Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • אבסעסיווע ליבשאפט

קאווע שטיבל • אבסעסיווע ליבשאפט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13989
פרייטאג יוני 26, 2020 1:52 pm#453116
אבסעסיווע ליבשאפט
די עפיזאד ווערט איבעגעגעבן פון מקור ראשון, נעמען געטוישט פאר פארשטענדליכע סיבות, געשריבן אין ערשטן-פערזאן אזוי ווי איבערגעגעבן.
געשעהן איז עס אין די צייט וואס כ'האב געלערנט אין מיר'ער ישיבה, איין שיינעם בין הזמנים וויילנדיג אין אמעריקא ביי די עלטערן האבן מיינע חברים פון מיין דירה מיר געלאזט וויסן אז די דירה שפארט זיך אפ. אקעי, נישט געפערליך, פונקט דעמאלטס איז ליידיג געווארען א בעט אין אן אנדערע דירה וואס כ'האב געקענט רוב בחורים דארט און נאך א פאון-קאל צוויי האבן זיי באשטעטיגט אז איך קען אריינקומען.
די בין הזמנים איז געקומען צו אן ענדע און כ'האב מיך געזעהן אויפ'ן פליגער קיין ארץ ישראל - פוהל מיט האפענונג פאר א געשמאקע זמן ברוחניות ובגשמיות. נאך א קנאפע 15 שעה, אריינגערעכנט א סטאפ אין אייראפע, האט די פליגער געלאנדעט אין 'נמל תעופה בן גוריון' אין תל אביב, ישראל.
צו מאכן בקיצור, אפאר שעה שפעטער האב איך זיך שוין געטראפן אין מיין דירה אינעם הארץ פון די "בית ישראל" געגנט נישט ווייט פון די "שטיבאלאך", אפגעגריסט מיינע חברים, זיך אויסגעפאקט, א קוש געטוען די צעהן פאקעטן פון "מרבלו- גאלד" וואס כ'האב זיך איינגעהאנדעלט פאר גאר ביליג אין "דיוטי-פרי" און ארויסגעגאנגען אויפן באלקאן פאר איין'ס אזא.
אלע בחורים פון די דירה זענען שוין דארט געווען אחוץ שלומי. שלומי דארף אנצוקומען מארגן. אה, און נאך אזאך וועגן שלומי, שלומי איז די אייציגעסטער בחור וואס כ'האב נישט געקענט פון פארדעם, ווייניג האב איך געוואוסט אז שלומי גייט טוישן מיין לעבן פאר א שיינע צייט-אפשניט.
איז לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, צוריק צו מיין דירה:
אפצומארגנ'ס איז שלומי אנגעקומען, א פיינע בחור, זעלטענע בעל מדות און גאר אן איידעלער. דאס איז געווען די רושם וואס ער האט געמאכט אויף מיר, און - פארשטייט זיך - אז דאס איז דאך א מעלה, נישט אזוי? ניין, נישט אזוי.
ס'איז דורך א צוויי דריי וואכן און ס'איז מיר אויסגעקומען צו כאפן א לענגער שמועס מיט שלומי, פון דיע וואס מ'רופט אן "אן אפענע" שמועס, שלומי האט מיטגעטיילט פרעזענליכע זאכן (נישט קיין שלעכטע ח"ו) און איך אויך אויף צוריק, ס'האט מיר שטארק געכאפט און כ'האב שטארק הנאה געהאט, כ'האב אבער נישט געלייגט צופיהל געוויכט נאר געזאגט 'א גוטע נאכט' און זיך געגאנגען לייגען.
די נעקסטע טאג האב איך זיך געזעהן טראכטען פון 'שלומי' גאר אפט. כ'האב זיך געקענט פארטראכטען און פארקלאצן אינמיטן לערנען אדער דאווענען און… טראכטן פון שלומי. כ'וועל נישט מגזם זיין אויב כ'וועל זאגן אז כ'האב באשיינפערליך געטראכט פון שלומי 'א גאנצן טאג!'.
צוביסלעך איז עס נאר געווארן ערגער און ערגער, כ'האב אנגעהויבען צו באקומען א מין תשוקה און גלוסטעניש צו שלומי (דיסקלעימער: קיין שום שייכות מיט סעקסואלע זאכן ווא"ט סא"ו עווע"ר), כסדר פרובירט צו מאכן חשבונות צו זיין 'פונקט' ווי ער איז, א יעדע זאך וואס כ'האב געטוען, יעדער פלאץ וואו כ'בין געגאנגען, אלעס האט זיך געדרייט ארום שלומי.
פארשטייט זיך אז שלומי האט בכלל נישט געוואוסט דערפון און ער האט זיך אויפגעפירט צו מיך נארמאל, און דער אמת איז אז א נאנטע פריינשאפט צווישן אונז וואלט אפילו קיינמאל נישט געשטימט צוליב דעם וואס מיר זענען געווען אינגאנצען אנדערע טיפ'ן אבער אין מיינע אויגן האט ער געהאט אזא מין 'הימלישער חן' אז כ'האב פשוט געפייגערט צו זיין זיין חבר און דאס האט מיך געמאכט אומגעהויערע יסורי נפש, כ'האב באקומען א מין צעדרייטע תשוקה צו איהם אז כ'האב געטוען וואס אימער איהם צוגעפעלן, פארשטייט זיך גענוג קליג אז ער זאל נישט כאפן, אזוי איז אויסגעקומען אז כ'האב נישט געהאט קיין איין רואיגע מינוט! ווייל ווען כ'בין געווען אין זיין געגנווארט האב איך נישט געקענט עקטען נאטורליך, ווידער ווען נישט האב איך געטראכט פון איהם א גאנצן צייט.
המשך יבוא

