Under maintenance
הויפט זייט » די פאראדאקס אין די שיטה פונעם רמב"ן.

די פאראדאקס אין די שיטה פונעם רמב"ן.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13923
דינסטאג יוני 09, 2020 10:29 pm#451086
די פאראדאקס אין די שיטה פונעם רמב"ן.
א קשיא וואס עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט :
ס'איז ידוע די מחלוקת פון די רמב"ם און די רמב"ן אויב יעדע איסור\גזירה דרבנן ווערט א דאורייתא, בעוד וואס די רמב"ם שרייבט (ספה"מ עשה קע"ד):
לעשות כדברי השופטים באותו דור - היא שצונו לשמוע לבית דין הגדול ולעשות כל מה שיצוו מאיסור והיתר. ואין הבדל בזה בין הדבר שיסברוהו או דבר שיוציאוהו מן ההיקשים שהתורה נדרשת בהן או הדבר שיסכימו עליו שהוא איסור תורה או לפי ענין מן הענינים שיהיה דעתם שהוא ישר ושבו חזוק לתורה. הכל אנחנו חייבין לשמוע ולעשות ולעמוד על פיהם לא נעבור ממנו.
והוא אמרו יתברך על פי התורה אשר יורוך. ולשון ספרי כל המצוה אשר יאמרו לך תעשה זו מצות עשה.

און אזוי אויך אין (הל' ממרים א, ד):
הרי הוא אומר "על פי התורה אשר יורוך" (דברים יז,יא), אלו הגזירות והתקנות והמנהגות שיורו בהם לרבים כדי לחזק הדת ולתקן העולם;

דינגט זיך אבער די רמב"ן (השגות על ספה"מ שרש א) און פרעגט, אויב אזוי, פארוואס זאגן מיר ספק דרבנן לקולא? ס'איז דאך פונקט אזא דאורייתא! ווי אויך זעהן מיר אז חז"ל האבן מקיל געווען ביי דרבנן'ס במקום צער בעלי חיים אדער במקום הפסד אזוי אויך במקום כבוד הבריות וכדומה, וואס די אלע זאכען ווייזן דאך קלאר אז ס'איז נישט קיין דאורייתא, איי לא תסור? דאס גייט נאר ארויף אויף די י"ג מדות וכדומה וואס די בי"ד לערנט פשט אין די תורה אבער נישט אויף גזירות ( וראה עוד שם באריכות).
ממילא פיהרט אויס די רמב"ן:
אבל הגזרות והתקנות שעשו חכמים למשמרת התורה ולגדר שלה, אין להם בלאו הזה (ד.מ. "לא תסור") אלא סמך בעלמא, ואין להם דין המראה כלל וכו'.

דא שטעלט זיך די קשיא אויפ'ן רמב"ן:
אויב איז נישט דא קיין שום חיוב מן התורה צו פאלגן די גזירות פון חז"ל ווער דעמאלטס איז עס מחייב און מהיכי תיתי אז איך דארף זיי פאלגן?
און וועלכע סיבה דו וועסט מיר טרעפן צו מחייב זיין גייט מאכן די רמב"ן שווער פונקט ווי די רמב"ם, ווייל לאמיר זאגן אז איך דארף זיי פאלגן מסברא, איז דאך ווייטער שווער, ממ"נ, איז א סברא א דאורייתא, איז עס ווייטער א דאורייתא און וויאזוי זענען חז"ל מקיל וכו' כקושיית הרמב"ן, ווידער אויב איז א סברא נאר א דרבנן, דעמאלטס ווייטער, מהיכי תיתי איך דארף עס פאלגן? און אזוי איז לכאורה מיט יעדע סיבה וואס דו גייסט זאגן - איז אונז מחייב, אויב איז די סיבה עפעס וואס מ'קען זאגן אז די תורה איז צוליב איהם מחייב צו פאלגן די חכמים, איז עס דאך צוריק א דאורייתא, און אויב נישט פ"וו דארף איך פאלגן?
ווי עס שיינט לכאורה איז נישטא קיין איין תירוץ וואס קען אונז ארויסנעמען פון דעם פאראדאקס.
דער אמת איז אז דו קשיא פרעגט שוין ר' אלחנן אין קונטרוס דברי סופרים (אות טו - יח) אבער זיין תירוץ פארשטיי איך נישט, אדרבה ווער עס קען מסביר זיין איז מכובד.
דינסטאג יוני 09, 2020 10:48 pm#451089
ערשטנס, א דאנק פאר'ן עפענען אזא שיינעם שמועס, דאס איז די סארט שמועסן וואס האבן מיר מלכתחילה אהערגעשלעפט צו שטיבל דא.

לעצם הענין: סיי די חיוב צו פאלגן די תורה און סיי די חיוב צו פאלגן די רבנים זענען ביידע מסברא, פאלגן א סברא איז א חיוב מסברא...

אלץ אינג בחור'ל האב איך געפרעגט מיין זיידן אן ענליכע קשיא, אויב דער באשעפער האט טאקע נישט געהייסן פאלגן די חכמים, וואס וועט געשעהן אויב איך פאלג זיי נישט? ווער וועט מיך שיקן אין גיהנם אריין? דעם באשעפער אליינס גייט דאך נישט אן אז איך האב נישט געפאלגט די חכמים, ווייטער די חכמים האבן נישט די שליסלעך צום גיהנם, אויפ'ן עולם האמת קענען זיי נישט טוהן וואס זיי ווילן? אוי האט מיין זיידע געקעקעצט נאכדעם, ער האט מיר אפילו נישט געענטפערט אז ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך פארשטיין, אזא שטארקע קשיא איז עס. :lol:
דינסטאג יוני 09, 2020 11:30 pm#451093
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לעצם הענין: סיי די חיוב צו פאלגן די תורה און סיי די חיוב צו פאלגן די רבנים זענען ביידע מסברא, פאלגן א סברא איז א חיוב מסברא...

מיין לאגיק אקצעפטירט עפעס נישט די דאזיגע 'סברא'.... די איינציגע סיבה איך (פרוביר צו) פאלג(ן) די חכמים איז ווייל איך וויל נישט דער אויבערשטער דאל מיר דערלאנגען...

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: אלץ אינג בחור'ל האב איך געפרעגט מיין זיידן אן ענליכע קשיא, אויב דער באשעפער האט טאקע נישט געהייסן פאלגן די חכמים, וואס וועט געשעהן אויב איך פאלג זיי נישט? ווער וועט מיך שיקן אין גיהנם אריין? דעם באשעפער אליינס גייט דאך נישט אן אז איך האב נישט געפאלגט די חכמים, ווייטער די חכמים האבן נישט די שליסלעך צום גיהנם, אויפ'ן עולם האמת קענען זיי נישט טוהן וואס זיי ווילן? אוי האט מיין זיידע געקעקעצט נאכדעם, ער האט מיר אפילו נישט געענטפערט אז ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך פארשטיין, אזא שטארקע קשיא איז עס. :lol:
[/quote]

דאס גענוי איז די קשיא.
דינסטאג יוני 09, 2020 11:37 pm#451095
לייבל שטילער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לעצם הענין: סיי די חיוב צו פאלגן די תורה און סיי די חיוב צו פאלגן די רבנים זענען ביידע מסברא, פאלגן א סברא איז א חיוב מסברא...

מיין לאגיק אקצעפטירט עפעס נישט די דאזיגע 'סברא'.... די איינציגע סיבה איך (פרוביר צו) פאלג(ן) די חכמים איז ווייל איך וויל נישט דער אויבערשטער דאל מיר דערלאנגען...

