פארומס › "יא, ווייל דו ביסט סעלף העיטינג!"

"יא, ווייל דו ביסט סעלף העיטינג!"

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13904
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:17 pm#450566
יעדער וואס האט נאר אמאל אויפגעהויבן א שטימע ארויסצוהייבן אן ענין וואס איז צריך תיקון אין אונזער געזעלשאפט, איז שוין פארשריגן געווארן אז ער איז א "סעלף העיטינג" איד. כלומר, א איד וועלכער האט זיך זעלבסט פיינט; א איד וועלכער האט פיינט אידישקייט און/אדער דאס אידישע פאלק.

אין אנדערע ווערטער, העסטו ווען געווען א זעלבסט-ליבנדער איד וואלטסטו דאך אוודאי נישט קריטיקירט, נאר וואלטסט געזען אז ס'איז גוט ווי עס איז. עס מוז זיין אז דו האסט פיינט דיינע אידישע ברידער, און אפילו זיך אליין.

אין מיין ערפארונג קומט דאס געווענליך פון מענטשן וואס קענען זיך פשוט נישט ספראווען מיט דער רעאליטעט אז אן אומרעכט קומט פאר ביי אונז, און דעריבער איז זיי גרינג צו ווארפן דעם "סעלף העיט" עפיטעטאן צו פרובירן יענעם שטיל צו מאכן. מיין פראגע צו זיי איז, איז ירמיהו הנביא געווען א סעלף העיטינג דזשו? איז דער סאטמארער רבי געווען א סעלף העיטינג דזשו? וואס טוט זיך מיט ר' אלחנן וואסערמאן?

אין פאליטישן לעבן, זענען אבאמא אדער טראמפ סעלף העיטינג אמעריקאנער ווען זיי שרייען אז דער מצב טויג נישט אין לאנד און שלאגן פאר וואס מ'דארף טון עס צו טוישן?

ווען יעדע צייטונג אין דער וועלט האט ארטיקלען וואס רעפלעקטירן אויף דעם יעצטיגן מצב און פרעגט: "וואס האבן מיר נישט ריכטיג געטון, און וואס קענען מיר טון בעסער?" – זענען די אלע צייטונגען סעלף העיטינג?

Can.jpg

זענען די ארויסגעבער פונעם "נעשאנעל פאוסט", פון די גרעסטע קאנאדישע צייטונגען, "סעלף העיטינג קאנאדער"?

אז מ'עפנט די פילע בלעטער פון אונזערע אויסגאבעס זענען זיי נאר פול מיט קאנגראטולאציעס ווי געוואלדיג מיר זענען. פאר א רפואה קען מען נישט טרעפן זעלבסט-קריטיק, אביסל אריינקוקן אין זיך אליין און בודק זיין די מעשים. אפילו אין אזא תקופה ווי יעצט, נאכדעם וואס מיר האבן פארלוירן הודערטער טייערע אידן צו א מגיפה, טרעפט מען נישט קיין ווארט וועגן אונזערע טעותים.

און אז איינער גייט אינדרויסן פון די ראמען פון די צייטונגען, צי ס'איז אויף אינעם ביהמ"ד'ס קאווע שטיבל, צי ס'איז אינעם ווירטואלן קאווע שטיבל, און וואגט זיך צו סופלעמענטירן דעם שמועס מיט דאס וואס פעלט – ווערט ער באצייכנט ווי א "סעלף העיטער".

געדענקט איר דעם קינד אין חדר וואס מ'האט נישט געקענט רעדן צו אים? וויפיל דער מלמד אדער מנהל האט נאר פרובירט מסביר צו זיין אז לא זו הדרך איז ער געווארן באליידיגט, געווארפן א טאנטרום, און געשריגן, "יא, ווייל דו האסט מיך פיינט!" אט אזוי פירן זיך אויף די וואס קענען נישט הערן א ווארט מוסר אויף אונזערע אויפפירונגען.

יא, ווייל דו האסט אונז פיינט.

יא, ווייל דו ביסט סעלף העיטינג.