צוגעלייגט מאנטאג יוני 29
המשך - פרק ב
איידער איך בין ממשיך מיט'ן עצם געשיכטע, וויל איך קלאר מאכן צוויי זאכן וואס ווי עס שיינט האבען מאנכע נישט פונקטליך געכאפט. איינס, שלומי האט נישט געוויסט פון מיין ליבע/קראש/תשוקה וואס איך האב צו איהם, און איך האב איהם פארשטייט זיך קיינמאל נישט געזאגט, און איך וואלט נישט געזאגט, (אויסער אויב כ'וואלט געווען איבערצייגט אז ער פיהלט די זעלבע כלפיי, וואס דאס איז נישט געווען די סיטואציע). צוויי, איך בין נישט געווען, למעשה, שלומי'ס חבר אויף א גרעסערע פארנעם ווי א צווייטע'ן, אויסערליך זענען מיר געווען פשוט'ע דירה-חברים, און באמת, איז אפילו גארנישט געווען אין איהם וואס וואלט אונז, אין א נארמאלע וועלט, געמאכט פאר נאטורליכע פריינד, דאס הייסט אז כ'האב עכט נישט געקענט שעפן אן אמת'ע געזונטע הנאה פון אזא פריינדשאפט ווייל ער האט נישט פארקויפט די געברויכן וואס איך האב געדארפט אין א חבר, (ליתר ביאור: לאמיר זאגן אז איך וואלט געווען אן אינטעלעקטואל וואס גלייכט צו רעדן פון אינטעלעקט, אדער אויב וואלט איך געווען אן אידילאג וואס גלייכט צו דעבאטירן איידיעס, איז נאטורליך וואלט איך מיך געוואלט חבר'ן מיט איינער וואס גלייכט אויך צו שמועסן פון די סארט זאכן, איז אבער שלומי בכלל נישט געווען אזא, נמצא, אז דו גאנצע ליבע איז געווען באזירט אויף 'חן' וואס איך וואלט נישט אפילו נהנה געווען פון איהם, איז ממילא אין אזא פאל האט נישט די תשוקה קיין שום וועג צו ערפילט ווערן וכמו שיתבאר בהמשך).
און יעצט צוריק צו אונזער געשיכטע:
די תשוקה און ליבע איז נאר געווארן שטערקער (לייען: ערגער),מיין מח און מיין הארץ זענען ביידע געווען פארקויפט פאר שלומי, די געפיהלן פון 'אהבה' האבן געוויסט קיינע גרעניצן, און מיט דעם זענען די יסורי הנפש מיטגעוואקסן, ווען איך פלעג זיין אין זיין געגנווארט פלעג איך פיהלן באשיינפערליך הויעך, ווי כאילו איך האב איינגענומען א פולן דאזע פון דאפען (נישט אז כ'האב אמאל פרובירט!...), עפעס א מין תענוג וואס מ'קען זיך נישט פארשטעלן, א תענוג גראד ארויס פונעם עולם הדמיון, וואס איז אין די וועלט פון ריאליטעט בכלל נישט דא צו קויפן.
אבער, ווען איך בין געווען אפגעטיילט פון איהם, (וואס דאס איז אויסגעקומען צו זיין רוב צייט) האט דאס הארץ גע'בלוט'יגט און געבענקט, כ'האב נישט געקענט מרגיש זיין א הרגש וואס זאל נישט זיין פון שלומי, אויב ביי א געלעגנהייט האט מען געזינגען א שיינעם ניגון וואס ערוועקט די געפיהלן, האבן רוישיגע געפיהלן פון ליבע געשטורעמט מיין הארץ, אויב כ'האב געהערט מוזיק, האב איך נאר געטראכט פון שלומי, יא, שלומי, שלומי און נאכאמאל שלומי.
אפט מאל פלעג איך גיין אליינ'ס אין די נעכט צו ליידיגע פארק'ס אין עיה"ק ירושלים, און אויסהערן דעפרעסינג ליבע-מוזיק / פאפ, און אויסטייטשן די ליריקס אויף שלומי און אזוי זינקען אין די געפיהלן פון ליבע און תשוקה.
ס'איז געקומען צו א פוינט וואס כ'האב פשוט אויפגעהערט צו עסן, כ'האב פשוט פארלוירן מיין אפעטיט, די ליבע האט מיך אזוי איבערגענומען אז כ'האב נישט געקענט הנאה האבן פון א מאכל! אזוי אויך האב איך באקומען שוועריגקייטן איינשלאפן, וואס איז אויך, לכאורה, געקומען אלץ רעזולטאט פון מיין ליבע.
אינעם למעשה'דיגן לעבן האט זיך אויך אלץ געדרייט ארום 'שלומי', כ'פלעג אייביג מאכן חשבונות גג על גג אז ס'זאל ''אויסקומען'' אז כ'זאל "פונקט" זיין דא און דארטן די זעלבע צייט ווי שלומי, אויב האבן אפאר בחורים געוואלט אוועקפארן אויף א שבת למשל, פלעג איך פארשטייט זיך פרעגן כ"מסיח לפי תומו" ווער ס'קומט אלץ, און אויב איז שלומי געווען צווישן די משתתפים איז געקומען א פאזאטיוו'ן ענטפער און ווידער אויב נישט….
למעשה האב איך אלץ גע'פגר'ט צו שמועסן one and one מיט שלומי, ווייל דאס איז דאך געווען ממש א תענוג מעין עוה"ב, איז כאטש וואס אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט אזא זאך געקענט אויסקומען גאר אפט, ווייל מיר זענען דאך געווען אין איין דירה איז אבער דא די סיטואציע געווען אנדערש, ווייל איך האב אלץ מורא געהאט אז שלומי, וועמען איך וויל דאך געפעלן (אזוי וועט ער מיר אפשר נעמען פאר אן איידעם…) זאל נישט כאפן אז איך דארף איהם ווי לופט צום אטעמען ממילא האב איך שוין געהאט א קאמפלעקס און כ'האב זיך קיינמאל געטרויעט איהם צו מציע זיין א דעיט, כ'מיין א שמועס, פארברענג, ציגרעטל וכדומה, צוזאם.
ווי אויך האב איך דאך געהאפט אז אפשר האט שלומי אויך עפעס א געפיהל צו מיר, און אז מ'וויל עפעס שטארק קען מען שוין אסאך מאל אויסטייטשען געוויסע זאכן וויאזוי מ'וויל, נו בין איך שוין געווען באשעפטיגט מיט'ן מפענח זיין רמזים און אריינלערנען זאכן אין זיינע ווערטער, פארשטייט זיך ווייל פרעגן דירעקט איז אויסגעשלאסן.
איין טאג האט מיך שלומי מציע געווען, אז היות זיין חברותא פארמיטאג איז אהיים געגאנגען אויב איך וואלט געוואלט לערנען מיט איהם, מיין ענטפער צו איהם איז זעלבסט פארשטענדליך, און כאטש וואס ביז דעמאלטס פלעג איך שלאפן שפעט איז אבער פון דעמאלטס געווארן אן אנדערע מעשה, מיט זרירות בין איך אויפגעשטאנען און ארויסגעקוקטנפאר דעם סדר וואס כ'לערן מיט שלומי, כאטש וואס קיין שום תועלת רוחני איז נישט געווען פון דעם חברותא שאפט זינט שלומי האט פארמאגט אסאך א שוואכערע קאפ פון מיר, אִם יִתֵּן אִישׁ אֶת כָּל הוֹן בֵּיתוֹ בָּאַהֲבָה, בּוֹז יָבוּזוּ לוֹ.
אויב מיינט איהר אבער טייערע ליינער אז מיט דעם האבן זיך זאכן אפגעשטילט, זאג איך אייך ניין! בעוד כברת ארץ! די שעה צוויי חברותא'שאפט האט גארנישט בעסער געמאכט, נאר אדרבא, אזוי ווי א שיכור וואס איין גלעזעל ברענגט די תאווה פאר נאכאיינ'ס כן דודי בין הבנים! דאס הארץ האט גענאגט און געבענקט פאר "שלומי" 24/7.
דער אמת איז אז יעצט קוק'נדיג אויף צוריק, איז קלאר אז גארנישט וואלט נישט געקענט זאט מאכן דעם הונגער פאר שלומי, אפילו אויב אונז וואלטן א גאנצן טאג געווען צוזאמען וואלט דאס אויך נישט בארואיגט מיין תשוקה, ס'איז געווען 'חולת אהבה' און קיין שום רפואה איז נאכנישט באשאפן געווארן אויף צו היילן דאס קראנקהייט.
עווענטועל בין איך אנגעקומען צו א טערעפיסט,איך האב איהם אלץ פארציילט און מיר האבן פרובירט צו ארבעטן אבער ס'האט נישט צופיל, אדער בעסער געזאגט, כמעט גערנישט געהאלפן, כ'בין געגאנגען צו יענעם איינמאל א וואך פאר כמעט א יאר! אבער, אין דעם הינזיכט האט זיך גארנישט גערירט, מיין קראנקע הארץ איז נישט אויסגעהיילט ווערן.
אזוי איז אדורך געגאנגען כמעט א יאר, א יאר פון אומבאשרייבליכע פיין און לייד, אומגעהויערע יסורי נפש, א הארץ וואס פאמט בלוט פון ליבע, און ס'פלאקערט א פייער פון בענקעניש און ס'נישטא ווער עס זאל עס אויסלעשן.
די ערשטע סימן פון א 'ישועה' איז געווען בין הזמנים אב, ווען כ'בין אוועקגעפארן אויף אן אינטערנאציענאלן טריפ מיט אנדערע בחורים, שלומי נישט צווישן זיי, ס'איז געווען אסאך 'פאן' און זייער געשמאק, יעדע דעסטינאציע איז געווען א חוייה פאר זיך און כ'האב אנגעהויבן צו כאפן אז כ'טראכט שוין נישט אזוי שטארק פון שלומי, צוביסלעך איז שלומי ארויס מער און מער פון מיין באוואוסטזיין, כאטש וואס נישט אינגאנצן, און ס'האט זיך כסדר ערוועקט א בענקעניש אדער א תשוקה, כ'האב געזעהן אז כ'קען הנאה האבן און ענזשויען אן 'שלומי'.
נאך בין הזמנים ווען מיר האבן זיך צוריק געטראפן אין ירושלים זענען זאכן מער ווייניגער צוריק צום אלטן און כ'האב זיך נאך אנגעליטן א שטיק צייט אבער עווענטועל האב איך חתונה געהאט און ס'איז בעיסיקלי געשעהן די זעלבע זאך ווי בין הזמנים, די נייע לעבן האט מיר צוביסלעך געמאכט פארגעסן פון שלומי, און דאס באקומען אן אמת'ער פריינט, דאס ווייב, איז לכאורה אויך געווען א פאקטאר אין די רפואה און ביז נישט צולאנג שפעטער איז דער גאנצע זאך געווען א פארגאנגענהייט.
אזוי איז אדורך א שיינע פאר יאר, צוויי וואכן צוריק באמפ איך אריין אין… שלומי! מיר האבן אביסל געשמועסט על דא ועל הא, זיך אפגעזעגנט און געגאנגען ווייטער, אויפ'ן וועג אהיים דערנאך האב איך אריינגעטראכט אינעם גאנצען סיפור און כ'האב באשלאסן עס מיט צוטיילן מיט'ן ציבור אז אויב איז דא איינער וואס ליידט דערפון זאל ער וויסען אז ס'דא ליכטיג'קייט אין די ענדע פונעם טונעל! און ער וועט זיך בע"ה ארויסזעהן דערפון.
און צו דיר מיין טייערע ברודער, אויב קענסטו זיך אידענטיפיצירן מיט די העלד(?) פון אונזער געשיכטע, בעהט איך דיר, אנטלויף! איך ווייס אז ס'גייט זיין ביטער שווער אין דער אנהייב אבער דאס איז די איינציגסטע רפואה! איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך מיין.