וויי צו אזא יידישקייט מיין הארץ גייט אויס פאר אייך...
ערענסט גערעדט עס איז וויכטיג צו טרעפן א meaning און ידישקייט חוץ פון פחד. יגעת ומצאת תאמין
דינסטאג יוני 09, 2020 11:41 pm#451096
לייבל שטילער האט געשריבן:.
דער אמת איז אז דו קשיא פרעגט שוין ר' אלחנן אין קונטרוס דברי סופרים (אות טו - יח) אבער זיין תירוץ פארשטיי איך נישט, אדרבה ווער עס קען מסביר זיין איז מכובד.

ווי איך געדענק בויעט ר' אלחנן אויס אז מען זעהט פון די תורה אז דער באשעפער וויל מען זאל פאלגן די חכמים כאטש גאט האט דאס נישט דירעקט באפוילן. ממילא איינער וואס וויל גיין אין די תורה'ס וועגן דארף איינהאלטן די ''רצון התורה'' אויך, אפילו עס שטייט נישט קלאר.
דינסטאג יוני 09, 2020 11:44 pm#451098
כ'האב עס געזעהן אבער דאס פארענטפערט גארנישט, ממ"נ, איז דעי "רצון מחייב" דעמאלטס איז עס ווייטער א 'חיוב' מן התורה, אויב נישט, ווער זאגט איך בין מחויב?
דינסטאג יוני 09, 2020 11:45 pm#451099
דער תורה פון ר' אלחנן איז א גרויסע חידוש. עס זאגט אז מען קען ארויסנעמען פון די תורה געוויסע זאכן וואס גייען ווייטער ווי די תורה זאגט קלאר. ''די גייסט פון די תורה''. מען קען דאס נוצן פאר פארשידענע ענינים. לדוגמא, אויב זעהט זיך אויס אז די תורה וויל נישט באמת מען זאל האבן עבדים, און פרובירט צו פארמינערן די מציאות פון עבדות ווי מער. איז כאטש די תורה אנערקענט אין די מציאות פון עבדות, וועט א איד פרובירן נאכצוגיין די ''רצון התורה''.
די זעלבע זאך קען זיין לגבי עסן בעלי חיים און צער בעלי חיים.
דינסטאג יוני 09, 2020 11:46 pm#451100
די סמכות פון די חכמים איז אין טרעפן די ריכטיגע גדרים וסייגים נישט נכשל ווערן באיסור תורה. אז רבי ישמעאל האט געזאגט אני אקרא ולא אטה האט ער צום סוף געמוזט מודה זיין כמה גדולים דברי חכמים. יעצט אז ס'איז דא אמונת חכמים אז זיי האבן די ריכטיגע פארשטאנד אין גודר בפרץ זיין און עס קומט איינער און איז מזלזל דערין איז ער אן עבריין ווייל ער ווייזט אז אסורי תורה איז אים נישט וויכטיג זיך היטן דערפון.
דינסטאג יוני 09, 2020 11:48 pm#451101
לייבל שטילער האט געשריבן:כ'האב עס געזעהן אבער דאס פארענטפערט גארנישט, ממ"נ, איז דעי "רצון מחייב" דעמאלטס איז עס ווייטער א 'חיוב' מן התורה, אויב נישט, ווער זאגט איך בין מחויב?

פאר איינער וואס וויל האלטן אלץ וואס די תורה וויל איז דאס מחייב. אבער עס איז א שוואכערע מדרגה פון חיוב.
דינסטאג יוני 09, 2020 11:56 pm#451102
mevakesh האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לעצם הענין: סיי די חיוב צו פאלגן די תורה און סיי די חיוב צו פאלגן די רבנים זענען ביידע מסברא, פאלגן א סברא איז א חיוב מסברא...

מיין לאגיק אקצעפטירט עפעס נישט די דאזיגע 'סברא'.... די איינציגע סיבה איך (פרוביר צו) פאלג(ן) די חכמים איז ווייל איך וויל נישט דער אויבערשטער דאל מיר דערלאנגען...

וויי צו אזא יידישקייט מיין הארץ גייט אויס פאר אייך...
ערענסט גערעדט עס איז וויכטיג צו טרעפן א meaning און ידישקייט חוץ פון פחד. יגעת ומצאת תאמין

די ווארט איז נישט פחד צו נישט, די זעלבע לאגיק גייט אויך פאר שכר און פאר סיי וועלכע זאך אידישקייט מיינט ביי דיר, ווער וועט געבן שכר פאר'ן פאלגן די חכמים? וכו' וכו',
מיטוואך יוני 10, 2020 12:04 am#451103
לייבל שטילער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לעצם הענין: סיי די חיוב צו פאלגן די תורה און סיי די חיוב צו פאלגן די רבנים זענען ביידע מסברא, פאלגן א סברא איז א חיוב מסברא...

מיין לאגיק אקצעפטירט עפעס נישט די דאזיגע 'סברא'.... די איינציגע סיבה איך (פרוביר צו) פאלג(ן) די חכמים איז ווייל איך וויל נישט דער אויבערשטער דאל מיר דערלאנגען... \

און פארוואס גלייבסטו אז פאר א דאורייתא וועט דיר דער באשעפער יא דערלאנגען? ווער זאגט אז ס'איז בכלל דא א באשעפער וואס קימערט זיך איבער וואס דו טוסט? ס'דאך אלץ געבויעט אויף סברות, האסט מזל אז ביז די דרבננס קען דיין לאגיק יא אקצעפטירן, אנדערע בלייבן שטעקן אסאך פריער... דער רמב"ן עכ"פ האט פארשטאנען עפעס א סברא, אז דו פארשטייסט אנדערש ביזטו טאקע פטור.
מיטוואך יוני 10, 2020 12:51 am#451107
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:כ'האב עס געזעהן אבער דאס פארענטפערט גארנישט, ממ"נ, איז דעי "רצון מחייב" דעמאלטס איז עס ווייטער א 'חיוב' מן התורה, אויב נישט, ווער זאגט איך בין מחויב?

פאר איינער וואס וויל האלטן אלץ וואס די תורה וויל איז דאס מחייב. אבער עס איז א שוואכערע מדרגה פון חיוב.

הייסט עס אז אלע דרבנן'ס זענען וואלענטער"י?
מיטוואך יוני 10, 2020 6:53 am#451122
ר' לייבל

ווער זאגט אייך אז דער רמב"ן האלט אז פאלגען די חכמים איז נישט א דאורייתא?

ווען ער זאגט "סמך בעלמא" און מען ווערט נישט א זקן ממרא צוליב דעם ווערט עס אויס דאורייתא?

קען זיין ער זאגט מער דארט.

אויך שטימט עפעס נישט וויאזוי די ברענגסט עס אראפ, אז דער רמב"ן פרעגט, אז לויט דער רמב"ם פארוואס זאגט מען ספיקא דרבנן להקל, עס איז דאך דאורייתא? עד כאן דבריך. דער רמב"ם האלט אז ספיקא דאורייתא איז מן התורה להקל נאר מדרבנן להחמיר, ולק"מ.

ועוד, לפי זכרוני, האלט דער רמב"ם אז אלע הל"מ גזירה שוות און אפשר אפילו אלעס וואס מען לערנט ארויס פין די י"ג מדות, זענען נאר מדרבנן חוץ ווי עס שטייט בפירוש אין די גמרא אז עס איז דאורייתא.

ווי קען זיין אזא פליפפלאפ פין האלטען אז אלעס איז דרבנן, און דערנאך איז אלעס דאורייתא? עפעס איז דא דא א בלבול.
מיטוואך יוני 10, 2020 9:16 am#451127
לייבל שטילער האט געשריבן:כ'האב עס געזעהן אבער דאס פארענטפערט גארנישט, ממ"נ, איז דעי "רצון מחייב" דעמאלטס איז עס ווייטער א 'חיוב' מן התורה, אויב נישט, ווער זאגט איך בין מחויב?

לדעת הרמב"ן איז דא א איסור נישט צי זיין נבל ברשות התורה?
איז דא אזא זאך לויט די רמב"ן וואו די "גייסט פין די תורה"?
איז דאס עפעס חידוש פין ר' אלחנן?

