Under maintenance
הויפט זייט » שטורעם איבער יתד קעמפ פארשליסונג קארטון

שטורעם איבער יתד קעמפ פארשליסונג קארטון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13998
מאנטאג יוני 29, 2020 4:49 pm#453315
שטורעם איבער יתד קעמפ פארשליסונג קארטון
דעם פארגאנגענע וואך האט די ענגליש יתד אריינגעשטעלט א פאום איבער די קעמפס פארשליסונג, באגלייט מיט א קארטון וואס ווייזט ווי גאווערנאר קאמא אנגעטוהן אין פאליציישע קליידונג קניט אויף די האלז פון א קינד פון זומער קעמפ ווען אינדערזייט הענגט א סיין מיט די ווערטער "איך קען נישט אטעמען" צוגלייכענדיג די קעמפ פרשה צו די 'בלעק לייווס מעטער' באוועגונג.

נעכטן זונטאג איז א בילד פון די קארטון פארשפרייט געווארן אויף טוויטער, און עס האט אנגעמאכט א גרויסע שטורעם. עס איז גלייך געקומען צו פליען אן א שיעור טוויטס אנגעפולט מיט אויפברויז אויף אזא צייטונג וואס האט שטרענגע פאלעסיס ווי נישט אריינלייגן בילדער פון פרויען זאל פארזעהן אזא פארברעך פון צוגלייכן דאס אפשפארן קעמפס צו פאליציי מערדעריי.

דאס האט צוגעברענגט אז די יתד זאל ארויסשיקן א איבערבעטונג טוויט, ווי זיי שרייבן: A cartoon submission that appeared to equate the tragic death of George Floyd with a policy decision was accidentally published in our paper. It does not meet our editorial standards and should not have gone in. We stand with the black community’s quest for equal justice

מענטשן זענען אבער נישט צופרידן פון אזא שוואכע מעסעדזש אז עס איז בטעות אריינגעלייגט געווארן, און זיי האבן נישט געקענט ארויסשרייבן קלאר אז זיי האבן געטוהן אן עולה און איבערבעטן די שווארצע געמיינדע.

בייגעלייגט איז א בילד פון די קארטון, און זייער איבערבעטונג טוויט:
מאנטאג יוני 29, 2020 5:13 pm#453317
דער יצחק פראנקפורטער לעבט פון קאנטרעווערסיע... נישט ס'ערשטע מאל, ומוחזק הוא אז סע איז אויך נישט דאס לעצטע
מאנטאג יוני 29, 2020 5:16 pm#453318
פראנקפורטער? ער איז פון עמי מעגעזין. נישט יתד.
מאנטאג יוני 29, 2020 5:24 pm#453321
אברך משי האט געשריבן:פראנקפורטער? ער איז פון עמי מעגעזין. נישט יתד.


אופס טעות.... געמיינט אז מען רעדט פון עמי
מאנטאג יוני 29, 2020 5:53 pm#453323
איך זעה נישט די פראבלעם. פונקט אזויווי די כת פון (בּלעק) קוועיר טרענס מאוומענט האט געקענט פארפירן די גאנצע אויפברויז ס'זאלן פארן אויף זייערע רעלסן מעגן אפאר אידעלעך אויך אויסדריקן זייער ווייטאג אויף דעם גאנג.
מאנטאג יוני 29, 2020 6:42 pm#453325
זיי האבן פראבלעמען מיט א קארטאן... זיי האבן אבער נישט קיין פראבלעם מיט באשולדיגן גאנץ אמעריקע אין אן עוולה פון אן איינצעלנער פאליציאנט און דערויף בארעכטיגן וויילענס אינעם ערגסטן פארמאט..