מיטוואך יולי 01, 2020 4:47 pm#453516
פרישע רוסישע קאנספיראציע אויפן האריזאנט אין וואשינגטאן.
די ניו יארק טוילעט פעיפער טיימ'ס האט זיר ווידער צו פיפן, דאס מאל מיט א פרישע אנגעבליכע רוסישע באמבע. זיי האבן געשריבן אז זיי האבן געלייגט די הענד אויף שפיאנזש אינפארמאציע, אז די רוסן האט באצאלט געלט פאר די טאליבאן צו הרג'נען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן. אבער דאס איז נישט וואס דער טוילעט פעפער טיימס וויל אזוי ארויסברענגן. זיי האבן צוגעלייגט א וויידל צו די געשיכטע, ווארשיינליך גראד ארויסגעצויגן פון מחילה ארויס, מיטן ציל אנצוהייבן א פרישע רוסלאנד סומטאכע. זיי מעלדן אז דער פרעזידענט איז אינפארמירט געווארן איבער דעם, און ער האט גארנישט געטאן דערוועגן...
דער פרעזידענט דעקלערט אז ער האט קיינמאל נישט דערהאלטן די דאזיגע אינפארמאציע אין זיין טעגליכע שפיאנזש איבערזיכט. און נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער אלברייען ארגומענטירט אז די אינפארמאציע איז פאלטש און פארפיריש דערפאר האט דאס טאקע קיינמאל נישט דערגרייכט דעם פרעזידענט'ס שרייב טישל. די פארטיידונג קרעפטן און די צענטעראלער שפיאנזש אגענטור ארגומענטירן דאס זעלביגע אז די אינפארמאציע איז נישט קראנט.
לאמיר שוין זאגן אז עס איז יא קראנט.
אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט האט רוסלאנד אינוואנדירט אפגאניסטאן. אמעריקע האט דאן געצאלט שווערע געלטער פאר די איסלאמישע מאדזשהאדין, דאן האט מען זיי גערופן פרייהייט קעמפער, צו הרג'נען רוסישע זעלנער. 15 טויזענט רוסישע קעמפער זענען ברוטאליש גע'הרג'עט געווארן אויף די פארשנייטע בערג פון אפגאניסטאן, מיט די דירעקטע הילף און גוטהייסונג פון די סי. איי.עי. ווי איז דאן געווען די ווייגעשריי פון ניו יארק טוילעט פעפער טיימס? אמעריקע מעג שיקן געלט פאר לענדער צו הרג'נען רוסן, און רוסלאנד טאר נישט? די היפאקראטיע שרייט דאך ביז צום הימל...
און לאמיר שוין זאגן אז די געשיכטע איז אמת. זאל שוין זיין. וואס גענוי דארף פרעזידענט טראמפ איצט טאן? אמעריקע זאל אריינשיקן טאנקן אין מאָסקווע, פראטרופן אין פעטערבורג? אנהייבן א נוקליערע קריג מיטן געוועזענעם רויטן פארבאנד?
די סאציאליסטישע דעמאקראטן בלאזן אויף די געשיכטע ווי ס'וואלט ווען געווען דער גרעסטער סקאנדאל אין די געשיכטע. דער באוויסטער שארלאט און ליגנער, קאמעראד אדם שי''ט פון קארליפארניע, איז גאר אויפגעשטאנען פון זיין לאנגען בערן שלאף אין וועלכע ער איז נאך טיף פארזינקן זינט מען האט אים געכאפט מיט די הויזן אראפ ביי זיי פריערדיגער רוסישע פיקציע וואס קאמאראד מוללער האט געברענגט צו איר צוזאמפאל. ער קאמאנדעוועט ארום אז ער גייט אויספארשן און דערגיין צי די טוילעט פעפער טיימס געשיכטע האט עפעס האפט... און אז יא וואס? נאכאמאל אימפיטשען? מיר זענען אלע פאר דעם.... דער ספעקטאל ווי דער ליגנער שטייט פארן סענאט און פראבירט זיי צו באיינפלוסן אז זיינע פיקציעס זענען גאר רעאליטעט איז געווען להחיות כל חי....