*
ווען איינער זאגט עפעס וואס דו ווילסט נישט הערן, איז ער נישט קיין סעלף העיטער. ער האט פיינט א געוויסע אויפפירונג וואס דו האסט נישט פיינט. נו, זאל דיר וואויל באקומען. דו קענסט גערן פארטיידיגן די אויפפירונג, דו קענסט עס גערן דעבאטירן, אבער מ'מעג הערן קריטיק. ניין, מ'דארף הערן קריטיק. אויב איז עס נישט אין די בלעטער פון די צייטונגען זאל עס כאטש זיין פון דעם מויל פון דיין חבר, אדער פון דער פענע פון דעם קאווע שטיבל שרייבער. דו מוזסט נישט מסכים זיין מיט'ן קריטיק, אבער דו מוזסט מודה זיין אז עס מוז זיין א מעגליכקייט צו קריטיקירן, און אז דער וואס קריטיקירט קען דאס מיינען ערנסט אפילו אויב דו ביסט נישט מסכים מיט אים.
דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:48 pm#450572
עס איזה אמת אז עס איז וויכטיג צו הערן קריטיק און א מענטש איז אויסגעשטעלט אין זיין לעבן צו מאכן טעותים ,
אבער ביי אידען ווערט מען געפירט דורך רבנים וגדולי ישראל ,
און עס קען נישט ווערן אז יעדער וואס האט א פעדער אין האנט אדער אקטיוו אויף סאשיעל מידיא זאל באשמיצן יעדעם איינעם וואס ער טראכט אז יענער האט נישט גיט געטוהן אין א געוויסע ענין,
און בדרך כלל ווען מ'ריפט איינעם א סעלף העיטינג איד ,איז עס ווען ער אטאקירט די "סיסטעם" ווען ער זעהט א פראבלעם מיט דעם ,
עס איז זיכער דא אסאך פראבלעמען מיט די "סיסטעם"
אבער אונז זעמער אלע א חלק פון דעם און יעדער איינער האט מעלות און חסרונות , איז וואס אטאקירסטע די גאנצע סיסטעם וועגן די זעסט א פראבלעם מיט דעם ,
און בפרט ווען מען טוט עס ברבים וואס דעמאלטס ווייזט עס אז די האלטס דיך קליגער און בעסער ווי די פשוטע סיסטעם יודן ,
ברדך כלל ווען איינער רעספעקטירט די מעלות און גיטע חלקים פון אונז און ער זאגט די קריטיק אויף די ריכטיגע וועג און די ריכטיגע פלאטץ וועלן רוב מענטשן עם פארשטיין
דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:56 pm#450574
מ׳קען זאגן אז דאס געדאנק, אין אלגעמיין, פון ״סעלף-העיטינג״ ביים קריטיקירן גייט זיך ווענדן אין ווי ווייט די פאלעמישקייט און ווי ווייט אן אונטערליגענדע סאבּדזשעקטיוויטי ליגט אונטער דאס קריטיק. אויב זענען די צוויי הויך קען דאס צופירן אז עמאשענס [״שנאה״ אין די קאנטעקסט] קומען אריין אינעם קריטיק/ארגומענט און טוהן לייגן דאס ארגומענט און קריטיק, הגם זיי קענען זיין ריכטיג, אונטער א שאטן (ובכלל אונטערמינעווען דאס לאגיק פונעם ארגומענט).

יעצט, מ׳קען אפשר קלערן אז א(ן אפשר באדייטענדע) טייל פון די וואס קריטיקירן אונזער געזעלשאפט קומען פון מענטשן וואס די געזעלשאפט האט זיי אומריכטיג באקריוודעט. דאס טוהט, ווי נישט, צומאל לייגן זייערע טענות, הגם זיי זענען אפשר ריכטיגע, אונטער דאס פריער-דערמאנטע שאטן. דאס קען האבן אן אפעקט אז אפילו ווען איינער (פון אינעווייניג) גיבט אביעקטיווע קריטיק וואס איז נישט אונטער דעם שאטן, באטראכט מען אים ווי ער איז יא אונטער דעם שאטן.

וואס מ׳דארף זיך אויסלערנען איז סיי צו קענען דן זיין ווען די קריטיק ווערט געגעבן אביעקטיוולי, ווי אויך אז אפילו ווען/אויב עס איז טאקע יא פאלעמיש און סאביעקטיוו צו דאך קענען ארויסנעמען די אמת׳ע פונקטן אין וואס יענער טענה׳ט און דאס אויסהערן אויף זיך צו פארבעסערן, הגם ער קען טאקע זיין סעלף-העיטינג (תוכו אכל וקליפתו זרק, כדי לקבל את האמת ממי שאמרו).
פרייטאג יוני 05, 2020 11:29 am#450609
קומזיץ האט געשריבן:... ביי אידען ווערט מען געפירט דורך רבנים וגדולי ישראל ,
און עס קען נישט ווערן אז יעדער וואס האט א פעדער אין האנט אדער אקטיוו אויף סאשיעל מידיא זאל באשמיצן יעדעם איינעם וואס ער טראכט אז יענער האט נישט גיט געטוהן אין א געוויסע ענין,
און בדרך כלל ווען מ'ריפט איינעם א סעלף העיטינג איד ,איז עס ווען ער אטאקירט די "סיסטעם" ווען ער זעהט א פראבלעם מיט דעם ,

איך זעה נישט פארוואס איינער מיט א גוטע פעדער, און דבריו נשמעים, זאל נישט אויסנוצען זיין טאלאנט אויף מעורר זיין אויף עפעס וואס איז צריך תיקון.
און נישט א יעדער וואס איז מעורר איז "סעלף-העטינג" און אפילו ווען ער איז מעורר אויף די "סיסטעם" אין general - קען ער דאס מיינען ערנסט.

