Under maintenance
הויפט זייט » בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה

בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13899
מיטוואך יוני 03, 2020 7:40 am#450375
בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה
עס קומט יעצט אהן די שלעכטע בשורה אז דזשיגעלע יאקאבאוויטש איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער.

מיט דעם האט זיך געענדיגט א קייט צו די אמאליגע צדיקים.
מיטוואך יוני 03, 2020 7:41 am#450376
.
מיטוואך יוני 03, 2020 7:42 am#450377
אינטערוויו מיט מאמענט
מיטוואך יוני 03, 2020 12:06 pm#450407
אבל יחיד עשי לך מונקאטשער מקוה.

אפשר יעצט וועט מען סוכ''ס געוואויר ווערן דעם מיליטערישן סוד ווי אלט ער איז טאקע געווען. ר' דשיגאלע האט געשעפט שטיקער חיות פון יעדן איינעם דרייען א קאפ ווי אלט ער איז. פאר איינעם פלעגט ער פארציילן פונעם מנחת אלעזר, פאר א צווייטן אז ער העט נאך געזעהן ר' ישעלה, פארען דריטן אז ער האט נאך אריינגעכאפט ר' הערצקלע ראצטפערטער און פארן פערטן פערד אז ער געדענקט נאך דעם בעש''ט אליינס.
מיטוואך יוני 03, 2020 12:35 pm#450413
דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.
מיטוואך יוני 03, 2020 2:04 pm#450425
בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה
ער האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט געזען רבי ישעי׳לע קערעסטירער אין קאלוב ביים יארצייט פון רבי אייזיק׳ל קאליבער זי״ע, יעצט רבי ישעי׳לע איז אוועק אין תרפ״ה, מוז זיין אז ער איז געבוירען פאר תרפ״ה כדי צו קענען געדענקען דעם מאורע, מען זאגט טאקע אז ער איז געווען 97 יאר אלט.

אזוי אויך האט ער מיר געזאגט אז ער האט געזען עפעס א ליטווישע גדול אפשר דער חפץ חיים אדער רבי אלחנן. ביי איינע פון די כנסייה הגדולות, איך געדענק נישט פונקליך.
מיטוואך יוני 03, 2020 2:25 pm#450428
בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה
ארגינעל איז ער געווען א בעלזער חסיד, נאכן פטירה פונעם בעלזער רב זי״ע האט רבי איציקל מפשעווארסק אים געזאגט, נו מיר פארן צום סאקמער רב וואס איז צדיק הדור, האט ער זיך געדרייט ביים סאטמאר רב, צום סוף איז ער אנגעקומען קיין ראחמיסטריווקא.
ווען איך פלעג אריינגיין פרייטאג צונאטכס צום טיש אין ראחמיסטריווקא פלעג איך אים זען זיצען ביים מזרח וואנט מיט א חומש אין דער הענט מיט זיין אלטע זיסע שטריימל אויפן קאפ, געווען א נחת צו זען. אינדערוואכען האט ער זיך געדרייט אין מונקאטש, חבל על דאבדין.
מיטוואך יוני 03, 2020 4:03 pm#450441
בד"ה! איך דאנק דעם באשעפער אז איך האב זוכה געווען אים צו זעהן, ווער עס האט געזען זיינס א דאווענען ווייסט וואס עס מיינט א דאווענען, ווער עס האט געהערט זיינע אמן'ס ווייסט וואס עס מיינט צו ענטפערן א ברכה, ווער עס האט געזען די הכנעה וואס ער האט געהאט צו רבנים (אדער סתם עמך יודן) אפילו זיי זענען אסאך יונגער פון אים (און זיי זענען נישט אנגעקומען צו זיין כף רגל) ווייסט וואס דרך ארץ מיינט. ער איז געווען א ריכטיגע דוגמא פון א יוד פונעם אלטן דור, אזעלכע פראדוקטן באשאפט זיך נישט תש20... חבל על דאבדין ולא משתכחין!
מיטוואך יוני 03, 2020 4:22 pm#450444
א גאר זיסע איד געווען.
קיינמאל געהאט די זכיה צו רעדן מיט אים, אבער דאך מיטגעהאלטן פונדערנאנט זיין עבודה, אין מונקאטשער שוהל.

זיין צוגיין צו א אינגע בחור'ל פרעגן אויב ער האט שוין ברכות געזאגט, נישט קוקענדיג אויף די יארגאנג. זיין שטיין נעבן די בעל תפילה צו הערן און קדיש זאגן. אה. מיינע קינדער גייען אויפוואקסן אין א וועלט אן אזא איד.

