין א טשעט אפציע, רבונא דפריקן עלמא כולא, ווער רעדט מיט זיין חבר אויף אזא צוריקגעשטאנענע וועג פון אישי'ס, דערנאך איז נישטא קיין שום וועג וויאזוי צו זוכן אין אלטע אישי'ס און דערנאך קומט צו די ביטערע צרה אז אלטע אישי'ס ווערן אויטאמאטיש פארמעקט ווען מ'קומט אן העכער טויזנט און דער גולם אלגעריטם ווייסט נישט צו מבחין זיין צווישן א נוצלאזע אישי ווי "איר האט באקומען א לייק" וואס איז נאר אינטערעסאנט פאר יענע רגע און א מינוט נאכ'ן עפענען וואלט עס געמעגט פון זיך אליין זיך פארמעקן, ביז צו א העפטיגע קאנווערסאציע וואס מ'האט געהאט אין אישי מיט עפעס א געשמאקן ATUB @רויטע וואנצעס ATUB אדער ATUB @מי אני ATUB און טייערע דיאמאנטן ווערן פארלוירן טאג נאך טאג.

דאס זענען קליינעליכע הערות'לעך וואס איך האב אויפגעפאסט מיט דער צייט, וואס איך ווייס אפילו נישט צי מ'קען זיך בכלל באציען דערצו און עפעס טון למעשה. (פון דער אנדערער זייט אנערקען איך אויך די מעלה פון די אפיציעלקייט וואס קומט מיט אזא פארום ווי קאווע שטיבל, אז מ'דארף פאקטיש דרוקן דעם שיק קנעפל און ס'לאזט זיך נישט שרייבן ווערטער מיט א לויזקייט ווי מ'וואלט ווען געשריבן אויף אנדערע פלאטפארמעס.).

אזוי צי אזוי, ATUB @פארוואס? ATUB האט אנגעהויבן זיין שמועס אז דא איז פארהאן אלערליי מענטשן און יעדער קומט זיך דא פאר זיינע אינטערעסן, וויל איך מגלה זיין, איך קום נישטא פאר קיין נייעס און ניטאמאל פאר קיין דבר חכמה, יא, ס'איז געשמאק צו ליינען און ווען איינער שרייבט צו דער זאך וועל איך עס בדרך כלל ליינען, אבער מעינלי קום איך פאר די אנטי-סיסטעם שטאף, כ'מיין נישט דוקא פון א נעגאטיוון פערספעקטיוו נאר פאר די סאציאלאגישע אבזערוואציעס אויף אונזער קאמיוניטי און די איבערזיכטן וויאזוי אונזער געזעלשאפט ארבעט און געוויס וויאזוי אונזער פירערשאפט אפערירט, און פארשטייט זיך ווי טונקעלער איינער שרייבט און ווי מער איינער רענט איז אלץ בעסער, ווייל סארי, אבער איך בין דערביטערט. איך ווייס איך קען גארנישט טון אדער איך וויל גארנישט טון ווייל איך בין פויל, אבער עטליעסט פארגינט מיר דאס און נעמט מיר נישט צו די רעכטן צו זיין כעס'דיג און דערביטערט.
מיטוואך מאי 20, 2020 9:46 pm#449161
אויף אייוועלט קען מען אנשטעלן צו באקומען אן אויטאמאטישע נאטיפיקאציע ווען איינער ציטירט דיך אין א תגובה
מיטוואך מאי 20, 2020 9:58 pm#449163
ליפא האט געשריבן:אויף אייוועלט קען מען אנשטעלן צו באקומען אן אויטאמאטישע נאטיפיקאציע ווען איינער ציטירט דיך אין א תגובה

דא אין קאווע שטיבל קען מען אויך!
יעדע מאל איך ווער געטעגט באקום איך עס אין מיינע פריוואטע הודעות.
מיטוואך מאי 20, 2020 10:03 pm#449164
כוכב האט געשריבן:זייערע אינטערעסאנטע פארשלאגן און לאמיר האפן אז די הנהלה וועט עס נעמען ערנסט.

תכלית גערעדט בין איך ביי דער מיינונג אז די פארום פלאטפארמע, מיט אלע אירע מעלות און פראקטישקייטן און שיינעם סדר, קומט פשוט נישט נאך די טעכנאלאגישע פארשריט וואס סאציאלע מידיע האט געמאכט אין די לעצטע פינף יאר און דערפאר ווערט עס אלץ מער אלטמאדישער.

פשוטע ביישפילן איז ווי שווער עס קומט אן צו לאודן בילדער אדער ווידעאס אין דער צייט וואס אויף אנדערע פלאטפארמעס ווי טעלעגראם אדער וואטסעפפ איז עס פשוט א וויץ.
איינער פון די סיבות וויאזוי סאציאלע מידיע קאמפאניס האבן באוויזן צו פארכאפן מאכט ביים ציבור און האלטן זייערע באנוצער געפאנגען ווי מיט אייזערנע קייטן איז צוליב א פשוטע מיטל: נאטיפיקאציעס! די סובטעלע דערמאנונגען שלעפן דיך צוריק איינמאל און נאכאמאל צו זייערע רינגען און לאזט דיך נישט פארלאזן דעם שמועס. נאטיפיקאציעס קומען אין אלערליי פארמען, פון דערמאנונגען אויף דער ענדלאזער קאנאל וואס הייסט טוויטער, ביז פשוטע נאטיפיקאציעס אז איינער האט זיך באצויגן צו דיר (דיך ציטירט) אדער דערמאנט דעם נאמען.

קאווע שטיבל איז זייער צוריקגעשטאנען אין טערמין פון נאטיפקאציעס. יא, מ'קען אנשטעלן א סעטינג צו באקומען אן אישי ווען איינער שיקט א לייק און מ'קען טעגן ווען יענער באשליסט צו טעגן, אבער וואס איז מיט אן אויטאמאטישע נאטיפיקאציע ווען איינער ציטירט דיך אין א תגובה? וואס איז מיט א מהלך פון "נאכפאלגן" צו באקומען א נאטיפיקאציע אז למשל ראובן האט געעפנט א פרישע אשכול.
דאס זענען קליינע ביישפילן פארוואס די קאווע שטיבל פארום קומט פשוט נישט נאך אונזער צייט גייסט און שלעפט זיך פון הינטער די אנדערע מער פארגעשריטענע פלאטפארמעס.

דערנאך איז דא פשוטע טעכנישע באגרעניצונגען וואס מאכן שווער דאס זיך באנוצן אפעקטיוו מיט דעם פלאטפארם. נעמט למשל די באגרעניצונגען פון "אישי", קודם כל וואלט געמעגט זיין א טשעט אפציע, רבונא דפריקן עלמא כולא, ווער רעדט מיט זיין חבר אויף אזא צוריקגעשטאנענע וועג פון אישי'ס, דערנאך איז נישטא קיין שום וועג וויאזוי צו זוכן אין אלטע אישי'ס און דערנאך קומט צו די ביטערע צרה אז אלטע אישי'ס ווערן אויטאמאטיש פארמעקט ווען מ'קומט אן העכער טויזנט און דער גולם אלגעריטם ווייסט נישט צו מבחין זיין צווישן א נוצלאזע אישי ווי "איר האט באקומען א לייק" וואס איז נאר אינטערעסאנט פאר יענע רגע און א מינוט נאכ'ן עפענען וואלט עס געמעגט פון זיך אליין זיך פארמעקן, ביז צו א העפטיגע קאנווערסאציע וואס מ'האט געהאט אין אישי מיט עפעס א געשמאקן @רויטע וואנצעס אדער @מי אני און טייערע דיאמאנטן ווערן פארלוירן טאג נאך טאג.