און יעצט צו אונזערע אינטעלעקטואלע ליינער, שרייבער און קאמענטירער פון קאווע שטיבל, איהר זענט העפליך געלאדענט אנטייל צונעמען אין די פסיכעלאגישע דעבאטע בנוגע "ליבשאפט אבסעסיע".
פרייטאג יוני 26, 2020 2:13 pm#453117
אויב האסטו נאכנישט געהערט פון אזא טערמין- ווי איידער זאגן בלשון שלילה- "פלאטאנישע אהבה" מיינסטו געוויס צוזאגן.
פרייטאג יוני 26, 2020 2:32 pm#453119
דירעקט נישט, איך רעד פון אבסעסיווע ליבשאפט דיסארדער וואס איז נישט געזונט. פלאטאנישע ליבע איז א געוואונטשענע זאך, געזונט און גייט ביידע וועגן. אזוי אויך רעדט איך נישט פון א פשוט'ער קראש נאר עפעס סאך מער.
פרייטאג יוני 26, 2020 2:36 pm#453120
לייבל שטילער האט געשריבן:דירעקט נישט, איך רעד פון אבסעסיווע ליבשאפט דיסארדער וואס איז נישט געזונט. פלאטאנישע ליבע איז א געוואונטשענע זאך, געזונט און דייט ביידע וועגן.

גוט. איך האב זיך באצויגן צו דאס וואס דו ביזט שולל אז דאס איז נישט געווען סעקסועל אין נאטור. נישט געוויסט אז דו צילט צו עפעס דיסארדער א חולת אהבה.
פרייטאג יוני 26, 2020 2:43 pm#453121
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
עפעס ענליך צו א 'תלות'..... (נאר אויף איין וועג).
פרייטאג יוני 26, 2020 2:43 pm#453122
לאמיר ערשט זעהן וויאזוי די מעשה וועט זיך אויסקאכן, נאכדעם וועט מען קענען אנאליזירן אין וועלכע קאטעגאריע עס גייט אריין.
פרייטאג יוני 26, 2020 2:44 pm#453123
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
לייבל שטילער האט געשריבן:דירעקט נישט, איך רעד פון אבסעסיווע ליבשאפט דיסארדער וואס איז נישט געזונט. פלאטאנישע ליבע איז א געוואונטשענע זאך, געזונט און גייט ביידע וועגן. אזוי אויך רעדט איך נישט פון א פשוט'ער קראש נאר עפעס סאך מער.
עס איז דא ליבע און עס איז דא lust ס'הערט זיך מער ווי לאסט נישט ליבע...
פרייטאג יוני 26, 2020 2:46 pm#453124
כ'האב דאך קלאר אויסגעשלאסן א לאסט.
פרייטאג יוני 26, 2020 2:48 pm#453125
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
לייבל שטילער האט געשריבן:כ'האב דאך קלאר אויסגעשלאסן א לאסט.
ווי אזוי טאקע קענסטו דאס אזוי קלאר וויסען ביי דיר פון וואס די שורש פון די אהבה איז געקומען??
פרייטאג יוני 26, 2020 2:49 pm#453126
ער פיהלט אז ער איז נישט אינטרעסירט בכלל אין קיין שום סעקסואלע באציאונג, און ער ווייסט ווען ס'אינטרטסירט איהם יא.
פרייטאג יוני 26, 2020 2:59 pm#453127
אינטערסאנטע געשיכטע רעב לייבעל. די אבסעסיע גייט נאך אן ביז היינט אדער איר פארציילט סתם זכרונות?
פרייטאג יוני 26, 2020 3:00 pm#453128
ניין. זכרונות פון א לענגער צייט צוריק.
פרייטאג יוני 26, 2020 3:03 pm#453129
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
לייבל שטילער האט געשריבן:כ'האב דאך קלאר אויסגעשלאסן א לאסט.
כ'בין זייער נייגעריג וואס קען טאקע זיין די שורש פון אזא ליבע...
פרייטאג יוני 26, 2020 3:06 pm#453130
עוקר הרים האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:כ'האב דאך קלאר אויסגעשלאסן א לאסט.
כ'בין זייער נייגעריג וואס קען טאקע זיין די שורש פון אזא ליבע...
אהבה שאינו תלוייה בדבר, כאהבת דוד ויונתן.
פרייטאג יוני 26, 2020 3:13 pm#453131
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עוקר הרים האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:כ'האב דאך קלאר אויסגעשלאסן א לאסט.
כ'בין זייער נייגעריג וואס קען טאקע זיין די שורש פון אזא ליבע...
אהבה שאינו תלוייה בדבר, כאהבת דוד ויונתן.
ווי אזוי געשעהט טאקע אזא אז איינער זאל האבען אן אהבה צו איינעם וואס איז אינו תלויה בדבר? סאיז א הימלישע זאך וואס מקען נישט פארשטיין...? בפשטות האט יעדע אהבה א סיבה דערפאר....
פרייטאג יוני 26, 2020 3:17 pm#453132
דער "תפארת ישראל" אויף די משנה (אבות ה טז) פון "כל אהבה שהיא תלויה בדבר" שרייבט אט אזוי:
זו אהבת דוד ויהונתן: שלא היתה תלויה בשום דבר בעולם, והיתה גדולה במדתה כאהבת אב לבן שא"א שתתבטל, אפילו כשלא יתנהג הבן כשורה, וכמ"ש דהמע"ה לאט לי לנער לאבשלום, וכ"כ יהונתן אף ששמע אח"כ שיקח ממנו מלכותו, אפ"ה לא זז מחבתו לו, שמסר כ"פ נפשו בסכנה עבורו [ומצינו דוגמתה בעולם ונקראת זימפאטהעטישע ליעבע בל"א, דב' בנ"א אף שלא הכירו זא"ז מעולם, תיכף כשיראו זא"ז יאהבו זל"ז בלי טעם. ויש לזה טעם נעלם]:


אבער דאס איז ווארשיינליך נישט די קעיס דא. תפא"י רעדט פון א געזונטע ליבע וואס גייט ביידע וועגן נישט עפעס וואס מאכט קראנק איינעם.
פרייטאג יוני 26, 2020 5:06 pm#453145
פון ווי ווייסטו טאקע אז עס איז נישט געגאנגען אויף ביידע וועגען?
מאנטאג יוני 29, 2020 3:54 pm#453310
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
@לייבל שטילער נא ווען קומט שוין די המשך כבין זייער נייגעריג ווי אזוי איהר האט זיך ארויס געזעהן פון דעם...?
מאנטאג יוני 29, 2020 5:13 pm#453316
כ'האב אפגעשריבן א לענגער המשך אבער ווען כ'האב געשיקט "אויסקוק פון פאראויס" האט די סייט מיך געבעטן זיך איינצושרייבן, כאטש וואס כ'בין געווען איינגעשריבן און דערנאך האט זיך עס פארלוירן, כהאב נישט די כח איבערצושרייבן יעצט. סארי.
מאנטאג יוני 29, 2020 5:19 pm#453319
לייבל שטילער כ'האב גרויס מיטלייד מיט אייך. סיי ווייל סאינטערסירט מיר דיין טעמע. און אויך פאר דיין פארלוסט פון דיין לענגערע מאמר. גם אני בחלומי ס'פלעגט פאסירן ביי מיר, בפרט ביים שרייבן א לענגערע מאמר פלעג איך ווערן ארויסגעסיינט פון זיך אליין, און זיך געדארפט איינשרייבן פון פריש און כ'האב פארלוירן מיין אפגעהארעוועטע ווערק. אין אזא פאל איז גוט צו מאכן copy פון דיינע ווערטער (ctrl c וכדומה) אזוי אז אין פאל פון נויט זאלסטו עס קענען איבערקלעבן.
מאנטאג יוני 29, 2020 9:34 pm#453351
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
לייבל שטילער האט געשריבן:כ'האב אפגעשריבן א לענגער המשך אבער ווען כ'האב געשיקט "אויסקוק פון פאראויס" האט די סייט מיך געבעטן זיך איינצושרייבן, כאטש וואס כ'בין געווען איינגעשריבן און דערנאך האט זיך עס פארלוירן, כהאב נישט די כח איבערצושרייבן יעצט. סארי.