בארא פארק האט פארלוירן היינט א שטיק היסטאריע, א קשר צו פריעדיגע צדיקים, א קייט צו א לעבן פון אמאל.
מיטוואך יוני 03, 2020 7:20 pm#450463
מאך זיכער האט געשריבן:דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.
אלס בחור, ער האט חתונה געהאט אין די הויכע דרייסיגער. געווען א סוקסעספולע ביזנעסמאן.

אוי, דזשיגעלע ע"ה! וואו וועלן מיר הערן די סיפורי צדיקים, אמת'ע ווי פיקציע, פון היינט און ווייטער?

דרך אגב, מען האט איהם געלייגט אין די ביה"ח אין קרית יואל.
מיטוואך יוני 03, 2020 7:40 pm#450464
מיטוואך יוני 03, 2020 8:00 pm#450466
Re: בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.
אלס בחור, ער האט חתונה געהאט אין די הויכע דרייסיגער. געווען א סוקסעספולע ביזנעסמאן.

אוי, דזשיגעלע ע"ה! וואו וועלן מיר הערן די סיפורי צדיקים, אמת'ע ווי פיקציע, פון היינט און ווייטער?

דרך אגב, מען האט איהם געלייגט אין די ביה"ח אין קרית יואל.
ער האט חתונה געהאט אין די הויעכע פערציגער יארן.

מ'האט איהם געלייגט אין קרית יואל אין די ביה"ח פון סאטמאר מהרז"ל.
מיטוואך יוני 03, 2020 8:25 pm#450469
יין שרף האט געשריבן:

דאס איז קלאר נישט אמת
מיטוואך יוני 03, 2020 10:26 pm#450480
עמעזאן האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:

דאס איז קלאר נישט אמת
דאס איז אבער געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך איינגערעדט/איינגערעדט אנדערע אז ער אי עלטער ווי ער איז טאקע געווען.

ומדי דברי בו, די נפטר ע"ה האט שטארק געוואלט ליגן אין ביה"ח דשיכון סקווירא. אבער ער האט זיך אויסגענומען מיט די משפחה מ'זאל שרייבן זיינע לאגער נומערן אויף די מציבה און אין סקווירא איז דא א קפידא נישט צו שרייבן נומערן אויף מציבות.
מיטוואך יוני 03, 2020 10:29 pm#450481

און זיי וועלן נישט לאזן אפילו לאגער נומערן????
מיטוואך יוני 03, 2020 10:30 pm#450482
Re: בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה
בדרך אגב: איז שוין דא א אשכול אויף סקווירא קפידות?
מיטוואך יוני 03, 2020 11:43 pm#450488
חתם סופר האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:

דאס איז קלאר נישט אמת
דאס איז אבער געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך איינגערעדט/איינגערעדט אנדערע אז ער אי עלטער ווי ער איז טאקע געווען.

ומדי דברי בו, די נפטר ע"ה האט שטארק געוואלט ליגן אין ביה"ח דשיכון סקווירא. אבער ער האט זיך אויסגענומען מיט די משפחה מ'זאל שרייבן זיינע לאגער נומערן אויף די מציבה און אין סקווירא איז דא א קפידא נישט צו שרייבן נומערן אויף מציבות.

און זיי וועלן נישט לאזן אפילו לאגער נומערן????
זעהסט דאך אז ניין.
דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:33 am#450504
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.
אלס בחור, ער האט חתונה געהאט אין די הויכע דרייסיגער. געווען א סוקסעספולע ביזנעסמאן.

אוי, דזשיגעלע ע"ה! וואו וועלן מיר הערן די סיפורי צדיקים, אמת'ע ווי פיקציע, פון היינט און ווייטער?

דרך אגב, מען האט איהם געלייגט אין די ביה"ח אין קרית יואל.

ער האט געוואינט אין וויען, נישט פראנקרייך.
דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:34 am#450505
יין שרף האט געשריבן:

דער געבורטס דאטום איז אזוי אמת ווי דער פלאטץ ווי ער איז געבוירען.

ער איז געבוירען אין נירעדהאזא. תרפ"ד-ה.
דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:35 am#450506
חתם סופר האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:

דאס איז קלאר נישט אמת
דאס איז אבער געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך איינגערעדט/איינגערעדט אנדערע אז ער אי עלטער ווי ער איז טאקע געווען.

ומדי דברי בו, די נפטר ע"ה האט שטארק געוואלט ליגן אין ביה"ח דשיכון סקווירא. אבער ער האט זיך אויסגענומען מיט די משפחה מ'זאל שרייבן זיינע לאגער נומערן אויף די מציבה און אין סקווירא איז דא א קפידא נישט צו שרייבן נומערן אויף מציבות.

