Under maintenance
הויפט זייט » חב"ד שידוך שליסן אין בית הקברות

חב"ד שידוך שליסן אין בית הקברות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13962
פרייטאג יוני 19, 2020 11:43 am#452230
חב"ד שידוך שליסן אין בית הקברות
היינט איז איינגעפירט אז חתן און כלה שיקען ארויס א בילד פון די שידוך שליסן , און מ'זעהט אז די נייע חב"ד קאפעל'ס האבן אייביג זייער פיקטשער אין די בית הקברות לעבן די ציון פון ליבאווישטע רבי ז"ל. דאס קיקט מיר אויס ווי ממש א שטיק עבודה זרה צו שליסן א שידוך ביי קברים , און אז דאס איז געווארן ביי זיי ממש ווי זייער אידישקייט הלכה אז מ'טוהט אזוי.

האט דאס עפעס א מקור ביי פריערדיגע?
פרייטאג יוני 19, 2020 11:47 am#452231
איך מיין אז די בחור מיטן מיידל גייען ביידע צום אהל פונעם רבי צו מתפלל זיין/נעמען א ברכה/הסכמה אויפן שידוך. און גלייך ווען מען קומט ארויס פון די אהל שליסט מען די שידוך, זאגט זיך מזל טוב וכו'. ממילא קומט אויס אז אלע engagement pictures זענען דארט.

Any truth to this? ATUB @ונבנתה העיר ATUB
פרייטאג יוני 19, 2020 11:48 am#452232
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..............................

ניין, די תשובה איז 'ניין'. נישט קיין עבודה זרה, און נישט קיין מקור פון פריערדיגע.
פרייטאג יוני 19, 2020 12:10 pm#452239
TOMMER WEINGARTEN (RIGHT), 22: It’s a custom that before you announce your engagement, you first go to the rebbe and you ask for his blessing. You ask him to deliver your prayers on high, that they should be heard by God and answered speedily. So we went to the ohel. It’s the grave of our rebbe, the Lubavitcher rebbe.

m https://archive.nytimes.com/www.nytimes ... f=magazine m
פרייטאג יוני 19, 2020 12:13 pm#452240
מנהג חסידים שלאחר הסכמת החתן והכלה להשתדך – פונים בבקשת ברכה והסכמה מהרבי, כיום ע"י כתיבה לרבי באמצעות האגרות קודש

לאחר קבלת "ברכה והסכמה" מהרבי, מפרסמים את השידוך ברבים, ומאחלים מזל טוב.

m http://chabadpedia.co.il/index.php/%D7% ... 7%95%D7%9A m
פרייטאג יוני 19, 2020 12:16 pm#452241
אין אלגעמיין ענדעלט היינטיגע חסידת גאר שטארק צו די אמאליגע אידישע רעליגיע. זאגאר אין די ווירקליכקייט איז עס איז א צוזאמשטעל פון עטליכע רעליגיעס...
פרייטאג יוני 19, 2020 12:17 pm#452242
קאך_לעפל האט געשריבן:אין אלגעמיין ענדעלט היינטיגע חסידת גאר שטארק צו די אמאליגע אידישע רעליגיע. זאגאר אין די ווירקליכקייט איז עס איז א צוזאמשטעל פון עטליכע רעליגיעס...

שטייען זיי נאך גוט. איך קען געוויסע חסידות'ן וואס אפילו ענליך שטייען זיי נישט..
פרייטאג יוני 19, 2020 2:56 pm#452258
אין פילע קרייזן שליסט מען דעם שידוך ביים רבי'ן, מאי נפק"מ לעבעדיג אדער טויט?
פרייטאג יוני 19, 2020 6:18 pm#452272
וואס טוט מען אויב די רבי איז נישט מסכים?
אדער ער געט נישט קיין ברכה?
פרייטאג יוני 19, 2020 6:34 pm#452276
Re: חב"ד שידוך שליסן אין בית הקברות
איז אזוי די קלוגע זאגן פיין די רבי איז שמסכים אבער ער איז דאך נישט די חתן אדער כלה, גייט מען ווייטער מיט'ן שידוך.

די אנדערע וואס די שווענקונג האט שטערקער געארבעט, טראַכטן אז זיכער זעט די רבי שטיקער צרות וואס גייט ארויסקומען פונעם שידוך, און זיי לאזן עס אפ.
זונטאג יוני 21, 2020 2:32 am#452292
פאליטיקאנט: נאר אויב דער שידוך וועט זיך ח"ו נישט אויסארבעטן. בשעת ס'האטציך זיי געדאכט אז די רבי איז יא מסכים צום שידוך. וואס מיינסטו וועט זיי די רבי ענטפערן ווען זיי קומען צריק צו זיין ציון הק' מיט א טענה...!

נ.ב.: איך מיין דא נישט ח"ו מזלזל צו זיין אין די הייליגקייט פון דעם צדיק. ווייל איך ווייס אז ער איז באמת געווען אן איש קדוש.

איך לאך נאר פון די מענטשן וועלכע לעבן אין אמונות טפילות...!