דאס זענען קליינעליכע הערות'לעך וואס איך האב אויפגעפאסט מיט דער צייט, וואס איך ווייס אפילו נישט צי מ'קען זיך בכלל באציען דערצו און עפעס טון למעשה. (פון דער אנדערער זייט אנערקען איך אויך די מעלה פון די אפיציעלקייט וואס קומט מיט אזא פארום ווי קאווע שטיבל, אז מ'דארף פאקטיש דרוקן דעם שיק קנעפל און ס'לאזט זיך נישט שרייבן ווערטער מיט א לויזקייט ווי מ'וואלט ווען געשריבן אויף אנדערע פלאטפארמעס.).

אזוי צי אזוי, @פארוואס? האט אנגעהויבן זיין שמועס אז דא איז פארהאן אלערליי מענטשן און יעדער קומט זיך דא פאר זיינע אינטערעסן, וויל איך מגלה זיין, איך קום נישטא פאר קיין נייעס און ניטאמאל פאר קיין דבר חכמה, יא, ס'איז געשמאק צו ליינען און ווען איינער שרייבט צו דער זאך וועל איך עס בדרך כלל ליינען, אבער מעינלי קום איך פאר די אנטי-סיסטעם שטאף, כ'מיין נישט דוקא פון א נעגאטיוון פערספעקטיוו נאר פאר די סאציאלאגישע אבזערוואציעס אויף אונזער קאמיוניטי און די איבערזיכטן וויאזוי אונזער געזעלשאפט ארבעט און געוויס וויאזוי אונזער פירערשאפט אפערירט, און פארשטייט זיך ווי טונקעלער איינער שרייבט און ווי מער איינער רענט איז אלץ בעסער, ווייל סארי, אבער איך בין דערביטערט. איך ווייס איך קען גארנישט טון אדער איך וויל גארנישט טון ווייל איך בין פויל, אבער עטליעסט פארגינט מיר דאס און נעמט מיר נישט צו די רעכטן צו זיין כעס'דיג און דערביטערט.


איך וואלט נישט ערווארטעט פון קאווע שטיבל צו גיין קאמפעטישן מיט מאלטי-מיליאן דאלער קאמפעניס, ווי פריער געזאגט, ק"ש איז נישט קיין פאר-פראפיט ביזנעס.
די מעלה פון קאווע-שטיבל איז זיכער נישט די טעכנעלאגיע. ק"ש איז געבויעט אויף אן אלטע פארום סיסטעם, און מער ווייניגער האבן מיר זיך שוין צוגעוואוינט דערצו, מיינע הצעות זענען מערסטנס בגבול היכולת (כפי הבנתי), זאכן וואס זענען שוין האלבוועגס סאפארטעד אין די phpBB סאפטוועיר.

אבער, ריכטיג, די מעלה פון ק"ש איבער היינטיגע מאדערענע סאושל מידיע קען טאקע זיין דאס, עס איז ווייניגער רעש'יג, און תגובות זענען געווענטליך לענגער, אנדערש ווי פלאטפארמס וואס איז געאייגנט צו שעירן א פיקטער מיט צוויי ווערטער, (און אין עטליכע פלאטפורמס איז די צאל פון אותיות באגרעניצט), ק"ש איז מער אויסגעשטעלט פאר לענגערע אין טיפערע דיסקאסיעס.

(אגב, איך וואלט קיינעם נישט געראטן צו נוצן די אישי סיסטעם מער ווי צו עקסטשענדזשן אן אימעיל/אקאאונט אדרעסס. (עס איז דא פארשידענע וועגן וואס מ'קען בלייבן אנאנים). די אישי סיסטעם איז פארשטענדליך זייער אונטערשטעליג (איך ווייס נישט ווי פארזיכערט די פרייוועסי איז, ואיכמ"ל)).
עס איז צו באמערקן אז אין רוב בראוזערס וועט שטיין אז קאווע-שטיבל איז נישט סיקיור, (איך זעה אז עס האט א וואליד סערטיפיקעיט). אזוי אויך איז עס זייער שטאט און צוגלייך צו אנדערע היינטיגע סייטס.
מיטוואך מאי 20, 2020 10:04 pm#449165
יודישע שרייבער האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:אויף אייוועלט קען מען אנשטעלן צו באקומען אן אויטאמאטישע נאטיפיקאציע ווען איינער ציטירט דיך אין א תגובה

דא אין קאווע שטיבל קען מען אויך!
יעדע מאל איך ווער געטעגט באקום איך עס אין מיינע פריוואטע הודעות.


ער רעדט פון ציטירן, וואס איז מער אפט ווי טעגן.
געווענליך ווען איינער איז מגיב דירעקט אויף איינעמ'ס תגובה, וועט ער איהם נישט סתם אזוי טעגן אויך.
(לדוגמה - איך האב דיר יעצט ציטירט, און נישט געטעגט)
מיטוואך מאי 20, 2020 11:29 pm#449179
למשל אזא אשכול דארף מען פינען!!
דאנערשטאג מאי 21, 2020 1:18 am#449194
@פארוואס, שכועח פארן גיין פתיחה. ראש וראשון דארף מאכן די סייט מאביל ריספאנסיוו. ס'איז א פשוטע סיסטעם אפדעיט.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 2:00 am#449200
ליפא האט געשריבן:אויף אייוועלט קען מען אנשטעלן צו באקומען אן אויטאמאטישע נאטיפיקאציע ווען איינער ציטירט דיך אין א תגובה

מיט דעם אלעם ווילל איך נישט גיין קיין איי וועלט. ווייל אויב זאגסטו ארויס א מיינונג וואס איז קעגן די אפיציעלע ליין פון די הנהלה ווערסטו געמעקט...!
דאנערשטאג מאי 21, 2020 2:44 am#449203
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
כוכב האט געשריבן:
קאווע שטיבל איז זייער צוריקגעשטאנען אין טערמין פון נאטיפקאציעס. יא, מ'קען אנשטעלן א סעטינג צו באקומען אן אישי ווען איינער שיקט א לייק און מ'קען טעגן ווען יענער באשליסט צו טעגן, אבער וואס איז מיט אן אויטאמאטישע נאטיפיקאציע ווען איינער ציטירט דיך אין א תגובה?

איך זע אז די נוצט טאפאטאלק, אויף טאפאטאלק קענסטו עס טון.
איך האב אנגעשטעלט אויף קאווע שטיבל צו באקומען אלע נאטיפיקאציעס און געמאכט א דשימעיל פילטער עס צו אויטאמאטיש אויסמעקן, אזוי באקום איך די נאטיפיקאציעס נאר דורך טאפאטאלק....