-------

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:.
דער אמת איז אז דו קשיא פרעגט שוין ר' אלחנן אין קונטרוס דברי סופרים (אות טו - יח) אבער זיין תירוץ פארשטיי איך נישט, אדרבה ווער עס קען מסביר זיין איז מכובד.

ווי איך געדענק בויעט ר' אלחנן אויס אז מען זעהט פון די תורה אז דער באשעפער וויל מען זאל פאלגן די חכמים כאטש גאט האט דאס נישט דירעקט באפוילן. ממילא איינער וואס וויל גיין אין די תורה'ס וועגן דארף איינהאלטן די ''רצון התורה'' אויך, אפילו עס שטייט נישט קלאר.

לייבל שטילער האט געשריבן:כ'האב עס געזעהן אבער דאס פארענטפערט גארנישט, ממ"נ, איז דעי "רצון מחייב" דעמאלטס איז עס ווייטער א 'חיוב' מן התורה, אויב נישט, ווער זאגט איך בין מחויב?

ר' אלחנן אליין שרייבט ווייטער אז דאס פארענטפערט גארנישט ווייל ממ"נ (אות לא, לג)

לפי שיטות הרמב"ן איז עובר זיין א דרבנן אן איסור דאורייתא! (עיין אות לא, מא)
אבער נאר אן איסור גברא (נישט פאלגן די חכמים)
און נישט קיין איסר חפצא (למשל שניות לעריות)
ע"כ איז עס יא געהענעבל אבער ספק איז מותר
גברא חפצט זענען מיינע ווערטער נישט ר אלחנן אדער ר חיים

עיין וואס ער ברענגט פין ר חיים אות לב
זעה אויך אות מ"א

בנוגע @רביה"ק זי"ע זיידע קעקעצען, קימט אים גארנישט, ער מיז נישט וויסן שיטות הרמב"ם אדער פארשטיין קלאר א יעדע רמב"ן, זיין אייניקל און זיינע יארן פארשטייט אויך נישט
מיטוואך יוני 10, 2020 9:46 am#451136
אישתישבי האט געשריבן:ר' לייבל[

ווער זאגט אייך אז דער רמב"ן האלט אז פאלגען די חכמים איז נישט א דאורייתא?
די רמב"ן זאגט קלארע ווערטער אז אלע איסורי דרבנן זענען נישט קיין דאורייתא בכלל, אדרבה קענסט נאכקוקן די גאנצע זאך דא , ער חזר'ט זיך איבער מער ווי איין מאל.
ווען ער זאגט "סמך בעלמא" און מען ווערט נישט א זקן ממרא צוליב דעם ווערט עס אויס דאורייתא?
דאס איז נאר די אויספיהר, כנ"ל.
קען זיין ער זאגט מער דארט.

אויך שטימט עפעס נישט וויאזוי די ברענגסט עס אראפ, אז דער רמב"ן פרעגט, אז לויט דער רמב"ם פארוואס זאגט מען ספיקא דרבנן להקל, עס איז דאך דאורייתא? עד כאן דבריך. דער רמב"ם האלט אז ספיקא דאורייתא איז מן התורה להקל נאר מדרבנן להחמיר, ולק"מ.
די עיקר קשיא איז פ"וו איז דא א חילוק צווישן דרבנן'ס און דאורייתא'ס, וואס איינע פון די זאכן איז ספק דרבנן להקל. אזוי צו אזוי, דאס פרעגט ער.
ועוד, לפי זכרוני, האלט דער רמב"ם אז אלע הל"מ גזירה שוות און אפשר אפילו אלעס וואס מען לערנט ארויס פין די י"ג מדות, זענען נאר מדרבנן חוץ ווי עס שטייט בפירוש אין די גמרא אז עס איז דאורייתא.

ווי קען זיין אזא פליפפלאפ פין האלטען אז אלעס איז דרבנן, און דערנאך איז אלעס דאורייתא? עפעס איז דא דא א בלבול.
כ'זעה נישט דיין פראבלעם דא, וואס איז די בלבול? א דרבנן לויט די רמב"ם מיינט אז די חכמים האבן עס אויסגעטראפן און עס ווערט א דאורייתא ווייל די תורה האט געהייסען פאלגן די חכמים.
מיטוואך יוני 10, 2020 10:32 am#451151
ביסט גערעכט מיט כמעט אלעס,

נאכקוקענדיג דער רמב"ן, איז דא א חרם און א נידוי נישט צו פאלגען דרבנן'ס, און א קללה פין פורץ גדר ישכנו נחש.

יעצט קענסטו אנהייבן פרעגן צו חרם איז א דאורייתא. דער רמב"ן האלט אז עס איז דברי קבלה.

וואס איז דברי קבלה? זאג די.

עס איז דא א ספר פין רמב"ן אויף חרם.

איך שיהיה זעהט אויס אז עס איז דא א פאנישמענט פין דער אויבערשטער ווייל די פאלגסט נישט א חרם.

דוגמא לדבר, פאלגען א טאטע וועט זיין א דאורייתא, זאגט מען ביי דעם אויך ספיקא דאורייתא לחומרא? א ספק טאמער איינער איז זיין טאטע איז זיכער יא א ספיקא דאורייתא, אבער ווען די תורה זאגט מען זאל פאלגען א טאטע מיינט עס אויך פאלגען ווען מען האט א ספק אין זיין כוונה?

טאמער איז דער פאלגען חכמים צוליב פורץ גדר ישכנו נחש, איז עס א סכנה, און חמירא סכנתא מאיסורא אפילו אויף א ספק. (פורים תורה).
מיטוואך יוני 10, 2020 11:13 am#451152
דער רמב"ם ווס רופט אן קידושי כסף מדרבנן, מיינט נישט אז דער דרשה אין תורה איז א חידוש פון שפעטער, און דער אויבישטער האט עס קיינמאל נישט געמיינט. עס מיינט נאר לגבי די הגדרות פון וויאזוי דאס אנצוננעמן, און צו די גזירות חז"ל קענען זיך קעגן שטעלן. ווי אויך לגבי די מנין המצוות אויף צו לערנן פשט אין די גמרא סוף מכות. עס מיינט נישט אז מ'איז נישט מחוייב דערין מן התורה.

לגבי די עיקר קשיא, ווען די מצוה איז למיגדר מילתא, האט מען דאך א חיוב פון עשו משמרת למשמרתי. פאלגן די חכמים איז א קיום פון יענער חיוב. עס איז אבער נישט אין די מנין המצוות, און די זאך פאר זיך איז נישט קיין מצוה, נאר א חלק פון אן אנדערע מצוה.

ר' אלחנן'ס פשט איז מער א מדת חסידות. פונקט ווי יעדער מצוה וואס ווייזט אונז אויף וואס דער אויבישטער צילט, און דעריבער דארף א חסיד מחמיר זיין נאך מער. למשל, שבת טאר מען נישט ארבעטן. טראכט וועגן ארבעט איז נישט קיין איסור אין די תורה, נאר א מדת חסידות פון זיך דערווייטערן פון ארבעט. די חכמים האבען עס מגדיר געווען און פארשטאנן בעומק הענין, און זיי האבען ארויס געהאט וויאזוי מוקצה וכדו' זענען אלע הרחקות פון די איסור שבת. וכ"ה לגבי אנדערע עניינים. עכ"פ אזוי האלט ר' אלחנן.
מיטוואך יוני 10, 2020 12:45 pm#451165
איכ'ל אויך זאגן א פורים תורה: אין די הוה אמינא האביך געלערנט אז רעדן וועגן וואכעדיגע זאכן אום שבת איז נאר מדרבנן. קומט מיר צולערנען דער פסוק ..."ודבר דבר...שלא יהא דיבורך של שבת כדיבורך של חול"..."... אבער אונז היימישע אידן האמיר אן עצה. פאר מ'רעדט אדורך עפעס א ביזנעס זאגט מען ..."נישט אום שבת גערעדט"...און מ'מאכט דעם דיעל...!