כ'פיל מיט מיט אייך אבער רצונינו לשמוע ווי אזוי דאס האט זיך גענדיגט ביטע אויב איהר צייט ביטע שרייבט עס איבער,
כ'גלייב אז ס'דא נאך חברה וואס זענען אין דעם פראבלעם פון אבסעסיוו ליבע און זיכען דעם וועג ארויס...
יישר כח
מאנטאג יוני 29, 2020 10:07 pm#453354
המשך - פרק ב [אויך געווארן צוגעלייגט אויבן, אנהייב אשכול]
איידער איך בין ממשיך מיט'ן עצם געשיכטע, וויל איך קלאר מאכן צוויי זאכן וואס ווי עס שיינט האבען מאנכע נישט פונקטליך געכאפט. איינס, שלומי האט נישט געוויסט פון מיין ליבע/קראש/תשוקה וואס איך האב צו איהם, און איך האב איהם פארשטייט זיך קיינמאל נישט געזאגט, און איך וואלט נישט געזאגט, (אויסער אויב כ'וואלט געווען איבערצייגט אז ער פיהלט די זעלבע כלפיי, וואס דאס איז נישט געווען די סיטואציע). צוויי, איך בין נישט געווען, למעשה, שלומי'ס חבר אויף א גרעסערע פארנעם ווי א צווייטע'ן, אויסערליך זענען מיר געווען פשוט'ע דירה-חברים, און באמת, איז אפילו גארנישט געווען אין איהם וואס וואלט אונז, אין א נארמאלע וועלט, געמאכט פאר נאטורליכע פריינד, דאס הייסט אז כ'האב עכט נישט געקענט שעפן אן אמת'ע געזונטע הנאה פון אזא פריינדשאפט ווייל ער האט נישט פארקויפט די געברויכן וואס איך האב געדארפט אין א חבר, (ליתר ביאור: לאמיר זאגן אז איך וואלט געווען אן אינטעלעקטואל וואס גלייכט צו רעדן פון אינטעלעקט, אדער אויב וואלט איך געווען אן אידילאג וואס גלייכט צו דעבאטירן איידיעס, איז נאטורליך וואלט איך מיך געוואלט חבר'ן מיט איינער וואס גלייכט אויך צו שמועסן פון די סארט זאכן, איז אבער שלומי בכלל נישט געווען אזא, נמצא, אז דו גאנצע ליבע איז געווען באזירט אויף 'חן' וואס איך וואלט נישט אפילו נהנה געווען פון איהם, איז ממילא אין אזא פאל האט נישט די תשוקה קיין שום וועג צו ערפילט ווערן וכמו שיתבאר בהמשך).
און יעצט צוריק צו אונזער געשיכטע:
די תשוקה און ליבע איז נאר געווארן שטערקער (לייען: ערגער),מיין מח און מיין הארץ זענען ביידע געווען פארקויפט פאר שלומי, די געפיהלן פון 'אהבה' האבן געוויסט קיינע גרעניצן, און מיט דעם זענען די יסורי הנפש מיטגעוואקסן, ווען איך פלעג זיין אין זיין געגנווארט פלעג איך פיהלן באשיינפערליך הויעך, ווי כאילו איך האב איינגענומען א פולן דאזע פון דאפען (נישט אז כ'האב אמאל פרובירט!...), עפעס א מין תענוג וואס מ'קען זיך נישט פארשטעלן, א תענוג גראד ארויס פונעם עולם הדמיון, וואס איז אין די וועלט פון ריאליטעט בכלל נישט דא צו קויפן.
אבער, ווען איך בין געווען אפגעטיילט פון איהם, (וואס דאס איז אויסגעקומען צו זיין רוב צייט) האט דאס הארץ גע'בלוט'יגט און געבענקט, כ'האב נישט געקענט מרגיש זיין א הרגש וואס זאל נישט זיין פון שלומי, אויב ביי א געלעגנהייט האט מען געזינגען א שיינעם ניגון וואס ערוועקט די געפיהלן, האבן רוישיגע געפיהלן פון ליבע געשטורעמט מיין הארץ, אויב כ'האב געהערט מוזיק, האב איך נאר געטראכט פון שלומי, יא, שלומי, שלומי און נאכאמאל שלומי.
אפט מאל פלעג איך גיין אליינ'ס אין די נעכט צו ליידיגע פארק'ס אין עיה"ק ירושלים, און אויסהערן דעפרעסינג ליבע-מוזיק / פאפ, און אויסטייטשן די ליריקס אויף שלומי און אזוי זינקען אין די געפיהלן פון ליבע און תשוקה.
ס'איז געקומען צו א פוינט וואס כ'האב פשוט אויפגעהערט צו עסן, כ'האב פשוט פארלוירן מיין אפעטיט, די ליבע האט מיך אזוי איבערגענומען אז כ'האב נישט געקענט הנאה האבן פון א מאכל! אזוי אויך האב איך באקומען שוועריגקייטן איינשלאפן, וואס איז אויך, לכאורה, געקומען אלץ רעזולטאט פון מיין ליבע.
אינעם למעשה'דיגן לעבן האט זיך אויך אלץ געדרייט ארום 'שלומי', כ'פלעג אייביג מאכן חשבונות גג על גג אז ס'זאל ''אויסקומען'' אז כ'זאל "פונקט" זיין דא און דארטן די זעלבע צייט ווי שלומי, אויב האבן אפאר בחורים געוואלט אוועקפארן אויף א שבת למשל, פלעג איך פארשטייט זיך פרעגן כ"מסיח לפי תומו" ווער ס'קומט אלץ, און אויב איז שלומי געווען צווישן די משתתפים איז געקומען א פאזאטיוו'ן ענטפער און ווידער אויב נישט….
למעשה האב איך אלץ גע'פגר'ט צו שמועסן one and one מיט שלומי, ווייל דאס איז דאך געווען ממש א תענוג מעין עוה"ב, איז כאטש וואס אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט אזא זאך געקענט אויסקומען גאר אפט, ווייל מיר זענען דאך געווען אין איין דירה איז אבער דא די סיטואציע געווען אנדערש, ווייל איך האב אלץ מורא געהאט אז שלומי, וועמען איך וויל דאך געפעלן (אזוי וועט ער מיר אפשר נעמען פאר אן איידעם…) זאל נישט כאפן אז איך דארף איהם ווי לופט צום אטעמען ממילא האב איך שוין געהאט א קאמפלעקס און כ'האב זיך קיינמאל געטרויעט איהם צו מציע זיין א דעיט, כ'מיין א שמועס, פארברענג, ציגרעטל וכדומה, צוזאם.
ווי אויך האב איך דאך געהאפט אז אפשר האט שלומי אויך עפעס א געפיהל צו מיר, און אז מ'וויל עפעס שטארק קען מען שוין אסאך מאל אויסטייטשען געוויסע זאכן וויאזוי מ'וויל, נו בין איך שוין געווען באשעפטיגט מיט'ן מפענח זיין רמזים און אריינלערנען זאכן אין זיינע ווערטער, פארשטייט זיך ווייל פרעגן דירעקט איז אויסגעשלאסן.
איין טאג האט מיך שלומי מציע געווען, אז היות זיין חברותא פארמיטאג איז אהיים געגאנגען אויב איך וואלט געוואלט לערנען מיט איהם, מיין ענטפער צו איהם איז זעלבסט פארשטענדליך, און כאטש וואס ביז דעמאלטס פלעג איך שלאפן שפעט איז אבער פון דעמאלטס געווארן אן אנדערע מעשה, מיט זרירות בין איך אויפגעשטאנען און ארויסגעקוקטנפאר דעם סדר וואס כ'לערן מיט שלומי, כאטש וואס קיין שום תועלת רוחני איז נישט געווען פון דעם חברותא שאפט זינט שלומי האט פארמאגט אסאך א שוואכערע קאפ פון מיר, אִם יִתֵּן אִישׁ אֶת כָּל הוֹן בֵּיתוֹ בָּאַהֲבָה, בּוֹז יָבוּזוּ לוֹ.
אויב מיינט איהר אבער טייערע ליינער אז מיט דעם האבן זיך זאכן אפגעשטילט, זאג איך אייך ניין! בעוד כברת ארץ! די שעה צוויי חברותא'שאפט האט גארנישט בעסער געמאכט, נאר אדרבא, אזוי ווי א שיכור וואס איין גלעזעל ברענגט די תאווה פאר נאכאיינ'ס כן דודי בין הבנים! דאס הארץ האט גענאגט און געבענקט פאר "שלומי" 24/7.
דער אמת איז אז יעצט קוק'נדיג אויף צוריק, איז קלאר אז גארנישט וואלט נישט געקענט זאט מאכן דעם הונגער פאר שלומי, אפילו אויב אונז וואלטן א גאנצן טאג געווען צוזאמען וואלט דאס אויך נישט בארואיגט מיין תשוקה, ס'איז געווען 'חולת אהבה' און קיין שום רפואה איז נאכנישט באשאפן געווארן אויף צו היילן דאס קראנקהייט.
עווענטועל בין איך אנגעקומען צו א טערעפיסט,איך האב איהם אלץ פארציילט און מיר האבן פרובירט צו ארבעטן אבער ס'האט נישט צופיל, אדער בעסער געזאגט, כמעט גערנישט געהאלפן, כ'בין געגאנגען צו יענעם איינמאל א וואך פאר כמעט א יאר! אבער, אין דעם הינזיכט האט זיך גארנישט גערירט, מיין קראנקע הארץ איז נישט אויסגעהיילט ווערן.
אזוי איז אדורך געגאנגען כמעט א יאר, א יאר פון אומבאשרייבליכע פיין און לייד, אומגעהויערע יסורי נפש, א הארץ וואס פאמט בלוט פון ליבע, און ס'פלאקערט א פייער פון בענקעניש און ס'נישטא ווער עס זאל עס אויסלעשן.
די ערשטע סימן פון א 'ישועה' איז געווען בין הזמנים אב, ווען כ'בין אוועקגעפארן אויף אן אינטערנאציענאלן טריפ מיט אנדערע בחורים, שלומי נישט צווישן זיי, ס'איז געווען אסאך 'פאן' און זייער געשמאק, יעדע דעסטינאציע איז געווען א חוייה פאר זיך און כ'האב אנגעהויבן צו כאפן אז כ'טראכט שוין נישט אזוי שטארק פון שלומי, צוביסלעך איז שלומי ארויס מער און מער פון מיין באוואוסטזיין, כאטש וואס נישט אינגאנצן, און ס'האט זיך כסדר ערוועקט א בענקעניש אדער א תשוקה, כ'האב געזעהן אז כ'קען הנאה האבן און ענזשויען אן 'שלומי'.
נאך בין הזמנים ווען מיר האבן זיך צוריק געטראפן אין ירושלים זענען זאכן מער ווייניגער צוריק צום אלטן און כ'האב זיך נאך אנגעליטן א שטיק צייט אבער עווענטועל האב איך חתונה געהאט און ס'איז בעיסיקלי געשעהן די זעלבע זאך ווי בין הזמנים, די נייע לעבן האט מיר צוביסלעך געמאכט פארגעסן פון שלומי, און דאס באקומען אן אמת'ער פריינט, דאס ווייב, איז לכאורה אויך געווען א פאקטאר אין די רפואה און ביז נישט צולאנג שפעטער איז דער גאנצע זאך געווען א פארגאנגענהייט.
אזוי איז אדורך א שיינע פאר יאר, צוויי וואכן צוריק באמפ איך אריין אין… שלומי! מיר האבן אביסל געשמועסט על דא ועל הא, זיך אפגעזעגנט און געגאנגען ווייטער, אויפ'ן וועג אהיים דערנאך האב איך אריינגעטראכט אינעם גאנצען סיפור און כ'האב באשלאסן עס מיט צוטיילן מיט'ן ציבור אז אויב איז דא איינער וואס ליידט דערפון זאל ער וויסען אז ס'דא ליכטיג'קייט אין די ענדע פונעם טונעל! און ער וועט זיך בע"ה ארויסזעהן דערפון.
און צו דיר מיין טייערע ברודער, אויב קענסטו זיך אידענטיפיצירן מיט די העלד(?) פון אונזער געשיכטע, בעהט איך דיר, אנטלויף! איך ווייס אז ס'גייט זיין ביטער שווער אין דער אנהייב אבער דאס איז די איינציגסטע רפואה! איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך מיין.

