Under maintenance
הויפט זייט » אומן, ראש השנה תשפ"א.

אומן, ראש השנה תשפ"א.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14010
פרייטאג יולי 03, 2020 9:18 am#453642
אומן, ראש השנה תשפ"א.
די מאיער פון די שטאט אומן וואס איז באוויסט צו זיין א גרויסן אנטי-סעמיט האט נארוואס ארויס געלייגט א סורוועי אויף פעיס-בוק צו ער זאל אריין לאזן די מתפללים דאס יאר אויף ראש השנה.

פארשטייט זיך עס איז דא אסאך מער שטימען אז נישט!!

איך ווייס אז נישט יעדער איז איינשטימינג מיט די נסיעה אבער דאך איז עס א מלחמה פון א אנטי סעמיט אקעיגן יודן בעט איך אייך איש את רעהו יעזרו העלפטס ארויס און שטימט אז יא די דערהויבענע ראש השנה זאל אויך דאס יאר אנגיין כסדרן פאר די וואס ווילן פארן.

m https://m.facebook.com/485309851653034/ ... 371249439/ m

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
פרייטאג יולי 03, 2020 10:39 am#453649
TAK איז יא
פרייטאג יולי 03, 2020 10:48 am#453650
נו, התגרות באומות, טפוי טפוי! איך פארשטיי ענק בכלל נישט, ענק האבן נישט מורא פונעם אני מתיר את בשרכם?! וואו איז ענקער שכל?! שוין פארמעקן!! איך בין זיכער אז אויף אייוועלט וואלט אזא אשכול גלייך פארמעקט געווארן, וואס פארמעקט? ס'וואלט קיינעם נישט איינגעפאלן אין וויסטן חלום צו עפענען אזא אשכול, נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס קאוועשטיבל באמט נישט... שטעל זיך פאר איינער זאל עפענען אן אשכול צו רופן דעם עולם צו עסן חזיר, וועלכע רעכטדענקיגער מענטש וואלט אפילו געוואלט וואוסן פון אזא פארום??? ווער רעדט נאך פונעם הארבן איסור פון התגרות באומות, אוי לעינינו שכך רואות!!!
פרייטאג יולי 03, 2020 11:12 am#453652
Re: אומן, ראש השנה תשפ"א.
רבותי מען האלט שוין אויף א וועיג נא לפרסם!!

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
פרייטאג יולי 03, 2020 11:14 am#453653
Re: אומן, ראש השנה תשפ"א.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נו, התגרות באומות, טפוי טפוי! איך פארשטיי ענק בכלל נישט, ענק האבן נישט מורא פונעם אני מתיר את בשרכם?! וואו איז ענקער שכל?! שוין פארמעקן!! איך בין זיכער אז אויף אייוועלט וואלט אזא אשכול גלייך פארמעקט געווארן, וואס פארמעקט? ס'וואלט קיינעם נישט איינגעפאלן אין וויסטן חלום צו עפענען אזא אשכול, נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס קאוועשטיבל באמט נישט... שטעל זיך פאר איינער זאל עפענען אן אשכול צו רופן דעם עולם צו עסן חזיר, וועלכע רעכטדענקיגער מענטש וואלט אפילו געוואלט וואוסן פון אזא פארום??? ווער רעדט נאך פונעם הארבן איסור פון התגרות באומות, אוי לעינינו שכך רואות!!!
איך האב גערעדט מיטן pharmacy זיי האבן זיך אנטשאלדיגט פארן פארשפעטיגן און האבן פארשפראכן אז די פילן זענען שוין אויפן וועיג, ביטע נישט רעאגירן בעפאר אייננעמען......

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
פרייטאג יולי 03, 2020 11:15 am#453654
Re: אומן, ראש השנה תשפ"א.
פארשטיי נישט, יעדער קען וואטן, אדער נאר די איינוואינער דארט?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
פרייטאג יולי 03, 2020 11:16 am#453655
Re: אומן, ראש השנה תשפ"א.
היסטאריקער האט געשריבן:פארשטיי נישט, יעדער קען וואטן, אדער נאר די איינוואינער דארט?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
יעדער

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
פרייטאג יולי 03, 2020 11:16 am#453656
ישן מלא חדש האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נו, התגרות באומות, טפוי טפוי! איך פארשטיי ענק בכלל נישט, ענק האבן נישט מורא פונעם אני מתיר את בשרכם?! וואו איז ענקער שכל?! שוין פארמעקן!! איך בין זיכער אז אויף אייוועלט וואלט אזא אשכול גלייך פארמעקט געווארן, וואס פארמעקט? ס'וואלט קיינעם נישט איינגעפאלן אין וויסטן חלום צו עפענען אזא אשכול, נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס קאוועשטיבל באמט נישט... שטעל זיך פאר איינער זאל עפענען אן אשכול צו רופן דעם עולם צו עסן חזיר, וועלכע רעכטדענקיגער מענטש וואלט אפילו געוואלט וואוסן פון אזא פארום??? ווער רעדט נאך פונעם הארבן איסור פון התגרות באומות, אוי לעינינו שכך רואות!!!
איך האב גערעדט מיטן pharmacy זיי האבן זיך אנטשאלדיגט פארן פארשפעטיגן און האבן פארשפראכן אז די פילן זענען שוין אויפן וועיג, ביטע נישט רעאגירן בעפאר אייננעמען......


