די בוך 'זכרונותי' פון הרב ששונקין איז געשריבן מיט א געוואלדיגע פשטות, עפ"י רוב. ער דערציילט פשוט'ע פאקטן און ויסע ויבא ויאמר ויען, און קיין גרויסע שהיות.
נאך אן ענין איז, רוב ביכער וואס זענען געשריבן פון חב"ד, באשרייבן דער רבי רש"ב, אדער דער לעצטע רבי. דער ריי"צ איז נבלע בנעימת אחיו, מ'הערט נישט פון מענטשן וואס 'רבי' מיינט אים. אין די בוך איז ער דער צענטראלע רבי פון אלעם, הגם אז דער מחבר האט געלערנט אין תומכי תמימים ביים רש"ב.
עס הייבט אן מיט זיין יונגע יארן, ווי ער איז געגאנגן אין ישיבה. ער האט געלערנט ביי הרב אלחנן וואסערמאן הי"ד, און ער דערציילט שטריכן וויאזוי ער האט געפירט זיין ישיבה. ער שרייבט אויך וויאזוי ער איז אנגעקומן קיין ליובאוויטש. ער האט געזוכט א ישיבה, און ממאן געווען אין אנדערע ישיבות פאר פארשידענע סבות.
ווען ער איז אנגעקומן קיין ליובאוויטש רעדט ער שוין ווי א בראשור פאר מוסדות חב"ד, מיט פרטים און פרטי פרטים וויאזוי ליובאוויטש און תומכי תמימים זענען פשוט גן עדן. ער שילדערט די סדרי היום און די משפיעים. ער באשרייבט די משפיעים וואס זענען שוין באקאנט פון אנדערע שרייבערס, ווי ר' שילם און ר' גרונם און ר' משה בלינער, און וויאזוי זיי האבן געפירט זייער ארבעט. די שיטה פון די ישיבה איז אויך אויסגעשמועסט..
ער כיפערט די יארן צווישן זיין בחורישע יארן און זיין ווערן א רב, אבער דערנאך דערציילט ער מיט פרטי פרטים וויאזוי ער איז געגאנגן קיין גרוזיה און וואס ער האט געמוזט אלס דארט טון פאר אידישקייט, וויאזוי די מחלוקת'ן זענען דארט פארגעקומן ועוד. דארט איז עס ממש אינטרעסאנט צו זען וויאזוי פראבלעמן ווערן, און וויאזוי מ'לעזט זיי.
א גאר אינטרעסאנטע עפיזודה מוז מען דא אראפ ברענגן, עכ"פ אינטרעסאנט פאר מיר. אויף עמ' 128 דערציילט ער וויאזוי ער האט אנגעהויבן שרייבן גיטין דארט. יעדער מסדר גיטין אין דער וועלט, אשכנזי און ספרדי, באנוצט זיך מיט די ספר קב נקי פון דער ניקאלייעבער רב (א זיידע פון דער לעצטע ליובאוויטשער רבי). הרב ששונקין האט אבער נישט געהאט די ספר ביי זיך, האט ער געשריבן קיין יעקעטארינאסלאוו צו ר' לוי'ק דער ארטיגע רב, בעטענדיג א קאפי. ר' לוי'ק, אליינס אן אייניקעל פון דער מחבר, האט אים געזאגט אז ער דארף עס נישט, דירעקט פון שו"ע איז אויך גוט. דער וואס קען אביסל אין הל' גיטין וועט פארשטיין ווי אינטרעסאנט דאס איז.
ווען די שווערע צייטן האבן אנגעהויבן ביי אים, באשרייבט ער זיין פחד פון די רעגירונג. זאל דיר קיינער נישט איינרעדן אז מ'איז געגאנגן צו דער נ.ק.וו.ד. מיט א געהויבענעם קאפ און דער גאווה היהודית. מ'איז געגאנגן מיט פחד און שרעק, און ער האט זיך געוואלט זען אינדערויסן פון רוסלאנד וואס שנעלער.
זיי ברענגן פון ר' איטשע דער מתמיד (עמ' 181) וויאזוי עס איז געווען נמנו וגמרו, עפ"י עפעס א מעשה'לע, אז דער ריי"צ מוז זיין משיח אליינס. זעט זיך אויס מ'האט שוין דעמאלס אנגעהויבן מיט דער שטיק.
ער בארשייבט די ישיבה אין נעוול צוויי מאל, בעיקר אויף עמ' 187 און ווייטער.
המשך יבא בעז"ה