און אז מ'רעדט פון אייוועלט, אייוועלט איז אפי' נישט אויף טאפאטאלק, און עס איז משונה'דיגע אומאנגענעם עס צו נוצן אויף מאבייל (בפשטות ווייל זיי ווילן נישט אויפגעכן אויף זייערע אדווערטייזמענטס.........
דאנערשטאג מאי 21, 2020 7:40 am#449207
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
בכלל האט טאפאטאלק גאר אסאך מעלות. עס נעמט דעם אלטמאדישן פארום און מאכט עס אסאך מער פארגעשריטן און היינטיג.

עטליכע פון די אפציעס וואס דער פותח האשכול בעט קען מען האבן אויף טאפאטאלק. לדוגמא, נאכפאלגן א שרייבער (דאכט זיך נאר אויב יענער איז אויך אויף טאפאטאלק), נאכפאלגן אן אשכול, א טשעט אפציע און אזויווי @פאליטיקאנט שרייבט קען מען באקומען נאטיפיקאציעס.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 10:06 am#449216
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
החוקר האט געשריבן:בכלל האט טאפאטאלק גאר אסאך מעלות. עס נעמט דעם אלטמאדישן פארום און מאכט עס אסאך מער פארגעשריטן און היינטיג.

עטליכע פון די אפציעס וואס דער פותח האשכול בעט קען מען האבן אויף טאפאטאלק. לדוגמא, נאכפאלגן א שרייבער (דאכט זיך נאר אויב יענער איז אויך אויף טאפאטאלק), נאכפאלגן אן אשכול, א טשעט אפציע און אזויווי @פאליטיקאנט שרייבט קען מען באקומען נאטיפיקאציעס.
איך האב יעצט דאונלאדעד טאפאטאלק, עס מאכט עס מער מאדערן און שנעלער, אבער איך זעה נישט אז עס זאל העלפן פאר די פראבלעם וואס איך האב ארויפגעברענגט.

Sent from my _____ using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 21, 2020 11:31 am#449220
פארוואס? האט געשריבן:[*] "בעסטע אשכולות" - מ'זאל קענען סארטירן אשכולות לויט די צאל פון לייקס וואס די ערשטע תגובה האט באקומען. (כאטש וואס לאו דוקא אייביג אן אשכול ווערט געמאסטן לויט די ערשטע תגובה, אבער צום מערסטנס איז עס אזוי).
[/list]

דאס מאכט אסך סענס אויב ס'דא אויך אן טאמס-דאן אפשען
דאנערשטאג מאי 21, 2020 12:12 pm#449228
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
טאומס דאון קען ברענגען נעגעטיוויטי און אויפהייבן טענשן דא אין שטיבל, איך בין נישט זיכער עס איז א גוטע עצה.

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 21, 2020 1:22 pm#449231
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
פארוואס? האט געשריבן:איך האב יעצט דאונלאדעד טאפאטאלק, עס מאכט עס מער מאדערן און שנעלער, אבער איך זעה נישט אז עס זאל העלפן פאר די פראבלעם וואס איך האב ארויפגעברענגט


טעיתי. @כוכב האט געבעטן די אפציעס פון נאכפאלגן, טשעט וכדו' האב איך פארגעשלאגן טאפאטאלק. דאס וואס דו האסט געבעטן ווערט נישט געהאלפן דערפון.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 2:02 pm#449237
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
עס קען זיין אז אמאל האבען שרייבערס געהאט מער חשק צו שרייבען לענגערע און תוכן'דיגע ארטיקלען ווייל די הנהלה פלעגט ארויס געבען יעדע שטיק צייט קונטריסים פון אלע געלונגענע ארטיקלען און אויך סתם ליקוטים פון געוויסע מחברים (ווי למשל פה סח ופנינים שזורים וכדו' עיין בספרים שאנק דא אויף קאווע שטיבעל) און לעצטע פאר יאר קומט שוין נישט ארויס אזעליכע קונטריסים, איז כ'מיין עס וואלט געוועהן א גוטע געדאנק עס צוריק צו מחדש זיין....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 21, 2020 2:50 pm#449238
לדעתי זענען אלע שינויים גארנישט ווילאנג די פלייש איז נישט דא. טאמער עס איז נישט דא קיין ליינערשאפט פאר טיפזיניגע ארטיקלן, איז נישט. טאמער דער עולם וויל נישט ליינען פיקציע, איז נישט. טאמער דער עולם וויל נישט שמועסן אויף עניינים וואס דארף אסאך הנחות וואס זיי קענען נישט, איז נישט.

מיר קענען נישט מאכן קיין אייגענע מענטשן, נאר האנדלן מיט וועמן מיר האבן.

איך קען נישט דולדן דער נייע ניק וואס שרייבט אזעלכע זאצן מיט ציטוטים צו עניינים וואס ער האט געליינט און איך נישט. האב איך טענות? ניין. דאס איז זיין וועג פון שרייבן, און מיין וועג פון ליינן איז אים איגנארירן.

טאמער עס וואלט געווען א ציבור וואס וויל די זאכן, וואלט עס צושטאנד געקומען אן ארטיפישעל תקנות און וועגן פון ארויף רוקן און אראפ רוקן ארטיקלן. והנלע"ד כתבתי.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 3:21 pm#449241
פארוואס? האט געשריבן:טאומס דאון קען ברענגען נעגעטיוויטי און אויפהייבן טענשן דא אין שטיבל, איך בין נישט זיכער עס איז א גוטע עצה.

אסך לייקס אויף א נייער אשכול קיקט מיר מער אויס וואו א ליידיגער קלאפ און ריקען און געבען סאפארט פאר איינער וואס איז מיט מיר אן "אחים לדעה" און אויף מיין טיעם, און איך ווייס ער האט שווער געארבעט
וויפל מאל וועסטו זען נאך אזא התחלה, וועט איינער מגיב זיין "יענקלזרח איך האב נאך נישט געהאט קיין צייט צי ליינען איך האב דיך אבער געלייקט ווייל..."
דאנערשטאג מאי 21, 2020 3:23 pm#449242
קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לדעתי זענען אלע שינויים גארנישט ווילאנג די פלייש איז נישט דא. טאמער עס איז נישט דא קיין ליינערשאפט פאר טיפזיניגע ארטיקלן, איז נישט. טאמער דער עולם וויל נישט ליינען פיקציע, איז נישט. טאמער דער עולם וויל נישט שמועסן אויף עניינים וואס דארף אסאך הנחות וואס זיי קענען נישט, איז נישט.

מיר קענען נישט מאכן קיין אייגענע מענטשן, נאר האנדלן מיט וועמן מיר האבן.

איך קען נישט דולדן דער נייע ניק וואס שרייבט אזעלכע זאצן מיט ציטוטים צו עניינים וואס ער האט געליינט און איך נישט. האב איך טענות? ניין. דאס איז זיין וועג פון שרייבן, און מיין וועג פון ליינן איז אים איגנארירן.

טאמער עס וואלט געווען א ציבור וואס וויל די זאכן, וואלט עס צושטאנד געקומען אן ארטיפישעל תקנות און וועגן פון ארויף רוקן און אראפ רוקן ארטיקלן. והנלע"ד כתבתי.
דאס רירט צו צו די ״קללה״ פון מדע. דהיינו, אז מענטשן שרייבן און כאפן נישט אז די אודיענץ/צוהערער/ליינער האבן נישט און ווייסן נישט די הנחות וואס פעהלן אויס דערצו וואס דער כותב וכו׳ ווייסט שוין.
‏איך ווער צומאל אביסל באשולדיגט דערין...

