Under maintenance
הויפט זייט » געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט

געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13993
מאנטאג יוני 29, 2020 5:22 pm#453320
berlbalaguleh האט געשריבן:
וואו איז נחמה'לע געשלאפן יענע נאכט. און וואס איז געווארן מיט איטקע דעם שלאסער'ס טאכטער וועלל איך בלי"נ פארציילן אין דעם אשכול וואס איך האב אויפגעמאכט...ועוד חזון למועד...!



בערעלע ווי איז "דער" אשכול וואס די האסט אויפגעמאכט?

אגב א שטיק צייט צוריק האב איך פרובירט צו אפיר זיכן גראדע'ס ביכער ווי צמח אטלס און נאך והעליתי חרס

קען מיר איינער צו ווייזן ווי איך קען זיי האבן בחנם צו "דאון לאודן"?
מאנטאג יוני 29, 2020 8:54 pm#453344
מנחם ציון: איך מיין אז דער ייוו"א אינסטיטוט האט געפאבלישט זיינע ביכער. איך האב אין מיין באזיץ נאר 2 פון זיינע ביכער.: דער שטומער מנין. און לייבע לייזער'ס הויף...! געליינט האב איך א דריטן בוך פון חיים גראדע מיט'ן נאמען...ר' נחומ'ל דער מלווה. אלע זיינע ווערק זענען מתוק מדבש. ווען דו ליינסט עס, מיינסטו אז דו שטייסט דארט וואו די מעשה איז געשעהן. און דו לעבסט דאס מיט...!

איך גיי עס בלי"נ אויפזוכן...!
מאנטאג יוני 29, 2020 9:02 pm#453346
Re: געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט
נא כרם זית עפעס קליגער געווארן?
מאנטאג יוני 29, 2020 10:08 pm#453355
חוקר ודורש האט געשריבן:נא כרם זית עפעס קליגער געווארן?

ליידער נישט און א גרויסע יישר כח פאר דיר, און פאר אלע וועלכע העלפן ארויס מיט די זוך אקציע.
#מדארף טון און נישט אויפטון
מאנטאג יוני 29, 2020 10:51 pm#453358
איך האב גאר א שטארקע חשש אז דער כרם זית האט קיינמאל געזעהן אזא מאווי ווייל עס עקזיסטירט נישט. נאר ער וויל דער עולם דא זאל זיך באקענען מיט די יפת אלוקים ליפת אנשטאט די אהלי שם נאכדערצו ווען מיט חם'ס בלעק לייוז מעטערס וויל די עולם זיכער נישט אנקערן
מאנטאג יוני 29, 2020 10:55 pm#453359
Re: געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט
איך האב נעכטען געזוכט איבער א שעה, איך האפ ער מיינט עס ערענסט..
דינסטאג יוני 30, 2020 4:07 am#453384
מען ברויך טראכטן אריינצוברענגען די קאמענד צענטער פון שומרים כדי ארויסצוהעלפן מיט די זוך אקציע.
דינסטאג יוני 30, 2020 8:02 am#453390
חוקר ודורש האט געשריבן:איך האב נעכטען געזוכט איבער א שעה, איך האפ ער מיינט עס ערענסט..


יגעתי ולאַ מצאתי אל תאמין
דינסטאג יוני 30, 2020 10:05 am#453402
mevakesh האט געשריבן:איך האב גאר א שטארקע חשש אז דער כרם זית האט קיינמאל געזעהן אזא מאווי ווייל עס עקזיסטירט נישט. נאר ער וויל דער עולם דא זאל זיך באקענען מיט די יפת אלוקים ליפת אנשטאט די אהלי שם נאכדערצו ווען מיט חם'ס בלעק לייוז מעטערס וויל די עולם זיכער נישט אנקערן

ח''ו איך וואלט קיינמאל נישט אריינגענערט די עולם. און איך האב ח''ו נישט קיין כונה מיפה צו זיין די בתי טרטראות איבער להבדיל בתי מדרשים.
דינסטאג יוני 30, 2020 10:20 am#453406
אישתישבי האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:איך האב נעכטען געזוכט איבער א שעה, איך האפ ער מיינט עס ערענסט..


