Under maintenance
הויפט זייט » אין שפיטאל: אראפמיטן בארד!

אין שפיטאל: אראפמיטן בארד!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13980
דינסטאג יוני 23, 2020 11:37 pm#452839
אין שפיטאל: אראפמיטן בארד!
איינע פון די זאכן וואס מען הערט יעצט צירוק איז אז אין שפיטאל ביי די תקופה פון קורונה האט מען נישט אריינגעלאזט קיין משפחה צו אנווייזן וואס יא און וואס נישט האט מען ביי עטליכע סורווייער'ס געזעהן ווי מען איז ארויסגעקומען מיט א האלבע בארד אדער מער מגולח מיט פארשידענע אויסריידן, פון חברה קדישה האב איך אויך געהערט אויף איין בר מינן וואס איז אנגעקומען צו די טהרה א מגולח דא איז איין בילד פון א איד וואס האט געהאט א לענגערע בארד איינגערייד [פאטעטא בלע"ז] אבער נאכן ארויסקומען פעלט אים צוויי דריטל דערפון הרב מזענטא
דינסטאג יוני 23, 2020 11:50 pm#452842
דאס איז א נארמאלע ערשיינונג פאר אידן אויף רעספיראטאר מאשינען ל"ע. ס'איז זייער שווער זיך אן עצה צו געבן מיטן בארד.
מיטוואך יוני 24, 2020 12:09 am#452848
דאס איז אייביג געווען א פראבלעם פאר אידן וועלכע מען דארף ל״ע אריינלייגן א טרעיק. עס האט גארנישט מעט קאראנע אדער מיט דעם וואס מען האט נישט אריינגעלאזט פאמיליעס.
מיטוואך יוני 24, 2020 1:27 am#452853
אבער געוועינליך קען די משפחה צוריקהאלטן די באמטע פון שערן, אבער יעצט ווען קיינער איז נישט דארט טוען זיי וואס זיי וועלן פארגעס פון אידישקייט אישאס סאיז גרויסע בישות אזוי זיך ארום צודרייען, אבער למעשה זענען זיי גליקלעך אז זיי לעבן
מיטוואך יוני 24, 2020 2:19 pm#452904
איך גלייב שווער אז עס זענען דא פאמיליעס וואס וועלן נישט לאזן אריינלייגן א טרעיק צו ראטעווען זייערס א מיטגליד, ווייל מען ברויך שניידן די בארד. (אפשר אין די אנטי וואקסין קאמיוניטי איז אנדערש)
מיטוואך יוני 24, 2020 3:01 pm#452907
ביינינז האט מען געוויסט אז דאס איז פין ס'הארבסטע .
מיטוואך יוני 24, 2020 3:14 pm#452909
היכי דמי האט געשריבן:איך גלייב שווער אז עס זענען דא פאמיליעס וואס וועלן נישט לאזן אריינלייגן א טרעיק צו ראטעווען זייערס א מיטגליד, ווייל מען ברויך שניידן די בארד. (אפשר אין די אנטי וואקסין קאמיוניטי איז אנדערש)

געווענליך איז גענוג אראפצונעמען נאר א שטיקל פון אונטען יעצט האבן זיי געשעוועט קלין ביי הרב מזענטא קוקט נישט אויס פון די בילדער אז מען האט צוגערירט די בארד קען זיין יא קיינמאל געווען מיט עם אין די מקווה קען פשוט זיין דיר האט נישט כח צוזאמציען די בארד און זיי פארוואנדעלן אין א קנאבל כנהוג.
ביי אנדערע פעלער צווישן זיי באקאנטע רבנים האט מען אאאפגענומען די גאנצע מעשה און זיי זענען כלוי בבית מחמת בושה און אויף דעם ברויזען די משפחות איך האף נאר זיי מאכן נישט פונקט חתונה די נעקסטע וואכן
מיטוואך יוני 24, 2020 3:33 pm#452911
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די אויפברויז איז, ס'איז דאך מן השמים. ווען איינעמס האר פאלט ארויס ח"ו מחמת איזה סיבה שהוא, ברויזט מען אויך?? אויף וועמען??‎
מיטוואך יוני 24, 2020 3:48 pm#452914
פארווע חסיד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די אויפברויז איז, ס'איז דאך מן השמים. ווען איינעמס האר פאלט ארויס ח"ו מחמת איזה סיבה שהוא, ברויזט מען אויך?? אויף וועמען??‎

וודאי איז אלס מן השמים באט א מענטש האט בחירה און מען קען עם האלטן אקונטעבל אויף זיינע מעשים
מיטוואך יוני 24, 2020 3:55 pm#452915
אין ......... ??? אז מען ברויך אראפנעמען דעים בארד??
מיטוואך יוני 24, 2020 4:00 pm#452916
פארווע חסיד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די אויפברויז איז, ס'איז דאך מן השמים. ווען איינעמס האר פאלט ארויס ח"ו מחמת איזה סיבה שהוא, ברויזט מען אויך?? אויף וועמען??‎

יא. אבער ווען איינעמ'ס בארד פאלט ארויס שעמט ער זיך זייער שטארק צו גיין אין פאבליק. איך האב איינער א באקאנטער וואס האט (טעמפארערי) פארלוירן די בארד וועגן רעידיעישן און קימאו. און די ערשטע מאל ער האט זיך געטראפן מיט מיר איז געווען ביינאכט. ער האט געוואוסט אז איך גיי נישט לאכן פון איהם. אבער ער האט זיך געשפירט זייער שטארק סעלף קאנשיעס...!
מיטוואך יוני 24, 2020 4:05 pm#452918
איך פארשטיי אז מען שעמט זיך , אבער נישט אז מען ברויזט
מיטוואך יוני 24, 2020 5:06 pm#452927
איך פארשטיי אז מ׳רעגט זיך אויפן נורס, וואס האבן אויסגענוצט די אטמאספער פאר זייער באקוועמליכקייט