און יעצט צו אונזערע אינטעלעקטואלע ליינער, שרייבער און קאמענטירער פון קאווע שטיבל, איהר זענט העפליך געלאדענט אנטייל צונעמען אין די פסיכעלאגישע דעבאטע בנוגע "ליבשאפט אבסעסיע".
מאנטאג יוני 29, 2020 10:33 pm#453357
איר דערמאנט אנפאנג אז שלומי האט גערעדט צו אייך פערזענליכע זאכן. איז דאס אפשר געווען די סיבה פון די ליבשאפט?
מאנטאג יוני 29, 2020 11:01 pm#453361
זייער אינטערעסאנט צו הערן דיין מיטלעבעניש. און נאך דערצו מיט דיין שפראך וואס דו לייגסט עס אראפ
איך האב קיינמאל נישט געהאט אזא סארט אבסעסיע לפחות נישט אויף אזא פארנעם אבער דא דארט דאכט זיך האב איך געהאט תקופות אלס בחור וואס איינער איז מיר אלס געווען אין קאפ כסדר
האסטו געהאט אנדערע וואס דו האסט געהאט אן אבסעסיע אפילו נישט אויף אזא פארנעם?
נאך א נקודה, צו קען זיין אז אפילו ביסט נישט געווען באוואוסטזוניג אז דאס איז סעקסועל איז עס יא געווען אזוי? איך גלייב אז נאכן גיין צו א טערעפיסט א יאר צייט איבער דעם האסטו מעריט אויסצושליסן דאס
דינסטאג יוני 30, 2020 1:04 am#453377
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
די אבסעסיע ווערט אנגערופן ציווישן די מחנכים מיטן נאמען "קראש". עס איז ליידער זייער מצוי היינט ציווישן בחורים, אבער בדרך כלל איז די ענדע אסאך ערגער דער בחור וואס האט די קראש צווינגט ארויף זיין חבר שאפט אויף די אנדערע און האלט עים און איין פרובירן צו ער איז א אמת'ע חבר און נאכקוקן צו ער איז נישט נאנט מיט אנדערע און ווערט ממש א רודף, און פארשטייט זיך אז די נרדף ווערט ממש צו'קראש'ט און פילט זיך ווי אין א תפיסה וואס ער זעיט נישט די טיהר ארויס. למעשה בדרך כלל שיקט די נרדף ליפטערן דער רודף און דער רודף קען דאס נישט אראפ שלינגען וכו' וכו' די מהלך פון די מחנכים היינט איז צו הייסן ביידע גיין צפון דרום ווי פריער און זיך אפילו נישט אנקוקן און טראכטן איינער פונעם צווייטען פאר א תקופה.

עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין אז די יסורי הנפש וואס "ביידע" גיין אדורך בשעת מעשה און אויך אין די תקופת התנכרות איז איין לשער. און עס איז זייער ווייטאגלעך אז ווען די בחורים רעדן זיך ארויס צו מגידי שיעורים באראויגט מען זיי מיט "עס וועט אדורך גיין" עס "מאכט זיך אייביג ציווישן חברים" אן זיי צו שיקן צו א מומחה בעפאר עס איז צו שפעט.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
דינסטאג יוני 30, 2020 2:49 am#453383
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
דו רעדסט מער פון א תלות / dependency וועלכע גייט ביידע וועגן.
דינסטאג יוני 30, 2020 10:00 am#453401
קאצקע ציקער האט געשריבן:איר דערמאנט אנפאנג אז שלומי האט גערעדט צו אייך פערזענליכע זאכן. איז דאס אפשר געווען די סיבה פון די ליבשאפט?

דאס איז אפשר געווען א טריגער אבער נישט דער גורם, ('פרעזענליכע' זאכן אין דעם קעיס מיינט סה"כ אביסל אפן).

ישן מלא חדש האט געשריבן:די אבסעסיע ווערט אנגערופן ציווישן די מחנכים מיטן נאמען "קראש". עס איז ליידער זייער מצוי היינט ציווישן בחורים, אבער בדרך כלל איז די ענדע אסאך ערגער דער בחור וואס האט די קראש צווינגט ארויף זיין חבר שאפט אויף די אנדערע און האלט עים און איין פרובירן צו ער איז א אמת'ע חבר און נאכקוקן צו ער איז נישט נאנט מיט אנדערע און ווערט ממש א רודף, און פארשטייט זיך אז די נרדף ווערט ממש צו'קראש'ט און פילט זיך ווי אין א תפיסה וואס ער זעיט נישט די טיהר ארויס. למעשה בדרך כלל שיקט די נרדף ליפטערן דער רודף און דער רודף קען דאס נישט אראפ שלינגען וכו' וכו' די מהלך פון די מחנכים היינט איז צו הייסן ביידע גיין צפון דרום ווי פריער און זיך אפילו נישט אנקוקן און טראכטן איינער פונעם צווייטען פאר א תקופה.

עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין אז די יסורי הנפש וואס "ביידע" גיין אדורך בשעת מעשה און אויך אין די תקופת התנכרות איז איין לשער. און עס איז זייער ווייטאגלעך אז ווען די בחורים רעדן זיך ארויס צו מגידי שיעורים באראויגט מען זיי מיט "עס וועט אדורך גיין" עס "מאכט זיך אייביג ציווישן חברים" אן זיי צו שיקן צו א מומחה בעפאר עס איז צו שפעט.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk


א טיפיקעל קראש גלייב איך נישט אז ס'גייט אזוי ווייט.
ביי אונזער געשיכטע האט קיינער נישט געוואוסט דערפון, אריינגערעכנט שלומי, וואס האט לכאורה עפעס געכאפט אבער נישט צוסאך, און זיכער האט קיינער נישט געליטן אויסער די באטראפנדע. נישט קיין רודף און קיין נרדף, נאר א מיוסר ומדוכא ביסורים.
דינסטאג יוני 30, 2020 11:35 am#453411
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
וואס האט אייער טערעפיסט אייך געזאגט וואס איז געוועהן די גורם צו דעם? אדער עס קען געשעהן אן א הסבר?....
דינסטאג יוני 30, 2020 3:23 pm#453428
איך פארשטיי נישט וויאזוי די סארט געפילן ארבעטן, אבער איך געדענק אזא זאך און ישיבה. ראובן איז ממש געווען גרייט צו טון אלעס פאר שמעון, און שמעון האט נישט געוואוסט וואס ער וויל פון אים. שמעון האט עס נישט געקענט פארנעמען, און פראבירט צו פטור ווערן פון ראובן אויף יעדע אופן. און אפילו ראובן איז ממש געווארן געפייניגט פון די וועג וואס שמעון האט אים אוועקגעשטופט, האט ער עס אנגעהאלטן מער און מער.