יגעתי ולאַ מצאתי אל תאמין

הני מילי בדברי תורה, אבל במילי דעלמא לית לן בה.
דינסטאג יוני 30, 2020 10:56 am#453410
כרם,

קענסט אנגעבן צו סאיז געווען א געהעריגע פילם אדער א חלק פון א סעריע

אויך ווי אלט אדער ניי, בערך וועלכע יאר סאיז ארויסגעקומען
דינסטאג יוני 30, 2020 1:01 pm#453420
איך האב שוין אויך געשפענדעט א שיין ביסל צייט צו זוכן והעלה חרס בידי.

אפשר קענסטו אויסשמועסן נאך עקרי פרטים פון די פלאט? אדער אפשר זאגסטו וויאזוי די אקטיארן האבן כאטש אויסגעזען...
דינסטאג יוני 30, 2020 2:28 pm#453424
פין דעם אז זיי האט געגוגעלט די נעמען מוז זיין אז עס איז נישט צו אלט.
דינסטאג יוני 30, 2020 2:32 pm#453425
כלבאשבוע האט געשריבן:כרם,

קענסט אנגעבן צו סאיז געווען א געהעריגע פילם אדער א חלק פון א סעריע

אויך ווי אלט אדער ניי, בערך וועלכע יאר סאיז ארויסגעקומען

עס איז געווען א פילם, זעט נישט אויס צו זען צו ניי, אבער אלט אויך נישט.
כוכב האט געשריבן:איך האב שוין אויך געשפענדעט א שיין ביסל צייט צו זוכן והעלה חרס בידי.

אפשר קענסטו אויסשמועסן נאך עקרי פרטים פון די פלאט? אדער אפשר זאגסטו וויאזוי די אקטיארן האבן כאטש אויסגעזען...

קודם יישר כח. עס איז ממש א ק''ה צו זען ווי אידן העלפן זיך ארויס.
איך קען נאר צולייגן א חלק וואס כהאב נאך נישט געשריבן:
די מאמע איז געגאנגן צו די שטעטל וואו די פייער וואס האט פארברענט די קינדער האט פאסירט. זי איז געגאנגן צו זייער קברים און געוואר געווארן פון דער שומר הביה''ק אז עס איז געווען אן אנשורנס שפיצל וואס האט זיך נישט גוט גענדיגט. זי איז געגאנגן צום הויז פון דער צינדער און אים ציניש געזאגט ''א גריס פון'' - אויסרעכנדיג אלע נעמען פון די טויטע קינדער. ע''כ האב איך געזען.
דינסטאג יוני 30, 2020 2:45 pm#453427
אויב דו קענסט שרייב אביסל אראפ אין ענגליש די מעשה אזוי וועט זיין גרינגער צו זיכן אין גוגל
דינסטאג יוני 30, 2020 4:15 pm#453431
Unfaithful ???
דינסטאג יוני 30, 2020 5:55 pm#453434
פארווע חסיד האט געשריבן:Unfaithful ???

ניין.
דינסטאג יוני 30, 2020 6:31 pm#453438
כרם,

אפשר איז עס איינע פון די מאוויס

The Hawk
Deceived
The Stranglers Wife

The Stranger Besides Me
The Next Three Days
Sleeping With The Enemy
My Husband’s Double Life
His Double Life
דינסטאג יוני 30, 2020 6:44 pm#453440
כרם זית האט געשריבן:ח''ו איך וואלט קיינמאל נישט אריינגענערט די עולם. און איך האב ח''ו נישט קיין כונה מיפה צו זיין די בתי טרטראות איבער להבדיל בתי מדרשים.


איך ווייס נישט וואס אייערע כוונת אדער מאטיוון זענען, אבער פארוואס איך טראכט בקט שכלי אז אזא מאווי איז נישט פארהאנען איז צילוב די פאלגענדע,

איך האב סיי איבערגעטייטשט אין ענגליש און סיי אריינגעזאגט אין m http://www.whatismymovie.com m אייער אנגעבליכע מעשה, און קיין געוואונטשענע רעזולטאטן זענען נישט געקומען, בשעת אלע אנדערע מאוויס וואס איך קען וואס כהאב געשילדערט פארן סערטש באר אין געהאלבעטע ווערטער האט ער גאר פיין צוגעטראפן....