אבער לגבי די אודיענץ פונעם סייט דא איז עס א שטיקל שבח אז מ׳נעמט אן אז זיי זענען פון א מער אינטעלידזשענט אינטעלעקטועל סארט אין אלגעמיין.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 4:34 pm#449248
ממש אזוי!

איך דארף דען וויסען וואס מיינט 'קללה פון מדע'?! איך בין נישט דא צו לערנען נייע טערמינן אין אידיש. אבער טו ווייטער ווי דו ווילסט, נאר טאמער אנדערע האלטן ווי מיר, וועט עס אויסקוקן אזוי. און טאמער נישט, איז נישט. קיינער פון אונז איז נישט בעלעבאס אויף יענעם.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 4:50 pm#449250
מיינע דעתי העניה איז אז ק״ש איז די לעצטע פאר יאר צופיל געווידמעט אויף די סיסטעם,
ווען מגעט וועין אוועק די מחשבה און די מח וואס מלייגט אריין און דיע לאנגע אשכולות וואס טוען אדורך די סיסטעם, און מלייגט אריין כוחות און אשכולות וואס באהאנדלען פאזיטיווע מעגליכקייטען, חינוך אשכולות, אשכולות פון סעלף העלפ, מעדיטעשין, ספריטשיאלטי,אמתע יודישקייט, מיינפדפעלנעס, יודישע היסטאריע.
מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך, אויב אונז וועלען זיך פארבעסערען און ווערען מער אמתע מענטשען, אונז וועלען אויפברענגען אמתע עהרליכע קינדער, אונז וועלען אויפברענגען קינדער וואס לעבען און זייער אייגענע וועלט,
לאמיר נישט פארגעסען איינער פון די הויפט פארפארלטקייטען פון די סיסטעם, איז בלעימען און מוחה זיין אויף אנדערע פרצות, אנשטאט זיך נעמען און די האנט אריין,פארוואס זאל מען אנהאלטען דיע שטריק און דיע פעטטרען, פארוואס זאל מען נישט אריינלייגען כוחות און אונזערע שטארקייטען און אונזערע כוחות און מוחות.
קאווע שטיבעל קיין וועין זיין א מיטל און א הילף און חיזוק פאר דיע אלע וואס ווילען אנפאנגען לעבן אן אפענע אויפריכטיגע עהרליכע לעבן,און מזאל קענען דיסקוסירען אויפען אלעס וואס איז נוגע פאר אונזער נייע בליק און לעבן.
פארוואס אבער צוריקקוקען צו די חשכות,
סאיז אוכט דא פארשידענע מענטשען וואס איך וואלט גערופען מיטל קלאס, נישט פארשטעקט מיט די סיסטעם קראנק, אבער אוכט נישט פארנומען מיט אטאקירען,אזעלכע מענטשען וואלטען וועין געקענט זיין קאווע שטיבעל מיטגלידער, און ברענגען אסאך טאלאנט דא, ווען סאיז וועין נישט אזוי אוועקגעשטעלט אויף נגד הסיסטעם.
אונזער קאממיונוטי איז נאר אזוי גוט,ווי די מענטשען וואס אונז האבען,
די שאלה איז צו העלפט די פלאטפארמע די מענטשען צווישען אונז צו זיין בעסערע און מער אמת׳ע מענטשען, העלפט די פלאטפארמע מענטשען גיין ווייטער און טיפער און זייער לעבן, צו איז די פלאטפארמע בלויז א פלאץ צו שטיין און צוריקקוקען און שרייען.
לא בקול ולא ברעש ולא ברוח די אמת שווימט ארויף פונעם ריינעם אמת קיינער, און ווער סאיז אויפריכטיג דארף מען נישט קאנווינסען.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 5:15 pm#449251
איך האלט אויך זייער פון די מהלך פון שטופן נארמאלקייט און פאזיטיוויטע אנשטאט אטאקירן משוגעת'ן און נעגעטיוויטי, די פראבלעם איז נאר אז מיט די חברה וואס הערן נישט אויף מוסר'ן דערוועגן קען מען קיינמאל נישט יוצא זיין, אין יעדע זאך טרעפן זיי העיט, נעגעטיוויטי, וכו' וכו'. אט האב איך געעפנט אן אשכול איבער די השתלשלות פון כיסוי ראש לנשים, איז שוין איינער פון די בעלי מוסר געקומען פארדרייען אז איך פארקויף העיט. כ'האב שוין אויפגעהערט זיך צו ברעכן קאפ וואו ער האט געזעהן העיט, איך פרוביר נישט צו פארשטיין ווייל ס'טאקע נישט דא וואס צו פארשטיין. דאס זענען מענטשן וועלכע האלטן נישט ביים אריינגיין אין יסודות'דיגע מוסכמות און טאבוס פון אונזער געזעלשאפט, די גאנצע פאזיטיוויטי ביזנעס זעהט מיר פשוט אויס ווי נאך א ספין צו קענען אוועקנעמען יעדע מעגליכקייט פאר א נארמאלן דיאלאג.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 5:34 pm#449253
שרייבען א אשכול וועגען גיין אויפגעדעקטע האר איז באמת נישט עפעס וואס איז נוגע יום יומיות, היות בא אונז דעקט א יעדער צו די האר אויפען גאס, מילא קען איך פארשטיין אז סוועט זיין מענטשען וואס זענען געבאדערט ביי דעם.
ווען משרייבט וועין וועגען גילוח, צו אורך השייטעל, צו וועגען ביי האר,רעדט מען וועגען זאכען וואס איז בכדי שיעשו, אבער רעדן וועגען האר אויפען גאס אן קיין שום כיסוי וואס סאיז נישט דא אזא מציאות און אונזערע היימישע קאממיונוטי, אפילו כמעט נישט און די היימישע פלעטבוש, און אפילו און די פייב א טאונס איז שוין כמעט נישט דא אזא זאך, איז אוודאי וועלען זיין אטאקירער.
נישט אז סאיז נישט קיין זאך דורכצוטוהן אבער מקען פארשטיין אז סוועלען זיין אטאקירער.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 5:35 pm#449254
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB ברענגט ארויף א ריכטיגע טענה, עס ווענדט זיך אלעס אין די אודיענץ.

מ'קען נישט ארויפצווינגען אינטערעסע אין נושאים פאר מענטשן וואס זענען נישט אינטרעסירט דערין, ייתכן אז דער טויש פון די דורות האט געטוישט די אינטערעסע פון דעם עולם.

אבער איך מיין אז פאר יעדער נושא קען מען שרייבן מיט מער אדער ווייניגער קוואליטעיט.
קוק למשל, איינע פון די אשכולות וואס האט אמאל באקומען די מערסטע לייקס, איז "מבשר בחסד עליון", די נושא אליינס איז מיר פערזענליך נישט אזוי אינטרעסאנט. אבער עס איז קלאר אז דער שרייבער האט אינוועסטירט זייער אסאך ארבעט דערין, און איך פארשטיי אז עס איז יושר מ'זאל לייקן און נאגלען אזא שיינע ארבעט.

