מאנטאג מאי 25, 2020 3:20 pm#449578
פילאט פראגראם: פינען און פארשפארן אשכולות
טייערע חברים,
לעצטענס האבן מיר געשמועסט ווי אזוי מ'קען געבן בעסערע כלים פאר די וואס לייגן אריין גרויס מיה און פלאג אין שרייבן און קאנטריביוטען פאר קאווע שטיבל. אלס אן ערשטער שריט האבן מיר צוגעלייגט דעם "נייע אשכולות" קנעפל, וואס גיט פראמינענץ פאר אלע לעצטיגע נייע אשכולות, אפילו אויב מערערע עלטערע אשכולות זענען ארויפגעברענגט געווארן. אונזער געטרייער טעכניקער ידידינו ATUB @לאשיצער ATUB האט געטוהן די ארבייט לטובת הכלל.
לאור קריאת חברינו ATUB @פארוואס? ATUB מיט פארשידענע הצעות האבן מיר צוזאמען מיט לאשיצער אויסגעארבייט פרישע כלים וואס וועלן באדינען די וואס געבן אסאך צו צו קאווע שטיבל און עפענען זאכליכע אשכולות.
צו ערשט ווילן מיר אנמערקן אז עטליכע באדינונגען וואס זענען דערמאנט געווארן דארטן, זענען צוטריטליך פאראן אינעם טעפעטאלק עפפ – צום ביישפיל, באקומען א מעלדונג ווען איינער ציטירט איינעמ'ס ווערטער.
בנוגע אנדערע הצעות, פאנגען מיר אן א ''פילאט פראגראם" אז חברים וואס געבן צו חשוב'ע בייטראגעס צו קאווע שטיבל קענען פון יעצט און ווייטער בעטן צו באקומען די מעגליכקייט אליין צו פארשפארן אשכולות וואס זיי האבן געשריבן און עפענען באזונדערע אשכולות פאר קאמענטארן, אזוי אויך וועלן זיי קענען אליין "פינען" די אשכולות אויב זיי שפירן אז ס'איז וויכטיג, און זיי וועלן אויך דינען אלס גבאי אויף זייער אייגענעם אשכול צו מאדערעיטן די וואס האלטן זיך נישט צו די פרינציפן פון קאווע שטיבל אדער פארדרייט דעם שמועס פון דעם אשכול.
מיר האפן אז די נייע מעגליכקייטן וועט נאך מער פארגרינגערן און פארשענערן אייער קאווע שטיבל עקספיריענס.