Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א חוב קדוש פאר וואַלן מיינט אויך די רבנים?

א חוב קדוש פאר וואַלן מיינט אויך די רבנים?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13976
דינסטאג יוני 23, 2020 10:49 am#452714
א חוב קדוש פאר וואַלן מיינט אויך די רבנים?
אין ארץ ישראל ווען די רבנים הייסן גיין שטימען גייען זיי אליין אויך שטימען. ס'מאכט נאר סענס אז ווען זיי זאגן אז ס'איז א חיוב צו שטימען מיינט די חיוב פאר אלע אידן, און רבנים זענען דאך אויך אידן. פארוואס ביי אונז לאכן זיי זיך אויס פון זייער אייגענע חוב קדוש??
דינסטאג יוני 23, 2020 11:07 am#452716
לידיעתך, הרה"ק מבעזלא זי"ע האט געהאלטן אז ס'איז א חוב קדוש, אבער איז קיינמאל נישט געגאנגען אליינס שטימען.

מרן מבעלזא שליט"א איז אויך קיינמאל נישט געגאנגען צו בחירות ביז לעצטע יאר.
דינסטאג יוני 23, 2020 1:24 pm#452750
דארט ווייסען די חותמים אויף וואס זיי שרייבען אינטער אין פארוועם זיי שטומען
דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:13 am#453018
חת"ם סופר: ווייל אין ארץ ישראל ווייסן די רבנים אז גיין צו די בחירות און שטימען פאר די ריכטיגע קאנדידאטן איז טאקע א ..."חוב קדוש"... פאר די ערליכע אידן. און דאהי איז עס (צומאל) נישט מער ווי א פאליטישער סלאגאן...!
דאנערשטאג יוני 25, 2020 4:21 pm#453053
חתם סופר האט געשריבן:אין ארץ ישראל ווען די רבנים הייסן גיין שטימען גייען זיי אליין אויך שטימען. ס'מאכט נאר סענס אז ווען זיי זאגן אז ס'איז א חיוב צו שטימען מיינט די חיוב פאר אלע אידן, און רבנים זענען דאך אויך אידן. פארוואס ביי אונז לאכן זיי זיך אויס פון זייער אייגענע חוב קדוש??


ווי קומט הרה"ג ר' משה מנחם פון מאנטריאל צו רעדן איבער די בחירות אין ניו יארק? נאר כך דרכם של אלו וואס הלכות בחירות האבן זיי גענומען צו תחת רשותם
דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:29 pm#453057
calculator האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אין ארץ ישראל ווען די רבנים הייסן גיין שטימען גייען זיי אליין אויך שטימען. ס'מאכט נאר סענס אז ווען זיי זאגן אז ס'איז א חיוב צו שטימען מיינט די חיוב פאר אלע אידן, און רבנים זענען דאך אויך אידן. פארוואס ביי אונז לאכן זיי זיך אויס פון זייער אייגענע חוב קדוש??


ווי קומט הרה"ג ר' משה מנחם פון מאנטריאל צו רעדן איבער די בחירות אין ניו יארק? נאר כך דרכם של אלו וואס הלכות בחירות האבן זיי גענומען צו תחת רשותם

דער רבי דער דברי יואל זי"ע פון סאטמאר האט געשטורעמט קעגן הג"ר אהרן קאטלער זצ"ל היתכן ער מישט זיך אריין אין ארץ ישראל'דיגע אנגעלעגנהייטן ווען ער וואוינט נישט דארט.

(איי, דער רבי? מען האט דאך איהם אויפגענומען אלץ ראש בי"ד פונעם עדה החרדית, ממילא איז ער יא געווען א מאן דאמר)
פרייטאג יוני 26, 2020 1:15 am#453085
פשוט גערעדט, ווייל רבי'ס זענען צו שטאלץ צו טון אזוינע וואכעדיגע זאכן ברבים. והיה האיש אשר יבחר ה' הוא הקדוש, מען וויילט פאר זיי, נישט זיי וויילן פאר אנדערע.
פרייטאג יוני 26, 2020 9:10 am#453094
כש"כ וכש"כ אז מען שטימט נישט פאר זיי.........
מאנטאג יוני 29, 2020 11:30 pm#453364
א גוטער טענה איך האב אפילו נישט געטראכט דערפון קיינמאל (איך גיי נישט שטימען געווענליןך חוץ ווען איך האלט אז מיין אינטערעסע גייט אפעקטירט ווערן וכדומה)
אבער ווען מיין זוהן האט מיר געפרעגט פארוואס איך גיי נישט שטימען אזוי ווי די פלאקטן שרייען האב איך איהם געזאגט אז עס איז נישט אזוי וויכטיג הא ראיה אז די רבי גייט אויך נישט