ווידער, אן אשכול פון ידידי החכם ATUB @תחכמוני ATUB איבער "ידיעות חז"ל און דער מציאות", לדעתי איז עס א געוואלדיגע ארבעט, (עס וואלט געמעגט באקומען מער לייקס), בימים ההם, האט מען אפגעגעבן דעם כבוד הראוי פאר אזא ארבעט, איך וואונדער זיך אויב היינט וואלט עס נאך געקענט געשעהן.

כמובן, איך זאג נאר מיין אינטערעסע, איך האב נישט קיין שום תביעה אויף קיינעם צו זיין אינטרעסירט אין די זעלבע נושאים ווי מיר, אבער מיר אלע קענען מבחין זיין צווישן איכות'דיגע און ליידיגע אשכולות.

עס קען אויך זיין אז עס האט צוטוהן מיט די רעליגיעזע נויטונגען פון די לייענער, ווי עס שיינט, אמאל האט מען זיך מער געטרויט צו דן זיין אין נושאים וואס אנדערע וואלטן עס אנגעקוקט קאנטרעווערסיאל, אדער גאר שנאה.
כאטש איך זעה נישט וואס קען זיין שלעכט מיטן דן זיין סענסיטיווע שאלות, אויב נישט אין קאווע שטיבל, וואו דען איז דער פלאץ פאר דעם?
דאנערשטאג מאי 21, 2020 5:40 pm#449256
אספקלריה האט געשריבן:שרייבען א אשכול וועגען גיין אויפגעדעקטע האר איז באמת נישט עפעס וואס איז נוגע יום יומיות, היות בא אונז דעקט א יעדער צו די האר אויפען גאס, מילא קען איך פארשטיין אז סוועט זיין מענטשען וואס זענען געבאדערט ביי דעם.
ווען משרייבט וועין וועגען גילוח, צו אורך השייטעל, צו וועגען ביי האר,רעדט מען וועגען זאכען וואס איז בכדי שיעשו, אבער רעדן וועגען האר אויפען גאס אן קיין שום כיסוי וואס סאיז נישט דא אזא מציאות און אונזערע היימישע קאממיונוטי, אפילו כמעט נישט און די היימישע פלעטבוש, און אפילו און די פייב א טאונס איז שוין כמעט נישט דא אזא זאך, איז אוודאי וועלען זיין אטאקירער.
נישט אז סאיז נישט קיין זאך דורכצוטוהן אבער מקען פארשטיין אז סוועלען זיין אטאקירער.

כ'האב פארשטאנען פון דיר אז דיין פראבלעם איז אז מ'איז פארנומען אטאקירן משוגעת'ן, זעהט אויס אז איך האב שלעכט פארשטאנען. דיין פראבלעם איז אז מ'רעדט פון זאכן וואס זענען נישט נוגע צו טאג-טעגליכן לעבן, הגם איך קען פארשטיין פארוואס נישט יעדער איז אינטערעסירט אין טעארעטישע זאכן, איך קען אבער נישט זעהן פארוואס מ'זאל אטאקירן. בכל אופן האב איך גארנישט געזאגט ווייל כנראה האסטו געמיינט גאר עפעס אנדערש.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 5:43 pm#449257
רבותי, מיר הערן אייך!

מיר ארבעטן פעסט -- מיט די אומדערמידליכע טעכנישע הילף פון ATUB @לאשיצער ATUB -- צו געבן בעסערע כלים אין די הענט פון די חברי ק"ש וואס קאנטריביוטן מיט גוטע קוואליטעט מאמרים צו קענען האבן מער אפציעס צו דער האנט.

סטעי טונד...
דאנערשטאג מאי 21, 2020 5:53 pm#449259
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אט האב איך געעפנט אן אשכול איבער די השתלשלות פון כיסוי ראש לנשים, איז שוין איינער פון די בעלי מוסר געקומען פארדרייען אז איך פארקויף העיט. כ'האב שוין אויפגעהערט זיך צו ברעכן קאפ וואו ער האט געזעהן העיט, איך פרוביר נישט צו פארשטיין ווייל ס'טאקע נישט דא וואס צו פארשטיין. דאס זענען מענטשן וועלכע האלטן נישט ביים אריינגיין אין יסודות'דיגע מוסכמות און טאבוס פון אונזער געזעלשאפט, די גאנצע פאזיטיוויטי ביזנעס זעהט מיר פשוט אויס ווי נאך א ספין צו קענען אוועקנעמען יעדע מעגליכקייט פאר א נארמאלן דיאלאג.



דיין אשכול איבער כיסוי ראש איז זייער שיין אין אינהאלטסרייך אין מיינע אויגן.
אויב איינער רעאגירט שלא מן הענין, צוליב זיינע אייגענע פחדים אדער חשבונות , מוזטו אפילט נישט ענטפערן. עס איז א שאד אז די נושא פון דיין אשכול זאל דארפן פארפארן.

דו קענסט אפילו יענעם מסביר זיין אין אישי, אז דער נדון איז נישט קיין למעשה'דיגע שאלה, עס איז פשוט א טעארעטישע נושא וואס עס איז פאסיג צו דיסקוסירן פאר ווער עס איז אינטרעסירט דערין.


בכלל, די פערזענליכע אטאקעס (בין איך משער) איז היינט מער מצוי ווי אמאל, ויש לעיין בזה.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 6:08 pm#449261
פערזענליכע אטאקעס אמאל זענען געווען אסאך מער ווי היינט. עס האט אבער נישט מיט די צייטן, נאר מיט די נושאים. ווען דער וועלט טומולט זיך וועגן א גאר וויכטיגע נושא, כגון ביינער אין בית שמש ימ"ש, וועט קומן א ניק פון יענער פארטיי און ליארמען וכו' וד"ל ואכמ"ל עכשיו בכל אלה. ובלצ"ג.

בקיצור, עס האט מיט די נושאים נישט די צייטן.

האקעלע רעליגיעזע נושאים דארפן א געוויסע גוסטע, ווען איינער קומט אריין מיט א נארישע וויץ אינדערמיט, קען עס אלס פארהרגנ'ן. און ווען עס דערקענט זיך א געוויסע אדזשענדע אין די שרייבן, נעמט עס צו די אפעטיט. למשל, איך האב הרהורי דברים אויף געוויסע נושאים, ווי עוואלוציע וכדו'. און ווען איך האב אביסל געאישי'ט מיט איינער דא, האט ער מיר צוגענומן די אפעטיט דורך א ווארף 'עס זעט מיר אויס ווי רעליגיעזע אפאלאדזשעטיקס', און בכלל נישט אריין געגאנגן אין די טענות מיינער (אגב, מיין טענות אויף עוואלוציע האב איך קיינמאל נישט געזען אין קיין ארט וועגן עוואלוציע, און איך האב דורכגעליינט די פשוט'ע ביכער דערויף, ווי evolution for dummies)
דאנערשטאג מאי 21, 2020 6:28 pm#449264
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
איך זע אז מען האט שוין אנגעהויבן אימפלימענטירן די געדאנק פון פארשפארן אן אשכול!

m https://r.tapatalk.com/shareLink/topic? ... source=app m


@מנהל אויב דארף מען הילף קען איך שטיין צו דער האנט.
בילד
דאנערשטאג מאי 21, 2020 7:36 pm#449268
ק"ש זאל עפענען א טעלעגראם גרופע פאר טשיט-טשעט מ'מוז נישט אנגעבן א נאמען אדער א נומבער צו זיין א מעמבער. מ'קען ווייטער פיגורירן דא פאר אשכולות.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 8:25 pm#449277
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
מאטי האט געשריבן:ק"ש זאל עפענען א טעלעגראם גרופע פאר טשיט-טשעט מ'מוז נישט אנגעבן א נאמען אדער א נומבער צו זיין א מעמבער. מ'קען ווייטער פיגורירן דא פאר אשכולות.
קאווע שטיבל איז אויסגעשטעלט אזוי ווי א פארום, יעדער אשכול געהערט צו א געוויסע נושא, אין געווענליך, יעדער באניצער קוקט אין די פארומס וואס זענען איהם אינטרעסירט.