אויב שיקט ער שוין יא פילן זאג איהם ער זאל אויך שיקן פאר גאנץ סאטמאר, איך איז ממש א שאד אז ער האט נישט געשיקט פילן פאר'ן בעל ויואל משה אליינס...
פרייטאג יולי 03, 2020 11:18 am#453657
Re: אומן, ראש השנה תשפ"א.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב שיקט ער שוין יא פילן זאג איהם ער זאל אויך שיקן פאר זלמן לייב פילאפ, איך איז ממש א שאד אז ער האט נישט געשיקט פילן פאר'ן בעל ויואל משה אליינס...
איך האב אייך געבעטן איר זאלסט נאכנישט רעאגירן עס נעמט צייט ביז עס הייבט אן צו ווירקן....

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
פרייטאג יולי 03, 2020 11:20 am#453659
איך האלט נישט ביים זיין דער איינציגסטער נארמאלע מענטש אין סאטמאר דאן וועל איך זיין דער משוגענער, אויב קענסטו פארשאפן פילן פאר גאנץ סאטמאר איז גוט, אז נישט וועל איך ענדערש בלייבן משוגע אזויווי אלע מיינע ארומיגע.
פרייטאג יולי 03, 2020 2:11 pm#453665
לאז אפ התגרות באומות, פארוואס זענען זיי אנטיסעמיטן??

שטעלט אייך פאר א גרופע אראבערס האבן א חאגא יעדעס יאר, אין צענטער פון וויליאמסבורג.

טויזנטער אראבערס קומען צו פארן, שלאפן אויפן גאס און טאנצן אויפן קאפ, עסן אין יעדן בעקיארד, שערן זיך ברחובה של עיר, און גייען הכנות וואו ס'לאזט זיך.

בעטלערס פולן איבער דעם שטאט, שנארערס זוכן וואו צו זיצן און צופליקטע משוגעים דרייען איבער די שטאט.

דורכאויס די צוויי וואכן קומט פאר יעדן טאג 12:00 א מעמד פיגום הכללי ווען די אראבערס פולן אן אלע גאסן פון שטאט. קיינער קען נישט גיין אדער קומען, ספיקערס באכענען און די שטאט איז אפגעשטעלט. באסעס קענען נישט פארן, די חדרים דארפן זיך פארמאכן, און אלעס איז טויט.

ווער רעדט נאך פון די מוזיק יעדע נאכט ביז חצות הלילה, פון די אנדערע פראבלעמען ברוחניות וגשמיות וואס דאס ברענגט מיט וד"ל ואכמ"ל. הזאת וויליאמסבורג?!

יעצט ווען אן ארטיגער איינוואוינער זאגט ניין פאר אומאן, איז ער אן אנטיסעמיט גאר? ניין! ער איז א ציווילער ערליכער גוי.
פרייטאג יולי 03, 2020 2:25 pm#453667
Re: אומן, ראש השנה תשפ"א.
קודם כל איך האב נישט געזאגט אז די גוים וואס זאגן ניין זענען אנטיסעמיטן סך הכל האב איך געזאגט אז די מאיער איז אן אנטי סעמיט.
ועוד די געבסט א משל פון וואס קיינער וואלט גארנישט געהאט קיין בענעפיטס פון די מהפיכה לעומת אומן וואס זיי לעבן אויף דעים א גאנץ יאר.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
פרייטאג יולי 03, 2020 2:34 pm#453668
פארוואס וואלט מען נישט געהאט בענעפיט דערפון? אראבער דארפן נישט קיין האטעלן, קעטערערס פאר מאלצייטן, קאר סערוויס און באס דרייווערס וכו' וכו'?
פרייטאג יולי 03, 2020 2:53 pm#453669
Re: אומן, ראש השנה תשפ"א.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס וואלט מען נישט געהאט בענעפיט דערפון? אראבער דארפן נישט קיין האטעלן, קעטערערס פאר מאלצייטן, קאר סערוויס און באס דרייווערס וכו' וכו'?
קען זיין מען וואלט געהאט אבער ער פארציילט דאס נישט ער רעדט נאר פון די אומבאקוועמליכקייט אנשטאט פון די רווחים.


Sent from my SM-T113 using Tapatalk
פרייטאג יולי 03, 2020 2:55 pm#453670
די עיקר איז אז יעצט פארשטייסטו שוין די משל.
זונטאג יולי 05, 2020 6:45 am#453705
מפיל קינד האט געשריבן:לאז אפ התגרות באומות, פארוואס זענען זיי אנטיסעמיטן??

