די פראגע איז א ברייטפארצווייגטע...
איטליכער טאג נאכן דאווענען פראקאלאמירן מיר ווי פאלגענד:
איך זאג צו געטריישאפט צו די פאן פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא, און צו די רעפובליק פאר וואס עס שטייט. איין נאציאן אונטער ג-ט, אומאפטיילבאר, מיט פרייהייט און יוסטיץ פאר אלע.
איז די פראגע וואס מיינט א רעפובליק? א רעפובליק באדייט אז דאס פאלק רעגירט! די רעגירונג זענען בלויז אונזער פארשטייער, און בלויז מיר באפולמאכטונגען זיי צו שאפן געזעצן און רעגירן אויפן לאנד! און דאס גייט צו דורך דעמאקראטישע וואלן.
אמעריקע איז א לאנד אנדערש ווי אלע לענדער איבער די וועלט. ס'איז פארהאן 50 שטאטן. און יעדע פון די פיפציג שטאטן איז אין א געוויסע זין א באזונדערע לאנד פאר זיך. דאן איז פארהאן א פאראייניגטע פעדעראלע רעגירונג, אנגעבליך איבער די שטאטן. אבער ס'איז נישט אין גאנצן אזוי... נאך אין גאנץ אנהייב, ביים גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן, האבן די ערשטע טאטעס פארמאגט שארפע מיינונגס פארשידנהייטן צווישן זיך, איבער די מאכטן פון די שטאטן און פון די פעדעראלע רעגירונג. מאנכע פון זיי האבן געהאלטן אז די פעדעראלע רעגירונג זאל זיין מער מאכטפול פון די שטאטן-רעגירונגען, און מאנכע האבן געהאלטן אז די שטאטן זאלן האבן וואס מער זעלבסט אטונאמיע.
אין די ערשטע ארטיקל פון די קאנסטאטוציע פּאַראַגראַף אכט, ווערט גענוי אויסגערעכנט אלע רעכטן און מאכטן וואס די פעדעראלע רעגירונג פארמאגט. צווישן זיי איז, אז די פעדעראלע רעגירונג האט די רעכט צו רעגולירן האנדל מיט אנדערע נאציאנען, און צווישן די שטאטן, און מיט אינדיאנע שבטים.
שפעטער האט מען צובאהאפטן צו די קאנסטאטוציע די ביל אוו רייטס. דאס איז די רעכטן וואס איטליכע בירגער פארמאגן, און זיי קענען נישט אוועקגענומען ווערן דורך די פעדעראלע רעגירונג אויף קיין שום פאל אין די וועלט, אריינגערעכנט אין א נויט פאל! אינעם צענטן פּאַראַגראַף פון די ביל אוו רייטס לייענט זיך ווי פאלגענד: איטליכע שטאט פארבלייבט מיט איר אומאָפּהענגיקייט, פרייהייט, און זעלבסטשטענדיקייט, און יעדע מאכט, יוריסטריקציע, און רעכט, וועלכע איז נישט אין די דאזיגע קאנפעדעראציע דייטליך באשטומט צו די פאראייניגטע שטאטן, אין קאנגערס באשטעטיגט, אדער ביי די מענטשן. וואס דאס באדייט איז, אז יעדע מאכט וואס איז נישט אויסשליסליך באשטומט פאר די פעדעראלע רעגירונג אין די קאנסטאטוציע, געהערט צו די שטאטן אדער צו די מענטשן.
פארמאכן געשעפטן. די פעדעראלע רעגירונג האט נישט די מאכט צו פארמאכן אדער צו עפענען געשעפטן! דאס באדייט אז די מאכט פון עפענען און צומאכן געשעפטן, געהערן צו שטאטן. און די פעדעראלע רעגירונג קען זיך נישט אריינמישן. אויסגעשלאסן אויב עס עפעקטירט האנדל צווישן די שטאטן. די שטאטן פארמאגן די רעכטן צו טאן וואס זיי ווילן, ווי לאנג עס איז נישט אין קאנטראסט מיט די קאנסטעטוציע. וו. צ. ב.ש. עפענען און פארמאכן רעליגיעזע אינסטעטוציעס. אויב געשעפטן זענען אפען, דאן דארפן רעליגיעזע אינסטעטוציעס אויך זיין אפען, ווארים אז נישט פארלעצט דאס די ערשטע אדמענטמענט פון די קאנסטאטוציע וואס לויטעט אז מ'טאר נישט דיסקרימענירן קעגן רעליגיעזע אינסטעטוציעס...
אין יאר 954' למספ' האט די סופרים קארט געאורטיילט אז ראסיסטישע סערעגאציע איז לויט די קאנסטאטוציע אומלעגאל. אבער דער ראסיסטישער דעמאקראטישער גיבערנאטור פון אלאבאמא, דזשארזש וואָלאַס, האט דאס נישט געוואלט אנערקענען. ער האט זיך געשטעלט ביי די טיר פון א פובליק שולע און פיזיש אפגעהאלטן שווארצע סטודענטן אריינצוגיין אין די שולע. פרעזידענט קענעדי האט דאן אין א פרעצעדענטלאזע שריט נאציאנאלירט די נאציאנאלע ארמיי, און זיי אריינגעשיקט אין אלאבאמא צו מאכן ארדענונג. דער הויפט גענעראל האט געזאגט פאר דעם ראסיסט וואָלאַס: הער גיבערנאטור, איר האט גאנצע 5 מינוט פריי צו מאכן די טיר, אז איר רוקט זיך נישט אוועק ווערט איר ארעסטירט! דער גיבערנאטור האט ווי א שיינע טאטעלע פריי געמאכט די טיר, און אלע סטודענטן אפגעזען פון ראסע און קאליר זענען אריין אין די שולע...
צום אויספיר:
לויט די קאנסטאטוציע: האבן די שטאטן א רעכט צו פארשפארן געשעפטן, און די פעדעראלע רעגירונג קען זיך נישט אריינמישן. (אין אויסנאם, אז עס עפעקטירט נאציאנאלע האנדל)
לויט די קאנסטאטוציע: האבן די שטאטן א רעכט צו פארמאכן סיי געשעפטן און סיי רעליגיעזע אינסטעטוציעס, און די פעדעראלע רעגירונג קען זיך נישט אריינמישן.
לויט די קאנסטאטוציע: האבן די שטאטן נישט קיין רעכט צו האלטן אפען געשעפטן, און נישט קיין רעליגיעזע אינסטעטוציעס.
די פראגע איז צו דער פרעזידענט וועט טאן ווי זיין פארגייער פרעזידענט קענעדי האט געטאן אין אלאבאמא, און אריינשיקן די ארמיי צו עפענען די שולן מיט מאכט.... עס שטייט נאך אויס פון אים...