איך בין נישט זיכער אז אלע באניצער פון ק"ש זענען געאייגנט צו זיך באטייליגן אין איין לאנגע טשעט,
אבער עס איז א גוטע עצה, פאר מעמבערס וואס האבן ענליכע אינטערעסן צו עפענען טשאטס. (און איך גלויב אז עס איז שוין פארהאן אזעלכע).

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:36 pm#449290
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האלט אויך זייער פון די מהלך פון שטופן נארמאלקייט און פאזיטיוויטע אנשטאט אטאקירן משוגעת'ן און נעגעטיוויטי, די פראבלעם איז נאר אז מיט די חברה וואס הערן נישט אויף מוסר'ן דערוועגן קען מען קיינמאל נישט יוצא זיין, אין יעדע זאך טרעפן זיי העיט, נעגעטיוויטי, וכו' וכו'. אט האב איך געעפנט אן אשכול איבער די השתלשלות פון כיסוי ראש לנשים, איז שוין איינער פון די בעלי מוסר געקומען פארדרייען אז איך פארקויף העיט. כ'האב שוין אויפגעהערט זיך צו ברעכן קאפ וואו ער האט געזעהן העיט, איך פרוביר נישט צו פארשטיין ווייל ס'טאקע נישט דא וואס צו פארשטיין. דאס זענען מענטשן וועלכע האלטן נישט ביים אריינגיין אין יסודות'דיגע מוסכמות און טאבוס פון אונזער געזעלשאפט, די גאנצע פאזיטיוויטי ביזנעס זעהט מיר פשוט אויס ווי נאך א ספין צו קענען אוועקנעמען יעדע מעגליכקייט פאר א נארמאלן דיאלאג.
איך למשל
(יא אויפן גנב ברענט דאס היטעל )
האב דיר נישט אטאקירט וועגן העיט, מיר באדערט ווען די ביזט טאקע א בר הכי די רעדטסט היפש צו די זאך אין אלגעמיין ,אבער פארוואס פעלט אויס אריינצווארפען שקרים און דמיונות, און אפ פאטשקענען דיינע ארטיקעלן און דיר אליינס זעלבסט , סא די ברענגסט דיר אראפ, עס ווייזט אז די ביזט זייער אנגעווייטאגט און די שיסט פעך און שוועבל אזש אז די שרייבסט לגיונות, איך זע נאך איינער האט דערמאנט דא אז שומרי תורה ומצוות מיט אייגענע האר איז כמעט נישט בנמצא היינטיגע טעג , קענסט שרייבן העיט , נאו פראבלעם,העיט אשכולות ליין איך ניטאמאל ,עס איז דא גענונג און נאך העיט עס איז , אבער ביטע נישט מגזם זיין מיט דמיונות, כסדר זע איך דא גוטע שרייבערס מיט גראבע ליגענט בעיני השמש , איך גלייב אז סאיז דא נאך זייער אסאך וואס שרייבן נישט דא אדער קומען נישט דא וועגן דעם, אז מען עס זיך מתווכח מיט ליגנערס און בעלי דמיונות קען מען נישט פירן קיין שמועסן, אייוועלט זענען טאקע דא עקסרימיסטען אסאך אבער נישט אזויפיל גראבע ליגענט ווי דא,וואס ממש יעדע נייעס ווערט איבערגעטריבן נאך ערגער ווי גויעשע מידיע מאלט אונז אראפ
א דאנק
דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:47 pm#449292
מאטי האט געשריבן:ק"ש זאל עפענען א טעלעגראם גרופע פאר טשיט-טשעט מ'מוז נישט אנגעבן א נאמען אדער א נומבער צו זיין א מעמבער. מ'קען ווייטער פיגורירן דא פאר אשכולות.

א גיטע עצה און די לינק דערפון זאל מען נאר לייגן אין שבת אחים
פרייטאג מאי 22, 2020 7:59 am#449319
Re: קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
קאצקע ציקער האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:ק"ש זאל עפענען א טעלעגראם גרופע פאר טשיט-טשעט מ'מוז נישט אנגעבן א נאמען אדער א נומבער צו זיין א מעמבער. מ'קען ווייטער פיגורירן דא פאר אשכולות.

א גיטע עצה און די לינק דערפון זאל מען נאר לייגן אין שבת אחים
שבת אחים עקזיסטירט נאך?
פרייטאג מאי 22, 2020 7:05 pm#449387
קענען מיר ארויפרוקן די קוואליטי פון קאווע שטיבל אינהאלט?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ממש אזוי!

איך דארף דען וויסען וואס מיינט 'קללה פון מדע'?! איך בין נישט דא צו לערנען נייע טערמינן אין אידיש.
נו, קען זיין אז דאס ליגט אויך אין וואס ATUB @יידל ATUB האט זיך געהאט אפגערעדט אויף דא, ונשנית בוועקער 16... ;) :D
דינסטאג מאי 26, 2020 8:29 pm#449695
איך האב היינט באמערקט א וויכטיגע נקודה וואס איך מיין קען ארויסברענגען דעם שוועריגקייט מיט דעם פארום מאדעל.

עס איז דא אזעלכע סיסטעמס ווי בלאגס, פייסבוק און טוויטער ווי א שרייבער שרייבט זיין מיינונג און מענטשן שרייבן תגובות דערויף, דערנאך איז דא טעשטס (ווי טעגלגראם און וואטסאפ) ווי א נושא ווערט דיסקאסירט צווישן אלע מעמבערס.

ביידע מאדעלס האבן מעלות און חסרונות, אבער מקען זאגן אז עס ווערט געווענליך גענוצט לויט די מאדעל וואס איז געאייגנט.

די פארום מאדעל דא אין שטיבל איז אביסל לכאן ולכאן, מקען עס אנקוקן ווי א בלאג, די ערשטע תגובה איז ווערדפול און די איבעריגע זענען נאר תגובות אויף די ארגינעלע תגובה. פון די אנדער זייט צומאל איז עס ווי א טשעט ווי יעדע תגובה איז די זעלבע ווערד.

א טשעט איז נישט געמאכט צו נוצן אלס א מקור פון אינפארמאציע, עס איז מער פאר אינסטענט מעסעדזשינג. ווידעראום קאווע שטיבל איז געאייגנט למען יעמוד ימים רבים.