נאר איך האב געהאט א פעטער. בגן עדן תהא מנוחתו. ער איז געווען א גרויסער גאון. האט ער אמאל בשוגג געזאגט א גוט ווערטל..."חדש אסור מן התורה איז נאר מדרבנן"...!
מיטוואך יוני 10, 2020 2:04 pm#451170
אישתישבי האט געשריבן:ביסט גערעכט מיט כמעט אלעס,

נאכקוקענדיג דער רמב"ן, איז דא א חרם און א נידוי נישט צו פאלגען דרבנן'ס, און א קללה פין פורץ גדר ישכנו נחש.

יעצט קענסטו אנהייבן פרעגן צו חרם איז א דאורייתא. דער רמב"ן האלט אז עס איז דברי קבלה.

ו

חרמים און נידויים זענען נישט קיין דאורייתא'ס לכו"ע, אויב אזוי איז הדרא קשיא לדוכתא.
מיטוואך יוני 10, 2020 2:06 pm#451171
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:

לגבי די עיקר קשיא, ווען די מצוה איז למיגדר מילתא, האט מען דאך א חיוב פון עשו משמרת למשמרתי. פאלגן די חכמים איז א קיום פון יענער חיוב. עס איז אבער נישט אין די מנין המצוות, און די זאך פאר זיך איז נישט קיין מצוה, נאר א חלק פון אן אנדערע מצוה.

וואס טוט דאס אויף? אויב איז עס א 'חלק' פון א מצווה, נישט קיין חילוק וועלכע, איז עס ווידער א דאורייתא והדרא קשיא לדוכתא.
מיטוואך יוני 10, 2020 2:14 pm#451173
אישתישבי האט געשריבן:
טאמער איז דער פאלגען חכמים צוליב פורץ גדר ישכנו נחש, איז עס א סכנה, און חמירא סכנתא מאיסורא אפילו אויף א ספק. (פורים תורה).

איז חמירא סכנתא א דאורייתא? אויב יא איז הדרא קשיא. איז עס נישט? מהכי תיתי כ'דארף פאלגן.
אין אנדערע ווערטער, אונז גייען דא ארום ווי א גלגל החוזר און דערווייל זעה איך נישט א וועג ארויס!
מיטוואך יוני 10, 2020 2:30 pm#451176
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
לגבי די עיקר קשיא, ווען די מצוה איז למיגדר מילתא, האט מען דאך א חיוב פון עשו משמרת למשמרתי. פאלגן די חכמים איז א קיום פון יענער חיוב. עס איז אבער נישט אין די מנין המצוות, און די זאך פאר זיך איז נישט קיין מצוה, נאר א חלק פון אן אנדערע מצוה.
.

די רמב"ן זאגט בפירוש אז דאס אויסטייטשן ושמרתם את משמרתי אלס עשו משמרת למשמרתי איז נאר אן אסמכתא.
מיטוואך יוני 10, 2020 2:46 pm#451177
עכ"פ נישט יעדע "רצון השם" איז א דאורייתא כלומר אז עס שטייט ארויס אין די תורה במפורש אדער בי"ג מדות. אז השי"ת האט געגעבן סמכות פאר די חכמים קען זיין שטייט טאקע נישט ארויס אין די תורה לויטן רמב"ן אבער היות זיי זענען די מקבלי ומוסרי התורה דור אחר דור איז בהכרח די רצון השם זיי צו פאלגן אויך דארט ווי חז"ל זענען אליין מתקן תקנות, וכ"ש דארט ווי זיי מאכן א גדר וסייג האבן זיי די סמכות אפצושאצן די תועלת פון זייערע תקנות כדי נישט נכשל ווערן באיסור תורה.
דרך אגב די רמב"ן עה"ת איז זיך לכאורה סותר צו וואס ער שרייבט אין סה"מ.
לא תוסיפו כגון חמש פרשיות בתפילין חמשה מינין בלולב חמש ציציות וכן לא תגרעו לשון רש"י וכך אמרו בספרי (ראה) מנין שלא תוסיף על הלולב ועל הציצית ת"ל לא תוסיפו ומנין שאין פוחתים מהן ת"ל לא תגרעו מנין שאם פתח לברך ברכת כהנים לא יאמר הואיל ופתחתי לברך אומר ה' אלהי אבותיכם יוסף עליכם ת"ל הדבר אפילו דבר לא תוסף עליו אבל לא באלה בלבד אמרו אלא אף הישן בסוכה בשמיני בכונה לוקה כמו שמוזכר במסכת ראש השנה (כח) וכן אם יעשה החג ששה עובר בלאו הזה ולפי דעתי אפילו בדא לעשות מצוה בפני עצמה כגון שעשה חג בחדש שבדא מלבו כירבעם (מלכים א יב לג) עובר בלאו וכך אמרו (מגילה יד) לענין מקרא מגלה מאה ושמונים נביאים עמדו להם לישראל ולא פחתו ולא הוסיפו על מה שכתוב בתורה אפילו אות אחת חוץ ממקרא מגילה מאי דרוש וכו' ובירושלמי (מגילה פ"א ה"ז) שמונים וחמשה זקנים ומהם כמה נביאים היו מצטערים על הדבר אמרו כתוב אלה המצות אשר צוה ה' את משה אלו המצות שנצטוו מפי משה כך אמר לנו משה ואין נביא אחר עתיד לחדש דבר לכם ומרדכי ואסתר רוצים לחדש לנו דבר לא זזו משם נושאין ונותנין בדבר עד שהאיר הקב"ה עיניהם וכו' הרי שהיתה המצוה הזו אסורה להם א"כ היא בכלל לא תוסיף עליו אלא שלא למדנו למוסיף על פי נביא אלא מן הכתוב שאמר אלה המצות אין נביא רשאי לחדש בו דבר מעתה ומה שתקנו חכמים משום גדר כגון שניות לעריות וכיוצא בהן זו היא מצוה מן התורה ובלבד שידע שהם משום הגדר הזה ואינן מפי הקב"ה בתורה:

ווי ער פירט אויס זענען די גדרים וסייגים יא מן התורה כאטש עס שטייט נישט ספעציפיש ארויס די גזירה אין די תורה זעלבסט. וצ"ע וואס גענוי איז זיין כוונה.
מיטוואך יוני 10, 2020 3:45 pm#451185
לייבל שטילער האט געשריבן:דא שטעלט זיך די קשיא אויפ'ן רמב"ן:
אויב איז נישט דא קיין שום חיוב מן התורה צו פאלגן די גזירות פון חז"ל ווער דעמאלטס איז עס מחייב און מהיכי תיתי אז איך דארף זיי פאלגן?
און וועלכע סיבה דו וועסט מיר טרעפן צו מחייב זיין גייט מאכן די רמב"ן שווער פונקט ווי די רמב"ם, ווייל לאמיר זאגן אז איך דארף זיי פאלגן מסברא, איז דאך ווייטער שווער, ממ"נ, איז א סברא א דאורייתא, איז עס ווייטער א דאורייתא און וויאזוי זענען חז"ל מקיל וכו' כקושיית הרמב"ן, ווידער אויב איז א סברא נאר א דרבנן, דעמאלטס ווייטער, מהיכי תיתי איך דארף עס פאלגן? און אזוי איז לכאורה מיט יעדע סיבה וואס דו גייסט זאגן - איז אונז מחייב, אויב איז די סיבה עפעס וואס מ'קען זאגן אז די תורה איז צוליב איהם מחייב צו פאלגן די חכמים, איז עס דאך צוריק א דאורייתא, און אויב נישט פ"וו דארף איך פאלגן?
ווי עס שיינט לכאורה איז נישטא קיין איין תירוץ וואס קען אונז ארויסנעמען פון דעם פאראדאקס.
דער אמת איז אז דו קשיא פרעגט שוין ר' אלחנן אין קונטרוס דברי סופרים (אות טו - יח) אבער זיין תירוץ פארשטיי איך נישט, אדרבה ווער עס קען מסביר זיין איז מכובד.