פון די אנדערע זייט איז דא גענוג און נאך וואס זענען טאקע יא "סעלף העטינג", פונקט ווי ס'דא סעלף-העטינג שווארצע אדער סעלף-העטינג ווייסע וכדו'.

געווענליך וועלן זיי פעינטען א גאנצע גרופ מיט איין בראש און נוצען טערמס ווי למשל יעדער וואס האט נאר אמאל
אדער אלע ווייסע, זענען ראסיסטען.
פרייטאג יוני 05, 2020 11:54 am#450614
קריטיק איז א גוטע זאך ווען עס איז מיט א מאס. מ'דארף הערן קריטיק אבער קיינער האט עס נישט ליב צו הערן און מיט רעכט. קאווע שטיבל איז די איינציגסטע ווינקל פאר א היימישער צו שרייבן קריטיק און יעדער קומט אהער אראפצולאדענען זיין פארציע קריטיק אויפן סיסטעם. עס קומט אויס אז יעדע צווייטע אשכול דא אין שטיבל איז קריטיק און דאס איז שוין אביסל נערווירענד און איבערגעטריבן. ניתי ספר ונחזי, וויפיהל אשכולות האסטו שוין געעפענט דא וואס איז נישט קיין קריטיק?
פרייטאג יוני 05, 2020 12:04 pm#450615
תנחום האט געשריבן:ניתי ספר ונחזי, וויפיהל אשכולות האסטו שוין געעפענט דא וואס איז נישט קיין קריטיק?

רוב פאזיטיווע נקודות וואס איז דא צו קאמענטירן ווערן שוין געמאכט יעדע וואך אין די טויזנטער בלעטער פון דער איד, דער בלאט, די צייטונג, מאמענט, המודיע, יתד נאמן, עונג שבת, אייוועלט, די הודערטער פראפאגאנדע טוויטער אקאונטס, קול מבשר וכו' וכו' -- וואס איז מיר אינטערעסאנט איבערצוקייען די זעלבע זאכן? אז איך נעם די מי צו שרייבן וועט עס זיין ווען כ'האב צו זאגן עפעס אייגנארטיג, און רוב אייגנארטיגע נקודות וועלן נאטירליך זיין נקודות וואו מיר דארפן זיך פארבעסערן.
פרייטאג יוני 05, 2020 12:32 pm#450616
און די נקדוה איז?
די נקידה איז!
ס'איז נישט דא אזא זאך וואו א "סעלף העיטינג" איד!!

האב איך דיך גוט פארשטאנען?
פרייטאג יוני 05, 2020 1:44 pm#450622
ס'איז דא איינער וואס "קריטיקירט אמאל" עפעס אינעם סיסטעם, אזא איינעם וועט כמעט יעדער זיין גרייט אויסצוהערן...

דערנאך איז דא איינער וואס "קריטיקירט אלעמאל" אלעס וואס האט מיט אידן און אידישקייט, קיינמאל הערט מען נישט פון אים א פאזיטיווע ווארט, נאך איידער ער הערט בכלל פון וואס די רעדע איז, אויב האט עס מיט חרדי'שע אידן איז ער דערקעגן, יא! ער איז סעלף העיטינג! און קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צוזאגן!

אמת די היימישע צייטונגען שטעלן נאר אהער די פאזיטיווע זייט, און וועלן קיינמאל נישט ברענגן קיין קריטיק אויף אונז, אבער - לעומת זה - קאווע שטיבל, וועט כמעט אלעמאל ברענגן נאר קריטיק, און אויב איינער וועט פרובירן זיך אנצונעמען וועט ער שנעל צומאלן ווערן דורך די חברים דא...

איז ממילא איז אלעס עקסטרעים, דער איד, בלאט, איי-וועלט וכדו' איז עקסטרעים אויף איין זייט, און קאווע שטיבל איז עקסטרעים אויף די אנדערע זייט. נו, אויב שוין זיין עקסטרעים איז דאך בעסער עקסטרעים פאזיטיוו און שטאלץ מיט אונז, ווי איידער עקסטרעים נעגאטיוו און שעלטן אלעס וואס האט מיט חרדי'שע אידן
פרייטאג יוני 05, 2020 1:53 pm#450624
העניך האט געשריבן:
תנחום האט געשריבן:ניתי ספר ונחזי, וויפיהל אשכולות האסטו שוין געעפענט דא וואס איז נישט קיין קריטיק?