און זיי וועלן נישט לאזן אפילו לאגער נומערן????

די מעשה איז בכלל אמת? וועט מען מוזען ווארטען ביז די הקמת המצבה.
דאנערשטאג יוני 04, 2020 5:58 pm#450534
בעקיצער ער האט נישט געזעהן ר' ישעיה'לע.

ווייסט איינער פארוואס ער האט געפאסט אזויפיל תעניתים?

עס איז זיכער א סגולה אויף אריכות ימים.
דאנערשטאג יוני 04, 2020 6:57 pm#450541
געהערט פון איד וואס האט געהערט פון ר' וואלף גליק (פישטא) אז ער איז געבוירן אין די זעלבע יאר פון דזיגאו דאס קומט אויס ארום תרפ''ה והכי מסתבר .
זיינע מעשיות זענען נישט קאראנט ווען אומצאליגע מאל שטימט עס נישט מיט די טרוקענע פאקטן הידועים לכל מי שיודע, א שטייגער וואס ער פלעגט פארציילן אז ער איז מיטגעפארן מיט ר' שלום אליעזר'ל צום לויה פונעם עצי חיים , וואס דאס קען נישט זיין אמת וויל כידוע איז ר' ש''א געווען דארטן פון פריער זייענדיג פון די טוענים ביים ב''ד אויס צו'פועל'ען א ישועה פארן עצי חיים.
דאנערשטאג יוני 04, 2020 7:44 pm#450546
איך ווייס נישט צו די מעשה איז אמת, אבער אי משום הא לא קשיא, ווייל דער עצ"ח איז קראנק געווארן און אוועק אין קליינווארדיין, און די דין תורה איז אויך דארט געווען, מ'האט אים צוריקגעפירט אין סיגוט ווען ער האט שוין נישט געלעבט.
דאנערשטאג יוני 04, 2020 8:03 pm#450547
ביטע ערקלער מער!
דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:47 pm#450571
אוהב ספרים האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:דזשיגעלע ע"ה פלעגט וואוינען א תקופה אין פראנקרייך און ער פלעגט פארן אויף פשעווארסק.
אלס בחור, ער האט חתונה געהאט אין די הויכע דרייסיגער. געווען א סוקסעספולע ביזנעסמאן.

אוי, דזשיגעלע ע"ה! וואו וועלן מיר הערן די סיפורי צדיקים, אמת'ע ווי פיקציע, פון היינט און ווייטער?

דרך אגב, מען האט איהם געלייגט אין די ביה"ח אין קרית יואל.

ער האט געוואינט אין וויען, נישט פראנקרייך.

ועוד: ווייל הרה"צ ר' איציקל פשעווארסקער האט דאך דאמאלס געוואוינט אין פאריז. איז דאך נישט שייך צו זאגן אז ער איז געפארן...לאל.
זונטאג יוני 07, 2020 11:41 pm#450814
אויך נישט קיין קשיא ווייל ר' איציקל האט זיך געצויגן קיין אנטווערפן בשנת תשי"ז איז דזיגעלע איז ערשט געפארן קיין אמעריקע אנהייב ל' יארן

אבער למעשה האט ער אלע יארן געוואוינט אין וויען - אין איז געוועהן א גרויסע עושר דארטן..
מאנטאג יוני 08, 2020 2:49 am#450821
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:געהערט פון איד וואס האט געהערט פון ר' וואלף גליק (פישטא) אז ער איז געבוירן אין די זעלבע יאר פון דזיגאו דאס קומט אויס ארום תרפ''ה והכי מסתבר.

גברא אגברא קרמית?
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:זיינע מעשיות זענען נישט קאראנט ווען אומצאליגע מאל שטימט עס נישט מיט די טרוקענע פאקטן הידועים לכל מי שיודע, א שטייגער וואס ער פלעגט פארציילן אז ער איז מיטגעפארן מיט ר' שלום אליעזר'ל צום לויה פונעם עצי חיים , וואס דאס קען נישט זיין אמת וויל כידוע איז ר' ש''א געווען דארטן פון פריער זייענדיג פון די טוענים ביים ב''ד אויס צו'פועל'ען א ישועה פארן עצי חיים.