ברכות דף י''ט ע''ב

ת"ש גדול כבוד הבריות שדוחה [את] לא תעשה שבתורה ואמאי לימא אין חכמה ואין תבונה ואין עצה לנגד ה' תרגמה רב בר שבא קמיה דרב כהנא בלאו (דברים יז יא) °דלא תסור אחיכו עליה לאו דלא תסור דאורייתא היא אמר רב כהנא גברא רבה אמר מילתא לא תחיכו עליה כל מילי דרבנן אסמכינהו על לאו דלא תסור ומשום כבודו שרו רבנן
רש''י ד''ה כל מילי דרבנן וכו'. והכי קאמר להו דבר שהוא מדברי סופרים נדחה מפני כבוד הבריות וקרי ליה ל"ת משום דכתיב לא תסור. ודקא קשיא לכו דאורייתא הוא. רבנן אחלוה ליקרייהו לעבור על דבריהם היכא דאיכא כבוד הבריות כגון לטלטל בשבת אבנים של בית הכסא לקנוח (שבת דף פא:) או מי שנפסקה ציצית טליתו בכרמלית לא הצריכו להניח טליתו שם וליכנס לביתו ערום.

באדערט נישט די גמרא דא, די נושא פון די אשכול?
מיטוואך יוני 10, 2020 7:38 pm#451216
דער רמב"ן ברענגט דער גמרא אין ספר המצות.

אויך דער גמרא אין שבת פין והיכן צוונו? איז א מחלוקת לא תסור אדער שאל אביך.

דער רמב"ם האלט אז עס איז מער א דאורייתא, און דער רמב"ן אז עס איז בלויז אסמכתא.

אביסל קען מען אריינקוועטשען אין רמב"ן אז דאס איז די מחלוקת אין די גמרא, און דער מאן דאמר וואס האלט אז מען לערנט פין שאל אביך ויגדך האלט ווי דער רמב"ן, און עס האט נישט קיין תוקף דין דאורייתא, נאר עס איז דא א ענין פין שאל אביך אז מען דארף פאלגען וואס די זקנים זאגן. און עס האט נישט קיין תוקף דאורייתא, ווייל מען דארף נוצן שכל, מען קען נישט פאלגען יעדער עלטערע איד מיט אלעס וואס ער זאגט, ממילא איז עס מער בדרך עצה טובה, און ווען מען טוט עס האט מען א מצוה, אבער א חיוב קען עס נישט זיין.

דוגמה, איינער זאגט פאר זיין זוהן, פאלג וואס דער רבי הייסט, פארשטייט יעדער אז עס איז דא עקסעפשענס. און פאלגען דער רבי איז נישט ממש אזוי ווי פאלגען דער טאטע. אבער ווען ער פאלגט דער רבי האט דער טאטע הנאה.
מיטוואך יוני 10, 2020 7:43 pm#451217
נהורא נפישא האט געשריבן:עכ"פ נישט יעדע "רצון השם" איז א דאורייתא כלומר אז עס שטייט ארויס אין ספעציפיש ארויס די גזירה אין די תורה זעלבסט. וצ"ע וואס גענוי איז זיין כוונה.

דער רמב"ן זאגט שוין אין ספר המצות אז נישט יעדער זאך וואס שטייט אז עס איז מן התורה איז מדאורייתא. (ווערטער שפיל).
מיטוואך יוני 10, 2020 7:49 pm#451218
לייבל שטילער האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:ביסט גערעכט מיט כמעט אלעס,

נאכקוקענדיג דער רמב"ן, איז דא א חרם און א נידוי נישט צו פאלגען דרבנן'ס, און א קללה פין פורץ גדר ישכנו נחש.

יעצט קענסטו אנהייבן פרעגן צו חרם איז א דאורייתא. דער רמב"ן האלט אז עס איז דברי קבלה.

ו

חרמים און נידויים זענען נישט קיין דאורייתא'ס לכו"ע, אויב אזוי איז הדרא קשיא לדוכתא.

דא קענט איר זעהן פלענטי שיטות וואס האלטען אז חרם איז יא א דאורייתא.

m http://olamot.net/shiur/%D7%9E%D7%A9%D7 ... 7%A8%D7%9D m
מיטוואך יוני 10, 2020 9:22 pm#451233
Re: די פאראדאקס אין די שיטה פונעם רמב"ן.
די געדאנק אז רצון השם אפי׳ עס שטייט נישט קלאר ארויס הייסט אויך מן התורה ווערט אויך געברענגט אין אור שמח הלכות קרי״ש אויף מזכירין יציאת מצרים בלילות.

אן ענליכע קשיא ווי דעם פותח האב איך אויף די גמרא קידושין לז וואס לערנט ארויס אז חובת הגוף גייט אן אין חוץ לארץ מיט א דרש פון א פסוק (וואס זאגט פשוט פשט דעם ריינעם היפך). הלא פארן דרש איז מען דאך נישט מחיוב טא וויזוי קען א דרש מחייב זיין? ודו״ק.
דאנערשטאג יוני 11, 2020 12:03 am#451256
איך מיין אז קושיא מעיקרא ליתא, וויבאלד איה"נ קיינער איז דיר גארנישט מחייב,
אז דו ווילסט אויסטייטשן די תורה וויאזוי דו ווילסט הרשות בידך, אדער קענסטו
קלויבן א אנדערע פראקציע אנגעהויבן פון די שומרונים און געענדיגט ביי די
רעפארמער.
אבער אז דו ווילסט זיך רופן א ארטאדאקס, ארטאדאקסישע אידנטום איז משורש
הפרושים שהכתירו חז"ל פאר זייער מורה דרך.
דאנערשטאג יוני 11, 2020 12:07 am#451257
מצפצף האט געשריבן:אז דו ווילסט אויסטייטשן די תורה וויאזוי דו ווילסט הרשות בידך
יישר כח פאר'ן מיך געבן רשות, יעצט דארף איך נאר אז מיין ווייב זאל אויך מסכים זיין צו דיר. אויך איז ממש א שאד אז כ'האב געדארפט ווארטן ביז די פערציג אז איינער זאל מיר דאס זאגן, ווען איך ווייס דאס ווען מיט דרייסיג יאר פריער וואלט איך מיך פיל פראבלעמען געשפארט. פערציג יאר קלאפ איך מיך שוין על חטא יעדן יום כיפור אויף די אלע מאל וואס כ'האב בטעות גערוקט מוקצה, בטעות געגעסן מילכיגס אין די זעקס שעה, און נאך אזעלכע עברות, מיטאמאל ווער איך געוואר אז די גאנצע על חטא קלאפן און הארץ עסענישן איז געווען אומזינסט, פארוואס האסטו מיר דאס נישט פריער געזאגט?
דאנערשטאג יוני 11, 2020 12:11 am#451258
לייבל שטילער האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
טאמער איז דער פאלגען חכמים צוליב פורץ גדר ישכנו נחש, איז עס א סכנה, און חמירא סכנתא מאיסורא אפילו אויף א ספק. (פורים תורה).

איז חמירא סכנתא א דאורייתא? אויב יא איז הדרא קשיא. איז עס נישט? מהכי תיתי כ'דארף פאלגן.
אין אנדערע ווערטער, אונז גייען דא ארום ווי א גלגל החוזר און דערווייל זעה איך נישט א וועג ארויס!