רוב פאזיטיווע נקודות וואס איז דא צו קאמענטירן ווערן שוין געמאכט יעדע וואך אין די טויזנטער בלעטער פון דער איד, דער בלאט, די צייטונג, מאמענט, המודיע, יתד נאמן, עונג שבת, אייוועלט, די הודערטער פראפאגאנדע טוויטער אקאונטס, קול מבשר וכו' וכו' -- וואס איז מיר אינטערעסאנט איבערצוקייען די זעלבע זאכן? אז איך נעם די מי צו שרייבן וועט עס זיין ווען כ'האב צו זאגן עפעס אייגנארטיג, און רוב אייגנארטיגע נקודות וועלן נאטירליך זיין נקודות וואו מיר דארפן זיך פארבעסערן.

עס זענען פארהאן גענוג פאזיטיווע שטריכן וואס ווערן ארויסגעלאזט. און דו ווייסט אויך דעם אמת אז ווען איינער גייט עפענען א פאזיטיווער אשכול גייט ער אראפגעריסן ווערן אז עס איז נישט ריכטיג וואס ער שרייבט.

דארפסט נאכאלץ דאנקן דעם רבוש"ע פארן אייך שענקן די נעגאטיווע ברילן. נישט יעדער פארמאגט אזא הויכע נומער.
פרייטאג יוני 05, 2020 2:00 pm#450628
אבער שוין ווייטער איז מען פארפארן פון די נקודת האשכול צו אן אטאקע אויף העניך'ס נעגאטיוויטעט.

למעשה איז העניך גערעכט אדער נישט? דארפן די היימישע צייטונגען זיך זעלבסט קריטיקירן אדער איז טאקע נישטא אויף וואס זיך צו רעגן?
פרייטאג יוני 05, 2020 2:34 pm#450638
יהודי פשוט האט געשריבן:ס'איז דא איינער וואס "קריטיקירט אמאל" עפעס אינעם סיסטעם, אזא איינעם וועט כמעט יעדער זיין גרייט אויסצוהערן...

דערנאך איז דא איינער וואס "קריטיקירט אלעמאל" אלעס וואס האט מיט אידן און אידישקייט, קיינמאל הערט מען נישט פון אים א פאזיטיווע ווארט, נאך איידער ער הערט בכלל פון וואס די רעדע איז, אויב האט עס מיט חרדי'שע אידן איז ער דערקעגן, יא! ער איז סעלף העיטינג! און קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צוזאגן!

אמת די היימישע צייטונגען שטעלן נאר אהער די פאזיטיווע זייט, און וועלן קיינמאל נישט ברענגן קיין קריטיק אויף אונז, אבער - לעומת זה - קאווע שטיבל, וועט כמעט אלעמאל ברענגן נאר קריטיק, און אויב איינער וועט פרובירן זיך אנצונעמען וועט ער שנעל צומאלן ווערן דורך די חברים דא...

איז ממילא איז אלעס עקסטרעים, דער איד, בלאט, איי-וועלט וכדו' איז עקסטרעים אויף איין זייט, און קאווע שטיבל איז עקסטרעים אויף די אנדערע זייט. נו, אויב שוין זיין עקסטרעים איז דאך בעסער עקסטרעים פאזיטיוו און שטאלץ מיט אונז, ווי איידער עקסטרעים נעגאטיוו און שעלטן אלעס וואס האט מיט חרדי'שע אידן

יהודי פשוט: אנטשולדיג. דו ביסט נישט גערעכט. (שוין קריטיק.). ווייל ס'איז דא מערערע אשכולות דא אויף קאווע שטיבל וועלכע ברענגען ארויס די פאזיטיווע זייט פון דעם גאנצן היימישן הלוך ילך...!
פרייטאג יוני 05, 2020 2:42 pm#450641
berlbalaguleh האט געשריבן:

נו, מ'וועט טאקע דערהערן קריטיק פון יענע ניק'ס.
פרייטאג יוני 05, 2020 2:50 pm#450644
בערל: זיי ווערן בטל בשישים. זשאסט לעטס בי האנעסט.
פרייטאג יוני 05, 2020 3:02 pm#450647
יהודי פשוט האט געשריבן:
קאווע שטיבל, וועט כמעט אלעמאל ברענגן נאר קריטיק,

דו ביסט אין קאווע שטיבל פונקט ווי איך בין, און לכאורה דארפן דיינע 629 פאזיטיווע הודעות וואס דו האסט שוין דא געשריבן דערטרענקען מיינע 489.

