ארי נוהם האט געשריבן:איך בין שטארק אינטערעסירט, אבער צוערשט וויל איך וויסן אויב "א זעלטענער צדיק וקדוש" מיינט איינער וואס איז אויסגעארבעט סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו, צי ס'איז גענוג צו זיין אויסגעארבעט בין אדם למקום צו בארעכטיגן דעם טיטל, און צו דארפן מספיד זיין כהלכה אזא ת"ח.
ווי געשריבן, איך האב איהם געקענט פון זייער נאנט, ער פלעגט אסאך רעדן און מעורר זיין וועגן עניינים שבין אדם לחבירו.
(בנוגע וואס דו פראבירסט מרמז זיין, חז"ל שרייבן שוין *אין אדם נתפס על צערו*). איינע פון די עיקר מעלות וואס איך האב געגליכן אין איהם איז זיין פשטות, אנדערש ווי זיינע ברידער פלעגט ער דייקא נישט פליען אין די הימלען. ער האט גערעדט וועגן זייער פשוט'ע זאכן, און זיינע תורות זענען אייביג געווען זייער פשוט און למעשה'דיג.
זייער אסאך אידן האבן געזעהן אין איהם א דמות למופת, ער איז געווען א נחבא אל הכלים און א שטילער מענטש.