אפשר האסטו נישט באמערקט וואס איך האב געשריבן אבער ר' אלחנן אליין פרעגט וואס דו פרעגסט, און ער ברענגט ר' חיים'ס תירוץ און מיט דעם איז ער יא ציפרידען
אויב דאס שטימט דיר אויך נישט זיי מסביר פארוואס נישט, נישט זיי דיך מתעלם דערפין
דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:59 am#451272
סך הכל
וויבאלט עס איז גאר א שיינע אשכול, איז גוט א סך הכל ווי מען האלט.

לייבל פרעגט, וואס האלט דער רמב"ן, דרבנן'ס זענען נישט קיין דאורייתא בכלל? אױב אזוי פארוואס דארף איך פאלגען. זענען זיי יא שטיקעל דאורייתא, מיט וואס איז דער רמב"ן בעסער ווי דער רמב"ם.

ר' לייבל ברענגט אז ר' אלחנן פרעגט די קשיא.

תירוץ א. ר' אלחנן אליין, אז עס איז דא א רצון השם וואס מען זעהט פין די תורה כאטש עס שטײט נישט בפירוש.
פראבלעם: ווייטער שווער, איז דער רצון מחייב? איז עס מן התורה. אױב נישט? איז עס גארנישט.

תירוץ ב. ר' חיים. דרבנן'ס זענען יא דאורייתא אפילו לויט דער רמב"ן, אבער זענען נישט קיין ספעציפישע איסורים, נאר איין גרויסע איסור כללי, למשל חמץ דרבנן האט גארנישט מיט די מצוה פין חמץ, נאר מיט לא תסור.
פראבלעם: טוט ממש גארנישט אויף פאר די קשיא, עס העלפט נאר אז מען ווערט נישט קיין זקן ממרא.

תירוץ ג. איש תשבי. דרבנן'ס זענען נישט דאורייתא, דער תורה האט קיינמאל נישט געהייסן פאלגען. אבער, די רבנן האבן א כח צו מאכען חרמות און טיילען קללות אױב מען פאלגט זיי נישט (דער רמב"ן אליין זאגט דאס). מוזט טאקע נישט פאלגען, אבער די טוסט ריסקען זייערע קללות.

פראבלעם: אױב איז דא א חיוב פין ונשמרתם, און חמירא סכנתא, ווערט עס אויך א דאורייתא. (און מען קען זאגען נאך חילוקים).
דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:04 am#451279
אישתישבי האט געשריבן:וויבאלט עס איז גאר א שיינע אשכול, איז גוט א סך הכל ווי מען האלט.

לייבל פרעגט, וואס האלט דער רמב"ן, דרבנן'ס זענען נישט קיין דאורייתא בכלל? אױב אזוי פארוואס דארף איך פאלגען. זענען זיי יא שטיקעל דאורייתא, מיט וואס איז דער רמב"ן בעסער ווי דער רמב"ם.
די עצם קשיא וואס די רמב"ן פרעגט איז סך הכל א שיקול הדעת פון רמב"ן אז עס איז לא יתכן אריינצולייגן אלע דרבנן'ס אין לא תסור ווייל לא תסור איז א לאו און אויב איז באמת די לאו כולל אלע סארט מצוות וגזירות חכמים דאן וואלטן אלע דרבנן'ס געווען די פרטי המצוה פון די לאו פון לא תסור און דאן וואלט עס געדארפט האבן אלע חומרות פון א דאורייתא לגבי ספיקות וכדומה פונקט ווי אלע פרטי המצוה ווי ס'דא אין יעדע לאו. די רמב"ם וועט אבער האלטן אז עס איז דא א יסודותדיגע חילוק צעווישן פרטי המצוה וואס זענען געלערנט במפורש אדער בי"ג מידות און צעווישן פרטי המצוה וואס ווערט נישט ארויסגעלערנט אין פסוק נאר ווערט נתחדש דורך די חכמים. לויטן רמב"ן פעלט זיך אבער אויס א מער באדייטענטן חילוק. אבער אפילו לויטן רמב"ן מוז בהכרח זיין די מינימום אז דאס איז די רצון השם. ווייל די רגע אז עס איז נישט דוקא די רצון השם, ווער דען איז את מחייב. ממילא דארף מען סך הכל געפונען פון ווי די רצון השם שטאמט. די רמב"ן זאגט קלאר ארויס אז לגבי מצוות דרבנן איז דער מקור פון שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך, וואס דער פסוק איז מגלה די רצון השם אז מזאל נאכגיין די מסורה פון די מקבלי ומוסרי התורה בכלליות. לגבי גזירות למיגדר מילתא פאר דעם דארף מען טאקע נישט קיין פסוק ווייל גזירות איז ס"ה א גילוי מילתא וואס זענען די זאכן וואס ברענגן צו נכשל צו ווערן באיסורי תורה ממילא זענען זיי פונקט ווי אלע אנדערע השתדלות ווי למשל בויען א סוכה וואס איז בעצם נישט קיין מצוה אבער איז דא א חיוב השתדלות. די חכמים האבן דאס דערפאר נאר מסמיך געווען אויף לא תסור.

ר' לייבל ברענגט אז ר' אלחנן פרעגט די קשיא.

תירוץ א. ר' אלחנן אליין, אז עס איז דא א רצון השם וואס מען זעהט פין די תורה כאטש עס שטײט נישט בפירוש.
פראבלעם: ווייטער שווער, איז דער רצון מחייב? איז עס מן התורה. אױב נישט? איז עס גארנישט.

תירוץ ב. ר' חיים. דרבנן'ס זענען יא דאורייתא אפילו לויט דער רמב"ן, אבער זענען נישט קיין ספעציפישע איסורים, נאר איין גרויסע איסור כללי, למשל חמץ דרבנן האט גארנישט מיט די מצוה פין חמץ, נאר מיט לא תסור.
פראבלעם: טוט ממש גארנישט אויף פאר די קשיא, עס העלפט נאר אז מען ווערט נישט קיין זקן ממרא.

תירוץ ג. איש תשבי. דרבנן'ס זענען נישט דאורייתא, דער תורה האט קיינמאל נישט געהייסן פאלגען. אבער, די רבנן האבן א כח צו מאכען חרמות און טיילען קללות אױב מען פאלגט זיי נישט (דער רמב"ן אליין זאגט דאס). מוזט טאקע נישט פאלגען, אבער די טוסט ריסקען זייערע קללות.
פון וואו נעמט זיך זייער סמכות און כח מער פון אנדערע אויב זיי צו פאלגן איז לאו דוקא די רצון השם

פראבלעם: אױב איז דא א חיוב פין ונשמרתם, און חמירא סכנתא, ווערט עס אויך א דאורייתא. (און מען קען זאגען נאך חילוקים).
דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:15 am#451281
אישתישבי האט געשריבן:תירוץ ב. ר' חיים. דרבנן'ס זענען יא דאורייתא אפילו לויט דער רמב"ן, אבער זענען נישט קיין ספעציפישע איסורים, נאר איין גרויסע איסור כללי, למשל חמץ דרבנן האט גארנישט מיט די מצוה פין חמץ, נאר מיט לא תסור.
פראבלעם: טוט ממש גארנישט אויף פאר די קשיא, עס העלפט נאר אז מען ווערט נישט קיין זקן ממרא.

לעטס געט בעק טא בעסיקס:
>> ספקא דאורייתא לחומרא
>> ספקא דרבנן לקולא

די רבנן האבן געסרט עפעס אלס "חמץ"
די תורה האט געזאגט איך וויל מען זאל פאלגן די רבנן
ווען איינער וועט עסען א ספק פין די חמץ האט ער נישט עובר געווען אויף קיין דרבנן ע"כ האט ער אויך נישט עובר געווען אויף קיין דאורייתא, ושלם על ישראל

סא פאר סא גאד
גיי מיר ווייטער

וואו וועט אבער זיין אז די רגע וואס די רבנן אסרט עפעס אלס "חמץ" ווערט די "חמץ" טרענספארמט צי א דאורייתא?
דארף די חמץ ארויפאלען פין די ירעסטריקשען פין די רבנן און אריינפאלן צי גדרים פין א דאורייתא און זיין ספק דארף זיין אסר!