יהודי פשוט האט געשריבן:און אויב איינער וועט פרובירן זיך אנצונעמען וועט ער שנעל צומאלן ווערן דורך די חברים דא...

ווייל דו קענסט נישט טאלערירן א צווייטע מיינונג. קוק נאר אין דעם אשכול גופא האבן נאר 3 רעאגירט פאזיטיוו צו מיין ארטיקל, און 8 זענען נישט מסכים מיט מיר. שטערט עס מיך? אוודאי נישט! איך וועלקאם א דעבאטע. דערפאר לויפן אזעלכע ווי דו קיין אייוועלט צו שרייבן זייערע "פאזיטיווע" נקודות, ווייל דארטן וועט מען נישט לאזן העניך ברענגען אן אנדערע זייט.
פרייטאג יוני 05, 2020 3:57 pm#450649
קאוועשטיבעל איז נישט אליינס, מענטשן קוקן אין פיל ערטער, און דא איז עס קריטיק, ערגעץ אנדערש, לויב, און ערגעץ אנדערש, סתם שטותים.

למעשה, די סימן פון א געזונטע געזעלשאפט איז ווען עס קען נעמן קריטיק. ווען מ'פארכט פון קריטיק, און יעדער אינערליכע וואס זאגט קריטיק ווערט שוין א דערויסענדיגע, איז עס א סימן אז עס איז נאך נישט זיכער מיט זיך.דאס קען מען נישט שטופן, דאס איז אן אינערליכע פראצעס, און דער חרדישע סיסטעם, מיט איר זעלבסט-לויב, איז נאך נישט דארט.

הרב ATUB @קומזיץ ATUB האלט אז נאר גדולי ישראל מעגן זאגן קריטיק. פיין און וואויל. און דער וואס האלט נישט אזוי איז א סעלף העיטינג דזשאו, אדער סתם האט ער נישט ווי דיר?
סתם אזוי, ווייסטו אליינס אז די גדולי ישראל האבן מענטשן וואס קומען צו זיי מיט פרצות און פראבלעמן, זיי טרעפן עס נישט אליינס. ממילא קומט דאך אלס פון פלעינער מענטשן, נישט גדולי ישראל.
פרייטאג יוני 05, 2020 4:07 pm#450651
כגלייב קיינער האט נישט קיין ספק אז העניך האט פיינט די חרדישע קאמיוניטי/סיסטעם אין ער וואלט מסכים געווען סזאל היינט צאמפאלן. דאס מיינט אבער נישט אז ער איז א סעלף העיטער, ער האט נישט זיך פיינט, ער האט פיינט זיין קאמיוניטי.
פרייטאג יוני 05, 2020 4:40 pm#450655
ס'איז קלאר אז איינער וואס קריטיקירט איינעם איז עס נאר ווייל ער האט יענעם פיינט, למשל ווען מיין רבי אין חדר האט מיך קריטיקירט פאר'ן זיין א מחוצף האב איך שוין דעמאלטס געוואוסט אז איך דארף מיך נישט צוטון מאכן ווייל ער זאגט עס נאר ווייל ער האט מיך פיינט. אויך ווען מיין שוויגער קריטיקירט איר טאכטער פאר'ן דרייוון ווייסן אונז אלע איר צו לאכן אין פנים ווייל ס'איז אלץ בלויז פיינטשאפט.

די פשט איז נישט ווייל ווען דו וואלסט מיך ליב געהאט וואלסטו געקענט פארקוקן די חסרונות, ווייל אויב דאס וואלט געווען פשט וואלט באמת די פיינטשאפט באמת נישט אויסגעמאכט, למאי נ"מ צו ס'קומט פון ליבע צו פיינשאפט, די קריטיק דארף נאכאלץ ווערן גענומען ערנסט. נאר פשט איז טיפער, ווען ראובן האט ליב שמעון צ.ב. ווערט שמעון אויטאמאטיש ריין פון חסרונות, און טאקע דערפאר ווען ראובן קריטיקירט שמעון קען שמעון צוריק'טענה'ן "ווייל דו האסט מיך פיינט", כלומר, ווייל דו האסט מיך פיינט דערפאר האב איך די פראבלעם, ווייל ווען ראובן וואלט איהם ליב געהאט וואלט ער נישט געקענט האבן קיין חסרונות, ופשוט הוא.
פרייטאג יוני 05, 2020 6:39 pm#450665
עס איז צוויי נקודות זיך צו זיך באציען דא,
אוודאי אויב איינער האט קריקיט אדער געדאנקען צו פארבעסערן אונזער געמיינדע איז עס וויכטיג און געזינט צו זאגן ,
אבער די טאן געבער און די וואס מאכן די החלטות דארפן זיין רבנים וגדולי ישראל ,
איז איינער וויל זאגן קריטיק קען ער עס טוהן אויף די ריכטיגע וועג אן ברענגען א resistance צו דעם אז ער גייט צו די ריכטיגע מענטשען ,
אז די שפירסט אז די רעדסט צו גראדע ווענט אפשר זיך דיך א רב וואס די שפירסט באקוועם מיט זיין מהלך ,
אז יעדער וואס האט עפעס צו זאגן אויף איינעם וועט זיך נעמען קריטיקירן און זאגען מיינונגען און מען דארף זיך רעכענען מיט דעם , וועט ווערן א תהו ובהו ,
און וועט ברענגען צו מחלוקת און סתם אראפרייסן איינער די אנדערע אן קיין שום תועלת