פון איין זייט איז נישט קיין גוטע עצה צו עפענען אן אשכול פאר יעדע בויכוויי, פון די אנדערע זייט א תגובה אינמיטן אן אשכול האט אסאך ווייניגער טשענסן צו ווערן געלייענט, בפרט אויב אין צווישן זענען דא תגובות וואס זענען אויף א טשעט נוסח.
דינסטאג מאי 26, 2020 8:52 pm#449698
ממש ארויסגעברענגט וואס איך שפיר אפט.
נעמט א ביישפיל פון א תגובה וואס איך האב היינט געשריבן אין אשכול "חייבי כריתות בידי אדם - לאמיר סטאפן די טעראר!", פון ידידי ATUB @פארוואס? ATUB .

די תגובה איז לכאורה לענגער פון די פתיחת האשכול, און דאכצעך אז די פונקטן זענען וואליד. פארט אבער גלייב איך אז רוב באזוכער אינעם אשכול האבן ניטאמאל געליינט מיין תגובה, נאר האבן אפגעליינט די הערליכע ווערטער פון פארוואס? און זענען זיך געגאנגען ווייטער (געווענליך ליינט מען יא די תגובות וואס געפונען זיך שוין אינעם אשכול, ווען דער לייענער ליינט דעם אשכול זעלבסט. אבער די תגובות וואס קומען צו שפעטער, וועט מען זיך נישט באמיען צו עפענען דעם אשכול א צווייט מאל פשוט כדי צו לייענען דעם תגובה. ומבשרי אחזה).

דאס אנטמוטיגט אסאך מאל פון שרייבן א נארמאלע לאנגע תגובה, וויבאלד מ'ווייסט אז רוב לייענער וועלן דאס ניטאמאל זען, און ס'איז א שאד די טינט.

גראדע פלעגט שש משזר ז"ל האבן א וועג ארויס, דורכן עפענען א נייעם אשכול אויפן זעלבן נושא, און דארטן ארויסברענגען זיינע אייגענע נקודות מיט א לאנגס און ברייטס, און וויבאלד ס'איז געווען א נייע אשכול (און כמובן מיט נייע געדאנקען) האט מען עס טאקע יא געליינט. אבער געוויסע ניקס זענען נישט געווען צופרידן מיט דעם, און דערווייל זע איך נישט קיין אנדערע מהלך וויאזוי צו פארזיכערן אז ווען איינער שרייבט א גוט געראטענע תגובה, זאל עס אנקומען צו פאטענציעלע לייענער'ס אטענשאן.

אזוי אויך זענען אפטמאל ניקס נישט אויסן צו עפענען א נייע אשכול, צי ווייל זיי טראסטן זיך נישט צי ווייל זיי האבן נישט גענוג א גוטע שפראך א.א.וו., אבער זיי שפירן זיך גענוג באקוועם מיטן שרייבן א לענגערע תגובה אין אן עקזיסטירנדע אשכול.

נאר כאמור, וויבאלד ס'איז נישטא קיין סיסטעם וויאזוי צו ראנגירן וכדו' א "תגובה" - זאל זיין די מערסט תוכנ'דיגע און ווערדפולע, ברענגט דאס אויטאמאטיש צו אז מ'זאל זיך נישט באמיען זיך ארויסצוברענגען כראוי אין אן אשכול בתורת תגובה, און דאס ברענגט א קייט רעאקציעס - אז דער פותח האשכול זעט נישט גענוג תוכנ'דיגע שמועסן אהין און צוריק, און דאס נעמט אוועק זיין אפעטיט פון עפענען א גוטע תוכנ'דיגע אשכול, וחוזר וחלילה...
דינסטאג מאי 26, 2020 9:01 pm#449702
כוכב האט געשריבן:אזוי צי אזוי, @פארוואס? האט אנגעהויבן זיין שמועס אז דא איז פארהאן אלערליי מענטשן און יעדער קומט זיך דא פאר זיינע אינטערעסן, וויל איך מגלה זיין, איך קום נישטא פאר קיין נייעס און ניטאמאל פאר קיין דבר חכמה, יא, ס'איז געשמאק צו ליינען און ווען איינער שרייבט צו דער זאך וועל איך עס בדרך כלל ליינען, אבער מעינלי קום איך פאר די אנטי-סיסטעם שטאף, כ'מיין נישט דוקא פון א נעגאטיוון פערספעקטיוו נאר פאר די סאציאלאגישע אבזערוואציעס אויף אונזער קאמיוניטי און די איבערזיכטן וויאזוי אונזער געזעלשאפט ארבעט און געוויס וויאזוי אונזער פירערשאפט אפערירט, און פארשטייט זיך ווי טונקעלער איינער שרייבט און ווי מער איינער רענט איז אלץ בעסער, ווייל סארי, אבער איך בין דערביטערט. איך ווייס איך קען גארנישט טון אדער איך וויל גארנישט טון ווייל איך בין פויל, אבער עטליעסט פארגינט מיר דאס און נעמט מיר נישט צו די רעכטן צו זיין כעס'דיג און דערביטערט.

אזוי צו אזוי, איז אינטערעסאנט צו דערמאנען אור-אלטע ווערטער פון ידידינו היקר ATUB @כוכב ATUB מיט אריבער פיר יאר צוריק, ביי מיין צווייטער אשכול זינט כ'האב מיך איינגעשריבן אין ק"ש. איך האב דארט געהאט אסאך כעס אויסצוגעבן, וכתבתי אשכול בשם "זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער", אראפרייסנדיג אונזער סיסטעם.

די ערשטע תגובה, היבש אנגעבלאזן אויפן "אנטי" שפראך, איז געווען פון כוכב.
אט איז דער אינהאלט:
כוכב האט געשריבן:בניגון הידוע: סיסטעם סיסטעם, פא פא, סיסטעם סיסטעם, פא פא, די גאנצע וועלט וועט גיין אויף ליפא'ס דייעט.
וואס נאך איז נייעס?
איינער האט עפעס א גוט ווארט אויף יום טוב?



אצינד וועלן מיר איבערלאזן פאר אנטראפאלאגן צו אנטשיידן די מיסטעריע פון כוכב, בילדותו מאי קסבר ובזקנותו מאי קסבר.
ותו, אז מיר ווייסן געווענליך ארבעט עס פארקערט. צוערשט איז מען פארביטערט און אנגעבלאזן, און צוביסלעך בארואיגט מען זיך און מ'לערנט זיך אויס וויאזוי צו דיעלן דערמיט. ווידער כוכב ווייזט אז צומאל גייט עס פארקערט...