די רמב"ם לדעת הרמבן האלט אז דו חמץ זעלבבט ווערט א דאורייתא (דנעשה זקן ממרא באיסור חמץ דרבנן) פרעגט אויף דעם רמב"ן פארוואס איז ספקו מותר
דאנערשטאג יוני 11, 2020 2:49 pm#451317
הקטן האט געשריבן:

כ'זעה נישט פ"וו מ'קען נישט זאגן אזוי אינעם רמב"ם אויך. די חכמים זאגן ספק לקולא, האט ער נישט עובר געווען אויף לא תסור.
סא פאר סא גאד.
ער ווערט א זקן ממרא פארן זיך קריגן מיט די חכמים, וואס איז אסור אלץ לא תסור. אבער ספקו האבן די חכמים אליין מתיר געווען.
נאכמער, די רמב"ן אליין פארשטייט אינעם רמב"ם אז ער ווערט א זקן ממרא מכח לא תסור, וז"ל: נתחייב עוד לפי זאת השיטה לומר שנעשה זקן ממרא על הגזרות והתקנות, לפי שכל העובר על "לא תסור", אם הורה בזדון נעשה זקן ממרא וחייב מיתה וכו', עכ"ל, נישט ווייל ס'ווערט 'חמץ' וכו'.
ועוד והיא העיקר, ס'איז ווייט נישט משמע אזוי אינעם רמב"ן ווייל לויט דיר איז זי אלע אטאקעס אויפ'ן רמב"ם געבויט אויף די דקות'דיגע חילוק פון 'טרענספארמעישן' וכו' אבער בעצם האלט ער אויך אז ס'איז א דאורייתא, והעיקר חסר מן הספר.
דאנערשטאג יוני 11, 2020 4:27 pm#451332
לייבל שטילער האט געשריבן:
כ'זעה נישט פ"וו מ'קען נישט זאגן אזוי אינעם רמב"ם אויך. די חכמים זאגן ספק לקולא, האט ער נישט עובר געווען אויף לא תסור
סא פאר סא גאד.
די סברא פון רמב"ן איז אז עס איז לא יתכן צו לערנען אז לא תסור גייט אפילו ארויף אויף מצוות וגזירות חכמים עד כדי כך אז ווער ס'חולק אויף זיי האט דעם דין פון זקן ממרא אבער אין די זעלבע צייט האבן די דרבנן'ס א שוואכערען תוקף לגבי ספיקות וכו' פארוואס זאל דאס זיין אנדרעש פון אלע לאוין אין די תורה אז מ'דארף מחמיר זיין אפילו מספק ווען דאס איז למעשה פונקט אזא דאורייתא, ולהעיר אז די רמב"ם האלט אז ספיקא דאורייתא לחומרא איז א דין דרבנן. בכל אופן האט נישט קיין פשט מחלק צו זיין
ער ווערט א זקן ממרא פארן זיך קריגן מיט די חכמים, וואס איז אסור אלץ לא תסור. אבער ספקו האבן די חכמים אליין מתיר געווען.
פארוואס זאלן די חכמים מתיר זיין א ספק אבער צו די זעלבע צייט לאזן זייערע מצוות ותקנות האבן דעם חומר פון א דאורייתא לגבי זקן ממרא. די קשיא איז מיר בעצם טאקע נישט שווער אבער פאר'ן רמב"ן האט דאס קענטליך יא געשטערט.
נאכמער, די רמב"ן אליין פארשטייט אינעם רמב"ם אז ער ווערט א זקן ממרא מכח לא תסור, וז"ל: נתחייב עוד לפי זאת השיטה לומר שנעשה זקן ממרא על הגזרות והתקנות, לפי שכל העובר על "לא תסור", אם הורה בזדון נעשה זקן ממרא וחייב מיתה וכו', עכ"ל, נישט ווייל ס'ווערט 'חמץ' וכו'.
ועוד והיא העיקר, ס'איז ווייט נישט משמע אזוי אינעם רמב"ן ווייל לויט דיר איז זי אלע אטאקעס אויפ'ן רמב"ם געבויט אויף די דקות'דיגע חילוק פון 'טרענספארמעישן' וכו' אבער בעצם האלט ער אויך אז ס'איז א דאורייתא, והעיקר חסר מן הספר.
ניין לויטן רמב"ן איז עס טאקע נישט קיין דאורייתא, עכ"פ נישט די סוג דאורייתא'ס וואס זענען בכלל מנין המצוות אדער פרטים און די מנין המצוות, פונקט ווי למשל שקר, עס איז נישטא קיין איסור דאורייתא צו זאגן שקר בדברים של מה בכך, נאר אין עניני ממונות וואס זיין שקר איז א היכי תמצי פון נזיקין. און די חכמים וואלטן ווען נישט געקענט מתיר זיין שקר צוליב זיין מעורב בין הבריות, פונדעסטוועגן ווייסן מיר די רוח התורה אויסגעשפראכן קעגן שקר פונעם פסוק מדבר שקר תרחק כאטש עס איז נישט קיין לאו. די זעלבע האלט דער רמב"ן קען מען ארויסלערנען פונעם פסוק שאל אביך ויגדל אז די רצון השם איז פאלגן די מקבלי ומוסרי התורה כאטש ווער ס'פאלגט זיי נישט איז נישט עובר קיין לאו נאר אויפן רצון השם.
דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:27 pm#451357
לייבל שטילער האט געשריבן:א קשיא וואס עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט :
ס'איז ידוע די מחלוקת פון די רמב"ם און די רמב"ן אויב יעדע איסור\גזירה דרבנן ווערט א דאורייתא, בעוד וואס די רמב"ם שרייבט (ספה"מ עשה קע"ד):
לעשות כדברי השופטים באותו דור - היא שצונו לשמוע לבית דין הגדול ולעשות כל מה שיצוו מאיסור והיתר. ואין הבדל בזה בין הדבר שיסברוהו או דבר שיוציאוהו מן ההיקשים שהתורה נדרשת בהן או הדבר שיסכימו עליו שהוא איסור תורה או לפי ענין מן הענינים שיהיה דעתם שהוא ישר ושבו חזוק לתורה. הכל אנחנו חייבין לשמוע ולעשות ולעמוד על פיהם לא נעבור ממנו.
והוא אמרו יתברך על פי התורה אשר יורוך. ולשון ספרי כל המצוה אשר יאמרו לך תעשה זו מצות עשה.

און אזוי אויך אין (הל' ממרים א, ד):
הרי הוא אומר "על פי התורה אשר יורוך" (דברים יז,יא), אלו הגזירות והתקנות והמנהגות שיורו בהם לרבים כדי לחזק הדת ולתקן העולם;

דינגט זיך אבער די רמב"ן (השגות על ספה"מ שרש א) און פרעגט, אויב אזוי, פארוואס זאגן מיר ספק דרבנן לקולא? ס'איז דאך פונקט אזא דאורייתא! ווי אויך זעהן מיר אז חז"ל האבן מקיל געווען ביי דרבנן'ס במקום צער בעלי חיים אדער במקום הפסד אזוי אויך במקום כבוד הבריות וכדומה, וואס די אלע זאכען ווייזן דאך קלאר אז ס'איז נישט קיין דאורייתא, איי לא תסור? דאס גייט נאר ארויף אויף די י"ג מדות וכדומה וואס די בי"ד לערנט פשט אין די תורה אבער נישט אויף גזירות ( וראה עוד שם באריכות).
ממילא פיהרט אויס די רמב"ן:
אבל הגזרות והתקנות שעשו חכמים למשמרת התורה ולגדר שלה, אין להם בלאו הזה (ד.מ. "לא תסור") אלא סמך בעלמא, ואין להם דין המראה כלל וכו'.