די אנדערע נקודה איז פארוואס מען ריפט איינעם סעלף העיטינג, אזוי ווי אנדערע האבן שוין געזאגט אויב די קריטיק איז ריכטיג דעמאלטס איז נישט קיין נפק"מ ווער עס זאגט עס
קבל את האמת ממי שאמרו ,
אבער ווען איינער זעהט עפעס א פראבלעם און ער מאכט אוועק די גאנצע סיסטעם ,
און אויכעט ווען מען הערט עס כסדר פון איינעם,
ווייזט זיך אויס אז ער האט א פראבלעם און קען נישט דילדען די גאנצע סיסטעם (געמיינדע) און מ'ריפט עם סעלף העיטינג ,
איך זאג נישט אז עס איז גערעכט , נאך אלעס זיץ איך אויך דא אויף קאווע שטיבעל אפילו איך ווייס עס איז פול מיט קריטיק
אבער זייער אסאך מאל איז דא א סיבה פארוואס מען פארשרייט איינעם אלטץ סעלף העיטינג
אוודאי איז דא עקסטרעמיטען וואס אלעס אנדערש פון זיין איז סעלף העיטינג
אבער מרעדט און אלגעמיין וועלן מענטשן נישט יעדעם פארריפן
נאר אויב ער רעדט אויף א אופן ווי דרויסענדיגער
מוצ"ש יוני 06, 2020 11:06 pm#450676
קומזיץ: אין אנדערע ווערטער. אויב א מענטש זעהט איין בכלליות די מעלות פון אונזער געמיינדע. נאר ער טרעפט געוויסע נקודות אין וואס מ'קען זיך פארבעסערן. דאס נעמט אן א יעדער נארמאלער מענטש. אבער ווען איינער קומט אריין אויטאמאטיש און קריטיקירט א יעדע זאך וואס דער עולם אדער א טייל פון עולם טוט, איז א סימן אז עפעס טויג נישט ביי איהם אליינס. ער האט עפעס א שוואכקייט אדער א קאמפלעקס. און ער פראדזשעקט עס אויפ'ן כלל....!
זונטאג יוני 07, 2020 1:03 am#450689
פון די אשכול טייערע שווארצע ברידער.....

שמעי' האט געשריבן:מ'זעט יעצט אז ס'דא גאר אסאך סעלף העיטינג און א.ט.ד. ניגעס אויף דעי מארקעט.
זונטאג יוני 07, 2020 1:58 am#450698
עפעס דערמאנט מיך דער אשכול פון א אלטע תגובה מיינס...