אויב האט ער דאס אויסגעטראכט, דארף ער זיין א וועלט'ס בעל זיכרון.
צו געדענקען אלע פרטים פונעם ליגנט, און איבערדערציילן יעדעס מאהל מיט די זעלבע פאקטן.
דאס איז שוין א גרויסע חידוש, (דאכט זיך אז אפי' משב"ק ר' עזריאל ע"ה איז נישט געוועהן אזוי געלונגען)
מיטוואך יוני 10, 2020 12:49 am#451106
נוסח המציבה
מיטוואך יוני 10, 2020 9:47 am#451138
האמיר די נומבערס. ווארט נאר איבער צו הערן צו עס איז דא אזא קפעידא אין סקווירא.
דינסטאג יוני 16, 2020 3:49 pm#451938
די סיבה פארוואס ער ליגט דארט איז פשוט, זיי האבן געגעבען דו ביליגסטע פרייז, ותו לא. ודו"ק ותשכח.
מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 10:22 pm#458310
זעהט אויס סאטמאר רבי מהר''א האלט אז דזשיגעלע איז געווען א בעל דמיון
מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 11:10 pm#458315
אין מספרין אחר המת, אבער מהר"א איז ווייט פון דער איינציגסטער וואס האלט אזוי.

נו, וואס פעלט אויס צו רעדן.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 12:56 am#458320
וואס איז דער מעשה, ווי אן וואס האט ער אים געראטעוועט?
זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 1:11 am#458322
דער ברך משה האט יא אמאל דערציילט ברבים אז דזשיגעלע האט אים געראטעוועט, ווען דזשיגעלע איז אמאל געקומען צו א וואכעדיגע טיש, חנוכה צי ווען.

ס'איז געווען נאכן מלחמה אין לאגער ווען דער ברך איז זייער קראנק געווען האט ער אים געראטעוועט מיט מעדיצינישע הילף.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 1:35 am#458326
סוואלט ווען אויך געווען פארשטענדליך אז דער ברך משה האט נישט געוואלט עפנטליך ארויסווייזן א הכרת הטוב פאר זיין לעבן צו א יאקאבאוויטש און א ברודער פון אביגדור.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:34 am#458336
Re: בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה
ביבער האט געשריבן:סוואלט ווען אויך געווען פארשטענדליך אז דער ברך משה האט נישט געוואלט עפנטליך ארויסווייזן א הכרת הטוב פאר זיין לעבן צו א יאקאבאוויטש און א ברודער פון אביגדור.
שטותים
עס איז געווען אסאך יארן וואס אביגדור איז געווען פוו זיינע נאנטסטע מענטשן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 8:05 am#458338
מפיל קינד האט געשריבן:דער ברך משה האט יא אמאל דערציילט ברבים אז דזשיגעלע האט אים געראטעוועט, ווען דזשיגעלע איז אמאל געקומען צו א וואכעדיגע טיש, חנוכה צי ווען.

ס'איז געווען נאכן מלחמה אין לאגער ווען דער ברך איז זייער קראנק געווען האט ער אים געראטעוועט מיט מעדיצינישע הילף.

טראג עס צו ר' אהרן, לאמיר זעהן וואס דער חכם מכל האדם וועט דעמאלס זאגען.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:08 am#458341
Re: בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה
אישתישבי האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:דער ברך משה האט יא אמאל דערציילט ברבים אז דזשיגעלע האט אים געראטעוועט, ווען דזשיגעלע איז אמאל געקומען צו א וואכעדיגע טיש, חנוכה צי ווען.

ס'איז געווען נאכן מלחמה אין לאגער ווען דער ברך איז זייער קראנק געווען האט ער אים געראטעוועט מיט מעדיצינישע הילף.

טראג עס צו ר' אהרן, לאמיר זעהן וואס דער חכם מכל האדם וועט דעמאלס זאגען.
איר קענט מיר זאגן וואס מהר"א האט דא שלעכט געזאגט? אדער איז ער פון די מענטשן וואס מ׳ טאר נישט מלמד זכות זיין אויף אים
סה"כ האט ער געזאגט ער האט עס נישט געהערט פון זיין טאט׳ן, איך קען אויך די היסטארי פון ב"מ ז"ל און אויך נישט געהערט דערפון ביז א יאר 2 צוריק ווען עס האט זיך פארשפרייט א ווידאו ווי דזשיגעלע פארציילט עס, טאר ער נישט זאגן אז ער האט עס נישט געהערט?
ער זאגט דען אז ער איז א ליגענער?
עס מוז זיין אמת ווייל מפיל קינד האט עס יא געהערט "ביי א וואכעדיגע טיש (ער האט קיינמאל נישט געזאגט תורה און אוודאי נישט פארציילט מעשיות ביי וואכעדיגע טישן ווי ל"ג בעומר שושן פורים, אפשר ביי א יארצייט סעודה אבער נישט מסתבר) און מפיל קינד איז געווען ביים שבת ש"ב אין ב"פ, און קיינער איז נישט אזוי באגלייבט ווי אים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:52 am#458343
.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 5:35 pm#458363
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:

ווען ר'"א וואלט גארנישט שלעכט געזאגט, נאר סך הכל אז ער האט עס נישט געהערט, וואלסטו נישט אראפגעריסן מפיל.