דא שטעלט זיך די קשיא אויפ'ן רמב"ן:
אויב איז נישט דא קיין שום חיוב מן התורה צו פאלגן די גזירות פון חז"ל ווער דעמאלטס איז עס מחייב און מהיכי תיתי אז איך דארף זיי פאלגן?
און וועלכע סיבה דו וועסט מיר טרעפן צו מחייב זיין גייט מאכן די רמב"ן שווער פונקט ווי די רמב"ם, ווייל לאמיר זאגן אז איך דארף זיי פאלגן מסברא, איז דאך ווייטער שווער, ממ"נ, איז א סברא א דאורייתא, איז עס ווייטער א דאורייתא און וויאזוי זענען חז"ל מקיל וכו' כקושיית הרמב"ן, ווידער אויב איז א סברא נאר א דרבנן, דעמאלטס ווייטער, מהיכי תיתי איך דארף עס פאלגן? און אזוי איז לכאורה מיט יעדע סיבה וואס דו גייסט זאגן - איז אונז מחייב, אויב איז די סיבה עפעס וואס מ'קען זאגן אז די תורה איז צוליב איהם מחייב צו פאלגן די חכמים, איז עס דאך צוריק א דאורייתא, און אויב נישט פ"וו דארף איך פאלגן?
ווי עס שיינט לכאורה איז נישטא קיין איין תירוץ וואס קען אונז ארויסנעמען פון דעם פאראדאקס.
דער אמת איז אז דו קשיא פרעגט שוין ר' אלחנן אין קונטרוס דברי סופרים (אות טו - יח) אבער זיין תירוץ פארשטיי איך נישט, אדרבה ווער עס קען מסביר זיין איז מכובד.

לדעתי העניה איז דער פשט אזוי:
די אלע דרבנן'ס דארף מען מסברא אז דאס איז די רצון ה', ווי דער רמבן ריפט דאס אן אסמכתא. (וכדעת הרמב"ם במקומות אחרים במורה שהשכל הוא המחייב העליון).
אבער עס איז דא א גרויסע חילוק צווישן א זאך וואס גאט האט קלאר געשריבן, און א זאך וואס די סברא איז מחייב.
א זאך וואס גאט האט געשריבן איז "קלאר" אז איך דארף דאס טוהן. במילא אויב איך האב א ספק, מוז איך דאס מקיים זיין ווייל אפשר האט גאט דאס פארלאנגט אין זיין געשריבענע תורה.
א זאך וואס די סברא איז מחייב, דארף א מענטש אויך טוהן. אבער כדי א סברא זאל מחייב זיין דארף איך זיין וודאי. א ספק סברא איז נישט קיין מחייב. ודוק.
דאנערשטאג יוני 11, 2020 7:39 pm#451362
לייבל שטילער האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:תירוץ ב. ר' חיים. דרבנן'ס זענען יא דאורייתא אפילו לויט דער רמב"ן, אבער זענען נישט קיין ספעציפישע איסורים, נאר איין גרויסע איסור כללי, למשל חמץ דרבנן האט גארנישט מיט די מצוה פין חמץ, נאר מיט לא תסור.
פראבלעם: טוט ממש גארנישט אויף פאר די קשיא, עס העלפט נאר אז מען ווערט נישט קיין זקן ממרא.

לעטס געט בעק טא בעסיקס:
>> ספקא דאורייתא לחומרא
>> ספקא דרבנן לקולא

די רבנן האבן געסרט עפעס אלס "חמץ"
די תורה האט געזאגט איך וויל מען זאל פאלגן די רבנן
ווען איינער וועט עסען א ספק פין די חמץ האט ער נישט עובר געווען אויף קיין דרבנן ע"כ האט ער אויך נישט עובר געווען אויף קיין דאורייתא, ושלם על ישראל

סא פאר סא גאד
גיי מיר ווייטער

וואו וועט אבער זיין אז די רגע וואס די רבנן אסרט עפעס אלס "חמץ" ווערט די "חמץ" טרענספארמט צי א דאורייתא?
דארף די חמץ ארויפאלען פין די ירעסטריקשען פין די רבנן און אריינפאלן צי גדרים פין א דאורייתא און זיין ספק דארף זיין אסר!

די רמב"ם לדעת הרמבן האלט אז דו חמץ זעלבבט ווערט א דאורייתא (דנעשה זקן ממרא באיסור חמץ דרבנן) פרעגט אויף דעם רמב"ן פארוואס איז ספקו מותר

כ'זעה נישט פ"וו מ'קען נישט זאגן אזוי אינעם רמב"ם אויך. די חכמים זאגן ספק לקולא, האט ער נישט עובר געווען אויף לא תסור.
סא פאר סא גאד.
ער ווערט א זקן ממרא פארן זיך קריגן מיט די חכמים, וואס איז אסור אלץ לא תסור. אבער ספקו האבן די חכמים אליין מתיר געווען.
נאכמער, די רמב"ן אליין פארשטייט אינעם רמב"ם אז ער ווערט א זקן ממרא מכח לא תסור, וז"ל: נתחייב עוד לפי זאת השיטה לומר שנעשה זקן ממרא על הגזרות והתקנות, לפי שכל העובר על "לא תסור", אם הורה בזדון נעשה זקן ממרא וחייב מיתה וכו', עכ"ל, נישט ווייל ס'ווערט 'חמץ' וכו'.
ועוד והיא העיקר, ס'איז ווייט נישט משמע אזוי אינעם רמב"ן ווייל לויט דיר איז זי אלע אטאקעס אויפ'ן רמב"ם געבויט אויף די דקות'דיגע חילוק פון 'טרענספארמעישן' וכו' אבער בעצם האלט ער אויך אז ס'איז א דאורייתא, והעיקר חסר מן הספר.

כדי צי ווערן א זקן ממרא דארף דאס זיין אויף א דבר שיש בו כרת
די רמב"ם האלט אז מען ווערט א זקן ממרא אויף די חמץ דרבנן - דאס, וואו געשמיסט, קען ארבעטן נאר מיט טרענסעפרמעשען
אויף דעם פרעגט דער רמב"ן אויב ווערט דער "חמץ" טרענפארמט צי א דאורייתא פארוואס איז ספיקו לקילא?!?

די רמב"ן ווידער האלט ווען איינער עסט די חמץ איז ער עובר אויף א דרבנן, אבער די איסר האט מיט "חמץ" גארנישט אייגעשטויסען - ע"כ איז נישט דא קיין זקן ממרא און ספיקו איז פשוט לקילא
פרייטאג יוני 12, 2020 12:47 am#451433
קוויק קוועסטשן: איך בין נישט קיין גרויסע חכם און נישט קיין קליינע עם הארץ. אבער ס׳פאלט מיר עפעס איין.

לאמיר זאגן אז די גזירות פון די חכמים איז טאקע א דאורייתא, ווי ס׳שטייט ״על פי התורה אשר יורוך״, אבער וויבאלד די חכמים האבן די כוח אין האנט צו מאכן גזירות, האבן זיי דעם זעלבען כוח צו אפמאכן אז ספק רבנן לקולא! הפה שאסיר הוא הפה שהיתר! זיי זאגן אז ווען ס׳קומט צו ספיקות אויף די זאכן וואס אונז זענען גוזר מעגסטו מיקל זיין. אונז האבן עס אדעתא דהכי גוזר געווען!

קאמענטארן זענען וועלקאם.
פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 am#451446
Re: די פאראדאקס אין די שיטה פונעם רמב"ן.
שוין געווארן אויסגעשמועסט. דער רמב״ן אליין ברענגט דעם געדאנק אין זיינע השגות מיט א לשון ואולי תתעקש צו פארענטפערן רמבם...

Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג יוני 12, 2020 6:55 am#451458
איז דא א חיוב דאורייתא זיך אויסצוהיטן מדינא דגיהנום?