l viewtopic.php?f=4&t=6771 l
מיטוואך יולי 01, 2020 1:58 pm#453506
"משפחה" מאגאזין אין ארץ ישראל עקספלארירט די שוואכקייט פון חרדים בנוגע זיך צושטעלן צו די פארארדענונגען זיך צו היטן פון קאראנא. כה לחי!
מיטוואך יולי 01, 2020 2:24 pm#453508
די משפחה רעדט פון אן עקסטרעמע פאל פון א ישיבה וואו תלמידים האבן געצייגט פאקטישע סימפטאמען און די ראשי ישיבות האבן געמאכט א שווייג, געהייסן די בחורים נישט אויסזאגן פאר קיינעם אז זיי האבן קאראנע מחשש ביטול תורה ווייל די ישיבה גייט זיך דארפן צומאכן.
מוצ"ש יולי 9, 2022 10:28 pm#503905
בּערנארד לאזאר אין א בריוו צו טעאדאר הערצל, וואו ער קריטיקירט אים איבער זיין צוגאנג:
Like all governments, you want to beautify the truth, to be the government of a people that appears clean and proper [propre]; the highest duty has become for you "not to display national shames." However, I myself am in favor of displaying them, so that one should see poor Job on his dunghill, scraping his sores with the broken shard of a bottle. We will die from hiding our shames, from burying them in deep caves, instead of bringing them into the pure air. Our people is in the most abject mud. We must roll up our sleeves and go seek it where it moans, where it groans, where it suffers. We must recreate our nation
‏בתוך זיינע ווערק אין זיינע פריע יארן, מיט זיין חילוק צווישן א ״ישראל״ און א ״איד״, איז טאקע געווען טענות קעגן אים אלס סעלף-העיטינג און אנטיסעמיטיזם.
מוצ"ש יולי 9, 2022 11:06 pm#503907
אנאנים: איך וויל נאר פארשארפן דיין נקודה אז אויב איינער לאזט הערן זעלבסט קריטיק ווערט ער (אין מערסטע פעלער) פארשריגן אלס סעלף העיטינג. ווייל די אידן סיי אלס יחידים און סיי אלס פאלק ווערן זייער א סאך מאל קריטיקירט ווען ס'איז אומבארעכטיגט. מערסטנס דורך שונאי ישראל. פאר זייערע האסן מאטיוון. ממילא אויב איינער ברענגט אויף א זאך אפילו בארעכטיגט, וואו מ'דארף זיך פארבעסערן. סיי אלס יחידים. און סיי אלס פאלק. ווערט ער שוין קריטיקירט. אבער דער אמת איז אז ס'איז דא גענוג און נאך זאכן וועלכע קענען אויסשטיין א ביסל זעלבסט קריטיק. איינס פון די מערסט אנזעעוודיגע סאבדזשעקטס איז דער אופן וויאזוי אידן (בכלליות) דרייוון קארס און באסעס. ס'דא מענטשן (אידן) וועלכע וועללן נישט אנערקענען דיין רעכט אריבערצופארן א גאס. נאר זיי וועללן זיך אריינשטופן וויפיהל און וואו זיי קענען

איך דרייוו היינטיגע טעג א באס אין די עיר התורה והחסידות מאנסי. ס'זענען דא געוויסע מוסדות וואס זייערע דרייווערס (וועלכע זענען אין טייל פעלער מבני חם) וועללן זיך אריינשטופן אין א שמאלע גאס ביז אן אינטש אוועק פון דעם אנקומענדיג באס אדער קאר. דער פועל יוצא פון דעם איז אז ביידע ווערן פארטשעפעט און סטאק. משא"כ ווען איינער (פון די 2) האנדלט מיט א ביסל שכל און מענטשליכקייט און לאזט דעם צווייטן אדורכפארן קען א יעדער פארן אויף זיין וועג לחיים ולשלום. א טייל (טאקע פון אונזערע קאזינס די בני חם) טוען עס מחמת חוסר ידיעה און מחמת קוצר השכל. אבער אפילו היימישע דרייווערס פון יענע מוסדות טוען די זעלבע. להבדיל, גויים (אויסער א פאר אומוויסנדע חיות וועלכע דרייון קאר סערוויס טעקסיס) דרייוון מער געזעצליך און מענטשליך.אנדערע מוסדות, וועלכע איך וויל אויך נישט אנרופן בייםן נאמען, זייערע דרייווערס פיהרן זיך אויף אויסגעצייכנט אויפ'ן ראוד. זייער מוסד געפינט זיך אויף א שמאלע גאס וואו א סאך אנדערע קארס דרייען זיך אויס. (א זאך וואס מ'זעהט נישט אין בארא פארק). די באסעס פון יענעם מוסד, ווען זיי זעהען אן אנדער'ן באס וואס קומט זיי אנטקעגן, שטעללן זיך אין א זייט און לאזן יענעם אריבערפארן.למעט רוב אנדערע היימישע וועלכע טוען פונקט די פארקערטע. און דאס ברענגט פראבלעמען. און מאכט אויך א חילול ה'.
מיטוואך יולי 13, 2022 10:22 am#504071
berlbalaguleh

סעלף העיטונג באס דרייווער
מיטוואך יולי 13, 2022 8:54 pm#504109
אפילו לשיטתך וואס דו רעדסט די מערסטע מאל שטותים והבלים און טראללינג, מאכן דיינע ווערטער איצט אינגאנצן נישט קיין סענס. מה עניין שמיטה אצל הר סיני. לאל טראלל...!
דאנערשטאג יולי 14, 2022 2:27 pm#504147
berlbalaguleh
אפילו לשיטתך וואס דו רעדסט די מערסטע מאל שטותים והבלים און טראללינג, מאכן דיינע ווערטער איצט אינגאנצן נישט קיין סענס. מה עניין שמיטה אצל הר סיני. לאל טראלל...!
ר' בערל,
קענסט ל"ע נישט מיט שאקלען אויף א ווערטעל? האסט טאקע געמיינט איך מיין עס ערענסט? ל"ע ול"ע אויף אלע גוים געזאגט אזא שוואכע קאפ. שרייבסט דאך אליין אז עס מאכט נישט קיין סענס, און אמת, פארדעם איז עס ווערטעל סארקאסטיש גערעדט.

בד"וו, עס איז נישט דער ערשטער מאל וואס איינער שרייבט עפעס אזוי לשם הנאה און ווערטעל, און דו כאפסט נעבעך נישט, און לאזט ארויס א טאץ קללות נוסח מארמאראש.

איך האף אז אין ריללייף ביסטו אביסל בעסער.
דאנערשטאג יולי 14, 2022 7:20 pm#504164
דו ביסט ארויף א מדרגה: פון סתם א טיפש ביסטו געווארן א סערטיפייד טראלללללל...!
אויב דאס זענען דיינע ווערטלעך און דאס איז דיין סענס אוו היומאר, שטייען מיר זייער שוואך.
דאס וואס דו האסט יעצט געזאגט איז אויכעט זיכער נאר א ווערטל...לאל טראללל.!
פרייטאג יולי 15, 2022 4:57 am#504182
ס׳עקזיסטירט נישט אזא מין זאך ווי self hating Jew.
אידישקייט איז נאָר רעליגיע, און אויב עס געפעלט דיר נישט, טוה דיר אויס די סממנים און ביסט א גוי פונקט ווי אלע אנדערע.
יעצט, אויב א פרייער אדער ציוניסט טוט עפעס קעגן אידן, קען מען אים נישט אנקלאגן אזויווי מען טוט פאר אַן אנטיסעמיט, ווייל ער איז דאך א כאילו איד... אזויווי א שווארצער טוט עפעס קעגן א אנדערע שווארצער קען מען נישט אנקלאקן אלס hate crime
די סלאגאן self hating Jew , שטאמט פון די ציונים ימח שמם וזכרם, וויבאלד זיי ארבעטן צו פארדרייען וואס מיינט איד, און זיין ווילן אהערשטעלן אידישקייט אלץ ראסע, דאס שטימט דאך פאר זייער אגענדעס.
און מען קען נישט אנקלאגן די אלע ציונים ימח שמם וזכרם וואס שלאגן מיט רציחה קעגן אידן און פארשפרייטן אנטיסעמיטישע מעסידשעס קעגן אידן אויף די גאנצע אינטערנעט און מען קען גארנישט טון ווייל זיין הייסן איד…
די ציונים זענען די גרעסטע אנטיסעמיטן ימח שמם וזכרם.
פרייטאג יולי 15, 2022 5:56 pm#504204
berlbalaguleh
דו ביסט ארויף א מדרגה: פון סתם א טיפש ביסטו געווארן א סערטיפייד טראלללללל...!
אויב דאס זענען דיינע ווערטלעך און דאס איז דיין סענס אוו היומאר, שטייען מיר זייער שוואך.
דאס וואס דו האסט יעצט געזאגט איז אויכעט זיכער נאר א ווערטל...לאל טראללל.!
רפואה שלמה.
בכלל ביסטו געבענטשט מיט א גוטע שפראך, אבער עס שיינט בעיקר ווען דו רופסט מענטשן מיט צונעמען וכדומה. ל"ע.

און אגב, כאטש איר האלט אייך פאר א מוראדיגער ידען אין ווערטער, זעהט אבער אויס אז איר האט נישט קיין אהנונג וואס דער ווארט טראל מיינט.
איך וואלט מיר ערלויבט צו מאכען נאך א ווערטעל, אז אמאהל איז דא א סעלף העיטונג טראל, אבער איר וועט עס נאך נעמען ערענסט, ותוצאותיו מי ישורנה.
מיטוואך יולי 20, 2022 9:16 pm#504616
היסטאריע: ביטע בארואיג דיך. די גאנצע דיסקוסיע דא איז נישט ווערט אפילו כקליפת השום. יא א טראלל. נישט א טראלל. שוואכע קאפ. שטארקע קאפ. ווערטל. נישט ווערטל. דו ביסט באמת א חשוב'ער שרייבער דא אויפ קאווע שטיבל. א גרויסער ידען אין היסטאריע. אמאל מאך איך אויך נאר א ווערטל. שרייב ווייטער. איך האב שטארק הנאה פון דיינע מיינונגען און דיין פערספעקטיוו. חזק ואמץ (פרעג מיך נישט מיט וואס דאס גראמט...)