און בנוגע דאס פארשווינדן ווערן פון יאטאב איז אזוי, אויב די מאווי פארלעצט די קאפירייט געזעצן ווערט עס אראפ גענומען אין אונטער פיר און צוואנציג שטונדען פון ווען עס איז ארויף געלייגט געווארן, די עצה איז אדער עס צו לייסענסען געהעריג און רעגעסטרירן אונטער דעם בעל בית דערפון וואס דעמאלטס קענען זיי עס נישט אראפ נעמען, אדער מאכט מען עס א טראפעלע שטייטער ממילא מעטשט עס נישט די ארגינעלע וואס זיי האבן אין זייער דעטא בעיס, וגם אני בחלומי האב געמאכט אזא עקספיריענס מיט אינסטעגרעם ווען כהאב ארויף געשטעלט צוויי ווידיאוס פון 30 סעקונדעס מיט פאפולערע ניגונים, (כדי צו ווערן קאפירייטעד אויף אינסטע ברויך עס זיין לענגער פון 29 צעקונדען) און סאיז גלייך אראפ, דערנאך האב איך געלייגט סזעלבע צוויי ווידיאוס נאר געמאכט די אוידיאו אויף 0.9 און עס איז דארט געבליבן.

און קיין נייע מאווי איז עס אויך נישט ווייל כהאב דורך געקוקט די נייע ריליסעד מאוויס פונעם לעצטען חודש.

איז אויב איז עס נישט קיין נייע מאווי וואס איינער האט לעצטענס אפלאודעד און סאיז גלייך אראפ געפלויגן איז נישטא קיין שום סיבה זיי זאלן עס אראפ שטעלן סתם אזוי, און אפילו אויב יא וואלסטו עס געדארפט טרעפן אינעם געוועב ארכיוו m https://web.archive.org/ m ווי אלעס גייט ארויף אין עטליכע טעג.

האביך צוויי לימוד זכותים, איינס אז איינער האט פאר א געוויסע סיבה אפגעמאכט ארויף צו לייגן א אלטע מאווי און סאיז טאקע געפלויגן ביז פיר און צוואנציג שטונדען, אבער סאיז מאדנע.
אדער האסטו עס געקוקט ערגעץ אנדערש ווי....

אזוי צו אזוי האפיך אז ביסט נישט געוועזן סתם א מחבל כרמ'ל השם....

אבער קען אייביג זיין אנדערש, סאו ווייס מיר נישט פונקטליך, אבער זהו השני פרוטות שלי...
דינסטאג יוני 30, 2020 6:52 pm#453442
כלבאשבוע האט געשריבן:כרם,

אפשר איז עס איינע פון די מאוויס

The Hawk
Deceived
The Stranglers Wife

The Stranger Besides Me
The Next Three Days
Sleeping With The Enemy
My Husband’s Double Life
His Double Life

ניין, ניין, ניין, ניין, ניין, ניין, ניין, ניין.
א כפול שמונה'דיגע ניין.
#מדארף טון נישט אויפטון
#אין שום יואש
דינסטאג יוני 30, 2020 6:56 pm#453443
בדרך כלל בין איך נישט קיין גרויסע מאווי וואטשער. אבער דער זית'ל רייצט מיר אונטער...
דינסטאג יוני 30, 2020 7:41 pm#453446
Re: געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט
Double jeopardy?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
דינסטאג יוני 30, 2020 7:48 pm#453449
The Husband she met online
דינסטאג יוני 30, 2020 8:57 pm#453458
אויב באקומט די תגובה צעהן לייקס, לייג איך אריין בל"נ א דאלער אין פושקע פאר רבי מאיר'ן לזכות מען זאל אפגעפונען דעם מאווי.
דינסטאג יוני 30, 2020 9:12 pm#453459
געדענקסט כאטשיג ווי די מעשה האט פאסירט? וועלכע סטעיט צו וואס