סאררי כוכב, כ'האב געמוזט!
דינסטאג מאי 26, 2020 9:27 pm#449711
מיט'ן טשעפן יענעם האט מען זיכער נישט קיין הצלחה
דינסטאג מאי 26, 2020 9:38 pm#449713
ארי נוהם האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:אזוי צי אזוי, @פארוואס? האט אנגעהויבן זיין שמועס אז דא איז פארהאן אלערליי מענטשן און יעדער קומט זיך דא פאר זיינע אינטערעסן, וויל איך מגלה זיין, איך קום נישטא פאר קיין נייעס און ניטאמאל פאר קיין דבר חכמה, יא, ס'איז געשמאק צו ליינען און ווען איינער שרייבט צו דער זאך וועל איך עס בדרך כלל ליינען, אבער מעינלי קום איך פאר די אנטי-סיסטעם שטאף, כ'מיין נישט דוקא פון א נעגאטיוון פערספעקטיוו נאר פאר די סאציאלאגישע אבזערוואציעס אויף אונזער קאמיוניטי און די איבערזיכטן וויאזוי אונזער געזעלשאפט ארבעט און געוויס וויאזוי אונזער פירערשאפט אפערירט, און פארשטייט זיך ווי טונקעלער איינער שרייבט און ווי מער איינער רענט איז אלץ בעסער, ווייל סארי, אבער איך בין דערביטערט. איך ווייס איך קען גארנישט טון אדער איך וויל גארנישט טון ווייל איך בין פויל, אבער עטליעסט פארגינט מיר דאס און נעמט מיר נישט צו די רעכטן צו זיין כעס'דיג און דערביטערט.

אזוי צו אזוי, איז אינטערעסאנט צו דערמאנען אור-אלטע ווערטער פון ידידינו היקר @כוכב מיט אריבער פיר יאר צוריק, ביי מיין צווייטער אשכול זינט כ'האב מיך איינגעשריבן אין ק"ש. איך האב דארט געהאט אסאך כעס אויסצוגעבן, וכתבתי אשכול בשם "זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער", אראפרייסנדיג אונזער סיסטעם.

די ערשטע תגובה, היבש אנגעבלאזן אויפן "אנטי" שפראך, איז געווען פון כוכב.
אט איז דער אינהאלט:
כוכב האט געשריבן:בניגון הידוע: סיסטעם סיסטעם, פא פא, סיסטעם סיסטעם, פא פא, די גאנצע וועלט וועט גיין אויף ליפא'ס דייעט.
וואס נאך איז נייעס?
איינער האט עפעס א גוט ווארט אויף יום טוב?



אצינד וועלן מיר איבערלאזן פאר אנטראפאלאגן צו אנטשיידן די מיסטעריע פון כוכב, בילדותו מאי קסבר ובזקנותו מאי קסבר.
ותו, אז מיר ווייסן געווענליך ארבעט עס פארקערט. צוערשט איז מען פארביטערט און אנגעבלאזן, און צוביסלעך בארואיגט מען זיך און מ'לערנט זיך אויס וויאזוי צו דיעלן דערמיט. ווידער כוכב ווייזט אז צומאל גייט עס פארקערט...


סאררי כוכב, כ'האב געמוזט!




די לייק איז פאר מיר אליין. כ'האב הנאה געהאט צו זען מיין שיינע ניגון ציטירט.
דינסטאג מאי 26, 2020 10:04 pm#449720
דאס פנים פלאמט מיר פון בושה צו זען אז מען האט מיר מכבד געווען מיט עפעס א שיינעם סימבאל אוו האנאר נעבן מיין נאמען, בזמן וואס כ'האב גאר ווייניג געשריבן דא ביחס צו רוב חברים און אסאך זענען דברים של מה בכך, אבער אולי איז עס אין זכות פונעם וועקער וואס מיט די ארטיקלען פון דארט וועל איך זיך אויפטון פארן בי''ד שלמעלה.

אחר הקדמה זו, איז געווען א געוואלדיגע דערפרישונג צו זען ידידינו הגאון המפורסם פארוואס-? (מכירו הייתי לשעבר ועכשיו ביותר) איז דא צוריק מיט א פרישקייט וואס מען האט נאכנישט געזען מימות קאווע שטיבל לייבן וואס האבן זיך פורש געווען זאלן צוריקקומען מיט אזא התחדשות אן קיין אראפקוקן אויפן נייעם דור פון שרייבער. און ער קומט נאך מיט פרישע עצות און געדאנקען איז דאך ממש געוואלדיג.

אלע פריערדיגע עצות און זאכן זענען געוואלדיג, איך וויל נאר צולייגן א נארישע הוספה וואס שטערט מיך שוין לאנג, ביים שרייבער'ס פראפייל אויב מעגליך זאל מען אראפנעמען דעם מספר פון געגעבענע לייקס. למאי נפקא מינה וויפיל מ'האט געגעבן? אויב איינער ווייסט אז יעדעס מאל ער גיט א לייק לחיזוק וועט דאס פארצייכנט ווערן נעבן זיין נאמען לדראון עולם מאכט דאס טראכטן צוויי מאל איידערן דרוקן. לאז דעם עולם טיילן בריוח אן קיין קאנסעקווענצן. א לייק גיט א שטיקל חיזוק ווי נישט ווי פאר יעדן איינעם. כ'האב אפילו געטראכט צו גיין נאך ווייטער און מאכן מ'זאל נאר קענען זען וויפיל לייקס א תגובה האט און נישט ווער ס'לייקט (נאר דער נותן ומקבל זאלן קענען זען) אזוי זאל עס בלייבן קאמפליטלי קאנסעקווענצן פריי. איי דער עולם וועט מאכן זיבעציג ניקס און זיך אליין לייקן? וועם גייט עס אן, יגדיל תורה ויאדיר, דער עיקר ס'גייט אן די זאך. נאר איך וועל נישט גיין אזוי ווייט. עכ''פ קען מען עס אראפנעמען פונעם נאמען נישט צו בלייבן צוגעטשעפעט פאר אייביג. (כעלמ'ר מגיד קען דערויף עדות זאגן...).
דינסטאג מאי 26, 2020 10:33 pm#449725
פייסיס האט געשריבן:מיט'ן טשעפן יענעם האט מען זיכער נישט קיין הצלחה

נו, פארוואס טוסטו עס...?!נוצן וואולגארע לשונות ווייזט אויף אומאיידלקייט און גראביאנישקייט.

דו מיינסט אז דו טוסט א טובה פאר'ן רבי'ן מיט אפגיסן דיינע קעגנערס מיט א קיתון של שופכין. נוצנדיג דערביי אלע מיני אומאיידעלע און וואולגארע אויסדרוקן און קללות.ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!
דינסטאג מאי 26, 2020 11:05 pm#449731
berlbalaguleh האט געשריבן:
פייסיס האט געשריבן:מיט'ן טשעפן יענעם האט מען זיכער נישט קיין הצלחה

נו, פארוואס טוסטו עס...?!נוצן וואולגארע לשונות ווייזט אויף אומאיידלקייט און גראביאנישקייט.

דו מיינסט אז דו טוסט א טובה פאר'ן רבי'ן מיט אפגיסן דיינע קעגנערס מיט א קיתון של שופכין. נוצנדיג דערביי אלע מיני אומאיידעלע און וואולגארע אויסדרוקן און קללות.ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!


ערעב בערל שוין די צווייטע פלאץ ווי איך זעה מען אטאקירט ר' פייסיס אז ער איז גאר ש.. איך בין נייגעריג וויאזוי ווייסט מען דאס אויף זיכער ?
דינסטאג מאי 26, 2020 11:07 pm#449732
יעצט געזעהן אז ער האט געעפנט אן אשכול וועגן דעם.. עמיר זעהן וואס דארט טוט זיך :lol: