Under maintenance
הויפט זייט » ארבעט אויף וועקער נומער 18 איז אין שוואונג

ארבעט אויף וועקער נומער 18 איז אין שוואונג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13909
מוצ"ש יוני 06, 2020 10:12 pm#450672
ארבעט אויף וועקער נומער 18 איז אין שוואונג
IMG_20200606_220859_752.jpg

דער דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען פאר'ן קומענדיגן וועקער איז מאנטאג פר' קרח, אדר"ח תמוז. אויב איר דארפט אביסל מער צייט, שיקט אונז אן אימעיל און לאזט אונז וויסן.
e vekerjournal@gmail.com e
זונטאג יולי 19, 2020 6:35 am#454698
Re: ארבעט אויף וועקער נומער 18 איז אין שוואונג
When will it be available on amazon?
דאנערשטאג יולי 30, 2020 9:59 am#455540
עוד יואב חי!
זעה איך אז מורינו הרב רבי ATUB @יואב ATUB שליט"א האט משנה געווען חתימת קדשו צום פאלגענדע:
וועקער #18 - סטעי טונד!

יואב האט שוין נישט מגיב געווען דא אין שטיבל זייט יאנואר. ממילא איז דאס כמים קרים על נפש עייפה.
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 8:55 pm#458899
Re: ארבעט אויף וועקער נומער 18 איז אין שוואונג
נא, ווען קען מען ערווארטן הוצאה לאור?

(און איינוועגס וויפיל מאל א יאר קומט די וועקער אפיציעל ארויס?)
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:13 pm#458901
צוליב פארשידענע עיכובים וועט דער וועקער נומער 18 נישט זיין גרייט פאר יו"ט. מיר האפן נאך מיט עפעס ארויסצוקומען אויף יו"ט, אבער דער קומענדיגער נומער פונעם וועקער וועט אי"ה זיין שפעטער.
מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:57 pm#458904
Re: ארבעט אויף וועקער נומער 18 איז אין שוואונג
א חבר מיינע וואס איז געווען ביי מיר אויף שבת און געזען די וועקער, פרעגט ער מיר וואס איז דאס? איך קען עפעס דעם אויסגאבע פון איינער וואס ברענגט עס אין שול יום טוב און ליינט עס ביי דאווענען....


איי געס דאס יאר וועט ער דארפן דאווענען.
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 12:57 am#458909
דער וועקער האט געשריבן:צוליב פארשידענע עיכובים וועט דער וועקער נומער 18 נישט זיין גרייט פאר יו"ט. מיר האפן נאך מיט עפעס ארויסצוקומען אויף יו"ט, אבער דער קומענדיגער נומער פונעם וועקער וועט אי"ה זיין שפעטער.

:דיסלייק:
דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 8:52 am#458915
דער וועקער האט געשריבן:צוליב פארשידענע עיכובים וועט דער וועקער נומער 18 נישט זיין גרייט פאר יו"ט. מיר האפן נאך מיט עפעס ארויסצוקומען אויף יו"ט, אבער דער קומענדיגער נומער פונעם וועקער וועט אי"ה זיין שפעטער.

:( :(
דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 4:43 pm#459414
any updates ??
זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 4:10 pm#459480
דער עולם איז צושאסן!
זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 4:57 pm#459484
די בראך איז טאקע אן ערענסטע זאך. איך האב געקלערט אז דער וועקער איז דאך ממש מרומז צו סוכות וויבאלד ביי די מצוה זעה׳מיר אז אין קבע לשינה (עיין בסוכה כו.). נו, איז דארף מען טאקע דער ״וועקער״ אויפצווועקען פון דעם שלאף און העדר מחשבה [יושב בטל כישן דמי; אויך אין תשרי, ועיין במשנ״ב סימן תקפג ס״ק ז]. אן אמת׳ע שאד. :(

אזויפיל זעה׳מיר יא, צו עפּרישיעיטאן און מכיר טובה זיין פאר די מערכת פון ATUB @דער וועקער ATUB . ס׳איז ארבעט און ס׳קאסט צייט וכו׳.
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 7:47 pm#463796
וועקער נומער 18 וועט אי"ה ערשיינען אין די נאנטע וואכן.
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:02 pm#463822
דער וועקער האט געשריבן:וועקער נומער 18 וועט אי"ה ערשיינען אין די נאנטע וואכן.

Cant wait :like
דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 3:11 pm#464873
ווען קען מען עס ערווארטען?
דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 6:40 pm#465880
Re: ארבעט אויף וועקער נומער 18 איז אין שוואונג
דער וועקער האט געשריבן:וועקער נומער 18 וועט אי"ה ערשיינען אין די נאנטע וואכן.
גייט דאס נאך ערשיינען דעם חודש אדער מ׳ווארט שוין אויף פסח?
דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 7:35 pm#465887
האפנטליך קומענדיגע וואך אי"ה.
דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 7:54 pm#465888
:דאבללייק: :דאבללייק:
דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 8:02 pm#465889
גייט דאס זיין אנשטאט פסח אדער אונז זעמיר לאקי און ס'גייט ארויסקומען אויך אויף פסח?
דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 8:05 pm#465890
לייבל שטילער האט געשריבן:גייט דאס זיין אנשטאט פסח אדער אונז זעמיר לאקי און ס'גייט ארויסקומען אויך אויף פסח?

One at a time ;)
מאנטאג פעברואר 01, 2021 5:35 pm#466317
דער וועקער האט געשריבן:האפנטליך קומענדיגע וואך אי"ה.

כ'וויל נישט שטערן די ארבייט אבער אפשר א אפדעיט?
דאנערשטאג פעברואר 04, 2021 1:53 pm#466436
חתם סופר האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:האפנטליך קומענדיגע וואך אי"ה.

כ'וויל נישט שטערן די ארבייט אבער אפשר א אפדעיט?

מיר האפן צו גיין אין דרוק אי"ה קומענדיגן מאנטאג.
מאנטאג פעברואר 08, 2021 5:42 pm#466607
דער גרעסטער וועקער ביז היינט: 232 זייטן.
מאנטאג פעברואר 08, 2021 6:05 pm#466610
עס קיצעלט מיר פון עקסייטמענט.
ווען קען מען עס קויפן?
מאנטאג פעברואר 08, 2021 6:08 pm#466612
היכי דמי האט געשריבן:עס קיצעלט מיר פון עקסייטמענט.
ווען קען מען עס קויפן?

מיר גייען אי"ה היינט אין דרוק. לגבי קויפן זענען מיר תלוי בדעת אחרים. לכאורה שפעטסטנס אנפאנג קומענדיגע וואך, אבער האפנטליך נאך די וואך.
מאנטאג פעברואר 08, 2021 6:28 pm#466616
דער וועקער האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:עס קיצעלט מיר פון עקסייטמענט.
ווען קען מען עס קויפן?

מיר גייען אי"ה היינט אין דרוק. לגבי קויפן זענען מיר תלוי בדעת אחרים. לכאורה שפעטסטנס אנפאנג קומענדיגע וואך, אבער האפנטליך נאך די וואך.


א גרויסע ישר כח!
מאנטאג פעברואר 08, 2021 6:57 pm#466619
Re: ארבעט אויף וועקער נומער 18 איז אין שוואונג
דער וועקער האט געשריבן:דער גרעסטער וועקער ביז היינט: 232 זייטן.
נא א בילד פונעם קאווער?
מאנטאג פעברואר 08, 2021 9:44 pm#466640
אי"ה מארגן.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 1:16 am#466646
איך האף אז די נייע וועקער וועט זיין אויפן ניווא פון די אלטע וועקערס, נישט אזוי ווי די לעצטע וואס האט אויסגעקוקט אז מ’האט געזוכט מיט וואס אנצופילן די בלעטער, נישט אז עס אזוי שלעכט געווען, אבער מ’האט שוין דעליווערד בעסער.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 8:03 am#466652
גראדע האב איך געפילט אז די קוואליטי פון די לעצטע וועקער איז געווען זייער הויעך. יעדע ארטיקעל איז געוועהן הערליך אויסגעארבייט און צו די זאך. מסתמא האט דיך געשטערט די הערי פאטער ארטיקעל וואס האט נישט גערעדט צו דיר. כ'האב געהערט די קריטיק פון אסאך מענטשען אבער ס'איז נישט אז די ארטיקעל איז נישט געוועהן זייער גוט געשריבן נאר די נושא איז געוועהן פרעמד. (פאר מיר אויך). עניוועי איז געוועהן אזויפיל אנדערע ארטיקלען צו ליינען. און ס'האט נישט געשאט אז כ'בין אביסעל געוואר געווארן וואס הערי פאטער איז אלל עבאוט
דינסטאג פעברואר 09, 2021 10:44 am#466659
דער וועקער זוכט נישט אנצופילן בלעטער. פון אונזער זייט איז א וועקער פון 140 זייטן א הערליכער פראדוקט. מיר גייען געווענליך איבער היבש מער פון דעם ווייל מיר שפירן אז עס לוינט די הוצאה פון נאך בלעטער כדי צו געבן פאר די לייענער צו לייענען נאך ספעציפישע ארטיקלען. דער יעצטיגער וועקער גייט זיין אן אסטראנאמישער 232 זייטן. גלייבט אונז אז מיר האבן געוואלט שניידן, ס'וועט אונז זיין אסאך ביליגער ארויסצונעמען 80 זייטן. אבער מיר שפירן אז יעדן עמוד אינעם וועקער איז וויכטיג, און גיט פאר'ן לייענער קוואליטעט לייען-מאטעריאל און חומר למחשבה.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 11:23 am#466660
רבותי! עס קומט בס"ד א וועקער אזאנס און אזעלעכס.
איך בין זיכער אז וועקער נומער 18 וועט לאנג געדענקט ווערן אין די קומענדיגע יארן.
ווען היסטאריקער וועלן זיכן מיט ליכט וויאזוי די חרדי'שע מידיע האט געדעקט דער ********, און וועלן זיך וואונדערן וואס היימישע אידן האבן געטוהן דערצו און פארוואס עס איז געשען וואס איז געשען, וועלן זיי קענען ווייזן מיט די פינגער בלויז אויפן וועקער וואס דעקט אויף די פאקטן, ציפערן און ווארפט א שטיקל ליכט אויף די כלליות'דיגע מצב וכו'.

בנוגע אנפילן בלעטער, איך קען נאר מעיד זיין אז מיר האבן געטן בייהאל אסאך מער בלעטער פון וואס עס גייט צום פרינט, אבער מען האט געמוזט שניידן. אי"ה עוד חזון למועד.

וכאן המקום להזכיר לשבח די מערכת פונעם וועקער וואס לייגן אריין כח מיט מח צו ארויסגעבן דעם הערליכן דזשורנאל. חזקו ואמצו! יא, עס איז שווער, עס קומט נישט אהן לייכט, ובפרט אז די "מערכת" באשטייט נישט פון אזויפיל מיטגלידער...

אן עקסטערן דאנק פאר אלע טאלאנטפולע שרייבער'ס כל אחד בשמו הטוב יבורך. כלל ישראל שיקט אייך א הערצליכן דאנק.

ידידכם
פיקאסא
דינסטאג פעברואר 09, 2021 11:41 am#466661
יעדע וועקער איז א אוצר בלום, אבער אזוי ווי יעדע זאך איז דא אמאל עפעס וואס געלונגט בעסער און עפעס שוואכער, מיין אפיניאן איז אז די לעצטע איז געווען צו די שוואכערע זייט, קען טאקע זיין וועגן די הערי פאטטער ארטיקל.
דינסטאג פעברואר 09, 2021 12:41 pm#466664
דאנערשטאג פעברואר 25, 2021 6:22 pm#467569
איך פלעג די מערסטע הנאה פון די בריוון צום וועקער, דאס מאל האב איך אנגעהויבן צו כאפן אז איך קען די געדאנקען פון ערגעץ, ביז איך האב געכאפט אז די אלע בריוון זענען תגובות פון דא אין קאווע שטיבל, סאיז מיר פארענטפערט געווארן פון מ’האט געשאפט אזויפיל בריוו פון וויליאמסבורג איבער וויזעלס טורס, און ווי אויך בריוו פון שיכון סקווירא און בלומינגבורג וכדומה.