דארטן האט זיך עס גענדיגט נאר א שיינע פאר יאר, ווען שמעון איז געווארן עלטער האט ער אנגעהויבן צו פארשטיין בערך די מצב, האט ער פראבירט צו העלפן ראובן, און ער האט אנגעהויבן אים צו טריטן שיין. מיט די צייט זענען זיי אפילו געווארן עטוואס נארמאלע חברים.

זיי זענען אויך גאר אנדערש איינער פונעם צווייטן.
דינסטאג יוני 30, 2020 6:41 pm#453439
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
איך האב שוין געהערט אסאך רעדן דערפון ביי היימישע מחנכים, און אלס בחור אין ישיבה האב איך אויך מיטגעהאלטן עטליכע אזעלכע מעשיות, אבער אינטערעסאנט אז פונעם זוכן אויף די אינטערנעט זעהט נישט אויס ווי עס איז א גרויסע נושא אין די אלגעמיינע וועלט.

קען זיין אז עפ''י רוב ליגט יא דערין געשלעכטלעכע תאווה, נאר די בחורים באהאלטן עס, אדער ווייסן אפילו נישט דערפון.
דינסטאג יוני 30, 2020 7:43 pm#453447
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
פאליטיקאנט האט געשריבן:דו רעדסט מער פון א תלות / dependency וועלכע גייט ביידע וועגן.
פארקערט קראש איז ווען איינער האט עס אויפן צווייטען און די אנדערע האט נישט קיין שום געפיהל פארן ערשטן.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
דינסטאג יוני 30, 2020 7:46 pm#453448
Re: אבסעסיווע ליבשאפט
לייבל שטילער האט געשריבן:א טיפיקעל קראש גלייב איך נישט אז ס'גייט אזוי ווייט.
ביי אונזער געשיכטע האט קיינער נישט געוואוסט דערפון, אריינגערעכנט שלומי, וואס האט לכאורה עפעס געכאפט אבער נישט צוסאך, און זיכער האט קיינער נישט געליטן אויסער די באטראפנדע. נישט קיין רודף און קיין נרדף, נאר א מיוסר ומדוכא ביסורים.


איך האב דאס טאקע געשריבן אז "בדרך כלל" איז די ענדע א שווערערע.
און א קראש איז א איין זייטיגע אבסעסיע אן דעים וואס די צד שכנגד זאל עס האבן אויף צוריק.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
מיטוואך יולי 01, 2020 12:19 am#453479
לויט ווי איך פארשטיי הייסט די סארט אנשיקעניש "קא-דיפענדענסי"

m https://psychcentral.com/lib/symptoms-of-codependency/ m

איך האב מיטגעהאלטן עטליכע יאר צוריק ווי א נאנטער מיינער, א בחור, האט געליטן פון דעם, ווען ער האט זיך אנגעקלעבט אין עפעס א בחור פון זיין שכינות. ער האט געטאן אלעס אין די וועלט יענעם צו געפעלן און באקומען פון יענעם א שמייכל. דאס איז א מחלה וואס קען דעסטרויען עטליכע יאר פון איינעם'ס לעבן, ווילאנג מען ווערט פטור פון די קא דיפענדענסי

דא קען מען זען צייכענעס אויב מען איז פארכאפט אין אזא רילעישאנשיפ

m https://psychcentral.com/blog/13-warnin ... ationship/ m
מיטוואך יולי 01, 2020 12:52 pm#453505
שעפסעלע האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי הייסט די סארט אנשיקעניש "קא-דיפענדענסי"

https://psychcentral.com/lib/symptoms-of-codependency/

איך האב מיטגעהאלטן עטליכע יאר צוריק ווי א נאנטער מיינער, א בחור, האט געליטן פון דעם, ווען ער האט זיך אנגעקלעבט אין עפעס א בחור פון זיין שכינות. ער האט געטאן אלעס אין די וועלט יענעם צו געפעלן און באקומען פון יענעם א שמייכל. דאס איז א מחלה וואס קען דעסטרויען עטליכע יאר פון איינעם'ס לעבן, ווילאנג מען ווערט פטור פון די קא דיפענדענסי

דא קען מען זען צייכענעס אויב מען איז פארכאפט אין אזא רילעישאנשיפ

https://psychcentral.com/blog/13-warnin ... ationship/


ס'איז לכאורה נישט דאס.
קודם כל, ער האט קיינמאל נישט געזיכט צו פליזן/געפעלן אנדערע, נאר מיט שלומי איז עס געשעהן. קא דיפענדעט איז א טיפ פון א מענטש, און ס'וועט געווענליך נישט זיין אן איינמאליגע געשעהניש.
ווי אויך די אנדערע סימנים פון דיין לינק ווייזן נישט אויף דעם דירעקציע.
מיטוואך יולי 01, 2020 9:22 pm#453532
לייבל זיי שוין ממשיך מיט די קומענדיגע חלק פון דיין אבסעסיווע ליבשאפט.
דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:16 pm#453561
א PDF דערפון ביטע. א הערליכע שיינע שרייבונג.
דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:29 pm#453567
דולה ומשקה האט געשריבן:א PDF דערפון ביטע. א הערליכע שיינע שרייבונג.
דאנערשטאג יולי 02, 2020 5:57 pm#453582
@לייבל, אין אנדערע אספעקטן פון לעבן ביזטו אויך אבסעסיוו?
דאנערשטאג יולי 02, 2020 6:33 pm#453584
קודם כל, מ'רעדט נישט פון מיר, איך האב געשריבן אין ערשטן-פערזאן בשם די באטראפנדע, יעצט צו דיין שאלה: ניין, ער האט נישט קיין שמץ פון OCD.
דאנערשטאג יולי 02, 2020 10:12 pm#453608
wow

ישר כוח פאר'ן שעירן די מעשה. זייער אינטערסאנט. איך האב קיינמאל נישט געהאט אזא זאך, און נישט געוויסט אז ס'איז בכלל דא אזא זאך. (אין נפשי איז געוועהן א ארטקיל וועגן קראשעס אפאר חדשים צוריק, אבער נישט ממש ווי די מעשה)

איך האב אין ישיבה געפילט אין לאוו מיט א בחור, אבער ס'איז מסתמא געוועהן אהבה תלויה בדבר. ער איז געוועהן מיין טייפ, אונז האבן זיך זייער גוט פארשטאנען, און ער איז געווען קיאט.... ווען איך בין אוועק פון יענע ישיבה, און ער איז דארטען געבליבן האב איך ממש געפילט ווי כ'בענק מיך נאך אים געפערליך.
זונטאג אוגוסט 02, 2020 7:49 am#455705
די אומגעזינטע צוגאנג צו סעקשיואלע און געשלעכטלעכע באציאונגען און געפילען וואס מ'פיטערט אונזערע קינדער, ברענגט אזוינע שרעקעדיגע קרא"ש סימפטאמען פון צייט צו צייט. ס'איז ממש ווייטיקלעך. דאס איז מיין א אינטואישען, איך האב נישט געטון קיין פארשונג און די מקצוע.
זונטאג אוגוסט 02, 2020 10:37 am#455712
לייבל שטילער האט געשריבן:דירעקט נישט, איך רעד פון אבסעסיווע ליבשאפט דיסארדער וואס איז נישט געזונט. פלאטאנישע ליבע איז א געוואונטשענע זאך, געזונט און גייט ביידע וועגן. אזוי אויך רעדט איך נישט פון א פשוט'ער קראש נאר עפעס סאך מער.