הבנת?
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 5:46 am#458389

איך האב אראפגעריסן איינעם? סה"כ פרעג איך פארוואס מפיל זיצט דא און קריטיקירט מהר"א אויף יעדע ווארט אדער טאט וואס ער טוט
עניוועי געגאנגען ווייטער

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:17 pm#458479
Re: בד''ה דזשיגעלע יאקאבאוויטש ע''ה
מנחם ציון האט געשריבן:צדיק'ל, ער זאגט דיר א מציאות וואס ער האט געהערט, אדער פון איינעם וואס האט דאס געהערט, הייבסטו אן ס'קען נישט זיין ווייל דער ב"מ האט נישט געזאגט קיין תורה אינדערוואכן "אויסער" 20 יאר אכט טעג חנוכה, און אויסער שמחות, און אויסער פתיחות, און אויסער יארצייט טישן, און אויסער סתם געשמועסט און מיאמי.
ווילסט אויספירן? גוט ס'איז נישט געווען קיין טיש, ס'איז געווען א ניחום אבילים
סא וואט! איז עס נישט אמת ווייל "'ס'איז נישט מסתבר"? העסטו זיך ברעכן קאפ מיט די סברות וויאזוי צו מיישב זיין.
יענער האט מיטגעהאלטן א מעשה אין ב"פ, איז עס נישט געווען ווען ר' סרולטשע איז געווען רבי, ממילא? איז עס עטיש צו לאזן אן עלטערן שוואגער, א זיידע (נישט סתם א פעטער), א רב בישראל, וואס איז געקומען צו פארן צו א שמחה לופטערן ווי א נפיחה?

ווי זאגט יארמע רב? ווילסט הערן א מעשה אדער ווילסט זיך מתווכח זיין
גערעכט, חטאתי עוויתי פשעתי, איך טאר נישט זאגן א מיינונג אנדערש ווי די הויכגעשעצטע שרייבערס וואס שרייבן נאר מציאות, איבערהויפט אין סאטמאר ווי איך בין געווען אלע יארן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 12:06 am#458512

די מעשה אין בארא פארק האב איך מיטגעהאלטן, וואו נעמט מען נאך אזא בעל מידות בדורינו, אויב איז דא איין איד וואס איך וואלט זיך געקוויטלט, איז עס ביי ר׳ ישראל מוויזניץ.
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 12:31 am#458517
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:צדיק'ל, ער זאגט דיר א מציאות וואס ער האט געהערט, אדער פון איינעם וואס האט דאס געהערט, הייבסטו אן ס'קען נישט זיין ווייל דער ב"מ האט נישט געזאגט קיין תורה אינדערוואכן "אויסער" 20 יאר אכט טעג חנוכה, און אויסער שמחות, און אויסער פתיחות, און אויסער יארצייט טישן, און אויסער סתם געשמועסט און מיאמי.
ווילסט אויספירן? גוט ס'איז נישט געווען קיין טיש, ס'איז געווען א ניחום אבילים
סא וואט! איז עס נישט אמת ווייל "'ס'איז נישט מסתבר"? העסטו זיך ברעכן קאפ מיט די סברות וויאזוי צו מיישב זיין.
יענער האט מיטגעהאלטן א מעשה אין ב"פ, איז עס נישט געווען ווען ר' סרולטשע איז געווען רבי, ממילא? איז עס עטיש צו לאזן אן עלטערן שוואגער, א זיידע (נישט סתם א פעטער), א רב בישראל, וואס איז געקומען צו פארן צו א שמחה לופטערן ווי א נפיחה?

ווי זאגט יארמע רב? ווילסט הערן א מעשה אדער ווילסט זיך מתווכח זיין
גערעכט, חטאתי עוויתי פשעתי, איך טאר נישט זאגן א מיינונג אנדערש ווי די הויכגעשעצטע שרייבערס וואס שרייבן נאר מציאות, איבערהויפט אין סאטמאר ווי איך בין געווען אלע יארן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מעגסט און דו זאלסט זאגן אן אנדערע מיינונג, אבער פרעג נישט יענעם אפ מיט "ס'נישט מסתבר" ווען יענער האט עס אליין מיטגעהאלטן