שטעלט אייך פאר א גרופע אראבערס האבן א חאגא יעדעס יאר, אין צענטער פון וויליאמסבורג.

טויזנטער אראבערס קומען צו פארן, שלאפן אויפן גאס און טאנצן אויפן קאפ, עסן אין יעדן בעקיארד, שערן זיך ברחובה של עיר, און גייען הכנות וואו ס'לאזט זיך.

בעטלערס פולן איבער דעם שטאט, שנארערס זוכן וואו צו זיצן און צופליקטע משוגעים דרייען איבער די שטאט.

דורכאויס די צוויי וואכן קומט פאר יעדן טאג 12:00 א מעמד פיגום הכללי ווען די אראבערס פולן אן אלע גאסן פון שטאט. קיינער קען נישט גיין אדער קומען, ספיקערס באכענען און די שטאט איז אפגעשטעלט. באסעס קענען נישט פארן, די חדרים דארפן זיך פארמאכן, און אלעס איז טויט.

ווער רעדט נאך פון די מוזיק יעדע נאכט ביז חצות הלילה, פון די אנדערע פראבלעמען ברוחניות וגשמיות וואס דאס ברענגט מיט וד"ל ואכמ"ל. הזאת וויליאמסבורג?!

יעצט ווען אן ארטיגער איינוואוינער זאגט ניין פאר אומאן, איז ער אן אנטיסעמיט גאר? ניין! ער איז א ציווילער ערליכער גוי.

רעדטסט שטותים והבלים.

די גאנצע געגנט איז שוין באלד ליידיג פון גוים חוץ עטליכע וואס ווילן אז די אידן זאלן דירעקט יא קומען און זיי ברענגען געלט דורכן קויפן זייערע שמאנצעס.
זונטאג יולי 05, 2020 12:52 pm#453716
מאך זיכער האט געשריבן:די גאנצע געגנט איז שוין באלד ליידיג פון גוים.

הייסט מ'האט שוין אויסגעליידיגט די געגנט אויך.

יעצט פארשטיי איך שוין וואס ישן האט פריער געשריבן:
ישן מלא חדש האט געשריבן:סך הכל האב איך געזאגט אז די מאיער איז אן אנטי סעמיט.

ער איז לכאורה די איינציגסטע גוי געבליבן דארט, לצורך פרנסה...
זונטאג יולי 05, 2020 3:06 pm#453724
מאך זיכער האט געשריבן:די גאנצע געגנט איז שוין באלד ליידיג פון גוים חוץ עטליכע וואס ווילן אז די אידן זאלן דירעקט יא קומען און זיי ברענגען געלט דורכן קויפן זייערע שמאנצעס.

הבל הבלים.

אגב, די עליה צו אומאַן איז באַקאַנט איבער גאַנץ אוקרײַנע. איך האָב אַמאָל גענומען אַ טעקסי אין דעם צווייטן עק אוקרײַנע און דער דרײַווער האָט מיך געפרעגט צי איך וויל פאָרן אין אומאַן...
זונטאג יולי 05, 2020 4:42 pm#453733
און איך האב געטראפן אין ניו דזשערסי א גוי וואס האט געוואוינט אין אומאן, יעדער ווייסט טאקע דערפון אבער קיינער האט נישט א פראבלעם דערמיט, די שכנים פרייען זיך ווען מען קומט צו די פעסטיוואלן ווייל עס ברענגט זיי פרנסה אויף לפחות עטליכע חודשים.
זונטאג יולי 05, 2020 4:45 pm#453734
הלוואי וואָלט טאַקע אַזוי זײַן דער מצב, לײַדער איז עס ניט אַזוי.
זונטאג יולי 05, 2020 11:53 pm#453786
ישן מלא חדש האט געשריבן:די מאיער פון די שטאט אומן וואס איז באוויסט צו זיין א גרויסן אנטי-סעמיט האט נארוואס ארויס געלייגט א סורוועי אויף פעיס-בוק צו ער זאל אריין לאזן די מתפללים דאס יאר אויף ראש השנה.

פארשטייט זיך עס איז דא אסאך מער שטימען אז נישט!!

איך ווייס אז נישט יעדער איז איינשטימינג מיט די נסיעה אבער דאך איז עס א מלחמה פון א אנטי סעמיט אקעיגן יודן בעט איך אייך איש את רעהו יעזרו העלפטס ארויס און שטימט אז יא די דערהויבענע ראש השנה זאל אויך דאס יאר אנגיין כסדרן פאר די וואס ווילן פארן.

https://m.facebook.com/485309851653034/ ... 371249439/

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

איך קען נישט אוקרייניש,
וואס דארף מען שטימען?
יא מיינט אז מ׳זאל יא קענען פארן?
אדער אז ס׳זאל יא זיין פארשפארט?