Any other issues like childhood trauma/never got enough love/ never felt needed or have an anxiety/mood disorder?

Was he ever allowed to express his love affection to another human being? Did he know that love doesn't automatically mean its sexual?

I find that boys in our communities don't get this type of chinuch. There is no space to express feelings let alone feelings of love lest it make you look vulnerable.

Was Shlomie the first person that get his feelings? Doesn't matter that Shlomie had a shvachere kup. If he was the first person that made him feel understood that could very well be the reason.

I also wonder what that darn therapist told him for one year straight. Hallo. If you can't help in 10 weeks you won't help him in a year. Not sure why people don't know this about therapy. There has to be some shift early on for it to make sense to continue with the therapy. No shift? no point in continuing.
זונטאג אוגוסט 02, 2020 11:14 am#455716
חתם סופר האט געשריבן:wow

ישר כוח פאר'ן שעירן די מעשה. זייער אינטערסאנט. איך האב קיינמאל נישט געהאט אזא זאך, און נישט געוויסט אז ס'איז בכלל דא אזא זאך. (אין נפשי איז געוועהן א ארטקיל וועגן קראשעס אפאר חדשים צוריק, אבער נישט ממש ווי די מעשה)

איך האב אין ישיבה געפילט אין לאוו מיט א בחור, אבער ס'איז מסתמא געוועהן אהבה תלויה בדבר. ער איז געוועהן מיין טייפ, אונז האבן זיך זייער גוט פארשטאנען, און ער איז געווען קיאט.... ווען איך בין אוועק פון יענע ישיבה, און ער איז דארטען געבליבן האב איך ממש געפילט ווי כ'בענק מיך נאך אים געפערליך.


אבער ביי דיר איז עס לכאורה געגאנגען ביידע וועגן. איז עס נארמאל.
א נארמאלע זאך אין ישיבות....
א קראש איז אבער ווען די האסט עס און יענער שפירט גארנישט און האט גארנישט מיט דיר.
זונטאג אוגוסט 02, 2020 5:24 pm#455755
די עצם איידיע פון 'קראש' איז א "געפיל פון אהבה" וואס 'איינער' האט צו א צווייטן, ראובן קראשט שמעון. אזא זאך גייט על פי רוב אויף איין וועג, ווייל פארוואס זאל דער שמעון צוריק שפירן די אהבה צו ראובן? ווייל ראובן שפירט עס צו שמעון?!

אבער עס קען צומאל פונקט אזוי גיין ביידע וועגן, און עס פארלירט נישט דעם נאמען 'קראש צוליב דעם. איך האב שוין מיטגעהאלטן עטליכע פעלער ווי עס איז געגאנגען אויף ביידע וועגן. אין אזא פאל, אויב איז רעדע פון מער ערוואקסענע בחורים, וועלן די צוויי נישט האבן קיין שייכות, צוליב ביידנס קאמפלעקס אז דער צווייטער וועט כאפן אז ער פייגערט אזוי פאר אים.

איינס פון די יסודות פון קראש איז, אז דער בעל הקראש, ווארט צוריק אהבה פון דעם געקראשטער. וויבאלד ער האט ליב יענעם, וויל ער אז יענער זאל אים אויך ליב האבן. דאס קומט צוליב וואס על פי רוב די סיבה פון אנטוויקלען אז קראש געפיל כלפי א צווייטן איז ווייל עפעס פעלט אים אינעווייניג, ער האט א לאך אין זיין הארץ, אן אריין גיין פונקטליך וואס דאס איז, פרובירט ער אנצופילן דעם לאך דורך באקומען אהבה פון א צווייטן. ממילא די רגע וואס ער זעט דעם מענטש וואס ציט אים, און עס זעצט זיך אין אים דער געפיל אז אים האב איך ליב, איך פייגער פאר אים. בחדא מחתא זעצט זיך אין אים דער געפיל אז ער וועט זיין דער מענטש וואס גייט אנפילן מיין 'אהבה לאך', וואס איז א אין מיר, און אויב ער וועט מיר געבן פיל ווארימקייט און ליבשאפט, וועל איך זיין זאט...


יעצט די תוצאות דערפון קענען זיין פארשינדארטיג:

עס קען ארויסקומען אזוי ווי איינער האט שוין דא פריער דערמאנט, אז דער בעל הקראש - ראובן, זאל ממש ווערן א רודף אחד שמעון, און אים מענטאלי 'אביוזן', אים נאכלויפן, אים 'דאבל-טשעקן', צו ער האט אים ליב צו נישט. איך האב שוי מיטגעהאלט אזא פאל ווי דער קראשער האט געטון כל מיני אונטערערדישע און צומאל געמיינע טאקטיקן צו באקומען די אטענשאן פון זיין אהוב וחושק ונחשק... אזוי אויך האב איך שוין געזען ווי אזא איינער באווארפט דעם צווייטן מיט זאכן אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען, בלויז צו ציען יענעמ'ס אויפמערקזאמקייט.

אמאל קען ראובן אנהויבן דמיונ'ען אז ער איז ממש 'אזוי ווי שמעון', וויבאלד שמעון איז ביי אים דער שפיץ, זיין ראול מאדעל, וויל ער זיין אזוי ווי אים. אדער ווייל אויב איז ער אזוי ווי שמעון אפשר וועט אים שמעון פיל מער ליב האבן ווייל ער איז דאך ממש ער... וכדו'

צומאל קען די תוצאה זיין מער אז ראובן אנגעוואנדן אין שמעון - dependent - ער מוז באקומען שטיצע און א הסכמה פון שמעון אויף יעדע זאך וואס ער טוט, אויף יעדע באשלוס זיינעם. ווידער אמאל קען עס ארויסקומען אויף א אופן פון באקומען ליבשאפט, וואס דאס קען ברענגען פארשטייט זיך צו סעקסואלע זאכן וכדו'.

די עכט פראבלעם פון די נושא איז, די חלק הבושה. אזא בחור וואס ליידט נעבעך אויף דעם, האט איין געפיל וואס איז אפשר אפילו שטערקער ווי די עצם קראש געפיל אליין, און דאס איז די אויסטערלישע פחד אז מען גייט אויסגעפונען אז ער האט אזא 'געפערליכע' געפיל. ער שעמט זיך ביטער מיט זיינע געפילן.

ממילא, די עיקר פאוקעס דארף זיין צו געבן פאר אזעלכע וואס ליידן דערויף די ידיעה אז דאס איז נארמאל. דאס איז די ערשטע זאך, נאך בעפאר מען גייט אפילו באהאנדלען די תוצאות דערפון. קודם דארף דער בחור שפירן אז ער איז נארמאל. די עיקר יסורים וואס אזא איינער האט איז דער עקל'דיגער געפיל פון: "איך בין משוגע", "איך בין א קליין קינד", "איך בין צעדרייט", "איך האב אזעלכע פאני געפילן..."

געב אים דעם געפיל, אז: "דו ביזסט נארמאל!"

אסאך מאל וועט דאס אליין שוין זיין גענוג צו בארואיגן דעם ליידנדער, אויב זענען די תוצאות נישט געגאנגען צו ווייט.

איך האב געשריבן אין איילעניש, סאו סארי פאר סעפלינג מיסטעיקס אדער אויב איך האב זיך נישט גוט מסביר געווען...
זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:50 pm#456150
Health professionals
do not widely recognize obsessive love,
“obsessive love disorder,”
as a mental health condition.

Indeed, it is not currently listed in the
Diagnostic and Statistical Manual of Mental Disorders.
However,
obsessive love can be a sign
of other mental health challenges and conditions.